קאנטראווערסיע ארום באזוך פון 'נתניהו' אין וואשינגטאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בן דוד
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 18, 2014 1:01 pm

תגובהדורך בן דוד » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 12:34 pm

Kuhul Letter to Velasquez.jpg

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 1:11 pm

נאך שפעקאלאציעס און הייסע רעטאריק פון די לעצטע וואך צייט אז אבאמא וועט מעגליך שיקן א נידריג ראנגקיגע אפישאל צום עיפעק קאנווענשאן, האט די ווייסע הויז היינט געמאלדן אז זיי שיקן צוויי טאפ אדמיניסטראציע אפישאלס. 'קענדאליזע רייס'-נאציאנאלע זיכערהייט ראטגאבער, און דער אמעריקאנער אמבאסאדאר צו די יו. ען. 'פאוער'.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:02 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:איך כאפ נישט ןואס די רעדע איז דא. די ציל פון די דעמאקראטישע סענאטארן איז געווען צו רעדן מיט אים דוקא בעפאר זיין ספיטש, אדער אים צו דריקן ער זאל ארויס בעקן אדער יוצא צו זיין נתניהו ביי די מיטינג און זיך נישט דארפן באטייליגן ביי די רעדע.
פון ווי נעמסטו דאס? זיי האבן געבעטן א זיצונג אן קיין שום טערמינען.

די ציל איז געוון זייער פשוט ווי מי זאגט, צו "יוצא זיין". דאס האט געהאט פאר זיי צוויי בענעפעטן, איינס אז זיי מוזן נישט קומען צו די דרשה, ווייל קיינע רוועט נישט זאגן זיי זענען נישט "פרא-מד"י" ווייל זיי האבן זיך געטראפן מיט ביבי "אויסצוהערן" זיינע זארגן. דאס איז איינס, און צווייטענס, וואלט עס געגעבן פאר די רעדע אין קאנגרעס א "פארטייאישע" אויסקוק, אנשטאט א "געמיינזאמע אויפטריט.

עס וואלט געווען כאילו מיט די דעמאקראטען האט ער שוין גערעדט, יעצט גייט ער רעדן צו די ריפאבליקענס. אויב איז געווען א טעות זיין אננעמען די דרשה אין קאנגרעס, וואלט אזא פרייוואטעמיטינג נאר ערגער געמאכט די לאגע פאר אים , ווייל דאן וואסלט ער געווען קרח מכאן ומכאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:15 pm

טעד קרוז האט אנגעהויבן זיין סיפעק דרשה בערך אזוי, ״סאו דא איז נישטא קיין דעמאקראטן. ס׳ממש ווי איינער זאל האבן איינגעלאדענט ביבי נתניהו!״

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:20 pm

קאנגרעסמאן 'מעלאני' איז געפרעגט געווארן צו ער גייט בויקאטן נתניהו'ס רעדע אין קאנגרעס אין ליכט פון די קרית יואל ווילעדזש בריוו.

ער האט געענטפערט אז ער איז שטארק קעגן די אדרעס אבער ער איז נאך אומבאשלאסן וואס צו טוהן למעשה און ער האפט נאך אז די סיטואציע וועט ווערן געשליכטעט מיט פארשטענדעניש פון ביידע צדדים...

Maloney responded to Wieder’s letter saying, “Congress has traditionally set aside partisanship to come together to promote the safety and security of our strategic ally, and I strongly disagree with Speaker Boehner’s partisan and poorly timed decision. I continue to hope that all parties can make adjustments to ensure all supporters can be in attendance at this joint meeting of Congress

---------

@לכתחילה, אפזאגן א זיצונג מיט דעמאקראטן מטעם "אומ-פארטייאישקייט" איז א קנאקעדיגע וויץ..

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 2:40 pm

כאפצעם האט געשריבן:---------
@לכתחילה, אפזאגן א זיצונג מיט דעמאקראטן מטעם "אומ-פארטייאישקייט" איז א קנאקעדיגע וויץ..

נישט ווען דאס איז געווען זייער ציל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 3:04 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:---------
@לכתחילה, אפזאגן א זיצונג מיט דעמאקראטן מטעם "אומ-פארטייאישקייט" איז א קנאקעדיגע וויץ..

