נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

איך בין א פען פון אייוועלט קאקפיט.

שכח פאר דיינע באריכטן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שלמה מולכו האט געשריבן:איך בין א פען פון אייוועלט קאקפיט.

שכח פאר דיינע באריכטן.

גא"מ

עפעס נישט סתם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:WOW WOW, פרישע סחורה אינטערסאנט און שיין אראפגעלייגט.

Keep up your great work!

אמר"ש, וויל איך פרעגן אויב ס'איז נאך דא א פלאן אמאל ווייטער ממשיך זיין דערמיט?

דו מיינסט מסתם דערמיט.
איך האב נישט ממשיך געווען מיט די שמועסן ווייל ס'האט מיך נישט אויסגעזעהן ווי ס'זענען דא קיין סך וואס זענען אינטערעסירט אין די נושא. איך האב עס געזעהן סיי אין די ריספאנס פון תגובות און אויך אין די צאל וואס האבן געזעהן דעם אשכול בכלל.
אנהייב האט עס יא געהאט מער אינטערעסע, אבער שפעטער נישט. קען זיין אז איך האב ערגעצוואו אינצווישן פארלוירן מיין חוש שרייבער חוש, אדער אפשר האט דער עולם נאר געוואלט הערן די היסטאריע חלק, איך ווייס נישט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

I for one, loved that topic, same as I enjoy tremendously your daily writings in this eshkol.

I hope you will come back one day
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

לעצטיגע אוויאציע נייעס אפדעיט
זונטאג ויקה"פ 5:40 נאכמיטאג
(ס'איז דא פיל מער נייעס צו באריכטן, אבער צוליב שטאטע אינטערנעט פון וואס איך לייד היינט נעמט אלעס דריי מאל די צייט און מ'וועט עס מוזן האלטן צו א מינימום, ואתכם הסליחה)

אינצידענטן:
א היידזשעקינג פרואוו איז פארגעקומען אויף א איראנע פליגער.
דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג האט זיך א פליגער געהויבן פון א איראנע עירפארט אויפן וועג צו איר דעסטינאציע (א שאד צו ציטירן די נעמען, קיינער ווייסט סייווי נישט וואו זיי זענען). עטליכע מינוט נאכן זיך הייבן האט א פאסאדזשיר גענומען פארפירן אז ער גייט היידזשעקן דעם פליגער מיט א באמבע וואס ער האט.
אויפן פליגער האבן זיך געפונען עטליכע אגענטן פון די איראנע Revolutionary Guard (א מיליטערישע אפטיילונג פון די איראנע רעגירונג) וועלכע האבן פארהאלטן דעם פארשוין ביז די פליגער מיט אירע 63 פאסאדזשירן און 4 מאנשאפט מיטגלידער האט געלאנדעט אין די נענסטע עירפארט - נישט איר ארגינעלע ציהל.
פארוואס געפונען זיך רעגירוננג קעמפער אויף א ציווילע פליגער? דאס איז א מנהג רעזערווירט נישט בלויז פאר איראן, פילע לענדער - אריינגערעכנט אמעריקע - שטעלן ארויף באוואפנטע אגענטן אויף פליגערס וועלכע האבן די פאטענציאל צו אנטוויקלען א געפארפולע געשעעניש. אגענטורן נוצן א רייע מיט פאקטארן אויסצורעכענען אויף וועלכע פלייט מ'וועט מעגליך דארפן נוצן נאך א פאר ביקסן, און זעצן ארויף אגענטן מיטצופליען אויף די רייזע. זעהט אויס אז די איראנע אלגאריטם איז געווען עפעקטיוו און זיי האבן געהאט די ריכטיגע מענטשן אויף די ריכטיגע פלאץ וועלכע האבן צייטליך רעאגירט.
די רעגירונג זאגט אז דעם פארשוינ'ס כוונות זענען געווען צו פירן דעם פליגער צו "די צפון ברעגעס פון די פערסישע גאלף" דאס באציהט זיך צו א שטח וואס קען אריינעמען לענדער וועלכע האבן נישט קיין פריינטליכע באציאונגען מיט איראן, אריינגערעכנט סאודי אראביע און באכרעין.
עראפלאן היידזשעקינג און היידזשעקינג פרואוון זענען זייער זעלטן אין די לעצטערע יארן, אין איראן אליין איז די לעצטע אזא פרואוו פארגעקומען צוריק אין יארע 2000 למספרם.

