בסדר גמור האט געשריבן:בבקשה האט געשריבן:בסדר גמור האט געשריבן:איך זעה נאכנישט אז די "אפענע בוקס" פון די טאון זאל עפעס אויפטון.
יעדע רעכטדענקענדע מענטש מיט א קאפ אויף די פלייצעס פארשטייט אז ווען עס קומען צו יערליך טויזענטע פרישע פראפערטיס וואס צאלן טעקס פאר די טאון, דארף צו ווערן א ריזיגע סורפלאס, און דא אינ'ם טאון סאמהאוי גייט נאך אלס ארויף די טעקס? מען דארף נישט זיין קיין איינשטיין צו פארשטיין אז עפעס מאכט דא אינגאנצען נישט קיין סענס. דאס איז א דיסריגארד פון די באאמטע שאין דוגמתו.
געב א קוק די לינק וואס איך האב געשטעלט פריער (איך שטעל עס נאכאמאל דא, זאלסט נישט דארפ׳ן זוכן http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf), עס שטייט קלאר וויפיל טעקסעביל וועליו איז ארויפגעגאנגען, און וויפיל די בודזשעט איז ארויפגעגאנגען.
און וואס וועט דאס מיר העלפן?
דארט גייט נישט שטיין אז מען האט צוגעלייגט צוואנציג פאזיציעס אינ'ם טאון אין דעם דעפארטמענט און דרייסיג פאזיציעס אין יענעם דעפארטמענט, ווייל מען דארף ארויסכשר'ן שיינע סכומים פאר דעם און פאר יענעם. ודי.
און אויסער דעם, ווען זיי ווילן באמת, קענען זיי איינציען דעם בודזשעט. און אויב ווייסן זיי נישט וויאזוי, זאלן זיי נעמען א פירמע וואס דאס איז זייער עקספערטיז, און זיי צו ווייזן וואס מען קען טון.
ווען דער בודזשעט זאל גיין פאר די וויילער פאר אן אפראוועל, וואלט עס גאר אנדערש אויסגעזען.
עס איז פשוט א דיסריגארד וואס זיי האבן צו די איינוואוינער. זיי נעמען אונז פאר גרענדטעד. זייערע Buddies וועלן שוין זיכער מאכן אז זיי בלייבן אויף זייער פאזיציע, נישט פאר אומזיסט פארשטייט זיך, און אלעס פארט ווייטער.
גראדע וועט דאס יא שטיין דארט.