נישט ווען דאס איז געווען זייער ציל.

וואס מאכט דיך טראכטן אז דאס איז געווען זייער ציל?

נאכאמאל, קיינער זאגט נישט אז זיי האבן געוואלט האבן א מיטינג אויסצורימען נתניהו פאר זיין געוואלדיגע ארבעט און אים קרוינען אלץ העלד, פארשטייט זיך אז זיי האבן געוואלט א זיצונג זיך אויסצוטענהן מיט אים און אים געבן אנצוהערן זייער מיינונג אין א פריוואטע זיצונג בנוגע די נוקלאערע פארהאנדלונגען; דאס טייטש "דייעלאג": זיך אויסצושמועסן צוויי אנדערע מיינונגען.

דאס צוריקווייזן אזא איינליידענונג צייגט סיי אויף שטאלצע איינזייטיגקייט זיך נישט צו וועלן אראפזעצן מיט די אנדערע זייט, און סיי טוט דאס צייגן 'שוואכקייט'; אז ער איז אומזיכער מיט זיין שטעלונג און האט מורא דאס אויסצושמועסן מיט אנדערע.

פארשטייט זיך מ'קען דעבאטירן פון היינט ביז מארגן וואס ס'איז יא אמת און וואס נישט, אבער דאס איז אמאל זיכער אז אזא שריט שיקט א מעסעדזש פאר די דעמאקראטן אז ער איז דא זיי צו איגנארירן.

והשתא דאתית להכא, וואס גייט יעצט אויפטוהן די גאנצע קאנגרעס רעדע?!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 3:09 pm

וואס זיי האבן געוואלט פארשטייט יעדערער, עס איז געווען א דורכזיכטיגע שפיל. באט ווי דו זאגסט, מען קען זיך טענה'ן אהין און צוריק א גאנצן טאג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:43 am

וועט די רעדע עפעס אויפטון?

תגובהדורך וואס איז » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 4:00 pm

איך מיין אז ס'איז שוין צייט צו רוקן דעם שמועס צו גאר אן אנדערן ריכטונג: וועט די רעדע עפעס אויפטון, אפי' לויט נתניהו?

דער הויפט ציל פון די רעדע ברויך צו הייסן אז ס'איז געצילט צו באוועגן די דעמאקראטישע געזעץ געבער אין סענאט צו אפווארפן דעם פרעזידענט'ס ערווארטעטע וועטא קעגן פרישע סאנקציעס אויף איראן אינמיטן די פארהאנדלונגען.

אן ווידער אריינגיין אין די סעמי-אויסגעדראשענע דעבאטע וועלכע זייט איז גערעכט מיט דעם עצם צוגאנג צו באהאנדלען איראן, הייבט זיך יעצט אן א פרישע פראגע: איז די וואקסנדע קאנטראווערסיע ארום נתניהו'ס רעדע א הילף אדער א שטער פאר דעמאקראטישע סענאטארן וועלכע ווילן זיך ארויסשטעלן קעגן דעם פרעזידענט'ס וועטא?

דערווייל איז עס בלויז שפאקולאציעס, וואס מ'וועט נישט וויסן ביז ס'וועט קומען למעשה. אבער ס'זענען דא שטארקע שאנסן אז די היציגע קאנטראווערסיע ארום דעם וועט אריינשפילן פאר'ן פרעזידענט אין די הענט, און אנשטאט וואס דער פרעזידענט מיט די דעמאקראטן זאלן זיך שלאגן איבער די פראגע פון סאנקציעס VS אפמאך, וועט עס ווערן א פרא-אנטי ביבי פייט. [קען זיין אז ביבי און זיינע שטיצער האלטן אז דאס וועט העלפן פאר די מערכה, איך פערזענליך בין נישט איבערצייגט אזוי].

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 4:07 pm

גוטע פראגע!!

