בלאט 1 פון 289

בונים היכל לה' - נייע בתי מדרשים!

געשריבן: זונטאג מאי 15, 2011 3:07 pm
דורך נאפאליאן
עס עפענען זיך שולן חדשים לבקרים, און עס ווערט פארפאלקומט דעם רבה אמונתיך.

אלס אינטערעסאנטקייט וואלט שיין געוועהן ארומצוהענגלען איבער די נייע שולן וואס דערעפענען זיך תמיד, פון די נייערע אין וויליאמסבורג ממש לעצטענס ציילן זיך ווייניגסטנס צוויי, וואס איב באקאנט צוליב וואס עס איז געוועהן באריכטעט מיט שפאנונג ארום זיך.

א' א נייע סאטמארע שול אין ניי-וויליאמסבורג, חסידי מהר"א, עס רופט זיך ברך משה-סקילמאן, אדער סאטמאר-קלינטאן היל.

ב' כלל ישרא' שול אין אלט-וויליאמסבורג, נישט באקאנט אין פרטים.

געשריבן: זונטאג מאי 15, 2011 4:21 pm
דורך שאלת_חכם
שוין העכסט צייט כלל ישראל זאל האבן א שוהל...

אויף וועלכע גאס עפענט זיך עס?

געשריבן: זונטאג מאי 15, 2011 6:30 pm
דורך אויפריכטיג
וואס איז דאס כלל ישראל שול?
(אפשר אזא שטייגער ווי די ישיבה בית מדרש לתלמידים?...)

געשריבן: מאנטאג מאי 16, 2011 9:03 am
דורך קענטעלאופ
כהאב א חבר זיין טאטע האט א שול מיטן נאמען
שלום על ישראל

געשריבן: מאנטאג מאי 16, 2011 10:41 am
דורך משה קארנפעלד
ווייסט איינער מער איבער דעם כלל ישראל שול? מי הוא זה? איפה הוא?

געשריבן: דינסטאג מאי 17, 2011 10:59 am
דורך סאכדעס
קענטעלאופ האט געשריבן:כהאב א חבר זיין טאטע האט א שול מיטן נאמען
שלום על ישראל

יאך האב גראדע נישט קיין חבר וואס זיין פאטער האט אזא שול, אבער איך ווייס פון די שול צוזאגן, ויהי לפלא...

געשריבן: דינסטאג מאי 17, 2011 11:03 am
דורך באמבאסטיש
אין בארא פארק אויף פארט העמילטאן נישט ווייט פונעם שפיטאל איז דא א ביהמ"ד מיטן נאמען "ידידים שטיבל".

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2011 10:04 am
דורך פריילאך
יישר כח פארן עפענען די אשכול.

עס איז באמת א תענוג אריינצוגיין אין דע נייע שולן, אזוי ווייט אז מען געוויינט זיך צו די נייע שולן איז באמת שווער אריינצוגיין אין די עלטערע.

אפשר וואלט איינער געקענט אראפלייגן א באזוך אין די שולן.

א קליינע ליסטע: סאטמאר מירטעל, וויזניץ 6 ליע, סאטמאר לי גארדענס, און סאטמאר ברך משה.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 10:49 pm
דורך געלעגער
היינט געהערט פון א נייע בית המדרש אויף פען סט. די גאנצע דאווענען גייט בנוסח שלמה קארלבאך. דער עולם זינגט צוזאמען יעדע שטיקל. באו בשלום לאזט מען זיך ארויס אין א טאנץ... ועוד ועוד...

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2011 11:36 pm
דורך שטרויזאק
וואו איז דאס? כ'העט דאס ווען באזוכט

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2011 10:51 am
דורך משה קארנפעלד
געלעגער דו רעדטס פון "דער שטיבל"?

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2011 11:10 am
דורך געלעגער
איך האב נישט געהערט מער. דאכט זיך אז ס'איז אויף פען ביי ווייט שטראסע

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2011 11:23 am
דורך משה קארנפעלד
איך ווייס נישט קיין פונקליכע אדרעסע בלויז אז עס איז ערגעץ אין די פען געגענט, אבער דאס ווייס איך יא אז לכבוד ל"ג בעומר איז געווען א גריל פאר אן הדלקה, ווארשיינליך רעד מיר פון די זעלבע זאך.

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2011 3:54 pm
דורך קענטעלאופ
אמאל בין איך געפארן קיין קרית יואל שבת פאר סליחות - א' סליחות האב איך געזאגט אין א שול ווי מען האט געשפילט מיט פידלען

בית המדרש נייעס: נייע שולן און רענאוואציעס

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 7:43 pm
דורך שלום אויש
אין א צווייטע אשכול ווי מען רעדט פון בתי מדרשים וועלכע מען בויעט איבער פון אלט צו ניי, פון אמאל צו היינט, פון אומבאקוועם צו הערליך שיין האבן עטליכע דערמאנט אז עס וואלט געמעגט געעפנט ווערן אזא אשכול ווי מען זאל צינויפברענגען אונטער איין דאך אלע רענאוואציעס און קרן הבנינים וואס קומען פאר אין די צווייטע היים פון יעדן איד נעמליך די בתי מדרשים ווי אידישע קינדער פארוויילן דריי מאל א טאג צו מער טוענדיג אלע אידישע געברויכן ווי דאווענען צום אויבערשטן טוען מצות ומעשים טובים און פארשטייט זיך לימוד התורה וואס אין די היינטיגע עפאכע בויעט מען הערליכע היכלי התורה אין יעדן בית המדרש.

ווען א בית המדרש איז אנגענעם געבט עס אריין א געשמאק אינעם דאווענען און מען קען רוהיג דאנקען דעם אויבערשטן אויף אלע גוטס וואס ער טוט מיט אונז.

