נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

זייער אינטערעסאנט, ביטע שרייב נאך.
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

שקויעך ראביי קאקפיט! מיר שלינגען מיט דארשט איעדעס באריכט אייערע.
פין מיין זייט שרייב וויאזוי ס'איז דיר גרינגער.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

כינע אנטוויקלט איר אייגענעם טרעוול פאס
אינדערצייט וואס די וועלט איז אין א געיעג צו טרעפן די ריכטיגע לעזונג וואס וועט ערלויבן די צוריקקער פון אלוועלטליכע טרעוול\אוויאציע, האט טשיינע געמאלדן אהערגעשטעלט איר אייגענעם א.ג. "טרעוול פאספארט".
אסאך עירליינס אפפערן שוין אפציעס גרינגער צו מאכן די קאפ-ווייטאגליכע פראצעדורן פון אונטערנאציאנאלע טרעוול. צום ביישפיל, בריטיש עירוועיס, אמעריקען עירליינס און נאך, נוצן אן עפפ גערופן VeriFLY, וואו טרעוולערס קענען אריינלייגן די דעטאלן פון זייער טריפ און אפלאודן די דאקומענטן וואס זיי דארפן האבן צו קענען פליען (קאוויד טעסט, וואקסין רעקארד, טרענזיט וויזא, ענטרענס פערמיט א.א.וו.), די עפפ טוט נאכדעם וועריפייען אויב די צוגעשטעלטע פאפירן זענען די ריכטיגע סארט און מיט די ריכטיגע דאטום וואס פעלט זיך אויס פאר די טריפ און די רייזנדער באקומט א גרינע סטאטוס וואס מיידט אים אויס פון דורכגיין די גאנצע איבערזיכט פראצעדור ביים אנקומען אין עירפארט, נאר מ'קען אנשטאט גלייך אריינטשעקן ווי א בעפאר-קאוויד פלייט.
אנדערע עירליינס געבן א קלענערע הילף, א שטייגער ווי די אייראפעאישע Ryanair וואס האט היינט צוגעלייגט א אפציע אין זייער מאביל-עפפ וואו מ'קען אפלאודן די פרוף וואס מ'דארף ביים אנקומען אין עירפארט. די עפפ טוט גארנישט מיטן עס וועריפייען פון פריער, ס'איז ענדערש מער ווי א לעדל וואו מ'קען האלטן מסודר די צעטלעך וואס מ'דארף צו די האנט.
די וועלט דארף אבער א פאספארט וואס זאל זיין א ענטגילטיגע חותם אויף א מענטש, אז די הימלען זענען אפן פאר אים, אן וואס ער זאל זיך דארפן קווארענטינען אין סיי וועלכע דעסטינאציע. פארשטענדליך אז פונקט ווי א געווענליכע פאספארט, איז די סוקסעס פון אזא סארט פאספארט אנגעוויזן אויף וויפיל לענדער וועלן עס אנערקענען אלס לעגיטים.
די מערסט פאפולערע אזא געדאנק איז דערווייל די טרעוול פעסס וואס די אינטערנאציאנאלע עיר טראנספארט אסאוסיעישן (IATA) אפפערט. ס'איז נישט די צייט אריינצוגיין אין הסברים וואס IATA איז, אבער זי א וועלטס דאמינירנדע מאכט אין אוויאציע און ס'איז צום גלויבן אז איר פאס האט א גרויס טשענס פאר אונטערנאציאנאלע רעקאגנישן.
ס'ליגט מיך אין קאפ אז איך האב געזעהן באריכטעט אין די לעצטערע טעג אז געוויסע נעמען שוין אן די IATA פאס אויף טרייעל, אבער איך געדענק נישט אויף זיכער וואס, ווען און וואו. אויב ווייסט איר ביטע לאזט אייך הערן.
און יעצט איז כינע אריינגעקומען מיט א מעלדונג אז זיי שטעלן שוין צו א פאס פאר אלע בירגער וואס האבן זיך שוין וואקסינירט ווי ס'דארף צו זיין, מיט דעם פאס האט מען א גרינע ליכט אריינצוקומען אין.... טשיינע! ווי זיי זאגן זענען זיי גרייט צו ארבעטן מיט נאך רעגירונגען צו איינפירן דעם פאספארט ארום די וועלט, אבער דערווייל איז עס נאר פאר כינעזע בירגער פאר כינעזע טרעוול.
אזעלכע לענדער ווי רוסלאנד און איראן וועלן מסתם אונטערקומען מיט קאאפעראציע אויף כינעס ערפינדונג, אבער זיי וועלן נישט אזוי גרינג איבערצייגן די וועלט צו אננעמען א זאך וואס איז אנטוויקלט געווארן דורך איין ענטיטי אן אינטערנאציאנאלע צוזאמענארבעט.
איין בארגענינג טשיפ וואס כינע האט אויף זייער זייט, זענען די 2022 ווינטער-אלימפיק שפילן וואס גייען פארקומען אין טשיינע. די שפילן ציען מיליאנען באזוכער צו די לאנד וואו ס'ווערט אפגעהאלטן. אויב זאל זיך כינע עקשנ'ן אז זיי לאזן נאר אריין ווער ס'האט זייער פאס, וועלן מיליאנען פון איבער די גאנצע וועלט עס מוזן נוצן בעל כרחם.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

