לאקאלע און נאציאנאלע פארמעסטן 16'

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

לאקאלע און נאציאנאלע פארמעסטן 16'

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מוצ"ש נובעמבער 29, 2014 9:48 pm

יא, די רעפולקאנער האבן טאקע געווינען דעם סענעט מיט א 53 אדער אפילו 54 מערהייט, ס'איז אבער א גרויסע שאלה צו זיין וועלן דאס קענען אנהאלטן אין 16'.
די רעפולקאנער וועלן דארפן פארטיידיגן אזוי סאך ווי 24 זיצן, אין דער צייט וואס די דעמאקראטן וועלן נאר דארפן פארטיידיגן 10 זיצן, נאך מער פאבלעמאטיש איז די שווערע מאפע, ווי אסאך רעפולקאנער דארפן לויפן פאר ווידערוויילונג, חוץ מזה איז 16' א פרעזידענטיעל וואל יאר, אין היסטאריש גערעדט קומען די דעמאקראטן ארויס שטימען מער ווי א מידטורם וואלן יאר .מיר וועלן פרובירן דורך גיין די ליסטע. ואלו הן:

1) מארק קירק,
דער סענטאר פון אילינאי, וואס האט געווינען דעם סיט וואס באראק אבאמא האטגעהאלטן פאר ער איז געווארן פרעזידענט. ער לויפט אין די בלויסטע סטעיט, פון אלע רעפולקאנער וואס לויפן פאר ווידערוויילונג, אן ערשט טערמיניגער סענטאר, אין צוגאב האט ער באקומען א סטראוק פאר צוויי יאר צריק, וואס ער האט זיך נאך אלץ נישט געהעריג ערהוילט, ער פארט ארום אין דעם קפיטעל היל געביידע מיט א ווילטשער, די גוטע נייעס פאר אים איז ,עס זעיהט נישט אויס ווי אן ערסטן קאנדידאט גייט זוך ארויסשטעלן קעיגן אים.

2) ראן דשאנסען,
דער סענטאר פון וויסקאנסן,נאך א רעפולקאנער אין א בלוי סטעיט, נישט אזווי בלוי ווי אילינאי, נאר באטראכטענדיג די פאקט אז דאס איז א יאר וואס מען לויפט פאר פרעזידענט, אין און די לעצטע 7 מאל האט קיין רעפולקאנער פרעזידענט קאנדידאט געווינען די סטעיט, טוט דאס שטארק פארשווערן זיינע שאנסען פאר ווידערוויילונג. ראס פינגאלד, וועם ער האט באזיגט אין 10 באטראכט די מעיגליכקייט פון לויפן, נאך א פראבלעים פאר ראן דשאנסען, ער האט זייער א נידריגע צופרידנהייט ראטע.
לעצט פאראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום זונטאג נובעמבער 30, 2014 10:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מוצ"ש נובעמבער 29, 2014 9:49 pm

3) פעט טאמי,
דער סענטאר פון פענסילוועניע, ער אויך ווי די פריערדיגע קאנדידאטן געווינען אין דעם 10' עלעקשן וועיוו, אבער אפילו דאן האט ער קוים געווינען מיט 51 פראצענט , אין ווי געזאגט איז דאס יאר א פרעזידענטיעל וואל יאר, אין קיין רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט האט נאך נישט געווינען די סטעיט זינט יאר 88'
לאידך גיסא האט ער גאנצע א גוטע אפראוועל רעיט, ער האט זך גערוקט אביסל מער צום צענטער, בפרט ווען ער איז לעצטע יאר געווען פין די שטיצערס פאר מער בעקראונד טשעקס פאר די וואס קויפן גאנס, ועל כולם עס זעיהט נישט אויס ווי א שטארקע קאנדידאט גייט זוך ארויסשטעלן קעגן אים.
4) קעלי איאטע,
דיסענעטארישע פון ניו העמפשער, בעצם איז זי גאנץ שטארק , באטראכטענדיג די פאקט אז זי האט לעצטע מאל געווינען מיט מער ווי פראצענט איבער איר קעגנער, אבער דאס איז אויך א סווינג סטעיט אין א פרעזידענטיעל וואל יאר, אויך איז דא א מעיגלעכקייט אז דער גאווערנער וועט לויפן קעגען איר, וואס דעמאלס וועט זי דארפן פירן א שווערע קאמפיין.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מוצ"ש נובעמבער 29, 2014 9:50 pm

