אימפיטשמענט...

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

אימפיטשמענט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די דעמעקראטען האפן אז די ווארט "אימפיטשמענט" וועט זיי ראטווען פון די פאראויסגעזענע 2014 וואל פארלוסטען..

איך האב געהאט עטליכע אויסוואלן פאר די נאמען פינעם אשכול..

1} דעמקראטען רעדן פון איפיטשמענט, זיי האפן אז דאס וועט ברעגנן סימפאטיע צו אבאמא און זיי ראטווען אין 2014.
2} דעמקראטען רעדן פון איפיטשמענט, זיי האפן דערמיט צו קאווארען די איליגעל עקזעקטיוו ארדער'ס פון אבאמא.
3} רפובליקאנער רעדן פון אימפיטשמענט, און זיי מאכען חרוב זייער טשאנסן אין 2014.
4} רפובליקאנער רעדן פון אימפיטשמענט, זיי סטראשען צו אימפיטשען אבאמא און פאל ער גייט פאראויס מיט זיינע געפלאנטע איליגעל עקזעקעטיוו ארדער'ס.

ווי הייבט מען אן? אנגעהויבן רעדן פון אימפיטשמענט האט סערע פעלעין, כנהוג ביי די טי פארטי אז ווי אימער זיי שמעקן א רפובליקאנער געווינס וועלן זיי אריינשטעלן די נאז מיט א פארדרייטע טוויסט כדי צו ווייזען אז זיי זענענן דא און מען דארף זיך מיט זיי רעכענענן.. און אזוי טיען זיי פארמינערן די רפובליקאנער געווינסען.. און דערנאך נעמען זיי קרעדיט אז מען האט געווינען נאר א דאנק זיי..{אדאנק זיי איז נאך הער ריעד א סענטער, מיטען ארויס שטעלן א חרוב קאנדיאט צו לויפען קעגען אים, און הערי ריעד האט געווינען טראץ אלע אנקעטעס וואס האט געוויזען אז ער גייט פארלירען...}

די דעמקראטען האבן זיך צוגעכאפט צו די סערע פעלעין געדאנק און פראבירט איינציקעשען דערויף.. האלדער האט חוזק געמאכט דערפון און געזאגט: ברענג איט אן.. דערמיט האט ער אנגעשמירט די אימפיטשמענט געדאנק אויף אלע רפובליקאנער און זיי אהער געשטעלט אלץ רודפים פון אבאמא.. עס איז א טאקטיק וואס ארבייט געווענליך וויבאלד די אמעריקאנער גלייכען נישט ווען מען רודפ'ט איינעם "על לא דבר"

באמת איז עס נישט "על לא דבר" ווייל עס איז דא אויף וואס צו רודפ'ן אבאמא.. די רפובליקאנער האפן אז פון די איי אר עס סקאנדאל וועט נאך עפעס ווערן, און בעיקר אויף אימיגראציע.. אבאמא פלאנט יעצט סוף זימער ארויס צו לייגען עקזעקטיוו ארדערס בנוגע אימגראציע, און די דעמקראטען ווייסען אז דאס איז נישט לעגאל און ווען די פרעזידענט טוט עפעס נישט לעגאל און פאלגט נישט די געזעץ קען עס פירען צו אימפיטשמענט געשפרעכען. די ווייט האוז זאגט נאך נישט וואס די עקזעקטיוו ארדערס גייט זיין, אבער אויף אזויפיל האט דער לאנג יאריגער אבאמא אדווייזער " Dan Pfeiffer" געזאגט אז די עקזעקטיוו ארדערס גייט מעגליך פירען אז קאנגראס זאל אימפיטשען אבאמא.. דערמיט האט ער ווייטער אריינגעברענגט די ווארט "אימפיטשמענט" און האפט דערמיט צו פארדינען פיר זאכען.. איינס.. צו פאליטערייזען די ווארט"אימפיטשמענט", און אזוי אז ווען עס וועט קימען למעשה און אבאמא וועט טיען וואס ער וועט טיען וועט עס אדורוך וויבאלד די לופט וועט זיין פאליטיקעל פארפעסט און די רפובלוקאנער וועלן נישט קענענן ארויסגעבן זייער מעסעדש, סקענדלי.. ער האפט דערמיט אויפצוהייטערן די באזע און אזוי אויפטרייבען שטיצע פאר אבאמא, טראץ אז דאס וואס אבאמא גייט טיען גייט גיין איליגעיל.. דריטענס, וויל ער דערמיט ראטווען די דעמקראטען פון 2014 וואל פארלוסטען.. פערטענס, וויל ער דערמיט אוועק נעמען די שמועס פון זאכען פון וואס אבאמא וויל נישט רעדן, בעיקר וויל ער נישט רעדן פון סעקיורען די בארדער..

