נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
איר האט אלע זייער גוט געזאגט. אבער ווי איר פארשטייט אליינס, דא רעדן דערפון וועט גארנישט אויפטון, עס וועט נאר אויפטון אנצופילן נאך אזויפיל בלעטער.
יעצט איז טאקע די ריכטיגע צייט פאר דעם דאס אויסצושמועסן וואס צו טון למעשה, ווייל אין אפאר וואכן ארום קומט פאר די עלעקשענס פאר די טאון און ווילידזש באאמטע.
אז עס וועט זיין א מאסיווע שטראם פון וויילער וואס וועלן אריינשרייבן Write-in's אנטקעגן יעדע איינציגע אמטירנדע קאנדידאט, אפילו אויב זיי וועלן צום סוף נישט פארלירן, וועט דאס האבן אזא מעכטיגע אפקלאנג, אז זיי וועלן איינמאל פאר אלעמאל זיך געבן א וועק אויף, און פארשטיין אז עס דא מענטשן וועם מען דארף סערווירן.
דאס יאר דארפט איר אפילו נישט מורא האבן אז א שונא ישראל גייט אריינקומען אנשטאט זיי, ווייל זיי האבן נישט קיין קעגנערס אויפן בעללאט, סא איז נישטא וואס צו פארלירן.
אלזא, מאכטס אייך א רימיינדער אין אייער קאלענדער פאר דינסטאג פרשת תולדות, נאוועמבער 2, אדער קענט איר שוין גיין ביי אירלי וואויטינג, ארויסצוקומען אין די מאסן און שטימען ווי געזאגט אויבן, און לאכטס ענק אויס פון די אלע שרייענדיגע צעטליך וואס אייערע קינדער גייען אהיים ברענגען דעמאלס, אדער גייט הענגען אויף די ווענט.

- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
בסדר גמור האט געשריבן:איר האט אלע זייער גוט געזאגט. אבער ווי איר פארשטייט אליינס, דא רעדן דערפון וועט גארנישט אויפטון, עס וועט נאר אויפטון אנצופילן נאך אזויפיל בלעטער.
יעצט איז טאקע די ריכטיגע צייט פאר דעם דאס אויסצושמועסן וואס צו טון למעשה, ווייל אין אפאר וואכן ארום קומט פאר די עלעקשענס פאר די טאון און ווילידזש באאמטע.
אז עס וועט זיין א מאסיווע שטראם פון וויילער וואס וועלן אריינשרייבן Write-in's אנטקעגן יעדע איינציגע אמטירנדע קאנדידאט, אפילו אויב זיי וועלן צום סוף נישט פארלירן, וועט דאס האבן אזא מעכטיגע אפקלאנג, אז זיי וועלן איינמאל פאר אלעמאל זיך געבן א וועק אויף, און פארשטיין אז עס דא מענטשן וועם מען דארף סערווירן.
דאס יאר דארפט איר אפילו נישט מורא האבן אז א שונא ישראל גייט אריינקומען אנשטאט זיי, ווייל זיי האבן נישט קיין קעגנערס אויפן בעללאט, סא איז נישטא וואס צו פארלירן.
אלזא, מאכטס אייך א רימיינדער אין אייער קאלענדער פאר דינסטאג פרשת תולדות, נאוועמבער 2, אדער קענט איר שוין גיין ביי אירלי וואויטינג, ארויסצוקומען אין די מאסן און שטימען ווי געזאגט אויבן, און לאכטס ענק אויס פון די אלע שרייענדיגע צעטליך וואס אייערע קינדער גייען אהיים ברענגען דעמאלס, אדער גייט הענגען אויף די ווענט.
זייער גוט געזאגט.