מעיגליכע רעטייעמענס:

5) דשאן מעקעין, דער סענטאר פון אריזאנע, וועט זיין יאר 80 אין 16, עס איז רעכט צו זאגן אז עס איז דא א מעיגלעכקייט, אז ער וועט נישט לויפן, אויב לויפט ער טאקע נישט , וועלן עס די דעמאקראטן מאכן פאר א הויפט ציל , אבער למעשה זעיהט אויס ווי ער גרייט זוך צו לויפן. מעקעין האט נאך א פראבלעים, א פאר קאנדידאטן פונעם רעכטן לאגער שארפן זיך די ציין צו לויפן קעגען אים, אין א פריימערי. מעקעין אלירטע טענה'נען אבער אז אין אריזאנע דארף מען האבן איין זאך, אין דאס איז געלט, אין מעקעין האט דערפון גענוג.

6) טשאק גרעסלי,
דער סענטאר פון אייווא,וועט זיין נאך עלטער ווי מעקעין, ער וועט זיין יאר 83 אין 16', אבער ער האט געזאגט דעם פארגאנגנעם פרייטאג, אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג, דאס האט אבער נאך אלץ נישט אינגאנצן ברואיגט די נערווען פון די רעפולקאנער פירער, וויל פארט איז ער היבש אלט אין .... אין פרעזידענט אבאמא האט געווינען דארט ביידע מאל.
7) ריטשארד בארר,
דער סענטאר פון נארט קארעליינע,גייט אפילו נישט זיין קיין 60 ווען (אויב)ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג, אבער זיינע פאנדרעיזינג נאמבערס האבן געגעבען א שטיקל אנדייטאנג אז ער פלאנט נישט צו לויפן פאר ווידערוויילונג, אין אפילו ער וועט צום סוף לויפן, אבער דאס אליינס קען געבן א פתח פאר שטארקע דעמאקראטן אריין צו שפרינגען אינעם פארמעסט זעיהנדיג אז ער הייבט אן שוואך, עס איז אויך דא א שטארקע מעיגליכקייט אז " קעי העיגן" וואס האט נאר וואס פארלוירן ווידערוויילונג, וועט פרובירן נאכאמאל איר מזל

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מוצ"ש נובעמבער 29, 2014 9:51 pm

מעיגליכע פרעזידענט קאנדידאטן

8) מארקא רוביא,
דער סענטאר פון פלארידא,האט געזאגט אז טאמער וועט ער לויפן פאר פרעזידענט, וועט ער נישט לויפן אינעם זעלבע צייט פאר די סענאט, ווי עס קוקט אויס רוקט ער זיך נעינטער צו לויפן פאר פרעזידענט, ממילא וועט זיין זיץ ווערן אפאן , אין אויטאמאטיש מאכן א שטארקע ציל פאר די דעמאקראטן, בפרט אין פרעזידענטיעל עלעקשן יאר אין א סווינג סטעיט.
9) רענד פאול,
דער סענטאר פון קענטאקי, , ווי עס זעיהט אויס, סיי פין זיינע מאנווערס אין סיי פין ריפארטס, וועט ער לכאורה לויפן פאר פרעזידענט. און קענטאקי איז דא א לאו וואס ערלויבט נישט צו לויפן פאר צוויי פאסטענס אויף איינמאל, הגם קענטאקי איז א רויטע סטעיט, אבער א אפאנע זיץ איז נישט באטעמט , בפרט אז מיטש מעקאנעל האט זיך אביסל געפלאגט אין די אט פארלאפנע וואלן,
10) ראב פארטמאן,
דער סענטאר פון אהייאו, ער האט אויך האט געזאגט אז ער טראכט אפשר פין לויפן פאר פרעזידענט, טאמער וועט ער טאקע לויפן פאר פרעזידענט, וועט אויך דא ווערן די זיץ אפאן אין א סווינג סטעיט, אין ווייטער ווערן א ציל פאר די דעמאקראטן, אויב לויפט ער נישט פאר פרעזידענט, וועט ער לכאורה גרינג געווינען ווידערוויילונג.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מוצ"ש נובעמבער 29, 2014 9:52 pm

