Kosher Travel האט געשריבן:צדיק בן צדיק האט געשריבן:איך גיי בלי נדר וואוטען פונקט דאס פארקערטע וועם די עסקנים גייען הייסן טאן. איך האף דערוילם וועט קומען צום שכל און טאן ס׳זעלבע.
די לעצטע חדשים ווערט מער אומדערטרעגליך דא אין שטאט, ואין פה פוצה ומצפצף.
וואס האט טרעפיק מיט עסקנים??? די שטאט איז זיך ציוואקסען. וואס ווילסטו זאלען די "עסקנים" טוהן? ווילסט אז יאסי געשטעטנער זאל קומען קאנטראלירן די טרעפעק אויף יוניאון? אויף מעין סטריט???
די פאקט איז אז פונקט ווי ביי אברהם מיט לויט, לא יאכלה השדה. די קליינע מאנסי קען נישט דערהייבן אזויפיהל הייזער. אבער מען בויעט וויפיל עס גייט. מען מאכט וועריענסעס פון אלע זייטן. און אך און וויי אויב א שכן קומט צו אזא העירניג און זאנגט, ניין, איך בין נישט מסכים אז דער פון די אנדערע זייט גאס זאל ארויסבויען הונדערט קאנדאס אריין ביז מיין שיינע בעקיארד. דאן איז ער שוין א מסור. איך זאג נישט איצט צו עס איז גוט אדער שלעכט צו בויען אין די וועלט אריין. עס איז א נושא פאר זיך (עס ברענגט נישט אראפ די פרייזן פון דירות, פונקט פארקערט). אבער אלעס ארויפשמירן אויף עסקנים???
וואס עפעס הייסט דאס מסירה? די שאלה איז נאר צי מען טוט עפעס אויף ווען מען זאגט אז מען וויל נישט