פראנצויזישע דאמעסטיק רוטס וועלן ווערן רעדוצירט
די קאוויד שאט-דאון אויף אוויאציע קומט שוין נענטער צו אן ענדע, און לויט רוב עקספערטן קען מען ערווארטן אין די זוממער חדשים א אוויאציע מארקעט אלוועלטליך ענליך צו א געווענליכע יאר. פארט זענען יא דא אסאך אפעקטס וואס די חדשים פון פארשליסונג וועלן איבערלאזן אויף אייביג. אנגעהויבן ביי די פינאנציעלע אונטערגאנג פון עירליינס, א שטייגער ווי וואס מיר האבן באריכטעט מיט די מעגליכקייט פון א צוזאמפאל פון Czech Airlines, ביז צו די אנדערע עקסטרעם פון נייע עירליינס וואס מיר האבן שוין אויך גערעדט דערפון (מיר וועלן באלד צוריקקומען צו דעם).
אבער איינע פון די פאקטארן וואס זעען יעצט און וועלן ווייטער זעהן א אייביגע טויש, זענען די רוטס וואו עירליינס פליען. פאפולערע ביזנעס און וואקאציע רוטס זענען געווארן אומפאפולער, אנדערע זענען געווארן מער פאפולער, רוטס וואס עירליינס האבן צייטווייליג אויפגעגעבן זענען פארכאפט געווארן דורך קאמפעטישנס און אזוי ווייטער מיט נאך און נאך ביישפילן.
איין שטאקע טויש גייט זיין מיט דאמעסטיק טריפס אין פראנקרייך. די קריטישע הילף וואס די פראנצויזישע רעגירונג האט געשאנקן פאר די לאנדס עירליין "עיר פרענס", איז געקומען אין אויסטויש פאר תנאים וואס די עירליין דארף איינהאלטן. צווישן די דעטאלן איז אריינגעשטעלט געווארן פאר גרין ענווייראמענטליכע ווירדן, אז די עירליין דארף שניידן אירע דאמעסטישע רוטס וואס דויערן ווייניגער ווי 2 און אהאלב שעה, אויף פעלער וואו די זעלבע רוט קען מען פארן מיט א טרעין.
טרעינס אין רוב אייראפע, און בפרט אין פראנקרייך, זענען זייער א אנגענומענע וועג פון לאקאלע און לאנג-דיסטענס טרעוול, ס'איז נישט ווי א שמוציגע רייזע אויף די ניו יארק סאבוועי אדער א פשוטע טריפ מיט די ניו דזשערסי טראנזיט, ס'איז אויך מער באקוועם און צוגעשטעלט ווי א רייזע אויף די עמטרעק. ממילא איז עס נארמאל צו ריפלעיסן א עראפלאן רייזע מיט א באן רייזע.
עיר פרענס און נאך אנדערע אייראפעאישע עירליינס טוען שוין פון לאנג אפפערן צו בוקן א רייזע קאמבאנירט אינאיינעם מיט א טרעין, אן א.ג. Air&Rail טריפ, אבער יעצט אונטער די סעיפים אריינגעשריבן אין די דיעל, דארף עס די עירליין מער פארברייטערן.
אוי! וואס איז געשעהן מיט דיר פראנקרייך, די וויגעלע פון אוויאציע? פאר א ליבעראלע אידעלאגיע טוישסטו איין פליגלען פאר שינעס?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

