עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יואב בן צרויה האט געשריבן:נו שלמה, ווען קען מיר ערווארטען א באריכט אויפן מערץ דזשאבס רעפארט..? :wink:

טאטאלע דורכפאל. :-(
העל איך דיך לאזן שרייבן (און קוועלן..).
איך האב נישט געשריבן צוליב פסח, נישט צוליב די שלעכטע באריכט.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נאך א גאר שוואכע, אפילו געפערליכע מערץ דזשאבס באריכט (ווי שלעכט, אביסל שפעטער) איז די דזשאבס באריכט פאר אפריל איז אריינגעקומען היפש שטארק.

אין אפריל האט די אמעריקאנער עקאנאמיע צוגעלייגט 223,000 דזשאבס, אין די העכערע רעינדזש פון וויפיל עקאנאמיסטן האבן געהאט ערווארטעט (205,000-227,000) אוו היפש מער ווי די 169,000 וואס עי.די.פי. האט פאראויסגעזאגט. די אנעמפלוימענט ראטע איז ווייטער געפאלן צו 5.4% פון 5.5% לעצטע חודש, דאס בעסטע זינט מאי 2008.

די ציפערן פאר די פארגאגענע צוויי מאנאטן זענען אויך געווארן איבערגעמאכט, אבער נישט צום גוטן. די געזונטע פעברואר נומער פון 264,000 איז געווארן ארויפגעריקט א טראפקעלע צו 266,000. אבער די שוואכע מערץ ציפער וואס איז געווען באריכטעט ביי 126,000 האט געטראסקעט מיט איבער פערציג טויזנט, צו א גאר ארעמע 85,000, די ערגסטע ציפער זינט יוני 2012.

מיטן אפריל באריכט האלט אמעריקע ביים 62סטן מאנאט אין א רייע פון פריוואטע סעקטאר דזשאב וואוקס, א רעקארד.

די וועידזש פער שעה איז געשטיגן מיט א קנאפע 0.1% פון א מאנאט פריער, אדער 2.2% פון א יאר צוריק, א דורכשניטליכן וואוקס. עקאנאמיסטן האבן געהאפט אויף א 0.2% וואוקס.

די ענערגיע סעקטאר האט ווייטער געליטן פון די נידריגע אויל פרייזן (כאטש עס האט זיך שוין עטוואס צוריקגעכאפט צו בערך $60 א פעסל ארויף פון די $40 געגנט) און האט פארלוירן איבער צען טויזנט דזשאבס אין אפריל.
איינס פון די שטערקסטע אינדוסטריעס איז געווען די העלט קעיר אינדוסטריע, וואס איז געוואקסן מיט א געזונטע 42,000 דזשאבס אין אפריל, צו א סך הכל פון איבער 400,000 דזשאבס אין די לעצטע צוועלף חדשים, נאכן שטייגן בערך 200,000 אין די צוועלף חדשים פארדעם.

די מיטלגארטיגע דזשאבס וואוקס אין די פארגאגענע דריי חדשים איז געווען 194,000 פער מאנאט, א גאנץ צופרידנשטעלנע ציפער. אויב גייט מען איבערמאכן די מערץ ציפער צו איבער 100,000 דזשאבס, וועט די דורכשניט ארויפפארן צו איבער 200,00 ,פער מאנאט, א גוטן ציפער.

פרישע דזשאבס אפריל 2015, ניו יארק טיימס.
פרישע דזשאבס אפריל 2015, ניו יארק טיימס.
אנעמפלוימענט ראטע אפריל 2015, ניו יארק טיימס.
אנעמפלוימענט ראטע אפריל 2015, ניו יארק טיימס.

______

אין אנדערע נייעס פון אונזער קאנסערוואטיוון שכן צו צפון, האט קאנאדע 'פארלוירן' איבער ניינצן אהאלב טויזנט דזשאבס אין אפריל, די גרעסטע פארלוסט אין זיבן חדשים. עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט א פארלוסט פון א קנאפע 5,000 דזשאבס.
די אנעמפלוימענט ראטע איז געבליבן ביי 6.8%!

יאפ! אבאמאקעיר. . .
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

נישט געוויסט אז קאנאדע איז קאנסערוואטיוו.

א דאנק פארן באריכט.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יואב בן צרויה האט געשריבן:נישט געוויסט אז קאנאדע איז קאנסערוואטיוו.

א דאנק פארן באריכט.

ביזט גערעכט, איך האב זיך נישט גוט אויסגעדרוקט. די רעגירונג איז קאנסערוואטיוו, נישט אזוי ווייט דאס לאנד אין אלגעמיין.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

@ שלמה, שיינע באריכט, יש"כ

------

די קאנסערוועטיווע טענה'ן אז: Americans Not In The Labor Force Rise To Record 93,194,000 דערפאר טענה'ן זיי אז די אנעמפלוימענט נומבער איז פאלטש.. האבן זיי א פוינט?
אטעטשמענטס
Not in Labor Force.jpg
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מחותן האט געשריבן:@ שלמה, שיינע באריכט, יש"כ

------

די קאנסערוועטיווע טענה'ן אז: Americans Not In The Labor Force Rise To Record 93,194,000 דערפאר טענה'ן זיי אז די אנעמפלוימענט נומבער איז פאלטש.. האבן זיי א פוינט?

