אומרוען און אטאקעס אין תימן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

עס פארמירט זיך א קריזיס אין די ימים פון תימן. סאדי אראביע, וואס באמבעדירט שוין און תימן פין די לופט עטליכע וואכן, האבן אויך פארמירט א בלאקאדע אין די תימן'ע וואסערן. יעצט איז ארויסגעשיקט געווארן פון איראן פלאטע פין 9 שיפן מיט אלע מיני סופלייעס אין געווער פאר די הוטי'ס, די גרופע וועלעכע איראן שטיצט.

אנדריש ווי ביז יעצט פלעיגן די איראנער אפלייקענען סיי וואס פאר א מיליטערישע הילף, מאכן זיי יעצט נישט קיין שום שווייג נאר עס איז אפיציעל. מאנכע ווילן זאגן אז איראן קען באשטיין צו פארפירן אין א מלחמה מיט סאדי אראביע, ווייל זיי האלטן אז זיי זענען אסאך שטערקער, אין זיי וועלן זיי גרינג קענען בייקומען, אין אזוי ארום קענען פארשטערקערן זייער אנזעהן אין דעם ראיאן אין אויך אין די גאנצע וועלט, א זאך וואס קוקן שטארק ארויס.

זיי האלטן אויך לכאורה אז אמעריקא וועט נישט צופיל אינטערווינען, ווייל זי וויל נישט אנווערן די שווער געשאפענע "נוקליער דיעל", מיט איראן.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

איך גלייב נישט אז איראן איז גרייט פאר א מלחמה מיט סאודי אראביע, ווייל סאודי אראביע איז ווייט פון צוריקגעשטאנען מיליטעריש און קען זיך נאך פארמעסטן מיט איראן,
ועוד סאודי אראביע האט מאכטפולע שטיצער וואס איראן האט נישט (אפי' נאכן אויסשליסן אמעריקע), און מדינת ישראל -וואס האט גאנץ פיינע באציאונגען מיט סאודי אראביע- וועט אויף עפעס א וועג אויסניצן די מצב, וואס וועט נישט זיין אין איראן'ס אינטערעסן..
הק' איש ימיני
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

גראדע האב איך געזוכט און נישט געטראפן קיין שום איראנער באשטעטיגונג איבער די באריכטן פון א וואפן ליפערונג, עטליכע שארפע לייקענונגען האב איך יא געזען.

מיליטעריש איז איראן אפשר אביסל מער עקספיריענסד ווי סאודי אראביע, אבער אין מיליטערישע געצייג, וואפן און טעכנאלאגיע איז אראביע אזוי שטארק פאראויס אז עס איז אפילו נישט קיין פארמעסט.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

What's unusual about the new deployment, which set out this week, is that the Iranians are not trying to conceal it, officials said. Instead, they appear to be trying to "communicate it" to the U.S. and its allies in the Gulf.

It is not clear what will happen as the convoy comes closer to Yemen. Saudi Arabia has deployed ships around Yemen to enforce the blockade, as has Egypt. An official said the ship convoy could try to land at a port in Aden, which the Houthis have taken over.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

דאס איז פין די אויסגאבע The Hill.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

Yet another theory is that Iran wants to force a confrontation with Saudi Arabia that it believes it will win, because Iran views the Saudi military as weak and suspects the U.S. lacks the willpower to support its Gulf ally.

Iranian Supreme Leader Ali Khamenei last week on Twitter taunted Saudi Arabia, calling its military puny and smaller than Israel's. He also said the air campaign was tantamount to genocide of innocent Yemeni civilians and that the U.S. would also fail in Yemen.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

התנצלות: געוועינדלעך פרובירן מיר נישט צו נאך ברעינגען שטיקר אין עינגליש, ווייל דאס איז א אידישע סייט!. נאר פשוט פאר ר'שלמה (עזריא-ל) הילדעסהיימער'ן אנצווייזען דעם מראה מקום.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יואב בן צרויה האט געשריבן:@עקבי, אז דו האסט געזאגט האבעך נאכגעקוקט און געטראפן אז די וואשינגטאן פאוסט שרייבט טאקע אז אמעריקע האט גאר געגעבן פאר די סאודיס אינטעלעדזשענס פאר די אקציע. די באריכט זאגט אבער אויך אז די פיינעל באשלוס צו אטאקירן איז נישט געווארן אדורכגעשמיעסט געווארן מיט אמעריקע און זי איז בלויז געמאלדן געווארן ממש ווען די אטאקעס האבן זיך אנגעהויבן. זיי ברענגען אז דזשאן מקעין האט באשולדיגט די אדמיניסטראציע אין פאראורזאכן א דערווייטערוג פון אליאירטע, אבער אדמיניסטראציע באאמטע האבן עס אפגעווארפן מיטן זאגן אז זיי האבן בעיסיקלי אלעס מיטגעהאלטן.
האמיר א מחלוקת ען בי סי מיטן פאוסט ווי ווייט אבאמא׳ס דורכפאל גייט.

