נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SimchaCohen
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 12:12 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimchaCohen »

Value clean און די עווערגרין מאלל
קעגן איבער אין די מאנסי האב מאלל Newtrend
איך וואלט זייער געוואלט טוישן מיין ניק צו שמחה כהן... #יודיש
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

SimchaCohen האט געשריבן:Value clean און די עווערגרין מאלל
קעגן איבער אין די מאנסי האב מאלל Newtrend

יישר כח
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

דעת בעל הבית האט געשריבן:חברים האט ארויס געלייגט אן עעד לעצטע וואך אז מ’זאל צושפארן די קאר’ס איבער נאכט ווייל ס’דא א פארמערונג פון קאר גניבות!
נישט האלטן קיין טייערע זאכן אין קאר
האלטן צוגעשפארט אפי’ מ’גייט נאר ארויס פאר אפאר מינוט
און פארשטייט זיך נישט האלטן קיין שליסלעך אין קאר אויך נישט דעם ’ספעיר קי’

דא האט איר עס קאלירט..
אטעטשמענטס
33.jpg
33.jpg (234.6 KiB) געזען 1181 מאל
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

2022 Ramapo בודזשעט

http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf

קוקט אויס ווי שטייער גייט היפש ארויפגיין פאר די וואס וואוינען אין ווילעדזשעס, און היפש אראפגיין אין די וואס וואוינען אין אנאינקאפערעטעד ראמאפאו.
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

Kosher Travel האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.

די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.

וואס האט טרעפיק מיט עסקנים??? די שטאט איז זיך ציוואקסען. וואס ווילסטו זאלען די "עסקנים" טוהן? ווילסט אז יאסי געשטעטנער זאל קומען קאנטראלירן די טרעפעק אויף יוניאון? אויף מעין סטריט???
די פאקט איז אז פונקט ווי ביי אברהם מיט לויט, לא יאכלה השדה. די קליינע מאנסי קען נישט דערהייבן אזויפיהל הייזער. אבער מען בויעט וויפיל עס גייט. מען מאכט וועריענסעס פון אלע זייטן. און אך און וויי אויב א שכן קומט צו אזא העירניג און זאנגט, ניין, איך בין נישט מסכים אז דער פון די אנדערע זייט גאס זאל ארויסבויען הונדערט קאנדאס אריין ביז מיין שיינע בעקיארד. דאן איז ער שוין א מסור. איך זאג נישט איצט צו עס איז גוט אדער שלעכט צו בויען אין די וועלט אריין. עס איז א נושא פאר זיך (עס ברענגט נישט אראפ די פרייזן פון דירות, פונקט פארקערט). אבער אלעס ארויפשמירן אויף עסקנים???

ווער געדענקט די דזשאוק מ'זאל וואוטן פאר סט. לוירינץ ווייל ס'גייט קומען.... ביליגע דירות!!!
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
פרעג נישט די עסקנים, ווייל זיי וועלן זאגן אז ס'גייט נאך קומען.... מ'גייט זיך דא אזוי ביקן פאר אלע דעוועלאפערס ביז מ'עמער אלע מוזן אנטלויפן צו קרית קרויס אין פלארידע פאר ביליג...
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

בבקשה האט געשריבן:2022 Ramapo בודזשעט

http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf

קוקט אויס ווי שטייער גייט היפש ארויפגיין פאר די וואס וואוינען אין ווילעדזשעס, און היפש אראפגיין אין די וואס וואוינען אין אנאינקאפערעטעד ראמאפאו.

ווי גייט אזוי סאך געלט?
אטעטשמענטס
hatzfunding 2021JPG.JPG
hatzfunding 2021JPG.JPG (67.21 KiB) געזען 831 מאל
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

פעטער שמואל האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:2022 Ramapo בודזשעט

http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf

קוקט אויס ווי שטייער גייט היפש ארויפגיין פאר די וואס וואוינען אין ווילעדזשעס, און היפש אראפגיין אין די וואס וואוינען אין אנאינקאפערעטעד ראמאפאו.

ווי גייט אזוי סאך געלט?

ספרינג הילל באַדערט אייך נישט?
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט

יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

אכט האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:2022 Ramapo בודזשעט

http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf

קוקט אויס ווי שטייער גייט היפש ארויפגיין פאר די וואס וואוינען אין ווילעדזשעס, און היפש אראפגיין אין די וואס וואוינען אין אנאינקאפערעטעד ראמאפאו.

ווי גייט אזוי סאך געלט?