מיטש מעקאנעל ווייסט פין דעם אלעם, אין אפילו ער האט נאך נישט איבערגענומען די סענאט פירערשאפט האט ער אבער שוין אונטער גענומען דראסטישע שריט, ער צוזאמענען מיט "ראדשער וויקער" , דער נייער פירער פון RSCC צוזאם גערופען אלע 24 סענטארן וואס לויפן פאר ווידערוויילונג פאר א דרינגעדע בראטונג ווי ער האט געזאגט פאר זיינע רעפולקאנער קאלעגען אז מוזן זיך אינטער גארטלען, אין אנהייבן זייערע קאמפיין'ס שוין, אויך האט ער געזאגט אז אלע זאלן אויפנעמען פאולסטערס , האט געזאגט אז ער וועט אויס לערנען יעדן ווי אזוי מען פירט א קאמפיין אין 16' מיט די נייע טעכנילאגיע. אין מער ווי אלעם אויפטרייבן אסאך געלט.

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מוצ"ש נובעמבער 29, 2014 10:08 pm

שיינע באריכט. כאב הנאה. אבער למעשה רוב פון דיינע סצענעריאוס זעען למעשה אויס ווי עס גייט זיך יא ענדגילטיג ענדיגן לטובת די רעפובליקאנער. פארטמאן לויפט נישט פאר פרעזידענט, מעקעין לויפט ווייטער, איך מיין אז רוביאו האלט נישט ביים לויפן, איבערהויפט אז דזשעב בוש זעהט יא אויס ווי ער גייט לויפן, וכו' וכו', דעריבער קען מען זאגן אז דער קאמף איז נישט אזא שווערע

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מוצ"ש נובעמבער 29, 2014 11:42 pm

איך סליחה שוער אז מעקעין וועט נאכאמאל לויפן
לכאורה אילינאי און פענסילוועניא די מערסטע מסוכן פאר די רעפובליקאנער
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג נובעמבער 30, 2014 12:10 am

עס איז דא אויך "ברייט ספאטס" פאר די רעפולקאנער ווי מען
רופט דאס אין עינגליש, איינס איז אין נעוואדע, ווי נישט קיין אנדערער ווי "הערי  ריעד", קען זיין אויף צרות, ספעציעל אויב דער גאווערנער וועט לויפן פאר סענאט, ער האט געווינען די  אט פארלאפנע וואלן מיט 71 פראצענט איבער זיין קעגענער.
דער צווייטער איז "מייקל בענעט" פון קאלראדא, ער האט געווינען לעצטע מאל מיט ווייניגער ווי א פראצענט אויך האט ער לעצטע מאל געהאט א מזל אז ער האט געהאט זייער א שוואכן  קעגנער. ס'קען זיין אז דאס מאל וועט ער נישט זיין אזוי מזל'דיג.

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג נובעמבער 30, 2014 12:17 am

עס ווענד זיך זייער א סך אין די רעפובליקאנע קאנדידאט פאר פרעזידענט און ווי שטארק און גיט זיין מעסעדזש וועט זיין.

אדער וועט עס זיין די שוואכקייט פון הילערי אלס קאנדידאט וואס דאס וועט ארויסברענגען די רעפובליקאנע מיט גרויסע נאמבערס.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג נובעמבער 30, 2014 12:37 am

יא , AHA די האסט א שטארקן פוינט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג נובעמבער 30, 2014 12:39 am

זייער שיין פאליטיקלי!!!

איין זאך נאך דארפסטו צולייגן צו דיינע חשבונות, וואס זענען געווען די רעזאלטאטען אין די פרעזידענטליכע וואלן אין יענע שטאטען.

