נייעס און אלעס ארום די צענזוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:28 pm

גייט עס עפעס טוישען און די עלעקטארעל וואויטס פאר 2020?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:32 pm

הויעך האט געשריבן:גייט עס עפעס טוישען און די עלעקטארעל וואויטס פאר 2020?

ניין, צענזוס ציילונג װערט אדורך געפירט 2020 און טשענדזשעס גייען אריין אין קראפט 2022

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:34 pm

לויט די געשאצטע נומערן ארויסגעגעבן, ווערט ערווארטעט אז 7 שטאטן וועלן צובאקומען קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטן וואס באדייט א גרעסערע רעפרעזענטאציע אין קאנגרעס.

די סטעיטס זענען ווי פאלגענד:
טעקסאס וועט צובאקומען 3 זיצן.
פלארידע 2 זיצן.
אריזאנע, קאלאראדא, מאנטאנא, נארט קאראליינע, און ארעגאן, וועלן יעדער עקסטער צובאקומען 1 זיץ.


פארשטייט זיך אז דאס גייט אויפן חשבון פון אנדערע סטעיטס.
צען סטעיטס גייען פארלירן כאטשיג איין זיץ, די סטעיטס זענען ווי פאלגענד:
אלאבאמא, קאליפארניע, אילינויס, מישיגען, מינעסאטע, אהייאו, ניו יארק, פענסילוועניע, ראוד איילענד, און וועסט ווירדזשיניע.


עטליכע גאר מערקבארע זאכן:

דאס וועט זיין דאס ערשטע מאל אין היסטאריע וואס קאליפארניע פארלירט א זיץ!

די ערשטע מאל וואס פלארידע שטייגט איבער ניו יארק מיט די צאל קאנגרעסלייט, יעצט האבן ביידע 27
אבער לויט די אויבנדערמאנטע שאצונגן וועט פלארידע האבן 29 אנטקעגן ניו יארק'ס 26.
צוריק אין 1950 האט ניו יארק געהאט 45 רעפרעזענטעטיווס אנטקעגן בלויז 6 פאר פלארידע.

ראוד איילענד וועט צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פארמאגן בלויז איין קאנגרעסמאן.

מאנטאנא וואס האט נאר איין קאנגרעסמאן וועט צובאקומען א צווייטע.


די אלע טוישנוגען וועלן אריינגיין אין קראפט ערשט אין 2021 נאך די ענדגילטיגע ציילונג, סוי ס'וועט נישט אפעקטירן די 2020 פרעזידענטליכע וואלן, אבער אויב וואלט טראמפ געווינען אין 2016 מיט די נייע מאפע וואלט ער באקומען 309 עלעקטארעל וואוטס אנשטאט 306 וואס ער האט למעשה באקומען.

https://www.270towin.com/news/2019/12/3 ... a_925.html
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5365
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:36 pm

איך האב שוין לאנג די קשיא.
וואס איז דאס די צענזוס וויפיל מענטשן וואוינען ? אדער וויפיל סיטיזען'ס וואוינען ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5365
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:37 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:לויט די געשאצטע נומערן ארויסגעגעבן, ווערט ערווארטעט אז 7 שטאטן וועלן צובאקומען קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטן וואס באדייט א גרעסערע רעפרעזענטאציע אין קאנגרעס.

די סטעיטס זענען ווי פאלגענד:
טעקסאס וועט צובאקומען 3 זיצן.
פלארידע 2 זיצן.
אריזאנע, קאלאראדא, מאנטאנא, נארט קאראליינע, און ארעגאן, וועלן יעדער עקסטער צובאקומען 1 זיץ.


פארשטייט זיך אז דאס גייט אויפן חשבון פון אנדערע סטעיטס.
צען סטעיטס גייען פארלירן כאטשיג איין זיץ, די סטעיטס זענען ווי פאלגענד:
אלאבאמא, קאליפארניע, אילינויס, מישיגען, מינעסאטע, אהייאו, ניו יארק, פענסילוועניע, ראוד איילענד, און וועסט ווירדזשיניע.


עטליכע גאר מערקבארע זאכן:

דאס וועט זיין דאס ערשטע מאל אין היסטאריע וואס קאליפארניע פארלירט א זיץ!