ספרינג הילל באַדערט אייך נישט?

הצלה באדערט מיר אויך נישט. זאלן זיי האבן וויפיל געלט עס פעלט אויס.
איך בין פשוט נייגעריג ווי אזוי די געלט ווערט גענוצט.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

בבקשה האט געשריבן:2022 Ramapo בודזשעט

http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf

קוקט אויס ווי שטייער גייט היפש ארויפגיין פאר די וואס וואוינען אין ווילעדזשעס, און היפש אראפגיין אין די וואס וואוינען אין אנאינקאפערעטעד ראמאפאו.

וואס איז פשט אז פאר דע גייט עס ארויף גיין און פאר דע אראפ?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פעטער שמואל האט געשריבן:הצלה באדערט מיר אויך נישט. זאלן זיי האבן וויפיל געלט עס פעלט אויס.
איך בין פשוט נייגעריג ווי אזוי די געלט ווערט גענוצט.

נייע עקוויפמענט, מעינטענעס (פאר די אמבולענס) , דיספעטש סיסטעם (דאכט זיך אז די דיספעטשערס באקומען געצאלט), געז, רענט (פאר די גאראדזש), שבת דרייווערס, טרעיניג.

דאס איז זאכן וואס איך קען טראכטן קאסט זיי געלט.

עדיט: באקומען אין אישי, אז די דיספעטשערס זענען אויך אומבאצאלטע וואלינטיערס
לעצט פארראכטן דורך בבקשה אום מאנטאג אקטאבער 18, 2021 4:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

איך האלט בשיטה אז יעדע פובליק מוסד אדער ארגאניזעישאן זאל האבן גרינגע צוטריט צו וויזוי מען ריפט עס בלשנונינו ״אויפענע בוקס״.

די מוסדות הייבן שכר-לימוד ביים עולם, נא האבן מיר ניט א רעכט צו זען די הכנסות, ווי שטאטישע פראגראמן, שכ״ל, דינער און מלווה-מלכה אאז״וו, די זעלבע מיט א דיטעילד ליסטע פון אויסגאבעס. די זעלבע מיט אלע פובליק צדקה קאסעס און חברות.

פארוואס דאס איז ניט אזוי איינגעפירט ווייס איך ניט???
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז יעדע פובליק מוסד אדער ארגאניזעישאן זאל האבן גרינגע צוטריט צו וויזוי מען ריפט עס בלשנונינו ״אויפענע בוקס״.

די מוסדות הייבן שכר-לימוד ביים עולם, נא האבן מיר ניט א רעכט צו זען די הכנסות, ווי שטאטישע פראגראמן, שכ״ל, דינער און מלווה-מלכה אאז״וו, די זעלבע מיט א דיטעילד ליסטע פון אויסגאבעס. די זעלבע מיט אלע פובליק צדקה קאסעס און חברות.

פארוואס דאס איז ניט אזוי איינגעפירט ווייס איך ניט???

איך וואלט אויך געזאגט אז עס זאל זיין אפענע ביכער, אבער בתנאי אז אויב דו וועסט זעהן אז צום סוף בלייבט א לאך וואס די אחראים [רבי, רב, אדמיניסטראטור,] דארפן נאך ארומלויפן דעקן, זאלסטו מוחל זיין ארויפשארן די ארבל און נעמען די זאך אין די האנט אריין, און העכערן די שכר לימוד וואס דו צאלסט, און אויך העלפן שאפן געלט!
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

בבקשה האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:הצלה באדערט מיר אויך נישט. זאלן זיי האבן וויפיל געלט עס פעלט אויס.
איך בין פשוט נייגעריג ווי אזוי די געלט ווערט גענוצט.

נייע עקוויפמענט, מעינטענעס (פאר די אמבולענס) , דיספעטש סיסטעם (דאכט זיך אז די דיספעטשערס באקומען געצאלט), געז, רענט (פאר די גאראדזש), שבת דרייווערס, טרעיניג.

דאס איז זאכן וואס איך קען טראכטן קאסט זיי געלט.

