קאנטראווערסיע ארום באזוך פון 'נתניהו' אין וואשינגטאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

קאנטראווערסיע ארום באזוך פון 'נתניהו' אין וואשינגטאן

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 21, 2015 9:41 am

אין א היסטארישער שריט האט ספיקער דזשאן בעינאר איינגעלאדענט מדנ״י פריים מיניסטאר ביבי נתניהו צו אדרעסירן קאנגרעס איבער די אישו פון איראן!

עס איז שוין איינמאל קלאר, פון די נעכטיגע שטילקייט ביים סטעיט או די יוניאן דרשה ווען אבאמא האט גערעדט דערפון און פון די יעצטיגע נייעס, אז אויב דער פרעזידענט וויל סוקסעספול וועטאירן פרישע סאנקציעס אויף איראן האט ער שווערע ארבעט צו טון.
לעצט פאראכטן דורך יואב בן צרויה אום זונטאג ינואר 25, 2015 12:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:09 am

איך וואלט אים גע׳עצה׳ט אז ער אל עס נישט אנעמען, צו נישט איבער דאס שטריקעל.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:15 am

די שאלה איז צי ער האט נאך וואס איבערציציען...

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:30 am

ער האט עס שוין אנגענומען. ס׳געסקעדזשוועלט פאר פעברואר דעם עלעווטן.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך ינואר 21, 2015 12:10 pm

נישט קיין גוטע נייעס פאר אידן,
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:57 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:די מידיע רעדט שוין עטליכע טעג פון א שארפע ווערטער אויסטויש וואס איז פארגעקומען צווישן פרעזידענט אבאמא און סענאטאר מענענדעז איבער פרישע סאנקציעס אויף איראן. לויט די באריכטן האט אבאמא געזאגט פאר מענענדעז אז ער פארשטייט אז סענאטארס זענען אונטער פרעשור פון ׳געוויסע באשטייערער׳ (ליין: עיפאק), אבער ער בעט זיי צו קוקן מיט א ווייטע בליק. מענענדעז איז שטארק באליידיגט געווארן און צוריקגעשאסן צום פרעזידענט אז ער נעמט זיינע ווערטער פאר א פערזענליכע באליידיגונג, און דערביי ארויסשפאצירט פונעם צימער.

מענענדעז האט איירנגעשאסן אינעם פרעזידענט ווי קיינמאל בעפאר, זאגענדיג:
The more I hear from the administration and its quotes, the more it sounds like talking points that come straight out of Tehran," railed Menendez at a hearing with administration officials on Capitol Hill
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך ינואר 21, 2015 1:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5684
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 21, 2015 1:58 pm

פיין געזאגט, איז דאס געווען אין פובליק?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:00 pm

יאפ. ביי א הירינג אין סענאט אויף די סאנקציעס.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך ינואר 21, 2015 2:09 pm

Boehner told reporters he did not consult with the White House about the invitation to Netanyahu, saying "the Congress can make this decision on its own

Asked by CNN if this was a deliberate poke at the President, Boehner replied "I don't believe I'm poking anyone in the eye. There is a serious threat that exists in the world and the president last night kind of papered over it He added, "the fact is there needs to be a more serious conversation in America about how serious the threat is -- from radical Islamic jihadists and from the threat posed by Iran

Boehner declined to say when the House would vote on another Iran sanctions bill, but said committees are planning hearings on the issue. Multiple House GOP aides say there are plans for a vote, but the timing is still unclear. Boehner announced his invitation for Netanyahu to address Congress about Iran the day after President Obama pled with Congress during his State of the Union address to allow the talks to progress

Typically invitations to foreign leaders to address Congress are coordinated ahead of time with the White House, but congressional sources said the Speaker acted on his own

White House Press Secretary Josh Earnest told reporters on the way to Idaho for an event with President Obama that the White House is "reserving judgment" until they speak with the Israelis and see what Netanyahu plans to say before Congress ion was the Administration's negotiations with Iran

While they did not consult with the White House, this Republican aide said Boehner's office did inform the White House this morning that Netanyaho would be coming

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:10 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:יאפ. ביי א הירינג אין סענאט אויף די סאנקציעס.