מימוני האט געשריבן:שקויעך ראביי קאקפיט! מיר שלינגען מיט דארשט איעדעס באריכט אייערע.
פין מיין זייט שרייב וויאזוי ס'איז דיר גרינגער.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:פראנצויזישע דאמעסטיק רוטס וועלן ווערן רעדוצירט
די קאוויד שאט-דאון אויף אוויאציע קומט שוין נענטער צו אן ענדע, און לויט רוב עקספערטן קען מען ערווארטן אין די זוממער חדשים א אוויאציע מארקעט אלוועלטליך ענליך צו א געווענליכע יאר. פארט זענען יא דא אסאך אפעקטס וואס די חדשים פון פארשליסונג וועלן איבערלאזן אויף אייביג. אנגעהויבן ביי די פינאנציעלע אונטערגאנג פון עירליינס, א שטייגער ווי וואס מיר האבן באריכטעט מיט די מעגליכקייט פון א צוזאמפאל פון Czech Airlines, ביז צו די אנדערע עקסטרעם פון נייע עירליינס וואס מיר האבן שוין אויך גערעדט דערפון (מיר וועלן באלד צוריקקומען צו דעם).
אבער איינע פון די פאקטארן וואס זעען יעצט און וועלן ווייטער זעהן א אייביגע טויש, זענען די רוטס וואו עירליינס פליען. פאפולערע ביזנעס און וואקאציע רוטס זענען געווארן אומפאפולער, אנדערע זענען געווארן מער פאפולער, רוטס וואס עירליינס האבן צייטווייליג אויפגעגעבן זענען פארכאפט געווארן דורך קאמפעטישנס און אזוי ווייטער מיט נאך און נאך ביישפילן.
איין שטאקע טויש גייט זיין מיט דאמעסטיק טריפס אין פראנקרייך. די קריטישע הילף וואס די פראנצויזישע רעגירונג האט געשאנקן פאר די לאנדס עירליין "עיר פרענס", איז געקומען אין אויסטויש פאר תנאים וואס די עירליין דארף איינהאלטן. צווישן די דעטאלן איז אריינגעשטעלט געווארן פאר גרין ענווייראמענטליכע ווירדן, אז די עירליין דארף שניידן אירע דאמעסטישע רוטס וואס דויערן ווייניגער ווי 2 און אהאלב שעה, אויף פעלער וואו די זעלבע רוט קען מען פארן מיט א טרעין.
טרעינס אין רוב אייראפע, און בפרט אין פראנקרייך, זענען זייער א אנגענומענע וועג פון לאקאלע און לאנג-דיסטענס טרעוול, ס'איז נישט ווי א שמוציגע רייזע אויף די ניו יארק סאבוועי אדער א פשוטע טריפ מיט די ניו דזשערסי טראנזיט, ס'איז אויך מער באקוועם און צוגעשטעלט ווי א רייזע אויף די עמטרעק. ממילא איז עס נארמאל צו ריפלעיסן א עראפלאן רייזע מיט א באן רייזע.
עיר פרענס און נאך אנדערע אייראפעאישע עירליינס טוען שוין פון לאנג אפפערן צו בוקן א רייזע קאמבאנירט אינאיינעם מיט א טרעין, אן א.ג. Air&Rail טריפ, אבער יעצט אונטער די סעיפים אריינגעשריבן אין די דיעל, דארף עס די עירליין מער פארברייטערן.
אוי! וואס איז געשעהן מיט דיר פראנקרייך, די וויגעלע פון אוויאציע? פאר א ליבעראלע אידעלאגיע טוישסטו איין פליגלען פאר שינעס?

ווארט נאר ווארט ביז דאס וועט געשען דא אין אמעריקא

@גריןדעיל

----

יישר כח פאר די באריכטן
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

פרישע אמעריקאנע עירליין ערהאלטן איר באשטעטיגונג פון די DOT
ווי שוין באריכטעט דא זענען איז אין די לעצטערע וואכן דא א ערשיינונג וואס איז שוין נישט געווען פאר לאנגע יארן. נייע עירליינס.
נעכטן מיטוואך האט די דעפארמענט אוו טרענספארטעישן אפראווד אן צוקונפטיגע אמעריקאנע עירליין צו זיין…. א עירליין. די רעדע איז איבער Breeze Airways וואס וויל אויסשפרייטן אירע פליגלען אין אמעריקאנע סיטיס און מיט דעם איז די ערשטע לעגאלע פראבלעם געלעזט און ס'ברענגט א טריט נענטער צום הימל. די קאמפאני דארף נאך באקומען א AOC (נישט אויפמישן מיט קאנגרעס מיטגלידערן קורטעז) וואס שטייט פאר air operator's certificate פון די FAA כדי צו קענען אפערירן לעגאל אלס א עירליין, און דאס צו באקומען איז א פראסעס פאר זיך, אבער איין גרויסע שטיין איז שוין יעצט אוועקגעקוילערט פון וועג.
Breeze Airways ווערט געגרינדעט דורך גרויסע עקספערטן, די הויפט צווישן זיי איז David Neeleman, א בארימטע אוויאציע פיאנער וואס האט שוין געגרינדעט 4 אנדערע סוקסעספולע עירליינס, צווישן זיי די אמעריקאנע JetBlue.
די אויפקומענדע עירליין פלאנט נישט צו קאנקורירן דירעקט מיט די גרויסע עירליינס און וועט נישט פליען אויף פאפולערע רוטס, (צ.ב. ניו יארק - שיקאגא אדער לאס אנדזשעלעס - סאן פראנציסקא), נאר די סטראטעגיע איז ענדערש צו סערווירן רוטס וואס זענען באצייכנט אלס "underserved" ד.מ. אז ס'זענען דא ווייניג אפציעס צו פליען פון דארט אבער א פאטענציאל צו האבן א גרויסע קליענטעל ווען ס'זענען דא דירעקטע פלייטס, געווענליך מאכט זיך דאס פון מיטעלע סייז סיטיס צו גרויסע סיטיס און צוריק.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יישר כח פארן באריכט!