פון איין זייט, אז דו זעהסט ווי שווער עס איז פארן פרעדיזענט צו געפינען א קאליציע צו בוקעטירן די רעדע, קען זיין אז די רעדע וועט נישט שאדן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

וואס איז
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 15, 2014 11:43 am

תגובהדורך וואס איז » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 7:22 pm

ס'נישט אינגאנצן אזוי. אבאמא האט קיינמאל נישט עפנטליך פארלאנגט אז מ'זאל באיקאטירן די רעדע, ער ארבעט דערויף נאר אונטער די קוליסן. אבער ארויסגיין שטימען קעגן דעם פרעזידענט'ס וועטא, פון דיין אייגענע פארטיי, איז שוין גאר א גרויסער פראסק.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 8:58 pm

וואס איז האט געשריבן:ס'נישט אינגאנצן אזוי. אבאמא האט קיינמאל נישט עפנטליך פארלאנגט אז מ'זאל באיקאטירן די רעדע, ער ארבעט דערויף נאר אונטער די קוליסן. אבער ארויסגיין שטימען קעגן דעם פרעזידענט'ס וועטא, פון דיין אייגענע פארטיי, איז שוין גאר א גרויסער פראסק.

נקודה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:26 pm

@וואס איז, דו האסט אראפגעשטעלט אז די ציל פון די רעדע איז געווען איבערצוצייגן דעמאקראטישע סענאטארן צו שטימען קעגן דעם פרעזידענט׳ס וועטא. די הנחה איז פאלטש. א רעדע פון נתניהו אפי׳ מיטן גוטהייסונג פון כוסעין וואלט קיינעם נישט געטוישט די מיינד. עס איז געווען גענוג קעגנערשאפט קעגן אבאמא׳ס צוגאנג פארן איינלאדענען און עס איז נאכאלץ דא.

דאס איינלאדענען ביבי איז בלויז געווען א צייכן פון שעצונג כלפי זיין מיינונג אויף די אישו, א זאך וואס בעינאר פילט דער פרעזידענט טוט/האלט די פארקערטע. די ציל פון די רעדע איז שוין געלונגען פון דעי וואן! די שנעלקע וואס אבאמא האט דאן געכאפט טוט אים נאך יעצט וויי, א זאך וואס זעהט זיך שטארק אן די לעצטערע פאר וואכן.

איי אויב ס׳געלונגען פאר בעינאר זאל מען שוין אפרופן די רעדע? אזא הצעה איז פארשטענדליך נאריש. עס וועט נאר מאכן סיי בעינאר און סיי ביבי לחוכא וטלולא. די שטיקל איז געקומען אין פארמאט פון א רעדע דארף זיך עס אזוי ענדיגן עס זאל זיין בשלימות...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:31 pm

כאפצעם האט געשריבן:נאך שפעקאלאציעס און הייסע רעטאריק פון די לעצטע וואך צייט אז אבאמא וועט מעגליך שיקן א נידריג ראנגקיגע אפישאל צום עיפעק קאנווענשאן, האט די ווייסע הויז היינט געמאלדן אז זיי שיקן צוויי טאפ אדמיניסטראציע אפישאלס. 'קענדאליזע רייס'-נאציאנאלע זיכערהייט ראטגאבער, און דער אמעריקאנער אמבאסאדאר צו די יו. ען. 'פאוער'.

סוזען רייס, ניי?
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:44 pm

נ.י. סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט אין א אינטערוויו מיטן נ.י. אבזערווער אראפגעריסן בעינאר'ס איינלאדענען נתניהו צום קאנגרעס און עס באצייכנט אלס א 'מיסטעיק'.

דיבלאזיא:
“I think it’s quite clear that there’s been a tradition where foreign leaders are not invited to address Congress in the immediate weeks before their elections and that is for a good reason,” Mr. de Blasio said during at an unrelated City Hall press conference.


“There should be a separation, the Congress of the United States should not involve itself in the elections of other countries. I think it was a mistake by Speaker Boehner to offer that invitation in that time frame,” the mayor added.