די ערשטע מאל וואס פלארידע שטייגט איבער ניו יארק מיט די צאל קאנגרעסלייט, יעצט האבן ביידע 27
אבער לויט די אויבנדערמאנטע שאצונגן וועט פלארידע האבן 29 אנטקעגן ניו יארק'ס 26.
צוריק אין 1950 האט ניו יארק געהאט 45 רעפרעזענטעטיווס אנטקעגן בלויז 6 פאר פלארידע.

ראוד איילענד וועט צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פארמאגן בלויז איין קאנגרעסמאן.

מאנטאנא וואס האט נאר איין קאנגרעסמאן וועט צובאקומען א צווייטע.


די אלע טוישנוגען וועלן אריינגיין אין קראפט ערשט אין 2021 נאך די ענדגילטיגע ציילונג, סוי ס'וועט נישט אפעקטירן די 2020 פרעזידענטליכע וואלן, אבער אויב וואלט טראמפ געווינען אין 2016 מיט די נייע מאפע וואלט ער באקומען 309 עלעקטארעל וואוטס אנשטאט 306 וואס ער האט למעשה באקומען.

https://www.270towin.com/news/2019/12/3 ... a_925.html

אויב קוקט מען אויף היינט.
ווער גייט פארדינען פון דעם ? די דעמאקראטן אדער רופאבליקאנער ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:39 pm

צו וואס ווערט צוגעשריבן די דיקריעס אין לעאוזיענע?

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:45 pm

eller האט געשריבן:איך האב שוין לאנג די קשיא.
וואס איז דאס די צענזוס וויפיל מענטשן וואוינען ? אדער וויפיל סיטיזען'ס וואוינען ?

אן אלטער מחלוקה, געווען איינע פון די גרעסטע טענות אנטקעגן די טראמפ דירעקטיוו אריינצולייגן די סיטיזען שאלה אין די צענזוס בויגנס.

אין די קאנסטיטוציע שטייט נאר אז מ'זאל רעכענען וויפיל מענטשן וואוינען אין אמעריקע און לויט דעם צוטיילן די קאנגרעס דיסטריקטן און פעדעראלע געלטער.

די קאנסערוועטיוון זאגן דרשינן טעמא דקרא און ס'מיינט נאר אמעריקאנע סיטיזענס.
די ליבעראלן טענה'ן לא דרשינן טעמא דקרא און ס'מיינט אויך אומלעגאלע אימיגראנטן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:46 pm

eller האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:לויט די געשאצטע נומערן ארויסגעגעבן, ווערט ערווארטעט אז 7 שטאטן וועלן צובאקומען קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטן וואס באדייט א גרעסערע רעפרעזענטאציע אין קאנגרעס.

די סטעיטס זענען ווי פאלגענד:
טעקסאס וועט צובאקומען 3 זיצן.
פלארידע 2 זיצן.
אריזאנע, קאלאראדא, מאנטאנא, נארט קאראליינע, און ארעגאן, וועלן יעדער עקסטער צובאקומען 1 זיץ.


פארשטייט זיך אז דאס גייט אויפן חשבון פון אנדערע סטעיטס.
צען סטעיטס גייען פארלירן כאטשיג איין זיץ, די סטעיטס זענען ווי פאלגענד:
אלאבאמא, קאליפארניע, אילינויס, מישיגען, מינעסאטע, אהייאו, ניו יארק, פענסילוועניע, ראוד איילענד, און וועסט ווירדזשיניע.


עטליכע גאר מערקבארע זאכן:

דאס וועט זיין דאס ערשטע מאל אין היסטאריע וואס קאליפארניע פארלירט א זיץ!

די ערשטע מאל וואס פלארידע שטייגט איבער ניו יארק מיט די צאל קאנגרעסלייט, יעצט האבן ביידע 27
אבער לויט די אויבנדערמאנטע שאצונגן וועט פלארידע האבן 29 אנטקעגן ניו יארק'ס 26.
צוריק אין 1950 האט ניו יארק געהאט 45 רעפרעזענטעטיווס אנטקעגן בלויז 6 פאר פלארידע.