זייער אינטערעסאנט אז אפילו אין די איצטיגע צייטן ווען אלעס וואס האט צו טוהן מיט פליען איז ממש אין די אדמה, זאל איינער קומען און גאר עפענען א נייע עירליין.

איז דא א בערך'דיגע צייט וואס זיי ערווארטן ווען די עירליין וועט אנהייבן אפערירן?
און זאגן זיי בכלל עפעס וועלכע רוטס זיי רעכענען צו פליען, אדער ס'איז נאך אלעס לוטה בערפל?
---
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

בשבילי נברא האט געשריבן:יישר כח פארן באריכט!

זייער אינטערעסאנט אז אפילו אין די איצטיגע צייטן ווען אלעס וואס האט צו טוהן מיט פליען איז ממש אין די אדמה, זאל איינער קומען און גאר עפענען א נייע עירליין.

איז דא א בערך'דיגע צייט וואס זיי ערווארטן ווען די עירליין וועט אנהייבן אפערירן?
און זאגן זיי בכלל עפעס וועלכע רוטס זיי רעכענען צו פליען, אדער ס'איז נאך אלעס לוטה בערפל?

זיי האבן געפלאנט אויף מארטש, אבער יעצט דערווייל זעהט אויס ווי ס'גייט ווערן אפריל אדער june
די רוטס לייגן זיי נישט ארויס, איך האב אבער געזעהן פון בלאגגערס וואס זאגן אז זיי גייען פארן לענגאויס די איסט קאוסט. איך ווייס נישט ווי קראנט ס'איז. מעגליך וועט מען זיי נאך נוצן פון ניו יארק קיין פלארידע.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

די A380ס פארלאזן די הימלען
מיר האבן שוין עטליכע מאל דערמאנט אז די גרעסערע סארט פליגערס זענען די שווערסטע באטראפן געווארן פון דעם ווירוס, און דאס ברענגט א טויש אין די גאנצע וועג וויאזוי עירליינס אפערירן. יעצט הערט מען אז Etihad - א עירליין פון די UAE - פלאנט אינגאנצן ארויסצושטעלן די צוויי שטאקיגע פליגער פון דינסט.
די A380ס פון Etihad זענען געווען ספעציעל בארימט מיטן אפפערן א "רעזידענס" קלאס אויף אירע רייזעס, דאס איז א לוקסעריעזע טריפ וואו מ'באקומט א גאנצע ווינקל מיט אפאר צימערן אויף די פליגער. א טריפ פון ניו יארק קיין Abu Dhabi אין "רעזידענטס" פלעגט קאסטן איבער 30 טויזנט דאללער! דאס איז אויסער די טייערע ערשטע קלאס און ביזנעס קלאס וואס די A380ס האבן געהאט.
ס'איז שוין א יאר צייט וואס די עירליין האלט אלע 10 פון די מאדעל אויף די ערד, און אין דעם צייט האט די קאמפאני געמאכט דעם חשבון אז ס'לוינט זיך איר מעגליך נישט צוריקצוברענגען דעם סארט צו די ארבעט. די CEO פון די עירליין טאני דאגלעס זאגט אז קלענערע סארט פליגער קענען טוהן די זעלבע ארבעט פאר ביליגער.
עיר פרענס איז די ערשטע עירליין וואס האט געמאלדן אז זי וועט אינגאנצן רעטייערן אלע אירע A380ס אן קיין פלאן אריינצוברענגען נאך, און יעצט קען מעגליך Etihad זיין די צווייטער.
Thai Airways האט אויך 2 פון די גרויסע פייגל אויף די סעילס מארקעט, דאס זענען אין צוגאב צו 10 747ס ווי שוין באריכטעט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

און עפעס נייעס אנבאלאנגט די 747?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