א פליגער פון די אינדאעניזיע עירליין Batik Air האט זיך געדארפט צוריקדרייען תיכף נאכן זיך הייבן צוליב פראבלעמען מיט די פאדערשטע רעדער.
די עראפלאן האט זיך געהויבן נעכטן שב"ק תשא ארום 1:30 נאכמיטאג מיט 117 פאסאדזשירן און 6 מאנשאפט פערסאנעל, גלייך ביים זיך הייבן האבן זיך עטליכע ווארענונג פייפער צוקלינגען אין די קאקפיט צוליב וועלכע די פילאטן האבן באשלאסן צו דערקלערן א עמערדזשענסי און זיך צוריקקערן צום עירפארט.
25 מינוט נאכן זיך הייבן איז די פליגער געווען צוריק אויף די ערד, ווען בשעת'ן לאנדן האט די פאדערשטע רעדל ארויסגעשאסן פונקן און רויעך. נאכן זיך אפשטעלן האט מען געזעהן אז די פאדערשטע רעדל (די front landing gear אדער די nose landing gear) איז בשעת'ן לאנדן געווען פארדרייט און האט זיך אין רעזולטאט אריינגעריבן אין די ראנוועי אספאלט, פירנדיג צו די רויעך און פונקען וואס מ'האט געזעהן. ס'איז נישט קלאר דערווייל אויב די רעדל איז שוין ביים פליען געווען פארדרייט אדער ס'איז געווען אומבאפעסטיגט און האט זיך פארדרייט פון די קראפט ביים לאנדן. מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר די אויספארשער צו דערגיין.
די אינצידענט דערמאנט פון די בארימטע JetBlue 292 פלייט צוריק אין 2005 וואס האט געליטן פון א ענליכע פראבלעם מיט די front landing gear. מערקווידיג זענען ביידע פליגערס פון די זעלבע סארט, נעמליך, עירבאס A320.

די front landing gear פון די פליגער נאכן לאנדן - קרעדיט: Sam Chui
Sam Chui1.jpg
Sam Chui1.jpg (66.4 KiB) געזען 1101 מאל


א באזארגנדע אינצידענט איז פארגעקומען אין די גרעסטע עירפארט אין פאריז, פראנקרייך.
דעם פארגאנגענעם פרייטאג האבן זיך עטליכע אריינבאקומען אין איין אפטיילונג פון די Charles de Gaulle עירפארט אין פאריז וואו ס'שטייען פארקירט פליגערס און אפגעפארבט א טייל פון א פארקירטע פליגער אין די גרינע פארב.
די וועלכער האבן דורכגעפירט דעם אקט זענען שטיצער פון די Greenpeace באוועגונג אין פראנקרייך וועלכע שטיצן א.ג. "גרינע" ענווייראמענט, און האבן עס געטוהן אלס פראטעסט צו אויסברייטערונגס פלענער וואס די עירפארט האט לעצטנס געמאלדן, און לויט Greenpeace גייען די פרא-ענווייערמענט פארשריפטן אין די פלאן נישט גענוג ווייט צו באשיצן די ענווייראמענט.
די אינוואדירער האבן באוויזן זיך צו פארען ארום דעם פליגער פאר גאנצע 10 מינוט, עספיענדיג אפצופארבן א שיין טייל פון די פליגער, ווי אויך האבן זיי אריינגעכאפט צו כאפן בילדער פון זייער ארבעט און עס פאוסטן אויף סאציאלע מידיע.
פארשטענדליך אז עטליכע אגענטורן און די עירפארט אדמיניסטראציע האבן געמאלדן אז זיי וועלן דורכפירן אויספארשונגען צו דערגיין וויאזוי ציווילע מענטשן האבן זיך - אינאיינעם מיט זייערע טולס און קליידונג - געקענט אריינבאקומען אין די פארזיכערטע אפטיילונג.