ראוד איילענד וועט צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פארמאגן בלויז איין קאנגרעסמאן.

מאנטאנא וואס האט נאר איין קאנגרעסמאן וועט צובאקומען א צווייטע.


די אלע טוישנוגען וועלן אריינגיין אין קראפט ערשט אין 2021 נאך די ענדגילטיגע ציילונג, סוי ס'וועט נישט אפעקטירן די 2020 פרעזידענטליכע וואלן, אבער אויב וואלט טראמפ געווינען אין 2016 מיט די נייע מאפע וואלט ער באקומען 309 עלעקטארעל וואוטס אנשטאט 306 וואס ער האט למעשה באקומען.

https://www.270towin.com/news/2019/12/3 ... a_925.html

אויב קוקט מען אויף היינט.
ווער גייט פארדינען פון דעם ? די דעמאקראטן אדער רופאבליקאנער ?


לכאורה ווי איך פארשטיי וועלן די רעפאבליקאנע פארדינען
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 3:55 pm

הויעך האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
אויב קוקט מען אויף היינט.
ווער גייט פארדינען פון דעם ? די דעמאקראטן אדער רופאבליקאנער ?


לכאורה ווי איך פארשטיי וועלן די רעפאבליקאנע פארדינען

כ'קען מיך נישט אזוי גוט אויס מיט די פראצענט אין יעדע סטעיט, פארדעם דארף מען בעטן צל אז ער זאל מאכן א שאצונג.

לויט די ערשטע בליק קוקט אויס אזויווי הויך זאגט אז בפשטות פארדינען די רעפאבליקאנער מער, הגם צווישן די 17 סטעיטס וואס וועלן לכאורה זעהן טוישונגען איז דא פון ביידע פארטייען.

אבער ס'ווענד זיך גאאאאר אסאך אין ווער ס'קאנטראלירט די סטעיט לעגיסלאטורן, ווייל זיי שרייבן די דיסטריקטן, און זיי קענען אויסשטעלן אז ס'זאל זיך לוינען פאר זייער פארטיי.


דא איז א רעפארט אין פאליטיקא וואס באריכטעט ווי די דעמאקראטען אין סטעיטס ארבעטן זייער העפטיג צו געווינען די לעגיסלאטורן און אזוי צו באקומען אן אויבערהאנט אין קאנגרעס.
https://www.politico.com/news/2019/12/3 ... 020-091451
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12744
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 08, 2020 4:23 pm

עלעקטארעל קאלידזש וואויטס פארדינען די רעפאבליקאנער, דאס איז פשוט.

טראמפ פארדינט בלויז 3, ווייל ער האט געווינען מישיגען און פענסילוועניע וואס דערלייגן. אבער די מינומים 2020 טראמפ געווינס, דארף נישט די צוויי בלוי גענויגטע שטאטן, און די 28 סטעיטס פארדינען 5. פון די אנדערע זייט ווערן דאך אריזאנע און טעקסאס מער סווינגי.

אבער קאנגרעס זיצן, איז עס נישט אזוי פשוט, אין טעקסאס וועלן כאטש טייל פון די 3 נייע זיצן גיין צו די דעמאקראטן. - אפילו אויב די רעפאבליקאנער בלייבן פולי אין קאנטראל, ווייל די בלויע געגענטער וואקסן אסאך שטערקער, און אפילו יעצט זענען שוין אפאר רעפאבליקאנער זיצן שמאל. אויב די דעמאקראטן נעמען איבער דעם סטעיט אסעמבלי, וועלן די דעמאקראטן פארדינען מינומים אלע 3 נייע זיצן, מסתמא מער. - די מישיגען און פענסילוועניע זיצן, קען מען נאכנישט וויסן ביז מען ווייסט פונקטליך די נאמבערס פון די עקטשועל צענזוס. אין ניו יארק וועט עס לכאורה זיין א רעפאבליקאנער זיץ אין אפסטעיט. וועסט ווירדזשיניע איז זיכער א רעפאבליקאנער, ראוד איילענד זיכער א דעמאקראט. אהייא פשטות א רעפאבליקאנער. פלארידע וואלטן ביידע זייטן פארדינט 1, אבער יעצט איז עס נישט דזשערימענדערדערט, אויב די רעפאבליקאנער וועלן עס יא דזשערימענדערן, פארדינען זיי ביידע פלאס.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 4:25 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט וועט מיטטיילן מיט די צענזוס ביורא פארשידענע רעקארדס איבער וועלכע אמעריקאנער עס זענען יא בירגער און וועלכע נישט.

