קאנטראווערסיע ארום באזוך פון 'נתניהו' אין וואשינגטאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג מארטש 08, 2015 11:45 pm

צייטונגען אין סודיע אראביע - לייען די סאודיער פירערשאפט - דרוקן אויס צופרידענהייט אין די נתני' רעדע, און אומצופרידענהייט אין אבאמא מיט זיין צוגאנג לגבי איראן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מארטש 09, 2015 3:36 pm

אוודאי זענען זיי צופרידען; נתניהו האט געטוהן די שמיציגע ארבעט פאר זיי.

זיי קענען בלייבען פרענדס מיט אבאמא, און אין דער זעלבע צייט וועט קאנגרעס מיט דער סענאט האלטען אין טשעק דער פרעזידענט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:43 am

תגובהדורך וואס איז » מאנטאג מארטש 09, 2015 4:50 pm

סאודי אראביע איז שוין לאנג ברוגז אויף אבאמא פאר זיינע פרואוון זיך צו דערנענטערן צו איראן. נישט אומזיסט האט אבאמא זיך געבוקט עד שיתפקקו פאר'ן פריערדיגן קעניג.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך מארטש 11, 2015 8:45 am

ביבי'ס פעיוואריביליטי ראטע אין די אויגן פון אמעריקאנער איז אראפ זינט די רעדע.

http://www.gallup.com/poll/181916/ameri ... gn=sharing
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך מארטש 11, 2015 9:38 am

אבער שטארק ארויף אין סאודע אראביע

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מארטש 11, 2015 9:49 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ביבי'ס פעיוואריביליטי ראטע אין די אויגן פון אמעריקאנער איז אראפ זינט די רעדע.

http://www.gallup.com/poll/181916/ameri ... gn=sharing
ווידער 'בעינאר'ס פעוואראבילעטי איז אומגעטוישט פון בעפאר.

דאס באשטעטיגט דאס וואס יעדער האט געטענהט צו נתניהו אז בעינאר נוצט אים אלס פאפעט פאר זיינע אינטערעסען אין די צייט וואס ביבי וועט זיין דער וואס וועט ליידן די קאנסעקווענצן.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך מארטש 11, 2015 9:59 am

צווייפעל האט געשריבן:אבער שטארק ארויף אין סאודע אראביע

ביי די עטליכע הונדערט מיטגלידער פון קעניגליכע פאמיליע 'מעגליך'. =/= פאפולאר אין "סאודי אראביע".
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מארטש 11, 2015 10:04 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:אבער שטארק ארויף אין סאודע אראביע

ביי די עטליכע הונדערט מיטגלידער פון קעניגליכע פאמיליע 'מעגליך'. =/= פאפולאר אין "סאודי אראביע".
נו, אויך עפעס.

אבער למאי נפק"מ ווואס די סאידי אראביער האלטן פון אים? (גאכצעך זיי זענען ממילא גוטע פריינט).

וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:43 am

תגובהדורך וואס איז » מיטוואך מארטש 11, 2015 3:09 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:אבער שטארק ארויף אין סאודע אראביע

ביי די עטליכע הונדערט מיטגלידער פון קעניגליכע פאמיליע 'מעגליך'. =/= פאפולאר אין "סאודי אראביע".

ווייט נישט ריכטיג. די קעניגליכע פאמיליע איז היפש שטארק אינערהאלב סאודי אראביע. ס'איז א קאמפליצירטע שטיקל היסטאריע.

אמת אז ס'הערשט אסאך עקסטרעמיזם אויך אין סאודי אראביע (פאר א סיבה האט זי פראדוצירט 15 פון די 19 9/11 הייזשעקערס), אבער די קעניגליכע הויז האט א גאנץ פעסטע קאנטראל אין לאנד. ס'האלט דארט היפש ווייט פון א 'פרילינג' רעוואלוציע.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך מארטש 11, 2015 4:14 pm

@וואס איז
איך זע נישט וואו דו האסט פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז עס קומט א פרילינג קומענדע פרילינג (אדער הערבסט). צוליב די פארהעלטנסמעסיג גוטע עקאנאמישע צושטאנד פונעם לאנד איז די פאפולאציע נישט זייער רעוואלוציאנעריש געשטימט.

