נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בסדר גמור האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
בסדר גמור האט געשריבן:איך זעה נאכנישט אז די "אפענע בוקס" פון די טאון זאל עפעס אויפטון.
יעדע רעכטדענקענדע מענטש מיט א קאפ אויף די פלייצעס פארשטייט אז ווען עס קומען צו יערליך טויזענטע פרישע פראפערטיס וואס צאלן טעקס פאר די טאון, דארף צו ווערן א ריזיגע סורפלאס, און דא אינ'ם טאון סאמהאוי גייט נאך אלס ארויף די טעקס? מען דארף נישט זיין קיין איינשטיין צו פארשטיין אז עפעס מאכט דא אינגאנצען נישט קיין סענס. דאס איז א דיסריגארד פון די באאמטע שאין דוגמתו.

געב א קוק די לינק וואס איך האב געשטעלט פריער (איך שטעל עס נאכאמאל דא, זאלסט נישט דארפ׳ן זוכן http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf), עס שטייט קלאר וויפיל טעקסעביל וועליו איז ארויפגעגאנגען, און וויפיל די בודזשעט איז ארויפגעגאנגען.

און וואס וועט דאס מיר העלפן?
דארט גייט נישט שטיין אז מען האט צוגעלייגט צוואנציג פאזיציעס אינ'ם טאון אין דעם דעפארטמענט און דרייסיג פאזיציעס אין יענעם דעפארטמענט, ווייל מען דארף ארויסכשר'ן שיינע סכומים פאר דעם און פאר יענעם. ודי.
און אויסער דעם, ווען זיי ווילן באמת, קענען זיי איינציען דעם בודזשעט. און אויב ווייסן זיי נישט וויאזוי, זאלן זיי נעמען א פירמע וואס דאס איז זייער עקספערטיז, און זיי צו ווייזן וואס מען קען טון.
ווען דער בודזשעט זאל גיין פאר די וויילער פאר אן אפראוועל, וואלט עס גאר אנדערש אויסגעזען.
עס איז פשוט א דיסריגארד וואס זיי האבן צו די איינוואוינער. זיי נעמען אונז פאר גרענדטעד. זייערע Buddies וועלן שוין זיכער מאכן אז זיי בלייבן אויף זייער פאזיציע, נישט פאר אומזיסט פארשטייט זיך, און אלעס פארט ווייטער.

גראדע וועט דאס יא שטיין דארט.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7855
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

בבקשה האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:וואס’פארא מין ענפער איז דאס?
אויב איז נישט דא וואס צו באהאלטן, דאן עפן די ביכער, אבער גרויס!
איך האלט אז א יעדע ארגענעזאציע דארף האבן א באורד פון רבנים וואס האלטן מיט די געלט זאכן מיט יעדע פרט ופרט,
אדער אפי’ דארף זיין אזא זאך ווי א הכשר אויף א ארגון וואס די הכשר באשטעטיגט אז אלעס איז טאקע גלאטיג.

עס ״עפנ׳ט״ זיך נישט קיין ביכער אזוי שנעל. מען דארף באצאלן איינעם דורכצוגיין יעדער הוצאה און יעדער הכנסה, און דאס קלאסיפיצירען, דאס באלאנגט דא, און דאס באלאנגט דארט, און דאס איז נישט קיין גרינגע אדער ביליגע ארבייט.

יעדע אדמיניסטרעטער האט עס מסודר פאר זיך, אויב וויל ער קענען באדזשעטן די מוסד נארמאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

דעת בעל הבית האט געשריבן:

יא, אבער דאס וואס ער האט פאר זיך איז נישט גרייט ארויסצוגעבן פאר די פובליק, דאס נעמען וואס ער האט, און דאס מאכן גרייט פאר די פובליק, איז אויך א קאסטבארע ארבייט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בבקשה האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:הצלה באדערט מיר אויך נישט. זאלן זיי האבן וויפיל געלט עס פעלט אויס.
איך בין פשוט נייגעריג ווי אזוי די געלט ווערט גענוצט.

נייע עקוויפמענט, מעינטענעס (פאר די אמבולענס) , דיספעטש סיסטעם (דאכט זיך אז די דיספעטשערס באקומען געצאלט), געז, רענט (פאר די גאראדזש), שבת דרייווערס, טרעיניג.