.

שכח יואב,טייבעלע,פאליטיקלי און אלע באריכטער פאר די שיינע רעפארטס.

כ'האב נישט געזעהן דעם פאוסט און נישט ען. בי. סי. אבער כ'האב מיטגעהאלטן דעם פארהער אין סענאט מיט גענעראל 'ליאוד יוסטין' קאמאנדאר 'יו. עס. סענטראל קאמאנד' בנוגע די סיטואציע אין תימן.

אט איז אן אוסצוג פונעם פארהער.

סענעטאר 'זשאן מעקעין': זשענעראל, זענען מיר אינפארמירט געווארן דורך די סאודיער אז זיי גייען אינטערנעמען מיליטערישע עקשאן אין תימן?

זשענעראל 'ליאוד יוסטין':

סיר, איך האב געהאט א קאנווארסעישאן מיט א באאמטער 'שארטלי' בעפאר זיי האבן אינטערגענימען עקשאן.

סענעטאר 'זשאן מעקעין': גלייך בעפאר זיי האבן אינטערגענימען עקשאן?

גענעראל 'יוסטין': יעס סיר.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אמעריקע האט געשיקט א פרישע מיליטערישע שיף צו די וואסערן נעבן תימן, אין ליכט פון א באריכט אז איראן האט געשיקט אכט שיפן - מיט מעגליכע וואפען פאר די רעבעלען - קיין תימן. די שיפן וועלן אפשטעלן יעדע פראוו צו שיקען וואפען צו די וואס שלאגען זיך קעגן די תימנער רעגירונג לויט אמעריקע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמעריקע האט געשיקט א פרישע מיליטערישע שיף צו די וואסערן נעבן תימן, אין ליכט פון א באריכט אז איראן האט געשיקט אכט שיפן - מיט מעגליכע וואפען פאר די רעבעלען - קיין תימן. די שיפן וועלן אפשטעלן יעדע פראוו צו שיקען וואפען צו די וואס שלאגען זיך קעגן די תימנער רעגירונג לויט אמעריקע.

דאס איז דער עירקרעפט קעריער USS Theodore Roosevelt און איר באגלייטער דער guided-missile cruiser USS Normandy, דערווייל האט אמעריקא אוועקגשטעלט קעגן די בארטענעס פון תימן 9 מיליטערעשע שיפן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמעריקע האט געשיקט א פרישע מיליטערישע שיף צו די וואסערן נעבן תימן, אין ליכט פון א באריכט אז איראן האט געשיקט אכט שיפן - מיט מעגליכע וואפען פאר די רעבעלען - קיין תימן. די שיפן וועלן אפשטעלן יעדע פראוו צו שיקען וואפען צו די וואס שלאגען זיך קעגן די תימנער רעגירונג לויט אמעריקע.


אמעריקא'ס טאפ גענעראל אין די מיטל מזרח ראיאן זאגט אבער, אז זיי וועלן נישט פרובירן צו שטערן די איראנער קריגס שיפן. בלייבט נאר איבער צו זעהן צו וואס מען האט יא געברעינגט די פלאטע?
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמעריקע האט געשיקט א פרישע מיליטערישע שיף צו די וואסערן נעבן תימן, אין ליכט פון א באריכט אז איראן האט געשיקט אכט שיפן - מיט מעגליכע וואפען פאר די רעבעלען - קיין תימן. די שיפן וועלן אפשטעלן יעדע פראוו צו שיקען וואפען צו די וואס שלאגען זיך קעגן די תימנער רעגירונג לויט אמעריקע.


איך האב א קאנספיראציע אז די שיפן האט א טיפערע כוונה.