א גרויס חלק פון די דעמאקראטישע דורכפאל דאס יאר איז געווען, ווייל זייער אסאך פון די ערוויילטע זענען אריינגעקומען אין סטעיטס ווי זיי וואלטן קיינמאל געקענט אריינקומען, ווען נישט די שטארקע שוואונג פון די אבאמא - יעס ווי קען - באוועגונג.

דארף מען וויסען, צו די שטאטען ווי די ריפאבס גייען דארפן דיפענדן זייערע זיצען, זענען אין טראדישענעלע רויטע\בלויע אדער פערפל שטאטן. אזוי אויך דארף מען קלערן צו די זיצען ווי די דעמאקראטן דארפן דיפענדן, צו זיי זענען נישט די קאליבער זיצען ווי די וואקעלדיגע וואס זענען געפאלן ווי נאר די אבאמא פיבער האט אויסגעוועפט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » זונטאג נובעמבער 30, 2014 7:53 pm

הערליך שיין מר. קארעקט, זייער גוט און קלאר אראפגעשטעלט די פאנדעמענט פון די סענאט קאנטראל פייט. מיר האפן אלע אז אלס פותח וועסטו אונז באגלייטן לאורך האשכול ביז איר זינקונג צוויי יאר ארום. זאל משיח אוודאי קומען פריער.

ווי מיר האבן שוין געזעהן פאר צוויי און זעקס יאר צוריק, אז די אלע חשבונות קומען סוכ"ס אראפ צום פרעזידענט קאנדידאט זעלבסט. אין 12' האבן די דעמאקראטן געווינען יעדע איינציגע וואקעלדיגער זיץ מיטן אבאמא מאמענטום, בערך די זעלבע איז געווען אין 08', און אזוי אויך אין 04'. דאס האט מען אויך געזעהן, אז די קוואליטעט פונעם קאנדידאט מאכט אויך אויס אסאך, נישט קיין חילוק פון וועלכע קאליר סטעיט מ'רעדט.

וואס מ'דארף זיך יעצט בעיקר קאנצעטרירן, איז דאס שטארקייט פונעם אינקאמבענט (אויב ער פלאנט בכלל צו לויפן), מיטן מעסטן זיין צופרידענהייט ראטע צוזאמען מיט זיין טייסטער, ווייל אין דעם ווענדט זיך גאר אסאך די באשלוס פון א מעגליכע שטארקע קעגנער.

אבער דאס איז אמאל זיכער, די אונטערשטע שורה גייט זיך אלעס ווענדן אינעם פרעזידענט קאנדידאט. אין 08' האבן עטליכע געווינען זייער זיץ (און געפלויגן ביי די יעצטיגע וואלן) כאטש אבאמא האט פארלוירן זייער סטעיט.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 30, 2014 9:54 pm

זייער שיין מר קארעקט.

לדעתי איז נאך גאר פרי צו רעדן איבער דיסענאט קאנדידאטען פון 16.. עס איז אמת אז די קאמפיין האט זיך שוין אנגעהויבן און עס גייט אן, אבער זייער אסאך ווענט זיך אין די דעמעקראטישע פארטיי וואס פארא מסקנות זיי וועלן ציען פון די לעצטערע וואלען.

די דעמקראטען האבן א פראבלעם, זיי האבן נישט קיין אגענדע און זיכער נישט קיין מעסעדש,

מען קען נישט געווינען קיין פארמעסט דורוך זיין די פארטיי וואס איז פאר קליימענט טשעינטש, דאס מיינט אוטעמאטיש העכערע ענערשי פרייזען און אינטערברענגן קוילן/נאטירליכע געז/ גראבען פאר אויל וכדו׳ אויז אויך איז דאס זיך כלומפריש אנעמען פאר פרויען רעכטען לגמרי נישט קיין וויניג אישו, די זעלבע איז מיט מינארטעי רעכטען.. מען קען נישט גיין צו די וואלען מיט די סארט אישוס..

אבאמא האט געשלעפט זיין פארטיי זייער צו לינקס, אסאך לינקער ווי רוב אמעריקע האלט דערביי, און אפילו אסאך לינקער ווי שומער און ריעד האבן מסכים געווען.. און זיי האבן טאקע אנגעהויבן רעוואלטירען דערקעגן.