רוב פונעם הצלה בודזשעט ווערט געקאווערט דורך די טאון!
די געלט וואס זיי דארפן, איז וואס ווערט נישט געקאווערט, וואס הגם אין פראצענט איז עס א קליינע נאמבער איז עס ’אסאך געלט’
איך האב געהערט אמאל מער פונקטליך ’וואס יא און וואס נישט’ איך געדענק עס נישט אזוי אויף אויסעווענדיג,
געז - טאול - מארגידזש ועוד ועוד איז פון די שטאט,
אמבולאנסן, אויסשטאפירן נייע מעמבער’ס/מעריק’ס (איטש בערך 50 אלפים!) וכו’ דארפן זיי אליינס שאפן
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

זיי בילן די אינשורענס, סאיז דא קאמפאניס וואס טוען דאס מיט באצאלטע ארבעטערס
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

אינטערסאנטע איד האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז יעדע פובליק מוסד אדער ארגאניזעישאן זאל האבן גרינגע צוטריט צו וויזוי מען ריפט עס בלשנונינו ״אויפענע בוקס״.

די מוסדות הייבן שכר-לימוד ביים עולם, נא האבן מיר ניט א רעכט צו זען די הכנסות, ווי שטאטישע פראגראמן, שכ״ל, דינער און מלווה-מלכה אאז״וו, די זעלבע מיט א דיטעילד ליסטע פון אויסגאבעס. די זעלבע מיט אלע פובליק צדקה קאסעס און חברות.

פארוואס דאס איז ניט אזוי איינגעפירט ווייס איך ניט???

איך וואלט אויך געזאגט אז עס זאל זיין אפענע ביכער, אבער בתנאי אז אויב דו וועסט זעהן אז צום סוף בלייבט א לאך וואס די אחראים [רבי, רב, אדמיניסטראטור,] דארפן נאך ארומלויפן דעקן, זאלסטו מוחל זיין ארויפשארן די ארבל און נעמען די זאך אין די האנט אריין, און העכערן די שכר לימוד וואס דו צאלסט, און אויך העלפן שאפן געלט!

איך קען באשטיין בתנאי איז איך ווער דעמאלטס די מנכ״ל… :lol:
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

אינטערסאנטע איד האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז יעדע פובליק מוסד אדער ארגאניזעישאן זאל האבן גרינגע צוטריט צו וויזוי מען ריפט עס בלשנונינו ״אויפענע בוקס״.

די מוסדות הייבן שכר-לימוד ביים עולם, נא האבן מיר ניט א רעכט צו זען די הכנסות, ווי שטאטישע פראגראמן, שכ״ל, דינער און מלווה-מלכה אאז״וו, די זעלבע מיט א דיטעילד ליסטע פון אויסגאבעס. די זעלבע מיט אלע פובליק צדקה קאסעס און חברות.

פארוואס דאס איז ניט אזוי איינגעפירט ווייס איך ניט???

איך וואלט אויך געזאגט אז עס זאל זיין אפענע ביכער, אבער בתנאי אז אויב דו וועסט זעהן אז צום סוף בלייבט א לאך וואס די אחראים [רבי, רב, אדמיניסטראטור,] דארפן נאך ארומלויפן דעקן, זאלסטו מוחל זיין ארויפשארן די ארבל און נעמען די זאך אין די האנט אריין, און העכערן די שכר לימוד וואס דו צאלסט, און אויך העלפן שאפן געלט!

וואס’פארא מין ענפער איז דאס?
אויב איז נישט דא וואס צו באהאלטן, דאן עפן די ביכער, אבער גרויס!
איך האלט אז א יעדע ארגענעזאציע דארף האבן א באורד פון רבנים וואס האלטן מיט די געלט זאכן מיט יעדע פרט ופרט,
אדער אפי’ דארף זיין אזא זאך ווי א הכשר אויף א ארגון וואס די הכשר באשטעטיגט אז אלעס איז טאקע גלאטיג.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

מים חיים האט געשריבן:זיי בילן די אינשורענס, סאיז דא קאמפאניס וואס טוען דאס מיט באצאלטע ארבעטערס

רעדסט וועגן הצלה?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:זיי בילן די אינשורענס, סאיז דא קאמפאניס וואס טוען דאס מיט באצאלטע ארבעטערס

רעדסט וועגן הצלה?

יא, אבער נישט פון די גאר געטרייע וואלענטירן [וואס איך קום זיי א געוואלדיגע הכרות הטוב], נאר פון די פירערשאפט
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך האלט בשיטה אז יעדע פובליק מוסד אדער ארגאניזעישאן זאל האבן גרינגע צוטריט צו וויזוי מען ריפט עס בלשנונינו ״אויפענע בוקס״.

די מוסדות הייבן שכר-לימוד ביים עולם, נא האבן מיר ניט א רעכט צו זען די הכנסות, ווי שטאטישע פראגראמן, שכ״ל, דינער און מלווה-מלכה אאז״וו, די זעלבע מיט א דיטעילד ליסטע פון אויסגאבעס. די זעלבע מיט אלע פובליק צדקה קאסעס און חברות.