דאס קומט נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט אריגינעל געוואלט אז די צענזוס בויגנס זאלן האבן א פראגע איבער בירגערשאפט, אבער דער סופרים קאורט האט דאס אפגעווארפן. אצינד האט דער היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט געזאגט אז זיי וועלן מיטטיילן פאקטן און ציפערן איבער בירגערשאפט פאר די צענזוס ביורא, אזוי אז די ביורא זאל קענען ציילן וויפיל פון די באפעלקערונג זענען בירגער און וויפיל נישט.

איד דעילי


די דירעקטיוו פון טראמפ אז די האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט זאל מיטיילן זייערע סטאטיסטיקס מיט די צענזוס ביורא ווערט געטשעלענזשד אין געריכט, אבער ביז דערווייל גייען בײדע ווייטער אוו האבן שוין אויסגעארבעט אן אגרימענט וואס רעכנט אריין וויאזוי צו שערן די אימיגראנציע אינפארמאציע, און ביז ווילאנג די צענזוס ביורא מעג עס האלטן, וכדו'.

https://www.nbcnews.com/politics/immigr ... s-n1111566

----
צל האקט.

אה שכוח פאר די אפשאצונג.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מיטוואך ינואר 08, 2020 4:46 pm

.

לעב און שטרעב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

תגובהדורך לעב און שטרעב » מיטוואך ינואר 08, 2020 5:19 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איך האב שוין לאנג די קשיא.
וואס איז דאס די צענזוס וויפיל מענטשן וואוינען ? אדער וויפיל סיטיזען'ס וואוינען ?

אן אלטער מחלוקה, געווען איינע פון די גרעסטע טענות אנטקעגן די טראמפ דירעקטיוו אריינצולייגן די סיטיזען שאלה אין די צענזוס בויגנס.

אין די קאנסטיטוציע שטייט נאר אז מ'זאל רעכענען וויפיל מענטשן וואוינען אין אמעריקע און לויט דעם צוטיילן די קאנגרעס דיסטריקטן און פעדעראלע געלטער.

די קאנסערוועטיוון זאגן דרשינן טעמא דקרא און ס'מיינט נאר אמעריקאנע סיטיזענס.
די ליבעראלן טענה'ן לא דרשינן טעמא דקרא און ס'מיינט אויך אומלעגאלע אימיגראנטן.


חוץ אמעריקאנע סיטיזענס און אומלעגאלע אימיגראנטן איז גארנישט דא?

לעב און שטרעב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

תגובהדורך לעב און שטרעב » מיטוואך ינואר 08, 2020 5:22 pm

צל עובר האט געשריבן:עלעקטארעל קאלידזש וואויטס פארדינען די רעפאבליקאנער, דאס איז פשוט.

טראמפ פארדינט בלויז 3, ווייל ער האט געווינען מישיגען און פענסילוועניע וואס דערלייגן. אבער די מינומים 2020 טראמפ געווינס, דארף נישט די צוויי בלוי גענויגטע שטאטן, און די 28 סטעיטס פארדינען 5. פון די אנדערע זייט ווערן דאך אריזאנע און טעקסאס מער סווינגי.