עס דערמאנט מיר די מעשה וואס די מלמדים פלעגן פארציילן איבער דער ארעמאן וואס האט געטראפן דעם עושר אין ביהמ"ד און אים אראפגעלייגט זיין שווערע מצב, און געבעטן אז דער עושר זאל אים געבן א גרעסערע סכום, ער זאל זיך קענען ארויסזען דערפון. דער עושר איז געווארן זייער איבערגענומען, און זאגט אים אז ער זאל אריבערקומען צו אים אהיים, און ער וועט אים געבן. דער ארימאן איז אבער נישט געגאנגען. די נעקסטע טאג טרעפט דער ארימאן נאכאמאל דעם עושר און וויינט זיך נאכאמאל צו אים, זאגט אים דער עושר: איך האב דיר שוין געזאגט נעכטן, אז דו זאלסט קומען צו מיר אהיים און איך וועל דיר געבן. אבער עוד הפעם איז דער ארימאן נישט געגאנגען. ער טרעפט אים די דריטע טאג נאכאמאל און הייבט אן נאכאמאל צו וויינען, און דער עושר קוקט אים פון אויבן אראפ: איך האב דיר שוין אפאר מאל געזאגט וואס דו האסט צו טון, און דו טוסט נישט גארנישט, וואס ווילסטו פון מיר?
פון וויינען דא וועט מען גארנישט אויפטון, מען דארף טון למעשה.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס איז די ענין אז אלע רעסטוראנטס דא האבן נאר צו טרינקען וואסער אדער קאוק, נישט אביסל היימישע כשר'ע טרינקען?
קאסט ביליגער (פאר די פראוויידער)
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס איז די ענין אז אלע רעסטוראנטס דא האבן נאר צו טרינקען וואסער אדער קאוק, נישט אביסל היימישע כשר'ע טרינקען?
ווייל די דעליווערי טראק איז סטאק אין די פארקינג לאט...
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס איז די ענין אז אלע רעסטוראנטס דא האבן נאר צו טרינקען וואסער אדער קאוק, נישט אביסל היימישע כשר'ע טרינקען?
ווענט זיך וואס הייסט היימיש כשר.....
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח

- 36 געסט
- שר האלפיים
- תגובות: 2321
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
- לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
את פתח לו האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:ANY CHEAP CAR RENTAL IN THE AREA OR CLOSE BY
It's COVID there's no CHEAP cars!!!! Sorry
הערץ נאנועט איז בערך 50 א טאג
אדער טריי High rental א היימישע יונגערמאן, ברענגט די קאר צו דיר
8457511313
- 36 געסט
- שר האלפיים
- תגובות: 2321
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
- לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
פון אמעריקע האט געשריבן:נישטאמת האט געשריבן:צדיק בן צדיק האט געשריבן:ווילעך מיך שטארק באדאנקן פאר די אלע וואס ס׳האבן א יד אין דעים ענין…פאר די עסקנים, די פאלעטישאנס וואס האבן די לעצטערע יארן אהנגעדרייט א קישקע און אהנגעשראקן כל העיר ביי די אלע ״הצלת מאנסי״ קעמפעינס, צוזאגענדיג פארן ציבור אז עס קומט גאר גוטע צייטן.
די מדובר איז דא פון די נייע אומזיסטע ״פארקינג לאטס״ וואס מ׳האט צוגעשטעלט פאר די שטאטישע מענטשען דאהי, היינט למשל ציען זיך די פארקינג לאטס אויף א גרויסע חלק פון די יוניאן גאס, טווין, 306, מעיפל עוו., ווייאלע און נאך, פלאס אלע געסעלעך וואס זענען קאנעקטעד צו אט די אלע אויבענדערמאנטע גאסן.
ממנו ילמדו וכן יעשו.
האטס מיר אלע א גוט שבת
אז די רעדסט פין פארקינג לאטס דארף מען טאקע דערמאנען און זאגן א שכח פאר די עסקנים\די פאלעטישאנס פארן מאכן סיידוואוקס אויף די גאסן אזוי האט דער עולם ווי צו פארקן.
א מין זאך דאס, וואס איז פשט פין מאנכע וואס פארקן אויפן סיידוואוק, סיידוואוקס זענען געמאכט פאר מענטשן\פרויען מיט קערידזשעס צו וואוקן נישט פאר קארס צו פארקן!!! הער א מעשה, איך שפאציר נעכטן אויף יוניען מיט א קערידזש, איך קום אן אינפראנט פין ווין'ע חדר שטייען דארטן אזא שיינע פאר קארן אויפן סיידוואוק (ביידע זייטן פינעם ראוד), און איך מיטן קערידזש ברויך אראפ גיין אויפן ראוד ווי קארן פאר שנעל - ממש א סכנה געווען. איך מיין אז פארקן אויפן סיידוואוק קען ווערן אנגעריפן רציחה.