פאר די רפוליקאנער איז נישט דא קיין שום בענעפיט אז מען זאל יעצט רעדן פון אימפיטשמענט.. די ווארט "אימפיטשמענט" איז א פאליטקעל פויזען ווארט וואס לאזט נישט ארויס קימען מיט א מעסעדש, די רפובליקאנער האבן אסאך בעסערע זאכען פון וואס צו רעדן ווי איידער רעדן פון אימפיטשמענט.. זיי קענענן רעדן פון: אויסערן פאליטיק/איראק/דשאבס/סעקיורען די בארדער און נאך און נאך.. אבער ווי לאנג די דעמקראטען באווייזען צו האלטען די טעמע אוועק פון די אלע אבאמא פאליטישע פראבלעמן און זיי רעדן פון אימפיטשמענט.. האבן די רפובליקאנער א פראבלעם...

כנלנ"ד
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום זונטאג יולי 27, 2014 6:55 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מחותן,
דיין תגובה דערמאנט פון אלבערט פרידמאן אביסל, ווי טיעף אין סוער מזאל נישט זיין איז עס אלס גוט פאר דעמאקראטן.
הנאה געהאט כאטש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מחותן פיינע תגובה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:מחותן פיינע תגובה.

חילי מיינסט וועסט זיך ארויסדרייען מיט ברום אונטכר די נאז פיינע תגובה, מ'ווארט מיר אויף אן ענטפער כדבעי למיהוי ויגדיל טוירע ...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נישטא וואס צו ענטפערן! דער איז נעבעך 100% גערעכט.

חוץ פון דעם וואס - ווי שוין געשריבן ערגעץ אנדערשט - בין איך געפערליך קעגן אימפיטשען א פרעזידענט! דאס איז גאר א הארבע זאך, און די לעצטע צוויי מאל - ניקסאן און קלינטאן - האלט איך איז עס געווען א שטאקיגע טיפשות און עוולה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

#גילוי נאטיץ.
זעה איך שוין איז חילי ארבעט למעשה נישט אין קאנגרעס אדער סענאט...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לוי יצחק האט געשריבן:#גילוי נאטיץ.
זעה איך שוין איז חילי ארבעט למעשה נישט אין קאנגרעס אדער סענאט...

אפשר בינעך געווען פון די קעגנערס....

אויף קלאר צו מאכען, עס איז דא ווען מען דארף אימפיטשען - עס איז דאך אין די קונסטעטוציע - אבער דאס מוז זיין א זייער הארבע עבירה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישטא וואס צו ענטפערן! דער איז נעבעך 100% גערעכט.

חוץ פון דעם וואס - ווי שוין געשריבן ערגעץ אנדערשט - בין איך געפערליך קעגן אימפיטשען א פרעזידענט! דאס איז גאר א האלבע זאך, און די לעצטע צוויי מאל - ניקסאן און קלינטאן - האלט איך איז עס געווען א שטאקיגע טיפשות און עוולה.

כ'האב נישט געמיינט אזוי ווייט דעם חלק האימפיטשמענט ווי זיין מהלך איבער די טיע פארטי בכלליות, וואס לפי ראות עיני קוקט מיר אויס ווי ער איז זייער גערעכט, זיי (אומגעלערנטע פשוטע המון עם, וואס פארשטייען למעשה נישט צו תכסיסי הנהגת מדינה) גייען מכלומרשט מיטן אמת אין די וואנט אריין.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווענצעך ווער אין די טיי פארטיי.

אבער ליידער יעדעס מאל כ'הער די נאמען "סארא פעילין" קומט מיר ארויף דאס עסן....... מעקעין האט שיעור פארלוירן מיין שטימע נאר פארן איר נעמען! ווען זי זאל זיין די קאנדידאט פאר פרעזידענט וועלט איך געשטימט פאר ............. אבאמא!!! (און אפי' אפשר פאר פרוי קלינטאן....... עהה, פאר פרוי קלינטאן מיינעך נאר א וויץ....).