אבער קאנגרעס זיצן, איז עס נישט אזוי פשוט, אין טעקסאס וועלן כאטש טייל פון די 3 נייע זיצן גיין צו די דעמאקראטן. - אפילו אויב די רעפאבליקאנער בלייבן פולי אין קאנטראל, ווייל די בלויע געגענטער וואקסן אסאך שטערקער, און אפילו יעצט זענען שוין אפאר רעפאבליקאנער זיצן שמאל. אויב די דעמאקראטן נעמען איבער דעם סטעיט אסעמבלי, וועלן די דעמאקראטן פארדינען מינומים אלע 3 נייע זיצן, מסתמא מער. - די מישיגען און פענסילוועניע זיצן, קען מען נאכנישט וויסן ביז מען ווייסט פונקטליך די נאמבערס פון די עקטשועל צענזוס. אין ניו יארק וועט עס לכאורה זיין א רעפאבליקאנער זיץ אין אפסטעיט. וועסט ווירדזשיניע איז זיכער א רעפאבליקאנער, ראוד איילענד זיכער א דעמאקראט. אהייא פשטות א רעפאבליקאנער. פלארידע וואלטן ביידע זייטן פארדינט 1, אבער יעצט איז עס נישט דזשערימענדערדערט, אויב די רעפאבליקאנער וועלן עס יא דזשערימענדערן, פארדינען זיי ביידע פלאס.


טראמפ וואלט געהאט 309 אנשטאט 306, אבער אן טעקסאס וואלט ער געהאט די זעלבע 268 (און פארלוירן) פונקט ווי יעצט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:21 pm

צל עובר האט געשריבן:עלעקטארעל קאלידזש וואויטס פארדינען די רעפאבליקאנער, דאס איז פשוט.

טראמפ פארדינט בלויז 3, ווייל ער האט געווינען מישיגען און פענסילוועניע וואס דערלייגן. אבער די מינומים 2020 טראמפ געווינס, דארף נישט די צוויי בלוי גענויגטע שטאטן, און די 28 סטעיטס פארדינען 5. פון די אנדערע זייט ווערן דאך אריזאנע און טעקסאס מער סווינגי.

אבער קאנגרעס זיצן, איז עס נישט אזוי פשוט, אין טעקסאס וועלן כאטש טייל פון די 3 נייע זיצן גיין צו די דעמאקראטן. - אפילו אויב די רעפאבליקאנער בלייבן פולי אין קאנטראל, ווייל די בלויע געגענטער וואקסן אסאך שטערקער, און אפילו יעצט זענען שוין אפאר רעפאבליקאנער זיצן שמאל. אויב די דעמאקראטן נעמען איבער דעם סטעיט אסעמבלי, וועלן די דעמאקראטן פארדינען מינומים אלע 3 נייע זיצן, מסתמא מער. - די מישיגען און פענסילוועניע זיצן, קען מען נאכנישט וויסן ביז מען ווייסט פונקטליך די נאמבערס פון די עקטשועל צענזוס.
אין ניו יארק וועט עס לכאורה זיין א רעפאבליקאנער זיץ אין אפסטעיט.
וועסט ווירדזשיניע איז זיכער א רעפאבליקאנער, ראוד איילענד זיכער א דעמאקראט. אהייא פשטות א רעפאבליקאנער. פלארידע וואלטן ביידע זייטן פארדינט 1, אבער יעצט איז עס נישט דזשערימענדערדערט, אויב די רעפאבליקאנער וועלן עס יא דזשערימענדערן, פארדינען זיי ביידע פלאס.

א באריכט אין Roll Call שאצט אז ניו יארק'ס 22'סטע דיסטריקט וואס איז די קלענסטע דיסטריקט אין ניו יארק גייט זיין די וואס וועט גיין א גאנג. און עס איז יעצט פארטרעטן דורך א פרישע דעמאקראטישע קאנגרעסמאן אנטאני ברינדיסי וואס האט באזיגט די אמטירענדע רעפאבליקען אויף די זיץ אין די 2018 מידטורם עלעקשען.

אין אנדערע נייעס שרייבן זיי דארטן די היסטעריע וואס האט זיך געשאפן ביי די ניו יארקע און קאליפארניע דעמאקראטישע פירער, און זיי האבן אנגעהויבן אריינגיסן גרויסע געלטער כדי די צענזוס נומערן זאלן זיין העכער. קאליפארניע גייט אינוועסטירן 180 מיליאן דאלאר און ניו יארק 60 מיליאן דאלאר כדי צו דערגרייכן יעדע פארשטופטער מענטש, מיטן האפענונג צו אויסמיידן דאס פארלירן א קאנגרעסיאנאלע זיץ.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:23 pm

אינטערסאנט אז א יאר צוריק האבן געוויסע שפעקולירט אז ניו יארק וועט גאר פארלירן צוויי קאנגרעסיאנאלע זיצן נאך די צענזוס, אבער יעצט זאגן זיי נאר איינס.

https://www.democratandchronicle.com/st ... 389967002/
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:34 pm

אין אנדערע נייעס איבער די 2020 צענזוס.