יאפ, מ'בויט אן די גאנצע לאט אהן לאזען פלאץ פאר קינדער צו שפילען ווייל לצורך פרנסה, קינדער שפילען אויפ'ן דרייוועי ווייל ס'איז נישט דא קיין פראנט\בעק יארד, קארן פארקן אויפ'ן סיידוואק ווייל קינדער שפילען אויפ'ן דרייוועי, מענטשן וואקען אויפ'ן גאס ווייל אויפ'ן סיידוואק פארקען קארס, דארף מען נאר מסדר זיין די עיקר פראבלעם אז קארס האבן די חוצפה צו פארן אויפ'ן ראוד ווי מענטשן שפאצירן - ווייל אויפ'ן סיידוואק איז דא קארס, ווייל אויפ'ן דרייוועי שפילן קינדער, ווייל קיין בעקיארד איז נישט דא, ווייל לצורך פרנסה, חד גדיא חד גדיא - און דאן וועט אלעס זיין מסודר.
אלעס פאר די עתיד פון אונזערע דורות, לאמיר נישט פארגעסן.
אוי זאגסטו גוט...
די אמת טוט אזוי וויי און רוב עולם כאפט אליין נישט אז משיסט זיך אין די פיס
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 975
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.
די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.
די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.

ששש, די עסקנים ליינען דא, און כדי צו באקומען דיין שטימע גייען זיי הייסן שטימען פאר'ן צד שכנגד
מ'טאר קיינמאל נישט האלטן די קארטן אזוי אפן
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 975
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
הצלת מאנסי והגלילות מן הטרעפיק. ווער איז מיט מיר?
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
צדיק בן צדיק האט געשריבן:הצלת מאנסי והגלילות מן הטרעפיק. ווער איז מיט מיר?
ווער נישט?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
- ארבעטסגעבער
- שר האלפיים
- תגובות: 2381
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
לכאורה האט געשריבן:צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.
די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.
ששש, די עסקנים ליינען דא, און כדי צו באקומען דיין שטימע גייען זיי הייסן שטימען פאר'ן צד שכנגד
מ'טאר קיינמאל נישט האלטן די קארטן אזוי אפן
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
- ארבעטסגעבער
- שר האלפיים
- תגובות: 2381
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.
די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.
דער עולם דא איז שוין הייזעריג פון שרייען. קומסטו זאגן אין פוצה פה ומצפצף. זיי מצפציפין שוין איינמאל!
#צייט צו מופן קיין ווילאמסבורג
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4275
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.
די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.
וואס האט טרעפיק מיט עסקנים??? די שטאט איז זיך ציוואקסען. וואס ווילסטו זאלען די "עסקנים" טוהן? ווילסט אז יאסי געשטעטנער זאל קומען קאנטראלירן די טרעפעק אויף יוניאון? אויף מעין סטריט???
די פאקט איז אז פונקט ווי ביי אברהם מיט לויט, לא יאכלה השדה. די קליינע מאנסי קען נישט דערהייבן אזויפיהל הייזער. אבער מען בויעט וויפיל עס גייט. מען מאכט וועריענסעס פון אלע זייטן. און אך און וויי אויב א שכן קומט צו אזא העירניג און זאנגט, ניין, איך בין נישט מסכים אז דער פון די אנדערע זייט גאס זאל ארויסבויען הונדערט קאנדאס אריין ביז מיין שיינע בעקיארד. דאן איז ער שוין א מסור. איך זאג נישט איצט צו עס איז גוט אדער שלעכט צו בויען אין די וועלט אריין. עס איז א נושא פאר זיך (עס ברענגט נישט אראפ די פרייזן פון דירות, פונקט פארקערט). אבער אלעס ארויפשמירן אויף עסקנים???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4275
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
ארבעטסגעבער האט געשריבן:צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.
די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.
דער עולם דא איז שוין הייזעריג פון שרייען. קומסטו זאגן אין פוצה פה ומצפצף. זיי מצפציפין שוין איינמאל!
#צייט צו מופן קיין ווילאמסבורג
Oh Yeh!