שוין לאנג נישט געהערט אזא אפענע ווערטער אויסטויש צווישן דעמאקראטן און די פרעזידענט,

קוקט אויס עיפאק איס טאקע מאכטפול,
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:30 pm

סמארט גאי האט געשריבן:קוקט אויס עיפאק איס טאקע מאכטפול,

אדער קען זיין אז מענטשן האבן שכל אין קאפ.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:30 pm

מחותן האט געשריבן:[quot/quote]
מענענדעז האט איירנגעשאסן אינעם פרעזידענט ווי קיינמאל בעפאר, זאגענדיג:
The more I hear from the administration and its quotes, the more it sounds like talking points that come straight out of Tehran," railed Menendez at a hearing with administration officials on Capitol Hill


אינטערעסאנט ווי יוראפ נעמט אויך אן איראנער טאקינג פוינטס, נאר די העלדישע עיפאק קנעכט, דער איין העלדישער עקסטרעמיסט דעמאקראט מענענדעס און די נעאקאן פליגל פון די רעפובליקאנער פארטיי האבן די גאטס נאכצולויפן זייערע ליכוד באלעבטים.
בעינאר האט די חוצפה צו רופן אן אויסלענדישן זיך קריגן איבער אמעריקעס אויסערן פאליטיק מיט די ערוועלטע פרעזידענט פון אמעריקע, קעגן די וועלטס אינטערעסן.

וואס איז נאך דאס מערסטע אומגלויבליך איז אז עס זענען נאך אלץ דא אזעלכע וואס לייקענען אז עיפאק פירט אמעריקעס אויסערן פאליטיק!
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:47 pm

שלמה עס זעט אויס ווי די ווילסט דא פירען די מחלוקה צווישען אבאמא בעינאר און מענענדעז..עס איז נישט ווערט, ענדערש לאז אז זיי זאלן עס אליינס אויספייטען צווישען זיך, און לאמיר נישט נעמען קיין צד דא ווער פון די דריי זענענן גערעכט.

איך האף אז נוטרונא זאל נאר נישט נעמען קיין צד דא..

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 21, 2015 4:41 pm

שלמה, אויב האסטו פארלאנגט נאר עטליכע טעג צוריק זיך צוריק צו האלטן פון "נעים קאלינג" נישט רופן "בלאדי ליבערל" וכו', מוזטו זיך אויך האלטן צו די זעלבע כלל. נאר ווייל ער גייט נישט אין פאליטיק ווי דו האלטס אז עס איז ריכטיג, ווערט ער נאך נישט קיין "ניאקאן" און קיין "עיפעק קנעכט" וכו'. לאמיר האלטן די דיסקוסיע ערוואקסן.

דו אליינס פארשטייסט אז אמעריקע מעג אריין רעדן אין מד"י פאליטיק, אויב איז עס נוגע אמעריקאנער אינטערעסן, פארוואס טאר מד"י נישט אריין רעדן אין אמעריקאנער פאליטיק, ווען עס איז זייער אינטערעסען?

נאך מער, וויפיל עס יאז אמעריקעס אינטערעסן די צושטאנד פון די מד"י -פאלעסטינע קאנפליקט, איז עס פיל מער די אינטערעסען פון מד"י די מצב אין איראן, פארוואזשע טאר מד"י נישט טאן אלעס וואס זיי קענען אויסצופירן זייערע אינטערעסן?

און כ'ווייס נישט צו דו נעמסט אין אכט, בעניער (ליין קאנגרעס) איז פונקט אזא שותף אין די אמעריקאנער רעגירונג ווי די פרעזידענט, ביידע האבן א דריטעל פון די רעגירונג, פארוואס טאר נישט בעעינער אויסנוצן זיינע כוחות? פארוואס איז עס א חוצפה?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:10 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו דו נעמסט אין אכט, בעניער (ליין קאנגרעס) איז פונקט אזא שותף אין די אמעריקאנער רעגירונג ווי די פרעזידענט, ביידע האבן א דריטעל פון די רעגירונג, פארוואס טאר נישט בעעינער אויסנוצן זיינע כוחות? פארוואס איז עס א חוצפה?

עס איז כדי צו באטאנען אז די איינלאדענונג קומט פון פירער פון ביידע הייזער אין ביידע פארטייען.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:24 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דו אליינס פארשטייסט אז אמעריקע מעג אריין רעדן אין מד"י פאליטיק, אויב איז עס נוגע אמעריקאנער אינטערעסן, פארוואס טאר מד"י נישט אריין רעדן אין אמעריקאנער פאליטיק, ווען עס איז זייער אינטערעסען?