די צענזוס ביורא זוכט אויפצונעמען ארום א האלב מיליאן ארבייטער צו קענען אדורכפירן די ציילונג, אבער זייער ווייניג מענטשן האבן אפלייעט פאר די פארט טיים ארבעט, דאס קומט צוליב וואס די אנעמפלאוימענט ראטע איז ביי א היסטאריש נידעריגע שטאפל פון 3.5 פראצענט, ווערסעס א 10 פראצענט אנעמפלאוימענט ביי די פארגאנגענע צענזוס אין 2010. ממילא האט די צענזוס ביורא געמאלדן אז זיי גייען שטארק העכערן די וועידזשעס מיטן האפענונג אז דאס וועט ציען מער מענטשן.

https://www.foxnews.com/us/census-burea ... 00k-people
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שרייב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:37 pm

מדארף קענען עינגליש ?
:? :?:
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11920
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:46 pm

געטוישט די קעפל

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:47 pm

געלעגער האט געשריבן:געטוישט די קעפל

א ריזיגן דאנק!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 08, 2020 8:52 pm

שרייב האט געשריבן:מדארף קענען עינגליש ?
:? :?:

מסתם איז קענען ענגליש א חסרון... מ'ווערט דיסקוואליפיצירט צו ארומגיין צו הייזער און נעמען די קאפצאל...
האסט שוין אמאל געזעהן אן עלעקשען פאול סייט ארבעטער וואס קען ענגליש?? :wink:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12744
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 08, 2020 9:58 pm

פאראינטרעסירט, יענע זיץ איז א טראמפ פלאס 15 זיץ, וואס א דעמאקראט האט יעצט, ווייל די רעפאבליקאנער קאנגרעספרוי קלאדיא טעני איז געווען זייער שוואך.

ברינדיסי וואלט געלאפן אין א דערנעבנדע דיסטריקט, וואס קלינטאן האט געווינען אבער עס איז געהאלטן דורך דעם רעפאבליקאנער קאטקא.

און בכלל איז זייער מעגליך אז די רעפאבליקאנער וועלן עס געווינען אין 2020. עס וואלט געווען ליען רעפאבליקאנער ווען נישט טעני לויפט אין א רימעטש.

פארשטייט זיך אז אויב די דעמאקראטן וועלן טאקע האבן 2 דריטל אין סטעיט סענאט קענען זיי מבטל זיין קאטקא'ס דיסטריקט אין די פוירסט פלעיס.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12744
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 08, 2020 10:41 pm

@פאראינטרעסירט, קודם כל, ישר כח פארן ארויפברענגן דעם אשכול, עס קען זיין זייער אינטרעסאנט דעם קומענדיגן יאר.

סוי איך טרעף איינער וואס האט געמאכט א נייע מעפ, און ער שרייבט אזוי
My first map here. A possible Upstate NY 2022 map based on current pop est. Brindisi vs. Katko as current NY-22 eliminated. Delgado gains Ithaca/Binghamton, Stefanik gets safer seat. NY-19: D+2; NY-20: D+5; NY-21: R+6; NY-22: D+3; NY-23: R+8; NY-24: R+11; NY-25; D+7; NY-26: D+8. https://t.co/sL3sMfJjEf


דאס הייסט בלויז 3 רויטע דיסטריקטס אין אפסטעיט, חוץ אויב קאטקא באווייזט צו געווינען אין א D+3 דיסטריקט וואס האט אסאך נייע מענטשן.