און דאס איז נישט ווייל זי איז א נער - כ'האלט אז זי איז נישט - אפשר איז זי אביסל צו "פאלקסיש" געשטימט פאר די ניו יארקער איינוואוינער, אבער נישט קיין נער. עס האט אנדערע סיבות. נישט וויכיג אויסצושמיסן. אבער אזוי ווי זי איז די "פנים" פון די טיי-פארטיי מאכט מיך די גאנצע טיי-פארטיי עטוואס "דיזי".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

יישר כח. און עקסטער א גרויסן דאנק פאר הרב "מחותן" פאר אזוי שיין באשרייבן דעם ענין, (אני לכשעצמי גלייך זייער אזוי ווי דו טוסט, אז יעדער ענין ווערט עקסטער באריכטעט אין א אשכול פאר זיך).
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

עקבי הצאן האט געשריבן:יישר כח. און עקסטער א גרויסן דאנק פאר הרב "מחותן" פאר אזוי שיין באשרייבן דעם ענין, (אני לכשעצמי גלייך זייער אזוי ווי דו טוסט, אז יעדער ענין ווערט עקסטער באריכטעט אין א אשכול פאר זיך).

די סיבה איך האב עס געעפענט אין א עקסטערע אשכול איז וויבאלד עס איז יעצט די האט טאפיק, עס איז כמענט נישט דא ווער עס רעדט נישט דערפון... און איך שטוין פון די דעמעקראטישע חכמה ווי אזוי עס איז זיי געלונגען אריינגעברענגן אינעם סדר היום און דערמיט האבן זיי ציווישט און אוועק גענימען די אטענשען פון די רפובליקאנער טאלקיניג פוינטס און פון די אבאמא סקאנדאלן... ווייל איינמאל מען רעדט פון די הארבע זאך ווי אימפיטשמענט ווערן די רפובליקאנער אראפגעמאלען אלץ ווילדע עקסטערעמיסטען וואס האבן נישט די אינטערסען פון אמעריקע פאר זיך נאר זיי זענענן דא צו שעדיגען אבאמא.. דאס שאדט פאר די רפובליקאנער מעסעדש און זיי קענענן נישט ווייטער אנגיין..
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

פאקס נויז האט היינט איבערגעטיישט די אשכול אויף ענגליש {און צוגעלייגט עטליכע זאצען} איך שפיר מיר שוין באלד ווי אלבערט וואס פלעגט זיך רימען אז זיין עדיטאריעל ווערט געליינט דורוך די רעגירנוג באאמטע { וואס איז מעגליך אמת צו א געוויסע פונקט}

Dems pump up impeachment talk in appeal for support, campaign bucks

קאוד: וועל אויס אלע

In a matter of days, Democrats looking to head off Republican gains in November have turned scattered talk of President Obama's impeachment into a sustained rallying cry -- even managing to fundraise off the perceived threat. 

The campaign arm for House Democrats has been sending out a barrage of fundraising emails warning of the impeachment threat, and claims to have raised roughly $2 million in their latest push.

The president and first lady Michelle Obama have warned of that possibility on the stump. And a top White House official even said Friday “it would be foolish to discount” a bona fide impeachment push by Republicans.

The frenzied warnings have Republicans scratching their heads – after all, few if any in the party brass are openly pushing impeachment -- and accusing the other side of ginning up the controversy for political gain.

“You know, this might be the first White House in history that's trying to start the narrative of impeaching their own president,” House Majority Whip Steve Scalise, R-La., told “Fox News Sunday.”

From the Democratic side, warnings that Republicans might try to impeach Obama potentially strengthen their case, among supporters, for why Democrats should keep control of the Senate. Under the Constitution, even though the House votes to impeach, it is the Senate that weighs whether to convict. Without a majority of support in the Senate, any GOP-backed impeachment push would ultimately fail.

Former Alaska Gov. Sarah Palin kicked off the impeachment headlines earlier this month when she penned a column calling for it. But to date, most senior Republicans have shied away from that call.

House Speaker John Boehner stood by his decision to proceed with a lawsuit against the president over alleged abuse of executive power, but would not sign on to the impeachment idea. Even Rep. Michele Bachmann, R-Minn., one of the most conservative members of the House GOP caucus, would not get on board with impeachment (though she did back impeaching “certain officials in the Executive Branch.")

Scalise said Sunday it’s apparent “the White House wants to talk about impeachment.”

He added: “And, ironically, they're going out and trying to fundraise off that, too.”

At the same time, Scalise would not say whether impeachment is off the table, despite being asked repeatedly. This only fueled Democrats’ claims that impeachment is the next big thing for Republicans.

“The fact that the third-highest-ranking Republican in the House is refusing to rule out impeachment offers a stunning view of the extreme measures this Republican Congress will take to push their reckless partisan agenda,” Democratic Congressional Campaign Committee Chairman Steve Israel said in a statement. “Republicans will spend the final week before their summer vacation plotting their lawsuit against the President, and now Scalise just made it clear that impeachment is absolutely on the table for House Republicans.”