די בילד וואס Greenpeace האט ארויפגעלייגט אויף סאציאלע מידיע - קרעדיט: Sam Chui
Sam Chui.jpg
Sam Chui.jpg (41.83 KiB) געזען 1101 מאל


פליגער:
די עירקרעפט מענופעקטשורער באואינג זוכט ווער ס'קען איר געבן א קרעדיט קארטל פאר 4 ביליאן דאללער.
באריכטן געבן אן אז Boeing האט זיך געוואנדן צו עטליכע בענק בעטנדיג א קרעדיט אקאונט פאר 4 ביליאן דאללער. די קאמפאני זוכט נישט יעצט א הלואה פון פיר ביליאן, נאר ענדערש א קרעדיט אקאונט פון וואו מ'קען בארגן ביז פיר ביליאן דאללער און נאכאמאל בארגן איינמאל מ'צאלט עס אפ. ענליך צו א קרעדיט קארטל.
די קאמפאני פארלאזט זיך אויף די פרישע פילע ארדערס און דעליוועריס פון די 737 מעקס און אויף נאך פאקטארן אז זי וועט שוין קענען ארויסקריכן פון אירע פראבלעמען און זיך נעמען באצאלן אביסל חובות.
ענדע 2019 האט די קאמפאני געהאט חובות פון ארום 25 ביליאן דאללער, נאך 2020 האלט עס ביי איבער 62 ביליאן!
זאל מען איר אפראוון פאר די קרעדיט קארד?

באואינג האט אריינגעטראגן א קאמפלעינט קעגן א אויפקומענדע פליגער פון עירבאס, די A321XLR.
די A321XLR איז א חידוש פון א פליגער וואס באואינג האט נאכנישט א קאמפעטישן צו איר, ס'קען פארן זייער ווייט רעלאטיוו צו איר סייז. עירליינס האבן עס אויפגענומען מיט גרויס פרייד און אינעם ערשטן יאר האט עירבאס שוין ערהאלטן 450 ארדערס פון עירליינס אויף די סארט.
עירבאס דארף אנצוהייבן דעליוועריס פון די XLR אין 2023, אבער די קאמפלעינט וואס באואינג האט אריינגעגעבן צו די EU'ס אוויאציע סעיפטי אגענטור (EASA) קען עס מעגליך פארשלעפן, און געבן צייט פאר באואינג צו אנאנסירן א קאנקורירנדע מאדעל.
די קאמפלעינט איז אויף די געז טענק פון די פליגער. געווענליכע עראפלאנען האלטן די געז אין טאנקען אין די פליגלען פון עראפלאן, אבער די נייע מאדעל האט נאך צוויי טאנקען אין די בויך פון די פליגער נעבן די רעדער, ווי באואינג טענה'ט שטעלט עס א געפאר מיטן זיין אזוי נאנט צו די ערד און צו די רעדער, ווייל אין פאל פון א קראך וכדו' איז עס נענטער צום געפאר און וועט גרינגער אויפרייסן.
ס'איז נישט איינגעפירט פאר די ריזן-קאמפאניס אין די אוויאציע אינדוסטריע זיך אזוי אראפצולאזן מיט אזעלכע סארט קלאגעס קעגן קאמפעטישנס, ס'זעהט זיך אבער אויס אז באואינג זעהט עס אלס אזא גרויסע געפאר קעגן זיך אז ס'איז ווערד צו פארקוקן אויף די כבוד כדי אונטערצוריקן אפאר פראבלעמען.

נאך נייעס מיט די אויבערדערמאנטע עירקרעפט איז, אז ספיריט עירליינס איז נישט אזוי ענטוזיאסטיש אריינצוברענגען די סארט אין איר פלאטע.
פאריגע וואך איז אפגעהאלטן געווארן א יערליכע אלוועלטליכע ביזנעס קאנפרענץ וואו די CEO פון ספיריט האט אויסגעדרוקט ספיקות אויב די XLR איז וועלקאם ביי זיי, כאטש וואס ספיריט זענען הייסע קאסטומערס פון אנדערע פראדוקטן פון די A320 פאמיליע.
פאר רוב עירליינס קען אזא פליגער אסאך אויפטוהן, ס'וועט זיין א קלענערע סארט פליגער וואס וועט באווייזן צו פארן ווייטערע שטרעקעס ווי אנדערע סארטן אין דעם סייז. אבער ספיריט, וועלכע זוכט נישט אזוי ווייט צוצושטעלן באקוועמע רייזעס נאר ענדערש אנצופאקן אירע פליגער מיט ווי מער פאסאדזשירן, קען זיך טרעפן אין א פראבלעם מיט א פליגער וואס ציפט אראפ פלאץ פון די פעקלעך אפטיילונג פאר נאך צוויי געז טאנקען. אויב די פליגער איז פול צו די מאקסימום, דארף זיין פלאץ פאר פעקלעך אויך צו די מאקסימום. אזוי אויך לייגן נאך צוויי טאנקען צו אסאך וואג וואס קען אויך זיין פראבלעמאטיש פאר געשטאפטע פלייטס.
די ספיקות וואס ספיריט האט געלאזט הערן קענען אריינשלעפן אנדערע לאו-קאסט עירליינס וואס פירן ביזנעס מאדעלן ענליך צו ספיריט.