ווייל אין מאנסי, מיט אלע טרעפיק, קען מען אנקומען איבעראל אין 10 מינוט (א חוץ ערב יום טוב). אבער אין ווילאמסבורג, א פשוטער גרינע מיטוואך, דויערט אראפארן לי עוועניו 35 מינוט. און אלע נעזער הענגען אראפ. בין איך געווען אין ווילאמסבורג לעצטע וואך, זאגט מיר מיין טאכטער, קוק, אידער זעט אויס ברוגז. די בחורים, די מאמעס מיט די קערידזעס, איעדער. אפילו די טויבן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- עפעס אנדערש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3935
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
נו, האט ער נישט געזאגט אז די עסקנים לייענען דא?
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
Kosher Travel האט געשריבן:צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.
די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.
וואס האט טרעפיק מיט עסקנים??? די שטאט איז זיך ציוואקסען. וואס ווילסטו זאלען די "עסקנים" טוהן? ווילסט אז יאסי געשטעטנער זאל קומען קאנטראלירן די טרעפעק אויף יוניאון? אויף מעין סטריט???
די פאקט איז אז פונקט ווי ביי אברהם מיט לויט, לא יאכלה השדה. די קליינע מאנסי קען נישט דערהייבן אזויפיהל הייזער. אבער מען בויעט וויפיל עס גייט. מען מאכט וועריענסעס פון אלע זייטן. און אך און וויי אויב א שכן קומט צו אזא העירניג און זאנגט, ניין, איך בין נישט מסכים אז דער פון די אנדערע זייט גאס זאל ארויסבויען הונדערט קאנדאס אריין ביז מיין שיינע בעקיארד. דאן איז ער שוין א מסור. איך זאג נישט איצט צו עס איז גוט אדער שלעכט צו בויען אין די וועלט אריין. עס איז א נושא פאר זיך (עס ברענגט נישט אראפ די פרייזן פון דירות, פונקט פארקערט). אבער אלעס ארויפשמירן אויף עסקנים???
100% גערעכט

די עסקנים הייסן וויילן פאר די קאנדידאטן וואס וועלן לאזן בויען אהן א חשבון

מען מיינט נישט דיע עסקנים. מען מיינט די אזוי גערופענע עסקנים וואס האבן די לעצטערע יארן געהיידזשעקט די סיסטעם, און זיי זענען די וואס דיקטירן וועמען צו אינדארסירן און שטיצען, צוליב זייערע אינטערעסן וואס איז געווענטליך געלט. יא יא, עס גייט טאקע פון דעם פאר די מוסדות אויך, וואס פארדעם טאקע פילן די מוסדות וויכטיג מיטצוארבעטן מיט זיי, אך און וויי אויב נישט. און די באאמטע וואס ווייסן וועמען זיי האבן צו פארדאנקען אז זיי זענען געווארן אריינגעשטימט, שטעלן זיך פארשטייט זיך צו צו זיי. ווען זיי וועלן בעטן וועריענסעס, וועלן זיי עס באקומען אויף א גאלדענע טאץ, און אויב איינער באקומט שוין, קען מען דאך שוין נישט זאגן פאר אן אנדערען אז יענער נישט. און די תוצאות זעהן מיר, ווי אויסגעשמועסט אויבן.
דערפאר איז וויכטיג צו לאזן הערן אונזער וויי געשריי פאר די ערוויילטע, און זאגן איינמאל פאר אלעמאל אז די היידזשעקערס רעדן נישט פאר אונז, און אויב ווילן זיי ווערן אריינגעוועלט, זאלן זיי זיך צושטעלן צו די איינוואוינער.
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
את פתח לו האט געשריבן:דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס איז די ענין אז אלע רעסטוראנטס דא האבן נאר צו טרינקען וואסער אדער קאוק, נישט אביסל היימישע כשר'ע טרינקען?
ווענט זיך וואס הייסט היימיש כשר.....
ס'הייסט? פשוט, אידישע אותיות....
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 975
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
באה שבת, באה מנוחה…
די טרעפיק אין שטאט איז ב״ה אויף א וויילע געקומען צו א ענדע, (די פארקינג לאט איז פארמאכט שבת ויו״ט…)
זיך ווי דער זעהן בקרוב
די טרעפיק אין שטאט איז ב״ה אויף א וויילע געקומען צו א ענדע, (די פארקינג לאט איז פארמאכט שבת ויו״ט…)
זיך ווי דער זעהן בקרוב
- 36 געסט
- שר האלפיים
- תגובות: 2321
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
- לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
בסדר גמור האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.