Democrats are also fundraising off Boehner’s vow to bring suit against the president. But Democratic leaders, including the president, quickly began connecting the lawsuit and impeachment, blurring the lines between the two.

“You hear some of them – ‘sue him,’ ‘impeach him.’ Really? Really? For what? You’re going to sue me for doing my job?” Obama said earlier this month in Austin, Texas.

White House adviser Dan Pfeiffer said Friday that Boehner “opened the door” to impeachment by going down the lawsuit path.

White House Press Secretary Josh Earnest later defended the comments, saying “senior members of the Republican political party or certainly prominent voices” were calling for it.

Still, aside from impeachment proceedings being politically perilous for the party that initiates them, a new Fox News poll underscores that the public has little appetite for impeachment at this point.

The poll, released last week, found voters think, by a 58-37 margin, that Obama exceeded his constitutional authority. But 61 percent oppose impeachment.

“There is no appetite for impeachment for the president,” Scott Brown, the former Republican Massachusetts senator who is running for a New Hampshire seat this year, told Fox News on Monday.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישטא וואס צו ענטפערן! דער איז נעבעך 100% גערעכט.

חוץ פון דעם וואס - ווי שוין געשריבן ערגעץ אנדערשט - בין איך געפערליך קעגן אימפיטשען א פרעזידענט! דאס איז גאר א האלבע זאך, און די לעצטע צוויי מאל - ניקסאן און קלינטאן - האלט איך איז עס געווען א שטאקיגע טיפשות און עוולה.

ביי ניקסן איז עס געווען אן עוולה און ביי קלינטאן א טיפשות
אבער ביידע ביי ביידע?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאטאקי08 האט געשריבן:

ביידע ביי ביידע. (נישט צו פארמישען מיט "ביידן" וואס איז אויך א "טיפשות און עוולה".......)

מען נעמט נישט די "מערסט ערענסטע" שריט, נאר טאקע אין א "מערסט ערענסטע" מאמענט. אין די קונסטעטוציע שטייט אז מען אימפיטש פאר "טריזען" אדער "היי קריימס".

טריזען איז שפיאנאזש, סאבאטאזש קעגן די אינטערעסען פונעם לאנד. "היי קריימס" אין מיין בוך, מיינט "מערדעריי" אדער ענדליך, נישט אריין ברעכען אין א האטעל, אדער ליגנט זאגן אונטער א שבועה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך וועל נישט זאגן אז די לעצטע מיט די געשעהנישען זענען די רעפובליקענס באגאנגען זעלבסט מארד אבער נאך א שאס אין פיס אריין
זיי ווילן אויפהייטערען דעם עולם קעגן אבאמאקעיר דורכ'ן סוען דעם פרעזינדענט איבער אפשטיפן די מענדעיט למעשה וועט די מידיע טוהן וואס זיי ווילן דערמיט און אויסדרייען דעם דאשיק
ענדערש סו דעם פרעזידענט וועגן אנדערע רעפובליקאנע אישוס
ווי איז בעינארס שכל?
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישטא וואס צו ענטפערן! דער איז נעבעך 100% גערעכט.

חוץ פון דעם וואס - ווי שוין געשריבן ערגעץ אנדערשט - בין איך געפערליך קעגן אימפיטשען א פרעזידענט! דאס איז גאר א האלבע זאך, און די לעצטע צוויי מאל - ניקסאן און קלינטאן - האלט איך איז עס געווען א שטאקיגע טיפשות און עוולה.

ביי ניקסן איז עס געווען אן עוולה און ביי קלינטאן א טיפשות
אבער ביידע ביי ביידע?

ביידע ביי ביידע. (נישט צו פארמישען מיט "ביידן" וואס איז אויך א "טיפשות און עוולה".......)

מען נעמט נישט די "מערסט ערענסטע" שריט, נאר טאקע אין א "מערסט ערענסטע" מאמענט. אין די קונסטעטוציע שטייט אז מען אימפיטש פאר "טריזען" אדער "היי קריימס".

טריזען איז שפיאנאזש, סאבאטאזש קעגן די אינטערעסען פונעם לאנד. "היי קריימס" אין מיין בוך, מיינט "מערדעריי" אדער ענדליך, נישט אריין ברעכען אין א האטעל, אדער ליגנט זאגן אונטער א שבועה.