עירליינס:
אמעריקאנע עירליינס וועלן געניסן פון א 14 ביליאן דאללערדיגע שטיצע אונטערצוהאלטן די אינדוסטריע ביז די קריזיס גייט פארביי.
די 1.9 טריליאן דאללערדיגע סטימיולעס בילל אנהאלט 14 ביליאן דאללער וואס וועט פארטיילט ווערן פאר אמעריקאנע עירליינס, אין אויסטויש פון פארפליכטוגונגען ווי נישט אפלייגן אדער אויפזאגן ארבעטער און נאך.
דאס איז שוין די דריטע אזא סארט פעקל וואס די רעגירונג באשטעטיגט אונטער די PSP (פעיראל סופארט פראגראם) מיט 25 ביליאן די ערשטע מאל, 15 ביליאן אין די צווייטע רונדע, און יעצט נאך 14 ביליאן.

737 MAX:
אמעריקען עירליינס שיקט שוין די MAX אויף לענגערע טריפס אראפ קיין סאוט אמעריקא.
ווען די עירליין האט צוריקגעשטעלט די פליגער אין דינסט פאר עטליכע חדשים צוריק, איז זי אממערסטנס געפלויגן קורצע 2-3 שעה'יגע רוטס אויף די איסט-קאוסט, א שטייגער ווי ניו יארק קיין מיאמי אדער מיאמי קיין וואשינגטאן א.א.וו. יעצט זעהט מען שוין לענגערע רוטס אראפ צו צפון אמעריקאנע דעסטינאציעס מיט די MAX.
די עירליין פירט איר שוין אויף 4 שטונדיגע וועגן קיין עקוואדאר אדער אזוי לאנג ווי 5 שעה ביז קיין בראזיל.

אין די זעלבע צייט האט די CEO פון Norwegian געזאגט אז זי פלאנט מער קיינמאל נישט צוריקצוברענגען די MAX צו איר פלאטע.
Norwegian איז געווען די ערשטע אייראפעאישע קאסטומער צו אריינגעבן א ארדער אויף די MAX צוריק אין 2012, אבער מיט די אלע פראבלעמען אין וואס סיי די 73M און סיי Norwegian אליינס זענען אריינגעפאלן דורכאויס די יארן, שטעלט זיך בעסער אויס פאר זייער עקענאמיקס צו אפערירן די איר שוועסטער די 737NG.
Norwegian האט נאך עטליכע ארדערס אויף וועלכע מ'האט זיך נאכנישט מפשר געווען מיט באואינג אויב מ'קען עס קענסלען אדער נישט.
לעצט פארראכטן דורך Ivelt Cockpit אום מאנטאג מארטש 08, 2021 11:55 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

די ביסט מיר שטארק מהנה מיט דיינע לאנגע און קלארע באריכטן.
יישר כחם.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

א געשמאק צו ליינען!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

קו הישר האט געשריבן:די ביסט מיר שטארק מהנה מיט דיינע לאנגע און קלארע באריכטן.
יישר כחם.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

איך האב צוגעלייגט צוויי בילדער צו די נעכטיגע באריכט (ס'האט זיך נישט ארויפגעלאודט נעכטן צוליב מיין שטאטע קאנעקשן)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

נאך וואס עטליכע האבן שוין געבעטן אין די פארגאנגענהייט, און יעצט איז @בשבילי געקומען אין אישי מסביר זיין אז קורצערע תגובות וועלן זיין מער digestible, גייט מען אנהייבן ארויפלייגן די באריכטן צוטיילט אין שטיקלעך, איך וועל מיך פרייען צו הערן פידבעק וועלכע וועג די עולם האט מער הנאה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איך גלייך בעסער קלענערע

די לאנגע דארף מען מער צייט צו ליינען און צומאל אויב ליינט מען א האלבע און מ'ווערט פארנומען קין מען פארגעסן צו ליינען די אנדערע האלב
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