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 11:15 pm

לדעתי איז נישט אין פלאץ פאר סאטמאר צו נעמען א שטעלונג אין די פרשה. נתניהו׳ס רעדע איז אריינגעשלעפט געווארן אין די אמעריקאנע און איזרעילי פאליטיק, פון איין זיין די רעפאבליקענס אין די רעכטע פארטייען פון מדינת ישראל, און פון די צווייטע זייט די דעמעקראטן און די לינקע איזרעילי פארטייען.
וואספארע פנים האט עס פאר נטרונה אדער סאטמאר זיך צו מישן אין פאליטיק? נישט נאר נתניהו איז סאטמאר׳ס פראבלעם! מדינת ישראל איז דער פראבלעם!, ראש ממשלת ישראל איז דער פראבלעם, נישט קיין נפקא מינה צו ס׳וועט זיין נתניהו אדער הערצאג.
ווער זאגט אז התגרות באומות גייט נאר קעגן דעם פרעזידענט, אפשר איז עס אויך שייך ביים ספיקער פון קאנגראס, און די גאנצע רעפאבליקאנע פארטיי.
נעמען א צד קעגן נתניהוס דרשה איז זיך געשטעלט מיט די ליבעראלן און שונאי הדת פון דער מדינה און התגרות קעגן דער ריפאבליקאנע פארטיי אין אמעריקע. וואס סאטמאר טוט מיטן נישט גיין צו די בחירות ווערט אפגעווישט ווען די קנאות זעלבסט ווערט א פאקטאר אינעם פאליטיק.
סאטמאר וואלט געדארפט שטיין אין דער זייט אין דעם פרשה, דאס קנאות איז נישט יעצט אין פלאץ.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 11:17 pm

אייער מיינונג איז פראקלאטירט. נעקסט קעיס

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 11:24 pm

מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נאך שפעקאלאציעס און הייסע רעטאריק פון די לעצטע וואך צייט אז אבאמא וועט מעגליך שיקן א נידריג ראנגקיגע אפישאל צום עיפעק קאנווענשאן, האט די ווייסע הויז היינט געמאלדן אז זיי שיקן צוויי טאפ אדמיניסטראציע אפישאלס. 'קענדאליזע רייס'-נאציאנאלע זיכערהייט ראטגאבער, און דער אמעריקאנער אמבאסאדאר צו די יו. ען. 'פאוער'.

סוזען רייס, ניי?


יא, ס'איז "סוזען רייס". קאנדעליזא רייס איז געווען די נענשענעל סעקיוריטי עדווייזער און די סעקרטרי אוף סטעיט אונטער פרעזידענט בוש.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג פאברואר 27, 2015 11:38 am

בריוון וואס ס'איז געשיקט געווארן אין שטיצע צו נתניהו שר"י
צוגעלייגטע
מכתב מקוקו לנתניהו שר''י.jpg
מכתב חוזק לבנימין נתניהו שר''י.jpg
כשמ"ו כן הוא

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג פאברואר 27, 2015 11:39 am

נעבעך ס'איז נישטא ווער ס'זאל לאכן
כשמ"ו כן הוא

זויבער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 30, 2014 3:27 pm

תגובהדורך זויבער » פרייטאג פאברואר 27, 2015 12:51 pm

ווייס מיר שוין מעיאר ווידער'ס שטעלונג איבער דעם נושא,
די שאלה איז יעצט איבערר' דוב הייקינד איז ער דערפאר אדער קעגן?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג פאברואר 27, 2015 12:53 pm

זויבער האט געשריבן:ווייס מיר שוין מעיאר ווידער'ס שטעלונג איבער דעם נושא,
די שאלה איז יעצט איבערר' דוב הייקינד איז ער דערפאר אדער קעגן?

יא, איך בין טאקע זייער נייגעריג!
אזוי אויך וואס נ. ק. זאגט!
הק' איש ימיני

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 27, 2015 2:27 pm

זויבער האט געשריבן:ווייס מיר שוין מעיאר ווידער'ס שטעלונג איבער דעם נושא,
די שאלה איז יעצט איבערר' דוב הייקינד איז ער דערפאר אדער קעגן?
וואס הייסט? הייקינד האט שוין געגעבן א ספעציעלע אינטערוויו אויף פאקס ניוס וועגן דעם ענין.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 27, 2015 4:57 pm

'הארץ' באריכטעט איבער דעם קרית יואל'ער מעיאר'ס בריוו.

פון 'הארץ':

.N.Y. Satmar village's mayor asks congressman not to attend Netanyahu speech

Head of Kiryas Joel refers Rep. Sean Patrick Maloney to anti-Zionist, anti-Israel website to find more information about ideas that guide village's residents


The mayor of an ultra-Orthodox community in New York has called on his congressman not to attend Israeli Prime Minister Benjamin Netanyahu's planned speech to Congress.