Southwest ברענגט צוריק די MAX, נאך ארדערס זענען א דירעקטע פארלוסט פאר עירבאס
Southwest עירליינס האט פאריגן דאנערשטאג צוריק אנגעהויבן פליען מיט די 737 MAX פליגער, אויף עטליכע פון אירע רוטס, און די קאמפאני זאגט אז זי וועט מעגליך קויפן נאך 300 פון די סארט צו ערזעצן אנדערע עלטערע פליגערס.
Southwest האט שוין פונלאנג קלארגעשטעלט אז זי גייט מאכן גרויסע ארדערס אויף נייע פליגערס אריינצושטעלן אין פלאץ פון אנדערע אלט געווארענע. די מעקס איז געווען איינע פון די פליגערס אויף וואס זיי האבן געקוקט, אבער ווען די FAA האט אראפגעזעצט די מאדעל האבן זיי אנגעהויבן קוקן אויף די עירבאס A320 - א מאדעל וואס איז ענליך אין סייז און אין אויסשטעל צום מעקס.
יעצט אז די מעקס איז צוריק נעמט איר Southwest אויף מיט ברייטע ארעמעס און וועט גאנץ מעגליך באשטעלן נאך א ריזיגע ארדער פון די זעלבע סארט.
געווענליך וועלן עירליינס - בפרט לאו-קאסט עירליינס ווי Southwest - זוכן צו האבן אסאך פון די זעלבע סארט פליגער ווי איידער האבן אסאך אנדערע מינים. דאס שפארט געלט פאר די עירליין אויף פילאט און פלייט אטענדענט טרענירונגען, ווי אויך מעכאניקער און פארקינג ספאטס. (ס'א שמועס פאר זיך, אבער דאס איז עס אויפן שפיץ גאפל). דערפאר טוט Southwest לכתחילה בעפארצוגן צו ארדערן מער פון די MAX ווי איידער עפעס אנדערש.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

עירליין ווערט באשטראפט איבער א געפעכט צווישן פילאט און פלייט אטענדענט
א געפעכט צווישן א פילאט און א פלייט אטענדענט אויף א כינעזע פלייט האט זיך געענדיגט מיט אן ערנסטע הענט און פיס געראנגל, אין וועלכע די פילאט האט פארלוירן א ציין.
די אומגעווענליכע אינצידענט האט זיך אפגעקאכט ענדע פאריגען פעברואר אויף א כינעזע Donghai עירליין פלייט, ווען די פילאט איז ארויס נוצן די בית הכסא און א פאסאדזשיר האט אינמיטן געקלאפט אויפן טיר ווארטנדיג אין די ליין. די פילאט איז געווארן אויפגעברויזט אויף די הויפט פלייט אטענדענט אז ער האט אזאנס צוגעלאזט, די פילאט האט פארפירט אז די סעיפטי רעגולאציעס זענען אז רייזנדע טארן נישט שטיין נאנט צו די פריוואטע צימערל ווען די פילאטן געפונען זיך דארט, און האט געשריגן אז די פלייט אטענדענט פירט נישט אויס זיינע פליכטן.
די געפעכט איז געווארן א קאנפליקט ווען הענט, פיס און ציינער האבן אנגעהויבן פליען פון ביידע זייטן, די פילאט האט אוועקשפאצירט מיט איין צאן ווייניגער און די פלייט אטענדענט מיט א צובראכענע ארעם.
ס'האט געדויערט צוויי וואכן ביז די נייעס איז געווארן באריכטעט פארגאנגענעם מארטש 6, און די כינעזע אוויאציע אגענטור האט געעפנט אן אויספארשונג.
יעצט האט די כינעזע CAAC געמאלדן אז אין ליכט פון די אינצידענט טוען זיי באשטראפן די עירליין מיטן זיי באגרעניצן פון צולייגן נייע רוטס און זיי נישט ערלויבן צו פארברייטערן עקזיסטירנדע רוטס, די רעגירונג האט נישט געזאגט אויף ווי לאנג די צוימונגען וועלן זיין אין אפפעקט. עקסטער זענען די הויפט שפילער אין די קאנפליקט - די פילאט און אטענדענט - באשטראפט געווארן מיטן פארלירן זייערע לייסענס'. פאסאדזשירן זאגן אז די פילאט איז די הויפט שולדיגער דא, אבער כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין.
איך גלייב נישט אז אין אמעריקע אדער סיי וועלכע אנדערע פרייע לאנד וואלט אן עירליין געליטן קאנסעקווענצן אויף אן איינמאליגע פריוואטע אויפפירונג פון זייערע איינגעשטעלטע, אבער אין טשיינע פרעגט מען נישט קיין קשיות.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

א פלייט דרייט זיך צוריק נאך וואס איינער שיינט דערויף מיט לעיזער
די Jerusalum Post באריכטעט אז נעכטן אויפדערנאכט אויף איר וועג העכער פאריז, איז א Virgin Atlantic פלייט פון לאנדאן קיין תל אביב געצילט געווארן פון די ערד מיט א לעיזער. די פליגער האט זיך גלייך צוריקגעדרייט צו לאנדאן ווייל די פילאט האט געזאגט אז ער שפירט אז ס'האט געשאדט פאר זיין זעה קראפט.
די עירליין האט זיך תיכף פארבינדן מיט די פאליציי אין פאריז וועלכע האבן אפאר שעה דערויף ארעסטירט א פארדעכטיגטן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכח קאקפיט,