אויב גייען די דעמעקראטען בלייבען אזוי לינק ווי זיי זענענן יעצט גייט אין 16 זיין א איבערשפיל פון 14.. אבאמא האט געגעבן פלאטץ פאר די רפובליקאנער אז זיי זאלן איבערנען די צענטער און די רפובליקאנער גייען עס אויסניצען און געווינען,

מען דארף ווארטען און זען צו די דעמקראטען גייען פארשטעלן עפעס מער ווי דשאסט מינארעטי סופארטערס און EPA פארזארגער צו קענענן וויסען ווי אזוי 16 גייט אויסזען.

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » זונטאג נובעמבער 30, 2014 9:59 pm

מחותן האט געשריבן:
די דעמקראטען האבן א פראבלעם, זיי האבן נישט קיין אגענדע און זיכער נישט קיין מעסעדש,

פשששש.... דאס ערשטע מאל וואס איך הער דעם קלעים אויף די דעמאקראטן אנשטאט אויף די רעפובליקאנער

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג נובעמבער 30, 2014 10:02 pm

מחותן איך וואלט אגריד מיט דיר,

אבער דו מיזט אנערקענען איין גרויסע (ריזיגע) חסרון וואס די רעפובליקאנע האבען. זיי האבען דאס מאל נישט געוואונען ווייל די דעמאקראטען זענען שלעכט אין עניוועי. זיי האבען געוואונען מיטען אויפווייזען אז די דעמאקראטען האבען קיין פלאן.

וועגן דעם זענען אלע דעמאקראטען געבליבען זיצען אינדערהיים. אבער איך מיין אז די פאלק האט נישט קיין שנאה צו די דעמאקראטען סיז נאר נישט געוועהן קיין גענוג שטארקע סיבה ארויסצוגיין וואוטען.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 30, 2014 10:08 pm

איך מיין אז אבאמא מיט זיין ציען אזוי צו לינקס בפרט ענערדשי פאלאסיס, און מיט זיין ווייזען אז ער איז נישט בכוח צו פירען דאס לאנד אויפן אויסערליכען פראנט, האט שוין באוויזען צו שאפען א שנאה צו די דעמקראטען..

אבאמא מיט זיין אויסערן פאליטיק מהלך האט אוועק גענימען די שטאלץ פון אמעריקע, און די אמעריקאנער זענענן בייז דערויף.

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג נובעמבער 30, 2014 10:14 pm

רעטטער רוף עס א דיסקאמפארט מיט די דעמאקראטען ווי א שנאה! דערמאן דיך וויאזוי מען האט פיינט געהאט בוש מיט די רעפובליקאנע אין 06-07 סיז נאך ווייט פון דעם.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 30, 2014 10:22 pm

גערעכט. און מיין ערשטע תגובה האב איך טאקע נישט געניצט די ווארט שנאה, איך האב עס נאר שפעטער געניצט רעאגירענדיג צו דיין תגובה ווי די האסט עס געניצט.

עס איז קלאר - לענ״ד - אז די רפובליקאנער האבן יעצט בעסערע אישוס אויפן טיש ווי די דעמקראטען.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מאנטאג דעצמבער 01, 2014 6:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג נובעמבער 30, 2014 10:47 pm

יישר כח פאר ,סמארט גאי, לכתחילה אריבער, מידער, מחותן , אפטימיסט, אהא, פאר די שטארקע דברי חיזוק.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 6:17 pm

מחותן האט געשריבן:
עס איז קלאר - לענ״ד - אז די רפובליקאנער האבן יעצט בעסערע אידוס אויפן טיש ווי די דעמקראטען.

חכם עדיף מנביא!

עס איז היינט ארויסגעקומען א פאול פין סי ען ען ,וואס זאגט אז די רעפוליקאנער ברענד איז געשטיגן מיט 11 פראצענט זינט לעצטן אקאבער 13'.

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 9:13 pm

רב קארעקט, אויבן האסטו געשריבן אז עטליכע קאנדידאטן גייען נישט קענען סיי צום סענאט און סיי פאר פרעזידענט, איז מיין פראגע, צי דאס גייט אן אויך אויב ער פארלירט דעם פרעזידענט פריימערי וואס איז דאך אין טייל סטעיטס אסאך פאר די סענאט פריימערי. נאך א פראגע, צי מארקאו רוביאו האט אויך די זעלבע פראבלעם אין פלארידע.