זיכער האבן זיי א פוינט.

נאר וואס דען, די יעצטיגע מצב איז פארט בעסער ווי די שווערע יארן, ווייל עס קומען למעשה צו דזשאבס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער שיינער באריכט שלמה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

למעשה איז די עקאנאמיע אין די ערשטע קווארטאל געפאלן מיט פוינט 7 פון א פראצענט. זיי בלעימען אלע א שווערע ווינטער. פאריאר ווען ס׳געשעהן די זעלבע - און ערגער - האבן זיי אויך באשולדיגט די וועטער.

האב איך געטרייט אפירצוקראצן די נומערן פון די בוש/קלינטאן יארן אין די קווארטאל וועלנדיג וויזוי די קווארטאל האט אלץ אויסגעזעהן, אן קיין ערפאלג. ווער עס קען שטעלן א לינק, אדער באישי, וואלטעך עפרישיעיטעד.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אטעטשמענטס
Screenshot_2015-05-29-18-27-18~01.png
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

יישר כחך.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

מאנאטליכע דזשאבס באריכט: א געזונטע דזשאבס מארקעט אין מאי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די אמעריקאנער עקאנאמיע האט געהאט א געזונטע מאנאט דעם מאי, לויט די לעצטע דזשאבס באריכט ארויסגעגעבן היינט 8:30 אינדערפרי דורך די לעיבאר דעפארטמענט.

די עקאנאמיע האט צוגעלייגט א געזונטע 280,000 נייע דזשאבס אין מאי. היפש בעסער ווי די דורכשניטליכע ערווארטונג פון 226,000 (בלומבערג סוירוועי) און די 221,000 לויטן עי.די.פי. שאצונג ארויסגעגעבן פארגאנגענע מיטוואך, די בעסטע ציפער די יאר למספרם.

די אנעמפלוימעט ראטע איז ארויפגעקראכן מיט א צענטל פון א פראצענט צו 5.5% צוליב די כמעט 400,000 וואס האבן פריש אנגעהויבן זוכן ארבייט דעם מאנאט. די ארבייטסקראפט באטייליגונג ראטע (labor participation rate) איז ארויף מיט א צענטל פון א פראצענט פון א מאנאט פריער, צו 62.9%.

אין צוגאב צו די גוטע ציפערן פון די מאי. האבן די איבערגעמאכטע נומערן פון די צוויי מאנאטן פארדעם צוגעלייגט נאך 32,000 דזשאבס. אויף אפריל האט די לעיבאר דעפארטמענט אפגעשיבט א קנאפע צוויי טויזנט דזשאבס, פון 223,000 צו 221,000. אבער אויף מערץ וואס איז קודם געווען באריכטעט ביי א גאר קארגע 85,000 (פון אן אריגינעלע באריכט פון 126,000) איז די ציפער געווארן איבערגעמאכט צו 119,000, מיט פרישע 34,000 דזשאבס פארן חודש.
גענומען אינאיינעם האט די אמעריקאנער עקאנאמיע 312,000 דזשאבס מער ווי עס האט געהאט א מאנאט פריער (280,000+ מאי, 2,000- אפריל, 34,000+ מערץ).

די לוין פער שטונדע איז ארויף מיט א געזונטע 0.3%, ס'מערסטע זינט אוגוסט 2013, נאכן שטייגן בלויז 0.1% אין אפריל. און א 2.3% העכערונג פון א יאר צוריק.

די העכסט צופרידנשטעלנדע ציפער פון מאי, מיט די איבערגעמאכטע מערץ ציפער, טוט שטארק פארגרינגערן די זארג פון די פארגאנגענע פאר מאנאטן אז די דזשאבס מארקעט ווערט אפגעקילט. מיט די מערץ ציפער צוריק איבער 100,000 איז די דורכשניטליכע נומער פאר די חדשים פעברואר מערץ און אפריל ארויף צו איבער 206,5000 פער מאנאט, וואס דאס איז א גוטע מאנאטליכע וואוקס ראטע.

מיטן וואוקס אין מאי האט די עקאנאמיע אויסגעצויגן די רעקארד פון מאנאטליכע דזשאבס געין אין א רייע צו 63. מיט 12.6 מיליאן פרישע דזשאבס אין דעם צייט-אפשניט, 203,225 צוגעקומענע דזשאבס פער מאנאט אין דורכשניט.

פונקט ווי די פארגאנגענע פינף חדשים האט די ענערגיע סעקטאר פארלוירן טויזנטער דזשאבס, די קאנסטראקשן סעקטאר האט צוגעזען 17,000 דזשאבס, די זעלבע צאל וויפיל די ענערגיע סעקטאר האט פארלוירן. פונקט ווי פארגאנגענע מאנאט האט העלטקעיר צוגעזען דאס מערסטע פרישע דזשאבס, מיט 47,000 נייע ארבייטער.