אבאמא האט זיך געזען אז מען קען באמת זיך נישט אדורוך קימען מיט איראן איבער א נוקראלע דיעל, אבער עס האט אים נישט געפאסט אויפצוגעבן און זיכער נישט נאך די דרשה פון ביבי, ווייל עס וואלט געמיינט א פערזענליכע טאטאלע דורכפאל, דערפאר האט אבאמא אנגענימען סיי וועלכע דיעל איראן איז גרייט געווען אינטערצושרייבען אפילו ער האט געוויסט אז די דיעל איז נישט גוט און די אמעריקאנער גייען עס קיינמאל נישט אפראווען..

דערפאר האט ער יעצט ארויס געשיקט אמעריקאנע שיפן קעגן די איראנע שיפן, ער האפט אז עס וועט זיך שוין אנדרייען עפעס א פראוועקאציע צווישן אמעריקע און איראן, מען וועט זיך שוין שיסען איינער אויפן צווייטען, און אזוי וועט שוין די איראנע דיעל סיי ווי צופאלען ווייל מען איז דאך אין מלחמה צושטאנד, און איראן וועט גאר זיין שולדיג און אבאמא וועט בלייבען די העלד..
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איך פארשטיי נישט וואס זאל געבן דאס רעכט פאר אמעריקע (אדער סאודי אראביע) אפצושטעלן איראנער שיפן ווייל באריכטן מעלדן אז איראן ליפערט וואפן (באשולדיגונגען וואס שטאמט טאקע פון די צוויי)?

קען דען רוסלאנד אפשטעלן אויסלענדישע שיפן וואס ליפערן סחורה צו מזרח אוקראינע מיטן באשולדיגונג אז זיי ליפערן וואפן? אדער איראן אפשטעלן קאטארישע שיפן וואס פארן קיין סיריע אונטערן אויסרייד פון 'ברעכן די יו.ען. וואפן עמבארגאו'?

איך פארשטיי אז עס איז דא א יו.ען. פארבאט צו ליפערן וואפן צו געוויסע לענדער/גרופעס, אבער ווער באקומט די מאנדאט דאס צו אינפארסירן? קען יעדע לאנד באשולדיגן זיין קעגנער און נעמען דאס געזעץ אין די אייגענע האנט?

איך זאג נישט אז איראן ליפערט זיכער נישט קיין וואפן (כאטש, ווי שוין געשמועסט פריער איז נישט דא דערויף קיין שום הודאה מצדם) נאר איך וויל טאקע פארשטיין ווער רעגולירט אזעלכע געזעצן. ווער האט רעכט צו באשולדיגן, און ווער האט רעכט צו אינפארסירן (חוץ די לעגיטימע רעגירונג פונעם ספעציפישן לאנד זעלבסט, וואס זיי האבן פארשטייט זיך א רעכט צו קאנטראלירן זייערע האפענ'ס).
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'געדענק נישט אויף זיכער, אבער כ'מיין אז עס איז א חיוב "להלכה" אויף יעדע פון די יו-ען לענדע רצו אינפאסירן סיי וועלכע בינדענדע רעזעלוציע אינעם יו-ען. פארשטייט זיך אז רוב האבן נישט די כח, אבער די חיוב איז דא.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נאכדעם ווי סאודיע אראביע האט געמאלדן אז "די ארבייט אין תימן" איז פערטיג, און אז זייער באבאדירונג קאמפיין איז געקומען צו א ענדער, האט די ווייסע הויז זיך מחולק געווען, און געזאגט דורך א ווארטזאגער אז די ארבייט אין תימן "איז ווייט פון פערטיג".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אראביע האט טאקע ווייטער באמארדירט קוים עטליכע שטונדן נאך זיי האבן דערקלערט אן ענדע צום מיליטערישן קאמפיין.

לגבי די מאנדאט צו אינפארסירן יו.ען. רעזולוציעס. איך גלייב נישט אז יעדע לאנד איז מחיוב צו אינפארסירן די געזעצן אויסער איר יוריסדיקציע, למשל אין אינטערנאצינאלע וואסערן. אבער אפילו אויב איך נעם און אז יא, ווער האט די רעכט צו פסק'נען אויב עפעס איז אין פארלעצונג פון א בינדענדע רעזולוציע?