טאריףס אויף פליגער צווישן די EU און די פאראייניגטע שטאטן צייטווייליג סוספענדירט
שוין יארן וואס די צוויי ריזן Boeing און Airbus שלאגן זיך ארום אויף סעילס אין די מארקעט. אלס די צוויי גרעסטע מענופעקטשורערס אין איינע פון די וועלטס טייערסטע אינדוסטריעס איז די קאנקורענץ ריזיג גרויס. וויבאלד די צוויי ריזן זענען קוואטירט אין באזונדערע קאנטינענטן איז זעלבסט פארשטענדליך אז איטליכע רעגירונג שטיצט אונטער זייער לאקאלע קאמפאני.
צוריק אין 2004 האט די מערכה אנגעהויבן גיין הויעך ווען די אמעריקאנע רעגירונג האט זיך באקלאגט פאר די וועלטס טרעיד ארגענעזאציע (WTO) אז די EU גיסט אריין סובסאדיעס פאר עירבאס מער ווי ס'איז ערלויבט און מאכט אז די מארקעט זאל זיין אומ'יושר'דיג.
די WTO האט אין רעזולטאט געגעבן ערלויבעניש פאר די פאראייניגטע שטאטן ארויפצולייגן טאריףס אויף אימפארטירטע עירבאס פליגער. עירבאס האט פרובירט צו שלעפן די אמעריקאנער צו פשרות אויף די נושא אבער ווי זיי זאגן איז "באואינג נישט געווען וויליג אין יענע צייט זיך צו מפשר זיין". אן באואינג'ס קאאפעראציע אויף א דיעל איז די EUס ענטפער פאר די טאריףס אויף 7.5 ביליאן דאללער ווערד אין עירבאס פראדוקטן איז אלזא געווען אייגענע טאריףס אויף 4 ביליאן דאללער ווערד באואינג פראדוקטן.
יעצט האט די אייראפעאישע טרעיד קאמיסיע סעקרעטאר געמאלדן, אז די צוויי רעגירונגען זענען זיך אויסגעקומען צו סוספענדירן די ארויפגעשטעלטע טאריףס פאר די קומענדיגע 4 חדשים וואס "דאס וועט געבן צייט צוריקצובויען טראסט און געמיינזאמע האנדל מיט אונזער גרעסטע ביזנעס פארטנער"
קרעדיט קען צוגעשריבן ווערן צו פרעזידענט ביידן, און צום אלגעמיינעם קריזיס וועלכע ברענגט אלע צדדים צו זוכן מער פאסיווקייט און ווייניגער אויסגאבן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

א נייע עירליין אויף די מארקעט!
א געלעגנהייט פאר א גענצליך נייע גרויסע עירליין זיך צו סטאביליזירן איז שוין נישט געווען פאר צענדליגע יארן. אזא סוקסעספולע פרואוו האט די אוויאציע וועלט שוין נישט געזעהן פאר א פאר-צענדליג יאר. אבער יעצט, ווען זאכן פאר די אלט-געזעסענע גייען אממערסטנס אויף אראפ, זעען ענטוזיאסטישע טרוימער א געלעגנהייט צו גיין אויף ארויף.
אין די צייט וואס די עפידעמיע צווינגט עירליינס צו פארמאכן רוטס וועלכע שעפן זיי אויס פון געלט, קומען אריין יונגע כוחות פריש אויף די ארענע מיט געלט אין די קאסע גרייט אריינצושפרינגן און אנפילן דעם לאך.
דאס איז פארוואס די וועלט האט - צווישן די ענדע פון 2020 און די אנהייבן פון 2021 - געהערט א רעקארד-צאל מעלדונגען פון גענצליך נייע עירליינס, טייל וועלכע צייגן טאקע די ריסורסעס און מעגליכקייטן אויסצואוואקסן מיט סוקסעס, און טייל וועלכע נעמען אויך דעם שפרינג אבער וועלן בלויז אראפפאלן אנמאכט.
נייע עירליינס סטאביליזירן זיך סיי אין יוראפ און אויך אין אמעריקע. די פרישסטע ווערסיע איז א אייגנארטיגע קאמפאני וואס האט אירע הויפטקוואטירן ענגלאנד אבער פלאנט צו פליען ארויס פון טשעכיי און קראעטיע. אלעס פון די המיועד-להיות-עירליין רופט אויס אייגנארטיגקייט, אנגעהויבן פון די נאמען pragusa.one (א צאמשטעל פון די צוויי שטעט וואו זיי וועלן זיך סטאנציאנירן Prague און Ragusa), אויך די לאגא דעזיין א.א.וו.
די לופטליניע פלאנט אנצוהייבן מיט א פלאטע פון 4 פליגער, זיי האבן שוין באשטעלט 4 A350ס פון עירבאס, און ביז די ארדער קומט אן אין 2023 (נאכנישט דא קיין Amazon prime מעמבערשיפ אויף פליגער דערווייל) וועלן זיי דינגען עראפלאנען פון א ליעסינג קאמפאני.
גוד לאק!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