אמת, אבער דא רעדט מען שוין פון אסאך וויטער פון בלויז "אריינרעדן" דא רעדט מען פון "קאנטראלירן", ווייז מיר נאך איין לאנד וואס האט אזא מאכטפולע לאבי, און ווייז מיר נאך איין לאנד וואס גיבט אזעלכע אומאפיציעלע אינדארסמענטס פאר דעם אמעריקאנער פרעזידענטס אפאנענטס,

אוודאי זענען זיי מער אנגעוויזן אויף אמעריקענער שטיצע ווי סיי וועלכע אנדערע לאנד, אבער לדעתי איז שוין ביבי לאאנג אריבער די גבולים,
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:39 pm

סמארט גאי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דו אליינס פארשטייסט אז אמעריקע מעג אריין רעדן אין מד"י פאליטיק, אויב איז עס נוגע אמעריקאנער אינטערעסן, פארוואס טאר מד"י נישט אריין רעדן אין אמעריקאנער פאליטיק, ווען עס איז זייער אינטערעסען?

אמת, אבער דא רעדט מען שוין פון אסאך וויטער פון בלויז "אריינרעדן" דא רעדט מען פון "קאנטראלירן", ווייז מיר נאך איין לאנד וואס האט אזא מאכטפולע לאבי, און ווייז מיר נאך איין לאנד וואס גיבט אזעלכע אומאפיציעלע אינדארסמענטס פאר דעם אמעריקאנער פרעזידענטס אפאנענטס,

אוודאי זענען זיי מער אנגעוויזן אויף אמעריקענער שטיצע ווי סיי וועלכע אנדערע לאנד, אבער לדעתי איז שוין ביבי לאאנג אריבער די גבולים,

עס איז א פאטש פאר א פאטש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך ינואר 21, 2015 5:42 pm

גערעכט, בעינאר געט דא א פראסק פאר אבאמא {עס קימט זיך אים ביג טיים} און ער ניצט ביבי אלץ שטעקען,

עס איז אבער א שאד אז ביבי כאפט זיך נישט און ער לאזט זיך זיין דער שטעקען, אבאמא וועט זיך סטרעיט נוקם זיין אין ביבי נישט אין בעינאר..

חלאבי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:56 am

תגובהדורך חלאבי » מיטוואך ינואר 21, 2015 6:32 pm

I don't see why this is any different then when Ukraine's Poroshenko gave a speech to a joint meeting of Congress lobbying for lethal aid (weapons) to help fight against the pro-Russian separatists despite President Obama's objection
Then no one uttered a word.
Israel has has the most to lose from a bad nuclear deal with Iran
Obama doesn't have a say on Congress (except his veto power), it's a democratic system of checks and balances

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך ינואר 21, 2015 8:06 pm

פאראשענקא האט די זעלבע נאנטע באציאונגען מיט אבאמא'ן ווי ביבי?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך ינואר 21, 2015 8:08 pm

אויב ביבי קימט וועט עס זיין היסטאריע, עס וועט זיין די דריטע מאל וואס ער גייט אויפטרטען פאר קאנגרעס.. טורטשיל האט נאר צוויי מאל אדרעסירט קאנגרעס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

איזראעלי 'מוסד' שארף קעגן סאנקציעס

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 21, 2015 10:36 pm

די 'בלומבערג' נייעס אגענטור האט היינט א לענגערע באריכט אז די איזראעלי 'מוסד' אגענטור (וועמענס מיינונג מיינט גאר אסאך און ווערט שטארק אנגענומען) איז אין די לעצטערע וואכן שטארק ארויסגעקומען קעגן דעם מעגליכן קאנגרעס ביל פון שטעלן פרישע סאנקציעס אויף איראן.

ווי צוויי 'סיניער אפישעלס' אינערהאלב די אבאמא אדמיניסטראציע האבן איבערגעגעבן פאר די 'בלומבערג ניוס' איז די אדמיניסטראציע געבריעפט געווארן דירעקט דורך די איזראעלי 'מוסד' אז זיי זענען שטארק קעגן דעם געדאנק פון ארויפלייגן פרישע סאנקציעס וואס וועט לויט זיי ברענגען צו דעם צוזאמפאל פון די געשפרעכן.

