הצלת הישיבות האט געשריבן:חזקלשלעז האט געשריבן:הצלת הישיבות האט געשריבן:הרב חזקלשלעזינג
.
קודם כל, וויל איך זיך באדאנקן פאר די אחראים פאר לאזן שמיסען איבער דעם וויכטיגע נושא בדרך כבוד!
לעצטע וואך האט די וועד געשריבן אין די שבת בשבתו (פעידזש 28) אז די וועד וועט פארטרעטן אלע ישיבות. האסט אנדערע אינפראמאציע פון אינטער די קוליסן אז דאס איז נאר עפעס א PR אפיס ליעזען גרופע וואס רעדט בשמם ?
צוליב פארשטענדליכע סיבות קען איך דא נישט ארויפלייגן די סעיפגארדינג פאלעסיס, אבער ווען כלל ישראל וואלט געוויסט די התחייבות בנוגע לערנען מיט די כלי קודש שמוץ אין זיך אינטערנעמן צו ריפארטן צו דרויסענעדע מענטשן וואלט מען פארשטאנען אז מען רעדט דא פון יהרג ואל יעבור שאלות מיט דעם טויש (פשרה)...!
זאגסט אז ד. גרינבערג פארטרעט מער נישט די ישיבות אבער מען ניצט נאך זיין לעגאלע עדווייס, און מען פלאנט נישט צו טוישן דער מהלך פון סעיפגארדינג און ווייזן מענטשליכקייט?
בשעת השמד - כאשר הגויים מנסים להעביר את היהודים על דתם, באמצעות גזרות, חובה להיהרג אפילו על מצווה קלה, כגון "שרוך הנעל.״
עס איז ביי מיר ברור כשמש אז אויב וועט ביי אונז זיין שטארק און קלאר, אן קיין ספיקות און בלבולים, אז מיר רעדן נישט צום גוי. מיר וועלן זיי פשוט איגנארירן אויף למעשה, וועט די אלע גזירות בטל ווערן. זיכען מהלכים צו אלעס מיינט אז מיר אליין זענען נישט קלאר און פעסט מיט אונזער יודישקייט, אין אונזער קשר צום אויבערשטן, און אין אונזער מסירות נפש למעשה צום אויבערשטן!
ואמרתי להעתיק כאן דברי הכלי יקר הנפלאים על הפסוק לפתח חטאת רובץ וז"ל לפי שמצינו לחז"ל שהמשילו היצה"ר לזבוב וכו' וטעמו של דבר כי הזבוב כוח פיו שלו חלש ואין בו כח לעשות נקב בבשר שלם אך במקום שהזבוב מוצא פתח פתוח בבשר החי שם ירבץ ויש כח בפיו להרחיב הפירצה כך היצה"ר כוחו חלש לעשות פירצה בבשר חי וכו'
די וועד'ס ענגלישע נאמען איז yeshiva liaison committee פאר דעם סיבה, כדי נישט אנצוגעבן אז מען פארטרעט איינעם. איך האף די רעגירונג ליינט נישט שבת בשבתו, ודי.
בנוגע שרוך הנעל, וועל איך איבערזאגן. סעיפגארדינג איז נישט עפעס א נייע טויש. דאס איז אלס געווען די מהלך פון אלע מוסדות, כולל געטטערס, תשב"ר, (דאכט זיך אויך דרכי חיים) וכו'. די וואס נישט זענען סתם געווען פויל. מטוישט דא נישט די שוך בענדלעך, מבלייבט פשוט מיט די אלטע, און מאיז מזרז די פוילע. (לדעתך, אפשר זאל מען אויך נישט מאכן פייער אלארם ווייל די רעגירונג פארלאנגט דאס בשעת שמד??).
לדעתך אז מטאר נישט רעדן צום גוי, פארוואס האב איך דיר געזען ביים פראטעסט? די אמת איז אבער, אז אלע יארן האט מען געטוהן השתדלות. די מהלך איני מכיר אז נייער מהלך, א טויש.
דורון, תפילה ומלחמה.
לדעתך, אויב ביסטו מודה אז מען שרייבט איין זאך אין די שבת בשבתו אין מען זאגט א צווייטע זאך פאר די ג"יואיש קראניקל און די רעגירונג דאן פארוואס שעמסטו זיך צו זיין ווי חינוך יו קיי? זיי זענען נאך אויך אזעלעכע ערענסטע עסקנים וואס פאלגן די רבנים. לדורון, לתפילה ולמלחמה.
בנוגע סעיפגארדינג בין איך נישט זיכער צו די מאכסט פשוט לצנות. אונז ביידע ווייסן אז קיינער האט דאס קיינמאל נישט געמאכט צוליב די הארבקייט. אדרבה, אפשר קען איינער דא זאגן וויפיל ישיבות מאכן סעיפגארדינג? (די רעגירונג ליינט נישט יודיש, מען קען זיי זאגן אנדערש.)
נישט רעדן צו די געמיינע גוים אבער יא פראטעסטירן איז קיין שום סתירה נישט. מיר דארפן פארשטיין אז די רשעי אפסטעד זענען גרויסע חכמים להרע, זיי פארלאנגען נישט אז די ישיבות זאלן אויסלערנען די בחורי חמד חלילה מחלל שבת זיין אדער עסן טריפות רח״ל וכדו', זיי פארנעמען זיך קודם מיט די סעיפגארדינג, זיי גייען גלייך צום שורש, זיי מאכן חרוב דעם בוים ביי די ווארצלען, זיי מאכן בלויז שוואך די הייליגע אמונה טיף אין די קינדערס ריינע הערצער רחייל.
דער פסוק זאגט (בסוף הפרשה כי כ"ז) ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי, זאגט רש"י הק': אם אתם מובדלין מהם הרי אתם שלי, ואם לאו הרי אתם של נבוכדנצר וחביריו, אויב זענט איר אפגעטיילט פון דעם גוי, דאן געהערט איר צום מיר כביכול צום רבושייע, אויב אבער חלילה לאזט מען אריין דעם גוי, דאן געהערט איר צו נבוכדנצר און זיינע חברים ח״ו.
אויב חלילה מען איז נישט מובדל, גענצליך אפגעטיילט פון דעם גוי, דאן גייט מען ארויס פון די רשות הקדושה, מען געהערט שוין אין רשות הסט"א ח״ו רחייל.
זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן זיך האלטן באמת צום ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי, און דאן וועלן מיר זוכה זיין צום הרי אתם שלי, צו זיין אינעם לעכטיגן חלק פון אויבערשטן כביכול - יעקב חבל נחלתו.
לא נחרבה ירושלים אלא בשביל שהעמידו דבריהם על דין תורה!