איך האב נאר געזאגט אזויפיל אז די 'שטילער שלום' צווישן סאודי אראביע און מדנ"י איז צווישן די רעגירונגען, נישט צווישן די סאודישע באפעלקערונג און מדנ"י.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מארטש 11, 2015 4:33 pm

און דאס זעלבע איז דאס שטילע שלום מיט עגיפטען און ירדן. עס איז מיוטשיול אינטערעסען (בייידע, סיסי מיט קינג הוסעין ווילען געוועלטיגען).

מיט טערקיי איז גאר א אנדערע זאך; דארט איז פארקערט; דארט איז עס דער רעגירונג וואס קריגט זיך, ווייל עס לוינט זיך זיי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 11, 2015 4:36 pm

SPUSMN האט געשריבן:מיט טערקיי איז גאר א אנדערע זאך; דארט איז פארקערט; דארט איז עס דער רעגירונג וואס קריגט זיך, ווייל עס לוינט זיך זיי.

פארוואס לוינט עס פאר זיי?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש מארטש 14, 2015 11:00 pm

לויט באריכטען האט א סענאט פאנעל אונטערגענומען א אויספארשונג אויב די ווייסע הויז האט געשטיצט אקציעס ארויסצוזעהן ביבי'ן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג מארטש 15, 2015 12:21 am

מען רעדט פון די V15 קאמפיין

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 15, 2015 12:23 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לויט באריכטען האט א סענאט פאנעל אונטערגענומען א אויספארשונג אויב די ווייסע הויז האט געשטיצט אקציעס ארויסצוזעהן ביבי'ן.
מ'רעדט שוין דערפון עטליכע וואכן, יעצט איז מען געגאנגען א טריט ווייטער.

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » זונטאג מארטש 15, 2015 3:18 am

זאג זיי אז זיי זאלן שנעל אויפגעבן זייער אויספארשונג ווייל אין די אדמינסטראציע מעג/קען מען טוהן וואס ס'גלוסט זיך אויפן הארץ, אפילו ס'ווערט ברייטע סקאנדאלן דערשרעקן זיי זיך אויך נישט, אין פאל פון עמערזשענסי קען דער קים יאנג (סארי אבאמא...) אויך מאכן א עקסעקעטיוו ארדער.... ער איז דאך פרעזידענט... ככל היוצא מפיו יעשה

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 15, 2015 3:51 am

א באריכט היינט אין 'טיימס' דעקט אויף אז 'נתניהו' האט פראבירט צו אפשטעלן דעם 'מוסד' ספעציעלע בריעפינג פאר די רעפובליקאנע סענאט דעלעגאציע פארגאנגענעם חודש.

די מוסד האט געהאט באשטימט זיך צו טרעפן מיט די גרופע סענעטארן דורכאויס זייער באזוך אין מדינ"י און זיי אינפארמירן מיט די מוסד'ס שטעלונג בנוגע די אמעריקאנע-איראנער פארהאנדלונגען, למעשה האבן זיי זיך אין די ענדע טאקע יא געטראפן מיט זיי און קלאר געמאכט פאר די דעליגאציע אז זייער מיינונג איז לטובת די געשפרעכן פון די אבאמא אדמיניסטראציע.

אינטערסאנט איז אז דער מדינ"י אמבאסאדאר קיין וואשינגטאן מר. 'דערמער' איז גאר געווען דער וועלעכער האט געדריקט נתניהו יא צו לאזן פארקומען די מיטינג וויבאלד מיטן זיך אריינמישן טשעפעט ער מיט די רעפובליקאנע סענעטארן.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » זונטאג מארטש 15, 2015 12:26 pm

זייער קלוג געטוהן (אויב די גאנצע מעשה איז בכלל אמת...), אמעריקע האט אויפגעהערט מיט שפיאנאז אינפארמאציע פאר מדנ''י מעג ער טהון די זעלבע זאך.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 15, 2015 2:12 pm

א. טראכטער האט געשריבן:זייער קלוג געטוהן .

מיינסט צו זאגן 'געוואלט' טוהן.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 24, 2015 2:45 pm

דא באלאנגט באמת מיינע אבזערוואציעס וואס איך האב געשריבען אין א אנדערע אשכול.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 5:19 pm

אבאמא האט די לעצטע לאך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, masmid, sky, אלעזר וויינפעלד, גאלדגרוב, וועןרענטל, וימאןX3, משגיח, נו שוין, סקאראמוטשי, שטאפיק, שיעלע בהמה, שמויגער און 49 געסט