איז עס נישט א שטרקע פראסק פאר עירבאס די גאנצע A-380 סומאטוכע?
זיי האבן אזויפיל אינוועסטירט דערין און נאכדעם זענען זיי געצוואונגען צו סטאפן פראדוקציע.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,

די קורצע ענטפער איז ניין.
ערשטנס און מערסטנס, ווייל באואינג גייט אויך סטאפן פראדוקשן אויף די 747 נעקסטע יאר, די איבריגע וואס זיי פראדוצירן נאך זענען נאר אויסצופילן ארדערס, זיי נעמען שוין נישט קיין נייע ארדערס.
צווייטנס, די A380 בלייבט פראכטפול און איקאניש מיט אירע צוויי שטאק פאר ווילאנג זי פליהט, אפילו אויב מ'פראדוצירט שוין נישט קיין נייע.
דריטנס, די מארקעט שיפט צו אנדערע קלענערע סארט פליגער וואו עירבאס קאמפיט זייער גוט אין די מארקעט אויף דעם.

די לאנגע ענטפער איז צו לאנג. אפשר וועל איך נאך צוריקומען מיט א געהעריגע אנאליז איין טאג.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,

איז עס נישט א שטרקע פראסק פאר עירבאס די גאנצע A-380 סומאטוכע?
זיי האבן אזויפיל אינוועסטירט דערין און נאכדעם זענען זיי געצוואונגען צו סטאפן פראדוקציע.

די קורצע ענטפער איז ניין.
ערשטנס און מערסטנס, ווייל באואינג גייט אויך סטאפן פראדוקשן אויף די 747 נעקסטע יאר, די איבריגע וואס זיי פראדוצירן נאך זענען נאר אויסצופילן ארדערס, זיי נעמען שוין נישט קיין נייע ארדערס.
צווייטנס, די A380 בלייבט פראכטפול און איקאניש מיט אירע צוויי שטאק פאר ווילאנג זי פליהט, אפילו אויב מ'פראדוצירט שוין נישט קיין נייע.
דריטנס, די מארקעט שיפט צו אנדערע קלענערע סארט פליגער וואו עירבאס קאמפיט זייער גוט אין די מארקעט אויף דעם.

די לאנגע ענטפער איז צו לאנג. אפשר וועל איך נאך צוריקומען מיט א געהעריגע אנאליז איין טאג.

אבער ווי סקוקט אויס גייט די 747 בלייבן א קארגא פליגער פאר א שיינע צייט בעת די A380 גייט אינגאנצן אויפהערן פליען
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,

איז עס נישט א שטרקע פראסק פאר עירבאס די גאנצע A-380 סומאטוכע?
זיי האבן אזויפיל אינוועסטירט דערין און נאכדעם זענען זיי געצוואונגען צו סטאפן פראדוקציע.

די קורצע ענטפער איז ניין.
ערשטנס און מערסטנס, ווייל באואינג גייט אויך סטאפן פראדוקשן אויף די 747 נעקסטע יאר, די איבריגע וואס זיי פראדוצירן נאך זענען נאר אויסצופילן ארדערס, זיי נעמען שוין נישט קיין נייע ארדערס.
צווייטנס, די A380 בלייבט פראכטפול און איקאניש מיט אירע צוויי שטאק פאר ווילאנג זי פליהט, אפילו אויב מ'פראדוצירט שוין נישט קיין נייע.
דריטנס, די מארקעט שיפט צו אנדערע קלענערע סארט פליגער וואו עירבאס קאמפיט זייער גוט אין די מארקעט אויף דעם.

די לאנגע ענטפער איז צו לאנג. אפשר וועל איך נאך צוריקומען מיט א געהעריגע אנאליז איין טאג.

איך רעד נישט יעצט פון קיין שטאלץ, כ׳רעד פון פינאנצן.