אזוי אויך ביים באזוך פון אמעריקאנע סענעטארן לעצטע וואך אין מדינ"י האבן זיך באאמטע פונעם 'מוסד' געטראפן מיט זיי און ארויסגעברענגט זייער זארג אויב מ'וועט דורכפירן דעם פרישן סאנקציעס-ביל.

דער פאקט אז ס'איז דא אזא שארפע צעטיילונג צווישן די איזראעלי אגענטורן אליין איבער די סאנקציעס טוט גאר שטארק אפשוואכן די ארגומענטן וועלעכע שטיצן דעם ביל און די אבאמא אדמיניסטראציע ניצט גאר שטארק אויס דעם פאקט איבערצוצייגן די קאנגרעסלייט און סענעטארן איבער די ריזיקע-וואס אפילו די איזראעלי שפיאנאזש זעהט פאר- אויב וועט מען דורכפירן אזא ביל, און אז די גאנצע איבערקערעניש איז בלויז געשטיפט פון ענגע פאליטישע אזשענדעס.

די שטעלונג פונעם 'מוסד' האט זיך שוין שטארק ארויסגעוויזן אין 2010 ווען 'מאיר דגן' דער מוסד הויפט האט עפענטליך ערקלערט פאר איזראעלי רעפארטער אז ער האט קאטאגאריש אפגעזאגט אן ארדער פון 'נתניהו' צוצוגרייטן א מיליטערישע אטאקע אויף די איראנער נוקלאערע פלענטס;

די שטעלונג פון 'מוסד' איז אז מ'ברויך פראבירן צו שליכטן דעם איראנער פראבלעם מיט פארהאנדלונגען און איז שטארק קעגן דעם געדאנק פון ניצן מיליטעריש מאכט וואס איז א גאר א גרויסע ריזיקע פאר די מדינ"י זיכערהייט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11632
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:32 pm

גאנץ א זיסע (און אמת'ער) פראז- אין אן ארטיקל פון היינטיגן 'הארץ':

"every time it seems that the relationship between BB & WH couldn't get any worse, Netanyahu proves that it can." http://t.co/mJzR3X5XgM

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מיטוואך ינואר 21, 2015 11:49 pm

איינער ווייסט פונקליך וואס עס גייט פאר מיט די ריפאובליקאנער, זיי זענען נישט מיט אלעמען....
זיי קאנטראלירען ענדליך ביידע הייזערן אין לאנגע יארען , זיי האבען יעצט א טשאנס צי ווייזען איינמאל פאר אלעמאל וואס זיי קענען,

אנשטאדט זיך ארויפשארבען די ארבעל אין אנהויבען ארויסלייגען סאליד פלענער, פעסען מעדזשיער בילס, פון ראפערמירען די טעקס סיסטעם, ביז אלטענטיווע העלט געזעצען, אויפקימען מיט אייגענע אימגרעשיען אנשטאט צי אטעקירען די פרעזידענטס, ווייזען זיי זענען א פארטיי פון אייגענע געדאנקען אין קענען עפעס אנדערש אויסער זאגען ניין....

אבער זיי זענען ביזי מיט אמעריקעס גרעסטע פארבלעמען, זייער ערשטער ביל, קיסטאון פייפליין, ממש א דורכברוך וואס אמעריקע ווארט שוין יארען בכליון עינים,
נאכפאלגענדיג מיט איראנער סאנקציעס אין איינלאדענען ביבי די זעלבע צייט וואס איראן זיצט ענדליך ביים פארהאנלונגס טיש צים ערשען מאל אין דרייסיג יאר.. וואס ווילסטו יעצט??? נאך א איראקער מלחמה סטייל??. ווילסט נאכטאנצען דער מלחמה הונגעריגער ביביס עקטרעמיסטישע אימראליסטישע קאפעריזען אדער געבען א טשאנס פאר דיפלאמאטיע ..
האללא... האסט באקומען א טשאנס.. גיי ארבעטען אויף ריכטיגע שטאף.. צייג וואס די קענסט. האסט די האמערל ניץ עס אין פלאץ...
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4993
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג ינואר 22, 2015 12:17 am

א גוטע פוינט גראדע, מעגליך אז זיי מאכן די זעלבע טעות וואס אבאמא האט געמאכט אין זיין ערשטע יאר מיטן זיך נעמען צו העלטקעיר אנשטאט צו די עקאנאמיע וכדו'
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”