פארוואס דאס איז ניט אזוי איינגעפירט ווייס איך ניט???

איך זעה נאכנישט אז די "אפענע בוקס" פון די טאון זאל עפעס אויפטון.
יעדע רעכטדענקענדע מענטש מיט א קאפ אויף די פלייצעס פארשטייט אז ווען עס קומען צו יערליך טויזענטע פרישע פראפערטיס וואס צאלן טעקס פאר די טאון, דארף צו ווערן א ריזיגע סורפלאס, און דא אינ'ם טאון סאמהאוי גייט נאך אלס ארויף די טעקס? מען דארף נישט זיין קיין איינשטיין צו פארשטיין אז עפעס מאכט דא אינגאנצען נישט קיין סענס. דאס איז א דיסריגארד פון די באאמטע שאין דוגמתו.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

מים חיים האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:זיי בילן די אינשורענס, סאיז דא קאמפאניס וואס טוען דאס מיט באצאלטע ארבעטערס

רעדסט וועגן הצלה?

יא, אבער נישט פון די גאר געטרייע וואלענטירן [וואס איך קום זיי א געוואלדיגע הכרות הטוב], נאר פון די פירערשאפט

די געלט וואס ווערט געבילט גייט פאר די טאון!!
ס’איז אזא כמו דיעל, ס’פלעגט נישט זיין אזוי ווען הצלה האט געהאלטן אז די אינשורנס געלט וועט זיי קאווערן, למעשה איז עס ווייט נישט געניג האט מען געטוישט די טאון בילט - און צאלט הצלה!
מענטשן ווילן זיין נייס און זאגן ’’לאמיך דיך געבן מיין אינשורנס אינפארמעישן זאלסט עס קענען בילן”
הצלה האט גארנישט דערפון!
סקווירא הצלה ארבעט זיכער אזוי - לכאו’ איז מאנסי נישט אנדערש
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

דעת בעל הבית האט געשריבן:וואס’פארא מין ענפער איז דאס?
אויב איז נישט דא וואס צו באהאלטן, דאן עפן די ביכער, אבער גרויס!
איך האלט אז א יעדע ארגענעזאציע דארף האבן א באורד פון רבנים וואס האלטן מיט די געלט זאכן מיט יעדע פרט ופרט,
אדער אפי’ דארף זיין אזא זאך ווי א הכשר אויף א ארגון וואס די הכשר באשטעטיגט אז אלעס איז טאקע גלאטיג.

עס ״עפנ׳ט״ זיך נישט קיין ביכער אזוי שנעל. מען דארף באצאלן איינעם דורכצוגיין יעדער הוצאה און יעדער הכנסה, און דאס קלאסיפיצירען, דאס באלאנגט דא, און דאס באלאנגט דארט, און דאס איז נישט קיין גרינגע אדער ביליגע ארבייט.

בסדר גמור האט געשריבן:איך זעה נאכנישט אז די "אפענע בוקס" פון די טאון זאל עפעס אויפטון.
יעדע רעכטדענקענדע מענטש מיט א קאפ אויף די פלייצעס פארשטייט אז ווען עס קומען צו יערליך טויזענטע פרישע פראפערטיס וואס צאלן טעקס פאר די טאון, דארף צו ווערן א ריזיגע סורפלאס, און דא אינ'ם טאון סאמהאוי גייט נאך אלס ארויף די טעקס? מען דארף נישט זיין קיין איינשטיין צו פארשטיין אז עפעס מאכט דא אינגאנצען נישט קיין סענס. דאס איז א דיסריגארד פון די באאמטע שאין דוגמתו.

געב א קוק די לינק וואס איך האב געשטעלט פריער (איך שטעל עס נאכאמאל דא, זאלסט נישט דארפ׳ן זוכן http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf), עס שטייט קלאר וויפיל טעקסעביל וועליו איז ארויפגעגאנגען, און וויפיל די בודזשעט איז ארויפגעגאנגען.
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:זיי בילן די אינשורענס, סאיז דא קאמפאניס וואס טוען דאס מיט באצאלטע ארבעטערס

רעדסט וועגן הצלה?