די 747 איז געוועהן 40 יאר אין די ליפט, ס׳איז געוועהן ווי צו מאכן געלט,
די A-380 איז קוים דרייצן יאר אלט אין ס׳איז שוין דערנאך, ווי האבן זיי דעם געקענט צוריקמאכן די אלע געלט אינוועסטירט?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:

100 פראצענט.
נאך מער פון דעם. ס'איז זיכער אז דו קענסט נישט פארגלייכן א פליגער אן קיין variants אדער freight ווערסיע וואס איז קארגע דרייצן יאר אין פראדאקשן מיט אונטער 250 שטיק אהערגעשטעלט און כמעט האלב זענען באנוצט דורך איין איינציגע עירליין, צו א פליגער מיט אסאך variants וואס איז איבער 50 יאר אין פראדוקשן מיט איבער 1500 דעליווערט צו צענדליגע קעריערס איבער די וועלט.
די קורצע ענטפער איז אבער נאכאלץ לכאורה ניין.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

שלמה מולכו האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,

איז עס נישט א שטרקע פראסק פאר עירבאס די גאנצע A-380 סומאטוכע?
זיי האבן אזויפיל אינוועסטירט דערין און נאכדעם זענען זיי געצוואונגען צו סטאפן פראדוקציע.

די קורצע ענטפער איז ניין.
ערשטנס און מערסטנס, ווייל באואינג גייט אויך סטאפן פראדוקשן אויף די 747 נעקסטע יאר, די איבריגע וואס זיי פראדוצירן נאך זענען נאר אויסצופילן ארדערס, זיי נעמען שוין נישט קיין נייע ארדערס.
צווייטנס, די A380 בלייבט פראכטפול און איקאניש מיט אירע צוויי שטאק פאר ווילאנג זי פליהט, אפילו אויב מ'פראדוצירט שוין נישט קיין נייע.
דריטנס, די מארקעט שיפט צו אנדערע קלענערע סארט פליגער וואו עירבאס קאמפיט זייער גוט אין די מארקעט אויף דעם.

די לאנגע ענטפער איז צו לאנג. אפשר וועל איך נאך צוריקומען מיט א געהעריגע אנאליז איין טאג.

איך רעד נישט יעצט פון קיין שטאלץ, כ׳רעד פון פינאנצן.

די 747 איז געוועהן 40 יאר אין די ליפט, ס׳איז געוועהן ווי צו מאכן געלט,
די A-380 איז קוים דרייצן יאר אלט אין ס׳איז שוין דערנאך, ווי האבן זיי דעם געקענט צוריקמאכן די אלע געלט אינוועסטירט?

די פאריגע תגובה האב איך געשריבן פארן ליינען דיין יעצטיגע תגובה.
ווען פרעגסט וועגן פינאנץ איז זיכער אז עירבאס האט אינוועסטירט מער דירעקט אין די A380 ווי זיי האבן פארדינט. צום ביישפיל א הלואה פון 600 מיליאן יורא פאר די A380 פראיעקט איז קיינמאל נישט באצאלט געווארן.
אבער די קאמפאני האלט אז די אינוועסמענט איז יא ווערד געווען, סיי פאר די פאפולעריטעט, און אויך ווייל די ריסוירטש וואס זיי האבן געמאכט דורכאויס די פראיעקט העלפט זיי מיט די דעוועלעפמאנט פון אנדערע מאדעלס.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,

איז עס נישט א שטרקע פראסק פאר עירבאס די גאנצע A-380 סומאטוכע?
זיי האבן אזויפיל אינוועסטירט דערין און נאכדעם זענען זיי געצוואונגען צו סטאפן פראדוקציע.

די קורצע ענטפער איז ניין.
ערשטנס און מערסטנס, ווייל באואינג גייט אויך סטאפן פראדוקשן אויף די 747 נעקסטע יאר, די איבריגע וואס זיי פראדוצירן נאך זענען נאר אויסצופילן ארדערס, זיי נעמען שוין נישט קיין נייע ארדערס.
צווייטנס, די A380 בלייבט פראכטפול און איקאניש מיט אירע צוויי שטאק פאר ווילאנג זי פליהט, אפילו אויב מ'פראדוצירט שוין נישט קיין נייע.
דריטנס, די מארקעט שיפט צו אנדערע קלענערע סארט פליגער וואו עירבאס קאמפיט זייער גוט אין די מארקעט אויף דעם.

די לאנגע ענטפער איז צו לאנג. אפשר וועל איך נאך צוריקומען מיט א געהעריגע אנאליז איין טאג.

באואינג'ס ענפער צום A-380 איז געווען די קלענערע דרימליינער מיט די טענה אז גרויס פליגער וועלן איין טאג זיין א פארגאגנהייט. זעט אויס זיי האבן גוט געוויסט די מארקעט
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