עס איז אויך א פארנעם ווי מען טוט דעם רצון השם יתברך פון "זה קלי ואנוהו" מיטן באצירן דעם אכסניא ווי די שכינה וויילט בזמן הזה און אזא אשכול דארף ארויפברענגען א שטאלץ ביי אינז אידן אז אנשטאט בויען נאך א רעסטוראנט און נאך א ריזן סופערמארקעט פארגעסן מיר נישט פון דעם וואס מיר זענען ארגינעל דא און מיר לייגן אריין גרויסע געלטער אויסצורישן די בתי כנסיות ובתי מדרשות.

אין די לעצטערע חדשים און יארן האט קהל יטב לב ד'סטאטמאר אין וויליאמסבורג געלאזט אין גאנג א היסטארישע קאמפיין פון איבערבויען דעם תורה צענטער וועלכע איז דאס שפיגעלע פון די ממלכת סאטמאר איבער די וועלט די אלטע בית המדרש אויף ראדני סטריט וואס איז נאך געווארן באנוצט דורך רבותינו הקדושים מרנן הבעל דברי יואל זיעועכי"א און בעל ברך משה זיעוכי"א און איז אלץ געווען די הארץ פון
יעדן סאטמארע חסיד.

די בית המדרש ווערט פונדאסניי איבערגעפלאנצט און הערליך אוועקגעשטעלט אלץ א באקוועמע מקום תורה ותפילה ממש נישט צום דערקענען.

סיי וועלכער פרישער אנטוויקלונג אין דעם קאמפיין אדער אנדערע בתי מדרשים וואס נעמען אונטער מערכות צו איבערבויען און פארשענערן ווערן פארבעטן דא צו מעלדן די נייעס און מיר זאלן גאר אינגיכן ווערן אוועקגעפירט מיט משיח צדקנו וואס ווי באקאנט וועלן אלע בתי מדרשים מיטפארן קיין ירשלים עיר הקודש זאל מיר הערן גאר בקרוב דעם קול שופר.
זה קלי ואנוהו!

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 7:49 pm
דורך מחותן
און וואס איז שלעכט מיט יענע אשכול?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 7:54 pm
דורך שלום אויש
מחותן האט געשריבן:און וואס איז שלעכט מיט יענע אשכול?

פארשטענדליך.
יענע אשכול איז די נייעס אלגעמיין אנבאלאנגט וויליאמסבורג, איז אנשטאט שרייבן ביי א בית המדרש וואס ווערט איבערגעבויעט אין מאנסי, אינעם מאנסי אשכול, אין אזוי ווייטער בכל מדינה ומדינה.
וועט אבער אזא אשכול זיין געווידמעט פאר אלעס ארום איבערבויען בתי מדרשים, און וועט אויך זיין סאך גרינגער ווען איינער וויל נאכזיכן ווי מען האט גערעדט פון א ספעציפישע בית המדרש וואס מען האט רענאווירט.
גענוג קלאר?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:05 pm
דורך שווייצע זייגער
די וויענע קהלה בויעט שוין פאר די לעצטע דריי יאר, זייער גאנצע בית המדרש ווערט איבערגעבויעט, מען בויעט א נייע מקוה מיט הערליכע שטיבלעך פאר מנינים און ביזדערווייל דאוונט מען אין טרעילאר'ס אינדרויסן,
איך האב אין באזיץ אסאך פיקטשער'ס (איך דריי זיך דארט אסאך) און איך וועל פרובירן דא צו ברענגען ווען איך האב צייט בעזר השם.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:25 pm
דורך להודיע
שווייצע זייגער האט געשריבן:די וויענע קהלה בויעט שוין פאר די לעצטע דריי יאר, זייער גאנצע בית המדרש ווערט איבערגעבויעט, מען בויעט א נייע מקוה מיט הערליכע שטיבלעך פאר מנינים און ביזדערווייל דאוונט מען אין טרעילאר'ס אינדרויסן,
איך האב אין באזיץ אסאך פיקטשער'ס (איך דריי זיך דארט אסאך) און איך וועל פרובירן דא צו ברענגען ווען איך האב צייט בעזר השם.


וויען זאל מיר מוחל זיין אבער דאס אפשפארן לי עוועניא קאר. ווילסאן שוין פאר יארן לאנג איז נישט קיין שיינע זאך. מיט א קעריזש קענסטו זיך איבער דרייען אדער גיין אויף די גידיכטע לי טרעפיק.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:28 pm
דורך שלום אויש
דאס איז עפעס וואס דו דארפסט אריינגעבן צו די וויענע אפיס און נישט סתם העצן אויף א פארום.
זיי זענען נאבעלע מענטשן און פארשטייען אנדערע.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:39 pm
דורך מיסטעריעז
להודיע, לי/ראובלינג מיינסטו.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:46 pm
דורך גיי שוין גיי
אלעס פיין און וואויל אבער די אשכל באלאנגט נישט ביי די נייעס אפטיילונג, ביטע מפנה זיין

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:50 pm
דורך מיסטעריעז
גיי שוין גיי האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער די אשכל באלאנגט נישט ביי די נייעס אפטיילונג, ביטע מפנה זיין

פארוואס עפעס נישט?
און ס'שוין דא איינס אזא אשכול ביי די נייעס, 500 בעדפארד רענאוואציעס

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 8:57 pm
דורך שלום אויש
נו אנשטאט פולע באזונדערע אשכולות פאר ראדני/בעדפארד/וויען און פרישע צו יעדע נייע קרן הבנין איז פראקטישער און באקוועמער איין אשכול בכלליות,

געשריבן: מיטוואך פעברואר 04, 2015 9:47 pm
דורך ניקעל
קראלי בית מדרש מאכט יעצט רענאוואציעס פאר פרישע קלענערע שטיבלעך