א פרעזידענט וואס מען קען נישט טראסטען און טוט נידריגע שטיק איז קיין פרעזידענט ניקס(ניקסאן)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

די שאלה איז צו דאס הייסט "היי קריים"
שאלה: לכאורה קען מען גארנישט טוהן דעם פרעזידענט אויב ער האט קאמיטעט א קריים דאס מיינט ארויפ לייגן קייטלעך מען מוז ווארטן ביז נאכן טערמין אויב מען קען בכלל ווארטן ריכטיג?
דעריבער מוז מען אים קודם אימפיטשען און דערנאך קען מען אים ארעסטירן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

משנה מקום האט געשריבן:א פרעזידענט וואס מען קען נישט טראסטען און טוט נידריגע שטיק איז קיין פרעזידענט ניקס(ניקסאן)

דיינע פרייוואטע "ווייטונגען" אויפן פרעזידענט איז זייער חשוב און טייער, אבער אמעריקע ווערט געפירט פון די קאנסטעטוציע, און די קונסטעטוציע זאגט נאר אימפישטמענט פאר "היי קריימס".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ניקסאן איז נאך ביז היינט פארפיינטעט פאר זיינע שריט, און דער נעקסטער האט גאר פארלוירן א דאנק וואס ער האט אים געפארדענט, סאו קוקט אויס אז ס'נישט ממש ווי דו זאגסט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לוי יצחק האט געשריבן:ניקסאן איז נאך ביז היינט פארפיינטעט פאר זיינע שריט, און דער נעקסטער האט גאר פארלוירן א דאנק וואס ער האט אים געפארדענט, סאו קוקט אויס אז ס'נישט ממש ווי דו זאגסט.

פארפיינטעד איז איין זאך, און אז פארד האט פארלוירן צוליב דעם איז אויך א עקסטערע זאך. עס קען זיין עס איז דא אים וואס פיינט צו האבן, איך זאג נישט אז נישט, אבער צו אימפישטען איז נישט די ריכטיגע זאך.

אימפישטען שטיט אין די קאנסטעטוציע ווען עס קומט, און "פארפיינטעד" און פארלוירן די עלעקשאנס, זענען נישט פון די.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

גוט געזאגט לכתחילה
זייגער
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 9:01 pm
לאקאציע: אפען אויבן אן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייגער »

וואס איז סוען דעם פרעזידענט א נארמלערע שריט ווי אימפיטשען????
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייגער האט געשריבן:וואס איז סוען דעם פרעזידענט א נארמלערע שריט ווי אימפיטשען????

קודם איז די פראגע נישט געווען צו עס איז נארמאל צו נישט, מיין פוינט איז געווען אז עס איז נישט וואס די געזעץ שרייבט פאר איבער אימפיטשמענט.

און צו עס איז נארמאל צו סוען, איז אזוי. דו קוקסט אן "סוען" ווי ווען איינער פאלט אראפ אין פראנט פון א בילדינג, און מען סוט די אייגענטימער. עס איז אזא "פייט"!

למעשה אין לעגאלן דזשארגאן, ווען איינערגייט אין געריכט צוריקצוהאלטן עני געזעץ ווערט עס גערופן סוען, אין א אידישע משל, מיר אידן האבן "געסויט" די סיטי פארן פארלאנגען די מצב"פ פאורעמס.

אבאמא האט געמאכט א געזעץ אויף די אייגענע האנט, מען וויל אים צוריקהאלטן פון עס קענען מאכען. די וועג איז צו גיין אין געריכט, און דאס ווערט גערופן סוען. עס איז א "נארמאלע" ווערטשאפט, וואס איז נישט נארמאל איז אז מען זאל עס טאן צו א פרעזידענט, אבער נישט ווייל עס איז נישט נארמאל צו טאן, נאר ווייל עס איז נישט נארמאל פאר א פרעזידענט צו טאן וואס אבאמא טוט, ממילא קומט נישט אויס אז עס זאל צוקומען צו דעם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א חוצפה פון די ריפאבליקענס - האט זיך א דעמאקראטישע סענעטארשע - שילע דזשעקסאן לי - געבייזערט - בוש האט אונז אריינגעשלעפט אין א מלחמה פאר גארנישט! עס האט גארנישט געהאט מיט טעראר ווי ער האט אונז פארקויפט, און דאך האבן מיר אין נישט פראבירט צו אימפיטשען! ווייל א פרעזידענט האט געוויסע רעכטןף וואס מען קען אים נישט אוועקנעמען! און די ריפאבליקענס ווילן אימפיטשען אבאמא! א שעם!

איין קליינע פראבלעם......

דענניס קאסיניטש האט אינטערדוסט א געזעץ צו אימפיטשען בוש, און ...... לי איז געווען איינע פון די קא-ספאנסערס.....

#אופס
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
זייגער
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 9:01 pm
לאקאציע: אפען אויבן אן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייגער »

טענקס פאר די הסבר
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”