TSA סקרינט א רעקארד צאל טרעוולער דעם פארגאנגענעם פרייטאג
איבער 1.3 מיליאן זענען אדורך די TSA סעקיוריטי אין אמעריקאנע לופט-פעלדער דעם פארגאנגענעם פרייטאג מארטש 12. די לעצטע מאל וואס די אגענטור האט געזעהן טראפיק אין אזעלכע ציפערן איז געווען א יאר צוריק מארטש 15.
די גוטע נייעס איז אז פרייטאג איז געווען רעקארד-הויעך אבער די אנדערע טעג אין מארטש זענען אויך געווען ביזי. פון אנהייב מארטש ביז פרייטאג זענען 12.6 מיליאן ארויפגעשטיגן אויף פליגערס אין אמעריקאנע לופט-פעלדער. דאס זענען זייער געזונטע ציפערן פאר די אינדוסטרי ווייל מארטש איז א חודש ווען עירליינס מעסטן די וואסערן צו האבן א שטיקל אויסקוק וויאזוי די זומער חדשים וועלן אויסזעהן פון די לופטן.
די אויפשטייג איז לויט א באריכט פון ביידע סארט טרעוולערס, סיי ביזנעס און סיי leisure. ביידע קאטעגאריעס זענען געווען אפגעשטארבן דורכאויס די לעצטע יאר, און טראץ וואס leisure טרעוועל איז גיכער צוריקגעקומען, האט זיך שוין ביזנעס טרעוול אויך ארויפגעכאפט אויפן וואגן יעצט, ברענגענדיג די נומערן אזוי דראסטיש און געזונט ארויפצוגיין.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

נישטאמת האט געשריבן:
Ivelt Cockpit האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:שכח קאקפיט,

איז עס נישט א שטרקע פראסק פאר עירבאס די גאנצע A-380 סומאטוכע?
זיי האבן אזויפיל אינוועסטירט דערין און נאכדעם זענען זיי געצוואונגען צו סטאפן פראדוקציע.

די קורצע ענטפער איז ניין.
ערשטנס און מערסטנס, ווייל באואינג גייט אויך סטאפן פראדוקשן אויף די 747 נעקסטע יאר, די איבריגע וואס זיי פראדוצירן נאך זענען נאר אויסצופילן ארדערס, זיי נעמען שוין נישט קיין נייע ארדערס.
צווייטנס, די A380 בלייבט פראכטפול און איקאניש מיט אירע צוויי שטאק פאר ווילאנג זי פליהט, אפילו אויב מ'פראדוצירט שוין נישט קיין נייע.
דריטנס, די מארקעט שיפט צו אנדערע קלענערע סארט פליגער וואו עירבאס קאמפיט זייער גוט אין די מארקעט אויף דעם.

די לאנגע ענטפער איז צו לאנג. אפשר וועל איך נאך צוריקומען מיט א געהעריגע אנאליז איין טאג.

באואינג'ס ענפער צום A-380 איז געווען די קלענערע דרימליינער מיט די טענה אז גרויס פליגער וועלן איין טאג זיין א פארגאגנהייט. זעט אויס זיי האבן גוט געוויסט די מארקעט

דאכט זיך אז די דרימליינער איז א דירעקטע קאמפיטישן צו עירבאס A-350, נישט אזו ווייט די A-380.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

בריטיש עירוועיס גייט נישט פארשיקן די A380
אינדערצייט וואס עירליינס פארקויפן און רעטייערן די ריזן, און אויף אייוועלט טוט מען דעבאטירן אויב די A380 איז בכלל ווערד געווען געשאפן צו ווערן, טוט די CEO פון בריטיש עירוועיס מעלדן אז זיי פלאנען געהעריג צוריקצוברענגען די A380 אין דינסט, אבער ער ווייסט נאכנישט ווען.
פאר די בריטישע קאמפאני וועלכע האט איר הויפט סטאנציע (Hub) אין לאנדאנ'ס Heathrow, איז ענדערש ווערד צו האבן די A380 ווי פאר אנדערע. די סיבה דערצו איז ווייל גרויסע עירפארטס ארבעטן מיט א סיסטעם פון "סלאטס", ד.מ. אז עירליינס דארפן רעזערווירן א צייט אין וועלכע זיי קענען זיך הייבן אדער לאנדן פון די ראנוועי. Heathrow - טראץ איר שטאנד אלס איינע פון די וועלטס גרעסטע עירפארטס - פארמאגט בלויז צוויי ראנוועיס! אין רעזולטאט זענען אלע סלאטס איבערגעפילט און די עירפארט איז געשטיקט צו א מצב וואס זי אפערירט אין איר full capacity אן א מעגליכקייט אריינצושטופן די takeoff אדער landing פון אפילו נאך איין פליגער. ממילא לוינט זיך פאר בריטיש צו האבן איין גרויסע פליגער אין די סלאט וואס זיי האבן אנשטאט נוצן צוויי סלאטס פאר צוויי קלענערע פליגער.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יישר כח Ivelt Cockpit.

וואו אזוי קען א לעזי פוינטער אריין שיינען אויבן ביי די פיילעט?
לעצט פארראכטן דורך צוקער וואסער אום מיטוואך מארטש 17, 2021 9:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”