יעצט איז דא אין אפסטעיט 4 רעפאבליקאנער, וואס פון דעם איז דא דעלעגאדא א דעמאקראט וואס איז אין טראמפ פלאס 7 דיסטריקט, און איז אין א געפאר, און יעצט באקומט ער א D+2 דיסטריקט, פלאס וואס ברינדיסי פארטרעט א טראמפ פלאס 15 דיסטריקט. פון די אנדערע זייט איז קאטקא עכט אין בלויע דיסטריקט, סוי עכט איז דא 5 רעפאבליקאנער דיסטריקטס יעצט אין אפסטעיט, 4 וואס האבן רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט, מיינוס קאטקא, איז 3, פלאס דעלעגאדא און ברינדיסי. און אויף די נייע מעפ, איז בלויז דא 3 רעפאבליקאנער דיסטריקטס, און 4 אויב קאטקא בלייבט.

די נאמבערס פון דעם מעפ מאכער זענען קוק פאליטיקעל'ס פי ווי איי נאמבערס, וואס מיינט אויב וואלט דער מצב געווען 50-50, באקומט יענע פארטיי, אזויפיל מיר ווי 50%, סוי R+2 מיינט אז דער רעפאבליקאנער האט אין א נייטראלע ענוויירעמענט 52% קעגן 48%, דאס הייסט אז איין פוינט, מיינט א ליעד פון 2%. די נאמבערס וואס איך רעד לגבי דעלעגאדא און ברינדיסי איז די געהעריגע וועג. נאך א וועג צו זאגן, די אלטע דיסטריקטס רעדט מען פון די מארדזשין פון טראמפ, די נייע, רעדט מען פון די קוק פי ווי איי.

א נארמאל אויסזעענדע מעפ.
IMG_20200108_223357.jpg
IMG_20200108_223357.jpg (154.92 KiB) געזעהן 646 מאל
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 4:30 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:אין אנדערע נייעס איבער די 2020 צענזוס.

די צענזוס ביורא זוכט אויפצונעמען ארום א האלב מיליאן ארבייטער צו קענען אדורכפירן די ציילונג, אבער זייער ווייניג מענטשן האבן אפלייעט פאר די פארט טיים ארבעט, דאס קומט צוליב וואס די אנעמפלאוימענט ראטע איז ביי א היסטאריש נידעריגע שטאפל פון 3.5 פראצענט, ווערסעס א 10 פראצענט אנעמפלאוימענט ביי די פארגאנגענע צענזוס אין 2010. ממילא האט די צענזוס ביורא געמאלדן אז זיי גייען שטארק העכערן די וועידזשעס מיטן האפענונג אז דאס וועט ציען מער מענטשן.

https://www.foxnews.com/us/census-burea ... 00k-people

אין רוב לאנד צאלן זיי 19 דאללאר א שעה פאר די ארבעט, געוויסע פלעצער איז עס נידריגער אדער העכער, אין ברוקלין צאלן זיי 25-28 דאללאר א שעה. איך ווייס נישט מיט וואס ס'האט צו טוהן אבער מסתבר איז אז אין פלעצער ווי ווייניגער אפלייען צאלן זיי מער.
נו אפשר לוינט זיך יא?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:31 pm

נעכטן יאנואר 21 האט די צענזוס ביורא אפציעל אנגעהויבן די 2020 צענזוס ציילונג אויף אן אלאסקע אינזל מיטן נאמען טאַקסוק בּעי.

אינמיטן מארטש גייט די צענזוס ביורא ארויסשיקן די צענזוס בויגנס צו א יעדע איינציגסטע הויז איבערן לאנד,
מ'וועט קענען רעספאנדן אנליין, ביי פאון, אדער ביי מעיל, די בויגנס וועלן האבן די פונקטליכע אינפארמאציע וויאזוי צו ענטפערן דערויף.

אפריל 1 איז די אפיציעלע נאציאנאלע צענזוס טאג ביי וועלכע יעדעס איינציגסטע הויז וועט שוין האבן באקומען די צענזוס בויגנס.

אבער די ציילונג אין אלאסקע הייבט זיך אהן פריער ווען ס'איז נאך אייזיג דארטן צוליב וואס שפעטער אין יאר ווען ס'ווערט ווארימער צושפרייטן זיך די איינוואוינער צו כאפן פיש, האנטען, אדער זוכן זוממער דזשאבס.

https://www.census.gov/newsroom/press-r ... laska.html
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”