אומרוען און אטאקעס אין תימן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

WOW
לאמיר נאר ווארטן אויף רעפארטס איבער דעטאלן ...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דערווייל הייסט אז עס זענען נישט פארהאן קיין צווילע אדער מיליטערישע פאטאליטעטן.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

יואב בן צרויה האט געשריבן:אינטערעסאנט איז אז אבדולא סאלא׳ס זון איז נאכאלץ אין טשארדזש פון די ארמיי אין תימן און היינט צוטאגס ארבעטן די הוטי׳ס צוזאמען מיט סאלא איבערצונעמען דאס לאנד. דאס הייסט אז די [רוב] תימנה מיליטער שלאגט זיך ניטאמאל מיט די הוטי׳ס נאר ארבעט גאר מיט זיי. די סיבה דערפאר איז ווייל ביים אראבישען פרילינג ווען די הוטי׳ס און נאך גרופעס האבן רעוואלטירט קעגן סאלא, איז סאלא שטארק געפרעשורט געווארן דורך סאודי אראביע צו גיין און די פרעשור האט גורם געווען ער זאל טאקע דארפן אפטרעטן. אזוי ווי ער איז דאך פארט פון די זעלבע שיאיטישע סעקטע ווי הוטי׳ס, האבן עמון און מואב שלום געמאכט און זענען גרייט אנצולערנען די סונישע סאודי׳ס א לקח.


אין א שטוינענדע דעוועלאפמענט פון לעצטע וואך האט אבדולא סאלא געאפערט סאודיע אראביע צו איבערמישן דאס בלעטל און רעדן פון שלום!

דאס איז געקומען נאכדעם וואס סאלא און זיינע מענטשן האבן זיך צוקריגט מיא די הוטיס איבער געוויסע פרטים אריינגערעכענט קאנטראל איבער די גרעסטע מאסק אין צאנא.

די הוטיס האבן אים פארדאמט אלץ פאררעטער און די צוויי זייטן האבן זיך אנגעהויבן שלאגן אין וועלכע סאלא איז שוין געפאלן א קרבן!

נעכטן זונטאג איז געלונגען פאר א גרופע הוטי קעמפער איינצונעמען די געגענט פון סאלא'ס און זיין פאמיליעס הויז און א שטיק צייט דערויף האבן זיי געמאלדן זיין טויט.

סאלא'ס טויט קען נאך מער אויפ-פלאקערן די קריג דארט ווען זיינע מענטשן וועלן זיך אננעמען פאר זיין טויט.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכוח יואב פארן באריכט,
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

עימיצער דא געדענקט נאך פון תימן צו זאגן?.. אניש העלעך אייך דערמאנען. ס׳איז א לאנד וואס לע״ע צו גיין אהין אויף ווינטער וויקאציע איז נישט אזא גוטע עצה.

א גרופע פון די סודי געשטיצטע קאליציע אין תימן האבן פארגאנגענע וואך דאנערשטאג געפראוועט א צערעמאניע אינעם פארט שטאט ׳אַדאַן׳, דער יו״ר פונעם מעמד האט געהאלטן אינמיטן אויסרופן די נעמען פון די נגידים ווען פליצלונג איז א באמשעל געקומען צופליען אויף א ראקעט, אויפגעריסן מיט א מעכטיגע בום, און צושטערט דעם גאנצן מסיבה.

די ראקעט איז געשאסן געווארן דורך א גרופע פון די הייטי רעבעלן, 6 זענען געשטארבן פונעם אויפרייס.

דראפבאקסגוגל דרייוו
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

פארוואס רעדט דער בהמה ווייטער ווען ער זעהט עפעס קומט צו פליען?
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער פארזיצער פונעם יו.ען. ״גלאבאלע עסנווארג באנק״ האט געווארענט אז זי וועט ענדיגן אירע מאסיווע ליפערונגען פון עסנווארג און הומאניטארע שטיצע פאר תימן נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די הוטי רעבעלן וואס קאנטראלירן גרויסע טיילן פון לאנד רויבן צו די הילפס פעקלעך און טיילן עס אויס פאר זייערע שטיצער און קעמפער.

ארום 150 מיליאן דאלער ווערד פון עסנווארג ווערט אפגעשיקט חודש׳ליך קיין תימן פאר ארום 12 מיליאן בירגער וואס זענען אין געפאר פון אויסגיין פאר הונגער אבער דאס קומט נישט אן צו די וואס נויטיגן זיך דאס מערסטע.

די יו.ען. האט געשטעלט אן אולטימאטום פאר די רעבעלן פירער צו איינשטעלן א דורכזיכטיגע סיסטעם פון פארטיילן דאס עסנווארג און אויב נישט וועלן זיי ענדיגן אלע הילף.

JP
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: אומרוען און אטאקעס אין תימן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

געצילטע אויפרייסן האבן באטראפן א לופטפעלד אין תימן נאכדעם וואס עטליכע רעגירונגס מיניסטארן האבן דארט געלאנדעט, אן אטאקע וועלכע איז ווארשיינליך דורכגעפירט געווארן דורך די ארטיגע האוטי רעבעלן.
לויט צומישטע באריכטן האבן עטליכע צענדליג רעבעלן געשטורעמט דעם לופטפעלד זיך באנוצענדיג מיט מיסילס און קוילן באווייזנדיג צווישן אנדערע אומצוברענגען עטליכע רעגירונגס באאמטע. סאיז דערווייל נישט באקאנט די פונקטליכע צאל אומגעקומענע און פארוואונדעטע.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אומרוען און אטאקעס אין תימן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

די איראנער שטיצן די האויטי'ס, ניין?