דאס איז זאכן וואס איך קען טראכטן קאסט זיי געלט.

עדיט: באקומען אין אישי, אז די דיספעטשערס זענען אויך אומבאצאלטע וואלינטיערס
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

דאכצעך אז די בוקס פון מוסדות'ן קענען גיין אינא באזונדערע אשכול, די נושא איז איבעראל די זעלבע, מאנסי איז נישט אנדערש פון אנטווערפן ווען עס קומט צו די נושא.

מיין איינציגסטע קאמענט אויף דעם איז אז אין חסידישע מוסדות צאלט מען א פרעקשאן די שכר לימוד פון מאדערענע מוסדות, ווען די מנכ"ל פון די מוסדות ווי איך שיק ווייזט טיר די ביכער וואלט איך לכאורה רויט געווארן וויסענדיג וויפיל איך צאל קעגן די קאסטן פון מיינע קינדער, עכ"פ יונגלעך, מיידלעך איז אפשר אנדערש.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7855
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

פון אמעריקע האט געשריבן:דאכצעך אז די בוקס פון מוסדות'ן קענען גיין אינא באזונדערע אשכול, די נושא איז איבעראל די זעלבע, מאנסי איז נישט אנדערש פון אנטווערפן ווען עס קומט צו די נושא.

יכול ליהות.
אליעזר קרויס האט געהאט א שמיס דערוועגן און גע’טענה’ט אז ביי זיי שטעלט מען צו מער אויך,
אבער ס’מיז נישט זיין
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:דאכצעך אז די בוקס פון מוסדות'ן קענען גיין אינא באזונדערע אשכול, די נושא איז איבעראל די זעלבע, מאנסי איז נישט אנדערש פון אנטווערפן ווען עס קומט צו די נושא.

מיין איינציגסטע קאמענט אויף דעם איז אז אין חסידישע מוסדות צאלט מען א פרעקשאן די שכר לימוד פון מאדערענע מוסדות, ווען די מנכ"ל פון די מוסדות ווי איך שיק ווייזט טיר די ביכער וואלט איך לכאורה רויט געווארן וויסענדיג וויפיל איך צאל קעגן די קאסטן פון מיינע קינדער, עכ"פ יונגלעך, מיידלעך איז אפשר אנדערש.

יכול ליהות.
אליעזר קרויס האט געהאט א שמיס דערוועגן און גע’טענה’ט אז ביי זיי שטעלט מען צו מער אויך,
אבער ס’מיז נישט זיין

זיי צאלן אויך בעסער פאר איינגעשטעלטע.... ווילאנג איך וועל נישט פירן א מוסדות (קוקט נישט אויס ווי אין דעם גולגל) וועל איך נישט וויסן דער אמת, לכאורה.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ביטע נאר מאנסי נייעס!!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7855
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

אנזאגן פאר די קינדער און אין שטוב אז ס’צייט אריין צו לייגן די ריפלעקטער אין טאש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דעת בעל הבית האט געשריבן:אנזאגן פאר די קינדער און אין שטוב אז ס’צייט אריין צו לייגן די ריפלעקטער אין טאש

תיקון טעות. נישט אין טאש, נאר אויפן העמד/רעקל/מאנטל...
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

עס איז שוין העכסט צייט צו מאכן גרעיע ריפלעקטערס אזוי ווי די מעיל האט, אזוי זאלן בחורים און יונגעלייט זיך נישט שעמען עס ארויף צונייען אופן קאוט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

36 געסט האט געשריבן:

https://www.amazon.com/Visibility-Refle ... 1339&psc=1

אויב אזוי פארוואס פארטיילט מען געלע?
אז מזאל עס נישט קענען לייגן אופן רעזשוואלקע?
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

מים חיים האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:זיי בילן די אינשורענס, סאיז דא קאמפאניס וואס טוען דאס מיט באצאלטע ארבעטערס

רעדסט וועגן הצלה?