די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.
וואס האט טרעפיק מיט עסקנים??? די שטאט איז זיך ציוואקסען. וואס ווילסטו זאלען די "עסקנים" טוהן? ווילסט אז יאסי געשטעטנער זאל קומען קאנטראלירן די טרעפעק אויף יוניאון? אויף מעין סטריט???
די פאקט איז אז פונקט ווי ביי אברהם מיט לויט, לא יאכלה השדה. די קליינע מאנסי קען נישט דערהייבן אזויפיהל הייזער. אבער מען בויעט וויפיל עס גייט. מען מאכט וועריענסעס פון אלע זייטן. און אך און וויי אויב א שכן קומט צו אזא העירניג און זאנגט, ניין, איך בין נישט מסכים אז דער פון די אנדערע זייט גאס זאל ארויסבויען הונדערט קאנדאס אריין ביז מיין שיינע בעקיארד. דאן איז ער שוין א מסור. איך זאג נישט איצט צו עס איז גוט אדער שלעכט צו בויען אין די וועלט אריין. עס איז א נושא פאר זיך (עס ברענגט נישט אראפ די פרייזן פון דירות, פונקט פארקערט). אבער אלעס ארויפשמירן אויף עסקנים???
מען מיינט נישט דיע עסקנים. מען מיינט די אזוי גערופענע עסקנים וואס האבן די לעצטערע יארן געהיידזשעקט די סיסטעם, און זיי זענען די וואס דיקטירן וועמען צו אינדארסירן און שטיצען, צוליב זייערע אינטערעסן וואס איז געווענטליך געלט. יא יא, עס גייט טאקע פון דעם פאר די מוסדות אויך, וואס פארדעם טאקע פילן די מוסדות וויכטיג מיטצוארבעטן מיט זיי, אך און וויי אויב נישט. און די באאמטע וואס ווייסן וועמען זיי האבן צו פארדאנקען אז זיי זענען געווארן אריינגעשטימט, שטעלן זיך פארשטייט זיך צו צו זיי. ווען זיי וועלן בעטן וועריענסעס, וועלן זיי עס באקומען אויף א גאלדענע טאץ, און אויב איינער באקומט שוין, קען מען דאך שוין נישט זאגן פאר אן אנדערען אז יענער נישט. און די תוצאות זעהן מיר, ווי אויסגעשמועסט אויבן.
דערפאר איז וויכטיג צו לאזן הערן אונזער וויי געשריי פאר די ערוויילטע, און זאגן איינמאל פאר אלעמאל אז די היידזשעקערס רעדן נישט פאר אונז, און אויב ווילן זיי ווערן אריינגעוועלט, זאלן זיי זיך צושטעלן צו די איינוואוינער.
ודבר פשוט ונכון הוא
- דעת בעל הבית
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7924
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
עס האט זיך געעפנט א נייע ”שוויץ” ביי לייוו פלעקס, די וואך פרייטאג איז עס געווען אפען ’אויסצוטרייען’ קומט נאך א מקוה / פאל / רעסטוראנט. אזוי האב’מער געהערט.
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
דעת בעל הבית האט געשריבן:עס האט זיך געעפנט א נייע ”שוויץ” ביי לייוו פלעקס, די וואך פרייטאג איז עס געווען אפען ’אויסצוטרייען’ קומט נאך א מקוה / פאל / רעסטוראנט. אזוי האב’מער געהערט.
דאכציך דורך "מיין פלאץ"
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי
מארגן זינטאג קימט נאך א שיעור בנוגע די פייער דעפארטמענט אין מאנסי דורך הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א
עס וועט פארקומען בשעה 11:45 בביהמ"ד פאפא
אין פאפא שיהל איז שבת געווען אויסגעטיילט "אן אפענע בריוו" צי די וואלענטורן פין די פייער דעפארטמענט, דורך הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א
עס זעהט אויס ווי מ'ארבייט פעסט סטראטעגיש צי מאכן א טויש.

סך הכל תגובות: 999