וועלקאם צו אונזער פלייט, אונזער דעסטינאציע איז…. אינערגעץ!
ענליך צו וואס מיר האבן באריכטעט פארגאנגענע וואך אז Qantas טוט אפערירן פלייטס צו דעסטינאציעס וואס ווערן נישט פובליצירט פון פריער, טוט די יאפאנעזע עירליין All Nippon Airways מעלדן אז זיי וועלן מאכן פלייטס וואס פארן נישט אינערגעץ!
ס'איז נישט ניי פאר ANA צו אהערשטעלן אזעלכע פלייטס, און ANA איז נישט די איינציגסטער וואס שטעלט עס צו!
קודם לאמיר אראפלייגן די צורה פון די פלייט. פאסאדזשירן באורדן ארויף אויף א געהעריגע פליגער - אין אונזער פאל א A380 - פון א געהעריגע טערמינאל, מ'הייבט זיך ווי נארמאל, מ'פארט ארום און די לופטן, און מ'לאנדעט! א געווענליכע רייזע? הממ.. מיט איין קלייניגקייט איז עס אנדערש, ווייל די עירפארט פון וואו מ'פארט ארויס איז די זעלבע ווי די עירפארט וואו מ'לאנדעט!
עטליכע אזיאנע עירליינס אפפערן פון צייט צו צייט אזעלכע פלייטס, און יעצט האט ANA פארברייטערט איר סקעדזשועל מיט א שיינע צאל פון אזעלכע "רוטס".
פארוואס טוען דאס עירליינס? און פארוואס יעצט מער ווי אייביג?
אויף די רעזערוועישנס מאכן די עירליינס געלט פונקט ווי אנדערע טיקעטס, ס'אינטערעסירט זיי נישט מער צו טראגן און ברענגען מענטש פון איין פלאץ צום צווייטן, ווי זיי צו טראגן און ברענגן פון איין פלאץ צום ערשטן! ווילאנג די זיצן זענען פול מאכן זיי געלט.
אבער יעצט האבן אזעלכע פלייטס מער א משמעות, ווייל פילע פליגערס שטייען ליידיג און אויב מ'נוצט זיי נישט פאר מער ווי 6 מאנאטן אין א ציה, דארפן זיי - לויט אינדוסטריע רעגולאציעס - עס פלאצירן אין לאנג-טערמיניגע סטארעדזשעס וואס קאסטן זיי אסאך, אבער אזוי איז די פליגער אין באנוץ. אויך האבן די עירליינס הונדערטע איינגעשטעלטע פאר וועם זיי דארפן סייווי צאלן פעיראלל אפילו אויב זיי האבן נישט קיין ארבעט, נאך מער פון דעם, ווען די מאנשאפט גייען ליידיג אן טוהן זייער ארבעט פאר לאנגע חדשים, וואלט עס געקאסט פאר די עירליינס אסאך געלט צו צאלן שפעטער ווען זיי קומען צוריק זיי צוריק צו טרענירן אין די ארבעט. אויף אזא וועג האלטן זיי די פליגערס און די מאנשאפט אקטיוו, שפארנדיג דערביי אסאך געלט.
אבער פארוואס ווילן דאס פאסאדזשירן? און פארוואס יעצט מער ווי אייביג?
אייגנטליך, פארוואס נישט? מענטשן וואס האבן ליב צו פליען אפילו זיי זוכן נישט אנצוקומען צו א געוויסע ציהל, און דערביי פארשפרעכן נאך די עירליינס אז מ'גייט זעהן שיינע פאנאראמישע סצענעס, גייען דערפאר. ס'איז אזא סארט עקספעריענס אויף וואס מענטשן זענען גרייט זיך צו לאזן קאסטן.
ס'איז געווארן מער פאפולער יעצט ווען אלגעמיינע פוינט A צו פוינט B טרעוול איז געווארן מער איינגעצוימט און פארבאטן, האבן מענטשן וואס זוכן outings אויף א "אויסגעהאלטענע" וועג, זיך צוגעכאפט צו די געדאנק, הייבנדיג די פארלאנג און אין רעזולטאט אויך די סופליי.
בעל התל אמר… ובעל החריץ אמר… לימים נזדווגו… און.... געפלויגן!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכח קאקפיט,

אפשר שמועסטע מער אויס די נייע עירליינס, ובפרט אמעריקאנע.
גארנישט געהערט דערוועגן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,

אפשר שמועסטע מער אויס די נייע עירליינס, ובפרט אמעריקאנע.
גארנישט געהערט דערוועגן.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6332
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:וועלקאם צו אונזער פלייט, אונזער דעסטינאציע איז…. אינערגעץ!