Abraham Wieder is mayor of Kiryas Joel, a village of 25,000 residents, mainly Satmar Hasidic Jews, located an hour northwest of Manhattan.

Yeshiva World News obtained a letter that Wieder wrote to Rep. Sean Patrick Maloney, a Democrat, on village stationery.

In it the mayor says the village is "dismayed" that Netanyahu would agree "to address a joint session of Congress without first obtaining the president's consent and without even the courtesy of consulting with the White House."

Netanyahu is set to address Congress on March 3, aiming to reiterate his warning to the world about the dangers of an agreement with Iran regarding its nuclear program.

The speech, arranged by Israeli Ambassador Ron Dermer and Speaker of the House John Boehner, the Ohio Republican, was not coordinated with Obama.

Many in Washington considered the speech a diplomatic slap at the U.S. administration. Vice President Joe Biden and a number of prominent members of Congress have said they won't attend the speech.

"Netanyahu's acceptance signaled his intent to challenge the president's foreign policy on American soil," Wieder wrote. "His unprecedented actions are a direct insult to the office of the president."

Wieder said in his letter that he also wanted to "repudiate [Netanyahu's] claim to be the spokesman for the Jewish people. Neither he nor his state represent world Jewry."

The mayor suggested that Maloney find additional information about the Torah ideals that guide his constituents.

The website, truetorahjews.com, says at the top of the home page "True Torah Jews Against Zionism" and "The State of Israel does not represent Jews or Judaism."

This segment of Judaism rejects Israel as an artificial construct. Its adherents say that only with the coming of the messiah can a home for the Jews be created.

["Zionism] and the Israeli state have consistently endeavored, via persuasion and coercion, to replace a divine and Torah-centered understanding of our peoplehood with an armed materialism," the website says.

Members of a prominent anti-Zionist Jewish sect, Neturei Karta, have met with Hamas, spoken at Holocaust-denial events and called for the destruction of Israel.

בייגעלייגטע בילד צום ארטיקל:
צוגעלייגטע
Twitter513c04a.jpg

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש פאברואר 28, 2015 8:04 pm

א פרישע סאמוטאכע האט זיך אין די לעצטע וואך אנטוויקלט נאכדעם וואס די נאציאנאלע זיכערהייט ראטגאבער 'סוזען רייס' האט זיך אויסגעדריקט אז נתניהו'ס וואשינגטאן באזוך וועט זיין 'דיסטראקטעוו' עפעס וואס האט געפערליך אויפגעברויזט די הייסע נתניהו שטיצער אז אזא הויכער אדמיניסטראציע אפישאל זאל לאזן פאלן אזא דירעקטע פארשעמנדע סטעיטמענט.

אין די לעצטע טעג האט מען געהערט פארדאמונגען פון מדינ"י אפיליערטע ארגאנאזאציעס וועלעכע זענען שטארק ארויסגעקומען קעגן רייס'ס סטעיטמענט.

היינט שבת האבן די ארגאנאזאציעס ZOA, RJC און 'הרב' שמואל בוטח (א חרדישער מדינ"י אקטיוויסט וועלעכע קומט ארויף אויף פילע פראגראמען ווען ס'פעלט אויס צו פארטיידיגן מדינ"י'ס קאנטראווערסיאלע שריט) געלאזט לויפן א עד אינעם נ.י. טיימס ווי זיי טוען באשולדיגן 'סוזען רייס' אלס איינער וועלכע זיכט אינטערצוברענגען מדינ"י..

די רעאקציעס האבן נישט געשפעטיגט, און נאך היינט שבת זענען פילע ארגאנאזאציעס ארויסגעקומען פארטיידיגן סוזען רייס און האבן פארלאנגט אז אמבאסאדאר 'דערמער' און 'נתניהו' זאלן זיך עפענטליך אפשאקלען פון דעם עקסטרעמיסטישן מיליטאנטישן עדווערטייזמענט.

וויאזוי ס'זאל נישט זיין ווייזן אנאליסטן אן אז ס'איז גאנץ מעגליך אז די דראמאטישע טייל פון נתניהו'ס באזוך קען גאר פארוואנדעלט ווערן ביים אויפטריט פון 'רייס' ביים נאציאנאלן 'עיפעק' קאנווענשאן אין וואשינגטאן..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער און 42 געסט