אגב, די סארט איינפיר האט ממש אין די ערד געלייגט דזשאן עדווארס נאכן מוזן אויפגעבן זיין סענאט זיץ אלס מיטלויפער פון דזשאן קערי.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג דעצמבער 01, 2014 10:04 pm

בני, שאלה גדולה שאלת. אין איך ווייס נישט דעם תירץ.

אבער לגבי "דזשאן עדווארס" במחילת כבודך, מאכט איר א שטיקל טעות, "דזשאן עדווארס" איז קודם אליינס געלאפן פאר פרעזידענט. אין די סיבה פארוואס דזשאן קערי האט אים גענומען איז, ווייל "עדווארס" איז געווען זיין שטערקסטע קעיגנער.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 5:40 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
עס איז קלאר - לענ״ד - אז די רפובליקאנער האבן יעצט בעסערע אידוס אויפן טיש ווי די דעמקראטען.

חכם עדיף מנביא!

עס איז היינט ארויסגעקומען א פאול פין סי ען ען ,וואס זאגט אז די רעפוליקאנער ברענד איז געשטיגן מיט 11 פראצענט זינט לעצטן אקאבער 13'.


גאלאפ איז אויך ארויסגעקימען מיט זייער א אינטערסאנטע פאול:

More Americans Shift to Republicans

Gallup: “Since the Republican Party’s strong showing on Election Day last month, Americans’ political allegiances have shifted toward the GOP. Prior to the elections, 43% of Americans identified as Democrats or leaned toward the Democratic Party, while 39% identified as or leaned Republican. Since then, Republicans have opened up a slight advantage, 42% to 41%, representing a net shift of five percentage points in the partisanship gap

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 7:32 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:בני, שאלה גדולה שאלת. אין איך ווייס נישט דעם תירץ.

אבער לגבי "דזשאן עדווארס" במחילת כבודך, מאכט איר א שטיקל טעות, "דזשאן עדווארס" איז קודם אליינס געלאפן פאר פרעזידענט. אין די סיבה פארוואס דזשאן קערי האט אים גענומען איז, ווייל "עדווארס" איז געווען זיין שטערקסטע קעיגנער.

גערעכט גערעכט.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 10:24 pm

מ'קען שוין אראפ עטליכע נעמען פין אונזער פריערדיגע ליסטע.

ראב פארטמאן, האט היינט געמאלדן אז ער לויפט נישט פאר פרעזידענט.

רענד פאול האט היינט געמאלדן אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג צום סענאט, אבער ער גייט מעלדן אין פרילינג, אויב לויפט פאר פרעזידענט!. עס איז דא עטליכע סימנים, אז ער מיינט נישט ערנסט דאס לויפן פאר סענאט, איינס , די סדר איז אנצוהייבן א קאמפיין אין די היים סטעיט, אין ער האט דאס געטון און וואשינגטאון, צוויי ער נישט געמאכט א גרויסע עסק דערפון.
עס לאט זיך קלערן, אויב וויל ער טאקע לויפן פאר פרעזידענט?, דאן פארוואס לויפט פאר סענאט נאך דערצו אז עס איז אפילו נישט לעגאל?, ער אין די רעפולקאנער וועלן דארפן מאכן א דריידל, נאך מער פארוואס האט ער זיך אזוי גאיילט.? מוז מען צוקומען צו סי מסקנה, אז דאס איז געווען אויפן פארלאנג פון " מיטש מעקאנעל", וואס וויל שיקן א מעסעדש צו אלע מעיגליכע שטארקע דעמאקראטישע קאנדידאטן אין קענטאקי אזוי ווי גריימס, וואס איז געלאפן קעגן מיטש מעקאנעל, וכיוצא בה, אז ער לויפט פאר ווידערוויילונג, אין זיין זענען אפילו זיך גרייט צו שלאגן דערויף.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, john, א מוח, טשיינע רב און 53 געסט