יא, אבער נישט פון די גאר געטרייע וואלענטירן [וואס איך קום זיי א געוואלדיגע הכרות הטוב], נאר פון די פירערשאפט

די געלט וואס ווערט געבילט גייט פאר די טאון!!
ס’איז אזא כמו דיעל, ס’פלעגט נישט זיין אזוי ווען הצלה האט געהאלטן אז די אינשורנס געלט וועט זיי קאווערן, למעשה איז עס ווייט נישט געניג האט מען געטוישט די טאון בילט - און צאלט הצלה!
מענטשן ווילן זיין נייס און זאגן ’’לאמיך דיך געבן מיין אינשורנס אינפארמעישן זאלסט עס קענען בילן”
הצלה האט גארנישט דערפון!
סקווירא הצלה ארבעט זיכער אזוי - לכאו’ איז מאנסי נישט אנדערש

בלויז צו קלארשטעלן, סאיז נישט אז מענטשן ווילן זיין נייס און אפערן די אינשארענס אינפארמעישאן, זיי בעטן עס.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

בבקשה האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:וואס’פארא מין ענפער איז דאס?
אויב איז נישט דא וואס צו באהאלטן, דאן עפן די ביכער, אבער גרויס!
איך האלט אז א יעדע ארגענעזאציע דארף האבן א באורד פון רבנים וואס האלטן מיט די געלט זאכן מיט יעדע פרט ופרט,
אדער אפי’ דארף זיין אזא זאך ווי א הכשר אויף א ארגון וואס די הכשר באשטעטיגט אז אלעס איז טאקע גלאטיג.

עס ״עפנ׳ט״ זיך נישט קיין ביכער אזוי שנעל. מען דארף באצאלן איינעם דורכצוגיין יעדער הוצאה און יעדער הכנסה, און דאס קלאסיפיצירען, דאס באלאנגט דא, און דאס באלאנגט דארט, און דאס איז נישט קיין גרינגע אדער ביליגע ארבייט.

א מין תירוץ דאס. פארוואס זאלן זיי זיין אנדערש ווי יעדע ביזנעס וואס האט א בוקקיפער וואס קעטאגארייזד יעדע טרענזאקציע? פונקט פארקערט וויבאלד זיי באלבאטעווען אויף ״נכסי ציבור״ ברויך נאכאיינמאל זיין דין וחשבון.
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

בבקשה האט געשריבן:
בסדר גמור האט געשריבן:איך זעה נאכנישט אז די "אפענע בוקס" פון די טאון זאל עפעס אויפטון.
יעדע רעכטדענקענדע מענטש מיט א קאפ אויף די פלייצעס פארשטייט אז ווען עס קומען צו יערליך טויזענטע פרישע פראפערטיס וואס צאלן טעקס פאר די טאון, דארף צו ווערן א ריזיגע סורפלאס, און דא אינ'ם טאון סאמהאוי גייט נאך אלס ארויף די טעקס? מען דארף נישט זיין קיין איינשטיין צו פארשטיין אז עפעס מאכט דא אינגאנצען נישט קיין סענס. דאס איז א דיסריגארד פון די באאמטע שאין דוגמתו.

געב א קוק די לינק וואס איך האב געשטעלט פריער (איך שטעל עס נאכאמאל דא, זאלסט נישט דארפ׳ן זוכן http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf), עס שטייט קלאר וויפיל טעקסעביל וועליו איז ארויפגעגאנגען, און וויפיל די בודזשעט איז ארויפגעגאנגען.

און וואס וועט דאס מיר העלפן?
דארט גייט נישט שטיין אז מען האט צוגעלייגט צוואנציג פאזיציעס אינ'ם טאון אין דעם דעפארטמענט און דרייסיג פאזיציעס אין יענעם דעפארטמענט, ווייל מען דארף ארויסכשר'ן שיינע סכומים פאר דעם און פאר יענעם. ודי.
און אויסער דעם, ווען זיי ווילן באמת, קענען זיי איינציען דעם בודזשעט. און אויב ווייסן זיי נישט וויאזוי, זאלן זיי נעמען א פירמע וואס דאס איז זייער עקספערטיז, און זיי צו ווייזן וואס מען קען טון.
ווען דער בודזשעט זאל גיין פאר די וויילער פאר אן אפראוועל, וואלט עס גאר אנדערש אויסגעזען.
עס איז פשוט א דיסריגארד וואס זיי האבן צו די איינוואוינער. זיי נעמען אונז פאר גרענדטעד. זייערע Buddies וועלן שוין זיכער מאכן אז זיי בלייבן אויף זייער פאזיציע, נישט פאר אומזיסט פארשטייט זיך, און אלעס פארט ווייטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”