מיינט דאס דעמאלט, אז עס איז איראן'ס הענט דא?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אומרוען און אטאקעס אין תימן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זארג נישט האט געשריבן:די איראנער שטיצן די האויטי'ס, ניין?

מיינט דאס דעמאלט, אז עס איז איראן'ס הענט דא?

די האוטיס זענען א שטארקע קראפט אין תימן און פארמאגן ריזיגע שטחים אין תימן אין זייער קאנטראל.

זיי ווערן מיליטעריש געשטיצט דורך איראן וועלעכע זענען די זעלבע רעליגיע ווי זיי.

ס'מיינט נישט אז יעדע לאקאלע אטאקע וואס זיי טון איז די ארבעט פון איראן.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אומרוען און אטאקעס אין תימן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

אבער לכאורה ארבעטן זיי האנט אין האנט מיט זיי

דא איז דער ציל געוווען רעגירונגס באאמטע, און דערובער געטראכט אז עס האט מיט איראן וואס האט דא זייער א שטארקע אינטערעס
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: אומרוען און אטאקעס אין תימן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מצליח האט געשריבן:געצילטע אויפרייסן האבן באטראפן א לופטפעלד אין תימן נאכדעם וואס עטליכע רעגירונגס מיניסטארן האבן דארט געלאנדעט, אן אטאקע וועלכע איז ווארשיינליך דורכגעפירט געווארן דורך די ארטיגע האוטי רעבעלן.
לויט צומישטע באריכטן האבן עטליכע צענדליג רעבעלן געשטורעמט דעם לופטפעלד זיך באנוצענדיג מיט מיסילס און קוילן באווייזנדיג צווישן אנדערע אומצוברענגען עטליכע רעגירונגס באאמטע. סאיז דערווייל נישט באקאנט די פונקטליכע צאל אומגעקומענע און פארוואונדעטע.

אויף דערווייל איז באשטעטיגט אמווייניגסטענס 22 אומגעקומענע - די טויט צאל איז ערווארטערט צו שטייגן אין די קומענדע שעות.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: אומרוען און אטאקעס אין תימן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

הר גריזים האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:די איראנער שטיצן די האויטי'ס, ניין?

מיינט דאס דעמאלט, אז עס איז איראן'ס הענט דא?

די האוטיס זענען א שטארקע קראפט אין תימן און פארמאגן ריזיגע שטחים אין תימן אין זייער קאנטראל.

זיי ווערן מיליטעריש געשטיצט דורך איראן וועלעכע זענען די זעלבע רעליגיע ווי זיי.

ס'מיינט נישט אז יעדע לאקאלע אטאקע וואס זיי טון איז די ארבעט פון איראן.


ווען סאודי אראביע באמבארדירט און תימן די האוטי רעבעלן, און ציווילע ווערן געהרגט, איז טראמפ שולדיג ווייל אמעריקע גיבט פאר סאודי אראביע די באמבעס, אבער ווען די האוטיס וואס באקומען זייערע וואפן פון איראן, הרגנען און שיסן, אה... דעמאלטס איז נישט איראן שולדיג.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אומרוען און אטאקעס אין תימן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

קארן האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:די איראנער שטיצן די האויטי'ס, ניין?

מיינט דאס דעמאלט, אז עס איז איראן'ס הענט דא?

די האוטיס זענען א שטארקע קראפט אין תימן און פארמאגן ריזיגע שטחים אין תימן אין זייער קאנטראל.

זיי ווערן מיליטעריש געשטיצט דורך איראן וועלעכע זענען די זעלבע רעליגיע ווי זיי.

ס'מיינט נישט אז יעדע לאקאלע אטאקע וואס זיי טון איז די ארבעט פון איראן.


ווען סאודי אראביע באמבארדירט און תימן די האוטי רעבעלן, און ציווילע ווערן געהרגט, איז טראמפ שולדיג ווייל אמעריקע גיבט פאר סאודי אראביע די באמבעס, אבער ווען די האוטיס וואס באקומען זייערע וואפן פון איראן, הרגנען און שיסן, אה... דעמאלטס איז נישט איראן שולדיג.

איר זענט פולשטענדיגט בארעכטיג צו באשילדיגן אמעריקע אין די סאודישע באמבאדירונגען און איראן אין די האוטי באמבאדירונגען..
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: אומרוען און אטאקעס אין תימן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
מצליח האט געשריבן:געצילטע אויפרייסן האבן באטראפן א לופטפעלד אין תימן נאכדעם וואס עטליכע רעגירונגס מיניסטארן האבן דארט געלאנדעט, אן אטאקע וועלכע איז ווארשיינליך דורכגעפירט געווארן דורך די ארטיגע האוטי רעבעלן.
לויט צומישטע באריכטן האבן עטליכע צענדליג רעבעלן געשטורעמט דעם לופטפעלד זיך באנוצענדיג מיט מיסילס און קוילן באווייזנדיג צווישן אנדערע אומצוברענגען עטליכע רעגירונגס באאמטע. סאיז דערווייל נישט באקאנט די פונקטליכע צאל אומגעקומענע און פארוואונדעטע.

אויף דערווייל איז באשטעטיגט אמווייניגסטענס 22 אומגעקומענע - די טויט צאל איז ערווארטערט צו שטייגן אין די קומענדע שעות.

האלט ביי 26 מענטשן וואס זענען אומגעקומען און 50 וואס זענען פארוואונדעט געווארן
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”