אויב האט יעדער די רעכט צו באשלוסן ווער און ווען איז אין פארלעצונג און א מאנדאט אדער חיוב צו אינפארסירן אויך אין אינטערנאצינאלע טעריטאריע אויסער איר יוריסדיקציע, דאן האסטו געגעבן א זייער ברייטע רעכט פאר לענדער. לענדער קענען דאן 'אינפארסירן יו.ען. געזעץ' לויט זייערע פאליטישע אינטערעסן סיי וואו און ווען איבער די וועלט, און דאס וואלט גאר שנעל גורם געווען געשלעגן און כאאס.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך אפריל 22, 2015 6:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מען קען אלס צוריק גיין צו די יו-ען און מאכען א רעזעלוציע אז יענע אינפאסירן איז נישט אויסגעהאלטן...... בקיצור איך געדענק אז דאס איז די געזעץ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

וואס ליגט אונטער די באריכט פון סאדיע אז מען האט אויפגעהערט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמעריקע האט געשיקט א פרישע מיליטערישע שיף צו די וואסערן נעבן תימן, אין ליכט פון א באריכט אז איראן האט געשיקט אכט שיפן - מיט מעגליכע וואפען פאר די רעבעלען - קיין תימן. די שיפן וועלן אפשטעלן יעדע פראוו צו שיקען וואפען צו די וואס שלאגען זיך קעגן די תימנער רעגירונג לויט אמעריקע.

לויט ווי אמעריקע זאגט, האבן די שיפן פון איראן זיך אוועק געדרייט, און קומען מער נישט קיין תימן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אמעריקע האט געשיקט א פרישע מיליטערישע שיף צו די וואסערן נעבן תימן, אין ליכט פון א באריכט אז איראן האט געשיקט אכט שיפן - מיט מעגליכע וואפען פאר די רעבעלען - קיין תימן. די שיפן וועלן אפשטעלן יעדע פראוו צו שיקען וואפען צו די וואס שלאגען זיך קעגן די תימנער רעגירונג לויט אמעריקע.

לויט ווי אמעריקע זאגט, האבן די שיפן פון איראן זיך אוועק געדרייט, און קומען מער נישט קיין תימן.

אדער האט מען צוגעמאכט די אויגן פאר פינף מינוט,
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

איראנע פליגער האבן פראבירט צו לאנדן הילף אין תימן צוליב וואס סאודי אראביע האט באמבעדירט די לופטפעלד אין צאנא. די הריגות דארטן זענען שרעקליך: קינדער, פרויען, נישטא קיין וואסער, לעקטער, קוים עסן. די רעבעלן שלאגן זיך מיט מיליצעס הויז צו הויז. פארשטייט זיך אז ווילאנג ס׳נישט מדנ״י וואס פירט דורך די באמבאדירונגען איז עס נישט קיינעמס פראבלעם.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

די צוויי זייטן זענען איינגעגאנגען אויף א יומאניטערישע פייער-אפשטעל. הונדערעטע ציוועלע לעבן אין שרעקליכע אומשטענדן דארט און די יו.ען. האט שוין געארבעט א לענגערע צייט צו ערמעגליכען דאס אריינברענגען וויכטיגע מאטעריעל. די סיבה פארוואס די קאנפליקט ווערט נישט באריכטעט טעגליך איז ווייל מדנ״י איז נישט א צד.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

נאכדעם וואס ס׳זיי נישט געלונגען צו לאנדן פליגער אין צאנא פראבירט יעצט איראן א נייע מהלך, נעמליך א איבערשפיל פונעם גאזא פלאטילע. א ׳ציווילע׳ שיף מיט הילף פעקלעך האט זיך ארויסגעלאזט קיין תימן צו געבן הילף פאר די באלאגערטע אינעם לאנד. איי סאודי אראביע האלט דאך אן א בלאקאדע? האט אבער איראן שארף געווארענט סיי וועלכע לאנד פון לייגן א האנט אויף די שיף זאגענדיג אז אזא שריא וועט אויפלאקערען מלחמה אינעם ראיאן. צו ווייזן אז זי איז ערנסט דערביי ווערט די ציווילע שיף באגלייטעט דורך צוויי איראנע מיליטערישע שיפן.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

די תימן'ע מידיע זאגט אז אמעריקע האט - אין א דראון אטאקע - דער'הרג'עט על-קאיידא'ס הויפט אין תימן, אמעריקע האט עס דערווייל נישט געלייקנט אבער אויך נישט באשטעטיגט.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שוין באשטעטיגט
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”