יא, אבער נישט פון די גאר געטרייע וואלענטירן [וואס איך קום זיי א געוואלדיגע הכרות הטוב], נאר פון די פירערשאפט

איך ווייס נישט פון מאנסי אבער אין בארא פארק האבן זיי מיר קיינמאל נישט געפרעגט מיין נאמען וכש"כ נישט איהנשורענס אינפא!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Rivnetz / Visnetz cemetery in Monsey undergoing renovations. Use caution at night time.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

North East bank open by remson corner 59

https://necb.com/About-Us/Locations/Monsey-NY
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7855
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:זיי בילן די אינשורענס, סאיז דא קאמפאניס וואס טוען דאס מיט באצאלטע ארבעטערס

רעדסט וועגן הצלה?

יא, אבער נישט פון די גאר געטרייע וואלענטירן [וואס איך קום זיי א געוואלדיגע הכרות הטוב], נאר פון די פירערשאפט

איך ווייס נישט פון מאנסי אבער אין בארא פארק האבן זיי מיר קיינמאל נישט געפרעגט מיין נאמען וכש"כ נישט איהנשורענס אינפא!

H base works differently
זייער גאנצע אינקאם איז די נדבות!
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7855
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

למעלה משבעים האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:אנזאגן פאר די קינדער און אין שטוב אז ס’צייט אריין צו לייגן די ריפלעקטער אין טאש

תיקון טעות. נישט אין טאש, נאר אויפן העמד/רעקל/מאנטל...

איך האב אודאי דאס געמיינט "אריין לייגן אין טאש אויף צו ניצן ווען ס’פעלט אויס"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בבקשה האט געשריבן:2022 Ramapo בודזשעט

http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf

קוקט אויס ווי שטייער גייט היפש ארויפגיין פאר די וואס וואוינען אין ווילעדזשעס, און היפש אראפגיין אין די וואס וואוינען אין אנאינקאפערעטעד ראמאפאו.

לשלימת הענין ראקלענד קאונטי בודזשעט

http://budget.rocklandgov.com/Budget/20 ... Budget.pdf

בערך א דריטעל פון די אזוי גערופענע ״טאון״ טעקס, גייט באמת פאר די קאונטי. דאס איז זייער בודזשעט.

די לעווי ווערט נישט געהעכערט, דאס מיינט אז די קאונטי טעקס גייט אראפגיין דער יאר.

מען קען זאגן וואס מען וויל איבער עד דעי, לגבי פיינאנץ איז ער גוט, ער האט ארויסגעשלעפט די קאונטי פון א טיפע חובות לאך, און יעצט זעהט זיך שוין די קאונטי מיט א סארפלאס.

אויך ראמאפאו טאון סופערווייזער ספעקט איז גוט פינאנציעל, ער האט גע׳ירשנ׳ט 11 מיליאן דאללער חובות פון קריסטאפער סט. לאורענס, כאטש וואס סט. לאורענס האט גאר שטארק געהעכערט די טעקסעס, און ער האט אפגעווישט די חובות, מיט בלויז מינימאלע העכרונגונג פון שטייערען.

נ.ב. די סיבה פארוואס איך לייג די בודזשעטס דא, איז וויבאלד די בודזשעטס זענען נישט פיינעלייזעד, און די עולם האט נאך די רעכט צו זאגן זייערע טענות, אלזא, אויב איינער טרעפט אין די בודזשעט געלט וואס קוקט אויס פארשווענדעריש, ביטע שרייבן דא, כדי די עולם זאל וויסן צו מאכן א ויצעקו, און אזוי ארום האפענטליך עס אראפצונעמען פון די בודזשעט.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

תגובה דורך נישטאמת »

ווי קען מען ריפארטן א לייט אויפן גאס וואס ארבעט נישט? די גאס איז אינעם ספרינג וועלי ווילידזש, די מעין נומבער אפערעיטער האט נישט געוויסט וועמען מיר צו טרענספערן
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נישטאמת האט געשריבן:ווי קען מען ריפארטן א לייט אויפן גאס וואס ארבעט נישט? די גאס איז אינעם ספרינג וועלי ווילידזש, די מעין נומבער אפערעיטער האט נישט געוויסט וועמען מיר צו טרענספערן

O&R, קוק אויף די פאול, עס דארף צו זיין א געלע צעטעל מיט די נומער פון די פאול, רוף אריין O&R, און זאג זיי אז פאול נאמבער ### ארבייט נישט די לייט.
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

36 געסט האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן:אנזאגן פאר די קינדער און אין שטוב אז ס’צייט אריין צו לייגן די ריפלעקטער אין טאש

עס איז שוין העכסט צייט צו מאכן גרעיע ריפלעקטערס אזוי ווי די מעיל האט, אזוי זאלן בחורים און יונגעלייט זיך נישט שעמען עס ארויף צונייען אופן קאוט.