בפרט האבן מענטשן ליב די עסן
שכח קאקפיט!!!
קיפ אפ!!!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

Icelandair נעמט צוריק די 737 MAX
די הויפט עירליין פון Iceland האט אוועקגעגעבן אסאך אטענטשן פאר די 737 MAX דורכאויס די גאנצע צייט פון די גראונדינג און ריסערטיפיקעישן, זיי האבן א באזונדערע וועב-פעידזש וואו זיי אפדעיטן די גאנצע פראסעס א.א.וו.
יעצט האט די עירליין צוריקגעברענגט די מעקס אין דינסט, זאגנדיג אז זיי פארשטייען אויב ס'איז איינער נאכנישט באקוועם דערמיט און ערלויבן אויף דערווייל צו טוישן אדער קענסלען טיקעטס אומזינסט פאר רייזענדע געסקעדזשועלט אויף די פליגער. זיי האבן גלייכצייטיג ארויסגעלייגט אויף זייער וועבסייט לינקס צו די וועבזייטלעך פון אמעריקאנע, קאנאדישע און יוראפעאישע אוויאציע רעגולירער וואס האבן עס שוין סערטיפייד. באזונדער האבן זיי ארויסגעגעבן א ספעציעלע ווידיאו מיט א ערקלערונג אויף די טוישונגען וואס זענען געמאכט געווארן אין די סיסטעמס וועלכע מאכן עס יעצט מער פארזיכערט בעז"ה.
אייסלאנדעיר איז טאקע סטאנציאנירט אין א רעאלעטיוו קליין לענדל, אבער שטייענדיג אין א גוטע געאגראפישע פאזיציע איז זי ברייט באנוצט פאר קאנעקשנס צווישן אמעריקע און אייראפע. צ.ב. לאנדאן איז אפגערוקט פון ניו יארק מיט איבער דריי טויזנט Nautical מייל, אבער ביז צו אייסלאנדס הויפטשטאט Reykjavik איז עס אונטער 2300 געבנדיג די מעגליכקייט פאר מער סארטן און קלענערע פליגער צו פליען אריבער דעם אטלאנטיק מיט א סטאפאווער אין אייסלאנד און אזוי ארום ברענגען ביליגערע פרייזן פאר די רוטס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

צוקער וואסער האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,

אפשר שמועסטע מער אויס די נייע עירליינס, ובפרט אמעריקאנע.
גארנישט געהערט דערוועגן.

ערווארט נישט קיין קאמפעטישן מיט דעלטא און יונייטעד, אבער עפעס אן עירליין פארשפרעכט עס דאך צו זיין. גיימער באלד זיין צוריק אי"ה מיט א פולע באריכט אין א נייע אוויאציע אשכול דא אויף אייוועלט!
סטעי טונד!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

אויב מעגליך ברענגן וואס די נייעס איז https://ahblicklive.com/post.php?u_id=1 ... 2uewGjgLaC
יישר כח
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:אויב מעגליך ברענגן וואס די נייעס איז https://ahblicklive.com/post.php?u_id=1 ... 2uewGjgLaC
יישר כח

איך האב עס נישט געזעהן באריכטעט, איך ווייס נישט.
לכאורה רעדט מען פון א פריוואטע מענטש אויף זיין אייגענע פליגער.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

בריטיש עירוועיס לייגט צו א יאר פון סטאטוס אויף זייער פריקווענט פלייער פראגראם
אין יולי 2020 האט שוין די עירליין אויסגעצויגן די סטאטוס פאר אלע מעמבערס, און זיי זענען נישט געווען די איינציגסטע, אין יענע חדשים האבן אלע עירליינס, קאר רענטלס און האטעלן געמאלדן פארלעגערונגען פאר די מעמבערשיפ און גרינגערע באדינגונגען עס צו באנייען אויף די קומענדיגע יאר. אבער יעצט איז BA דא צו מעלדן א פרישע הוספה פאר טייל מעמבערס אין די Executive Club פראגרעם אז זיי וועלן געניסן פון זייערע בענעפיטן פאר נאך א גאנצע יאר.
די עקסטענשן איז פאר מעמבערס וואס זייער לאיעלטי סטעטוס דארף אפלויפן ביזן אכטן פונעם קומענדיגן דעצעמבער למס', אזעלכע וועלן צובאקומען נאך א גאנצע יאר צו קענען פארן אויף די נויטיגע פלייטס צו פארדינען פוינטס מיט וואס אנצוהאלטן זייער סטאטוס אויף די נאכפאלגענדע (2023) יאר.
איך ווייס נישט וואס ס'מאכט BA אראפשטעלן די דעדליין פאר Dec. 8, וואס איז אנדערש 8 פון 9? איך שוין אבער איינעם וואס זיין סטעטוס עקספייערט דעצ. 9 פונקטליך.
ס'פארבלייבט צו ווארטן און זעהן אויב נאך עירליינס וועלן נאקומען אין זייער פיסטריט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:אויב מעגליך ברענגן וואס די נייעס איז https://ahblicklive.com/post.php?u_id=1 ... 2uewGjgLaC
יישר כח

איך האב עס נישט געזעהן באריכטעט, איך ווייס נישט.
לכאורה רעדט מען פון א פריוואטע מענטש אויף זיין אייגענע פליגער.

Antonio Sena, 36, was reunited with his family on Monday after a dramatic search and rescue mission five weeks after he went missing.
Sena went missing on January 28 after taking off from Alenquer in the state in Para on the northern bank of the Amazon River bound for the nearby city of Almeirim.

After a suspected mechanical failure, Sena made a forced landing in a clearing in the jungle.

Luckily the 36-year-old managed to grab a rucksack with some bread and other belongings before the inside of his plane caught on fire.

It was four weeks after he set out on foot to find help that Sena came across a group of chestnut pickers who then raised the alarm.


His tearful family reunion was broadcast on Brazilian TV before he was rushed to hospital for a check-up.

Antonio, known to friends as Toninho, fought back tears as he confessed: "The only thing that kept me strong and enabled me to come out of that situation alive was the love I have for my family, the desire I had to see my parents and my brother and sister again.

“It’s a story of love and faith.”

Sena told reporters of how he spent a week close to his burnt-out plane while search and rescue teams circled overhead before leaving on foot to seek help.

It was on Saturday when by chance he came across chestnut pickers that his mum Rolene got the call to say he was alive.

Speaking of the moment he knew he was going to survive, he added: “It was about 3.30 or 4pm.

“I was walking in the jungle and spotted a white tarpaulin which I pulled back to find a basket with chestnuts in by some tools and water.

“I followed the trail until I came across the people who raised the alarm."

The 36-year-old had lost four stone during his five-week ordeal but thankfully was released from hospital after treatment for dehydration and minor injuries.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

שכוח
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

נאך א מיילסאטון ביי אמעריקען עירליינס' פראיעקט אין לאס אנדזשעלעס עירפארט
אמעריקען עירליינס האט אין אקטאובער 2017 אנגעהויבן א מאסיווע 1.6 ביליאן דאללערדיגע פראיעקט איבערצובויען טערמינאל 4 און 5 פון די לאס אנדזשעלעס עירפארט (LAX). אין די גרעסטע אינוועסטמענט וואס די קאמפאני האט נאר אמאל געמאכט אין אן איינצעלנעם עירפארט, טוט זי צולייגן גאנצע 258,000 סקווער פיס צו די סטרוקטשור, בויעט גענצליך איבער 169,000 פון די עקזיסטירנדע געבוי, און רענארווירט טיילווייז א עקסטערע מער ווי 213,000 ס"פ, לאזנדיג בלויז 83,000 פון די יעצטיגע בנין אומבארירט.
די פראיעקט טוט גענצליך מאדעריניזירן די צוויי טערמינאלן פון וועלכע אמעריקען אפערירט ארויס פון LAX, מיט נייע טעכנעלאגיע, א סאפיסטיקירטע אויסזעה פון אינעווייניג און די זעלבע פונדרויסן.
היינט האט די עירליין געפייערט א מיילסטאון אין די פראיעקט, ווען די לעצטע beam פאר די שטאלענעם סטרוקטור איז אריינגעשטעלט געווארן אין פלאץ. די גרעסטע שישקעס פון די עירליין, די עירפארט פירערשאפט און די פראדזשעקט הויפטן האבן ארויפגעקאטשקעט זייער אונטערשריפט אויף די ביעם איידער מ'האט עס ענטגילטיג אינסטאלירט געווארן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”