וואס אין מאנסי איז דא וואס שעמען זיך צי גיין מיט געלע ריפלעקטארס? אריין אין די וויליאמסבורגער אשכול...
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

בבקשה האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:ווי קען מען ריפארטן א לייט אויפן גאס וואס ארבעט נישט? די גאס איז אינעם ספרינג וועלי ווילידזש, די מעין נומבער אפערעיטער האט נישט געוויסט וועמען מיר צו טרענספערן

O&R, קוק אויף די פאול, עס דארף צו זיין א געלע צעטעל מיט די נומער פון די פאול, רוף אריין O&R, און זאג זיי אז פאול נאמבער ### ארבייט נישט די לייט.

שכח
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

בבקשה האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:2022 Ramapo בודזשעט

http://www.ramapo.org/uploads/finance/1 ... ditted.pdf

קוקט אויס ווי שטייער גייט היפש ארויפגיין פאר די וואס וואוינען אין ווילעדזשעס, און היפש אראפגיין אין די וואס וואוינען אין אנאינקאפערעטעד ראמאפאו.

לשלימת הענין ראקלענד קאונטי בודזשעט

http://budget.rocklandgov.com/Budget/20 ... Budget.pdf

בערך א דריטעל פון די אזוי גערופענע ״טאון״ טעקס, גייט באמת פאר די קאונטי. דאס איז זייער בודזשעט.

די לעווי ווערט נישט געהעכערט, דאס מיינט אז די קאונטי טעקס גייט אראפגיין דער יאר.

מען קען זאגן וואס מען וויל איבער עד דעי, לגבי פיינאנץ איז ער גוט, ער האט ארויסגעשלעפט די קאונטי פון א טיפע חובות לאך, און יעצט זעהט זיך שוין די קאונטי מיט א סארפלאס.

אויך ראמאפאו טאון סופערווייזער ספעקט איז גוט פינאנציעל, ער האט גע׳ירשנ׳ט 11 מיליאן דאללער חובות פון קריסטאפער סט. לאורענס, כאטש וואס סט. לאורענס האט גאר שטארק געהעכערט די טעקסעס, און ער האט אפגעווישט די חובות, מיט בלויז מינימאלע העכרונגונג פון שטייערען.

נ.ב. די סיבה פארוואס איך לייג די בודזשעטס דא, איז וויבאלד די בודזשעטס זענען נישט פיינעלייזעד, און די עולם האט נאך די רעכט צו זאגן זייערע טענות, אלזא, אויב איינער טרעפט אין די בודזשעט געלט וואס קוקט אויס פארשווענדעריש, ביטע שרייבן דא, כדי די עולם זאל וויסן צו מאכן א ויצעקו, און אזוי ארום האפענטליך עס אראפצונעמען פון די בודזשעט.

איך קען עגריען מיט כמעט אלעס, חוץ מיט די איינע פאקט אז ספעקט האט נישט באזייטיגט די קאראפשען וואס ער האט געיירשנ'ט פון לאורענס און עס איז אנגייענדיג די גרויסע הוצאות פון דעם, און אויך דארף מען איבער מאכען די באדזעט פון די פאליציי וואס איז אומדערהערט כאילו מ'וואוינט אין א דזאנגעל, לויט די קריים רעיט קען מען עס דראסטיש שניידן, ס'איז גענוג צו האבן אן אייגענע פאבליק סעיפטי.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7855
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מאנסי און ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

TAG האט געשריבן:...און אויך דארף מען איבער מאכען די באדזעט פון די פאליציי וואס איז אומדערהערט כאילו מ'וואוינט אין א דזאנגעל, לויט די קריים רעיט קען מען עס דראסטיש שניידן, ס'איז גענוג צו האבן אן אייגענע פאבליק סעיפטי.

אפשר איז עס נידריג צוליב די געלט וואס די פאליציי לייגט אריין?!
אז וועסט האבן דא א פאבליק סעיפטי וועלן אלע שחורים און ספאנישע פון די געגנט פילן פרי אריין צו קומען און נעמען וואס זיי דארפן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”