די פריוואטע סעקטאר האט צוגעזען 262,000 דזשאבס אין מאי, און פובליק סעקטאר האט צוגעלייגט 18,000 שטיק.
אטעטשמענטס
IMG_20150605_103625.jpg
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די יוני דזשאבס באריכט קומט ארויס מארגן (א טאג פרי, געווענליך קומט עס ארויס פרייטאג) צוליב די פעדעראלע האלידעי.
עי.די.פי. זאגט אז עס קומט פיינע ציפערן, כאטש די חודש האט געהאט די מערסטע דזשאב אפזאגונגען זינט 2010.
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

June jobs report: Economy adds 223,000 jobs, unemployment rate at 5.3 percent
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

221,000+ ~ 5.3%. יוני, א שוואכליכע מאנאט פאר דזשאבס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די אמעריקאנער עקאנאמיע האט דעם יוני צוגעלייגט א דורכשניטליכע 223,000 נייע דזשאבס עטוואס שוואכער ווי די דורכשניטליכע ערווארטונג פון 230,000, און בערך דאס זעלבע ווי עי.די.פי. האט געשאצט.

די אנעמפלוימעט ראטע איז אראפגעקומען מיט צוויי צענטליך פון א פראצענט צו 5.3% אבער מערסטנס פונעם רעדוקציע איז צוליב די כמעט 400,000 וואס האבן אויפגעהערט זוכן ארבייט דעם מאנאט, וואס דאס איז אן אומגונסטיגע ציפער.
די ארבייטסקראפט באטייליגונג ראטע (labor participation rate) איז אראפ מיט דריי צענטליך פון א פראצענט פון א מאנאט פריער, צו 62.6%.

אין קאנטראסט צו די יוני ציפערן וואס זענען אריינגעקומען פארהעלטעניסמעסיג גוט זענען די איבערגעמאכטע נומערן פון די צוויי מאנאטן פארדעם אריינגעקומען דווקא שוואך. צווישן די צוויי מאנאטן מיט איבערגעמאכטע ציפערן האט די אמעריקאנער עקאנאמיע צוגעלייגט מיט איבער 60,000 דזשאבס ווייניגער ווי פריער געשאצט.

אויף מאי האט די לעיבאר דעפארטמענט אפגעשיבט 26,000, פון 280,000 צו 254,000, אויף אפריל האט די ביורא אוו לעיבאר סטאטיסטיקס אוועקגעשניטן גאנצע 34,000, פון 221,000 אראפ צו 187,00 דשאבס.

גענומען אינאיינעם האט די אמעריקאנער עקאנאמיע בלויז 173,000 דזשאבס מער ווי עס האט געהאט א מאנאט פריער (223,000+ יוני, 26,000- מאי, 34,000- מאי). אבער אין דורכשניט איז די ציפער 221,000 פער מאנאט, אין יעדע פון די דריי לעצטע חדשים, בכלל נישט קיין שלעכטע ציפער.

אויך אויפן גוטע זייט איז די רעקארד פון מאנאטליכע דזשאבס געין אין א רייע צו יעצט ארויף צו 64.[/quote]
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום פרייטאג יולי 03, 2015 5:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

רעדענדיג פון אקאנאמישע נייעס. וואס טוט זיך יעצט אין די נייעס וועגן אבאמא'ס נייע פלאן מיט מער אויווער טיים? קען עס איינער מסביר זיין?
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

יישר כח, שלמה פאר דיין שיינע קלארע באריכט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

2 אינטערעסאנטע עקאנאמישע נייעס האט געכאפט מיין אויג.

אין סיאטעל וואשינגטאן האט מען לעצטנס געהעכערט די מינומום וועידזש צו 11 דאלער א שעה און אין 2017 וועט עס דערגרייכן צו 15 דאלער א שעה, ליבעראלן זענען אין שטיצע פון העכערן די מינומום וועידזש מיט די טענה אז עס העלפט פאר די עקאנאמיע און נעמט ארויס מענטשן פון ארימקייט, איז געווען באריכטעט אין די נייעס אז ארבעטער אין סיאטעל גרייטן זיך צו שניידן זייער ארבעט שעות פון 40 שעה צו 30 שעה א וואך, די סיבה דערצו איז וויבאלד אויב זיי וועלן ארבעטן 40 שעה א וואך פאר 15 דאלער א שעה וועלן זיי פארדינען צופיל געלט און מער נישט זיין בארעכטיגט פאר שטאטישע פראגראמען, און כדי דאס זאל ח"ו נישט פאסירן וועלן זיי שניידן זייער ארבעטס שעות, אזוי ארום וועלן זיי נאך אלץ זיין בארעכטיגט פאר גאווערמענט הילף.

די ס"ה פון דעם איז אז העכערן די מינומום וועידזש איז בכלל נישט קיין הילף פאר נידריגע פארדינער פארקערט גאר די נידריגע פארדינער ווילן פארדינען ווייניג און באקומען הילף פון די גאווערמענט, מיט'ן העכערן די מינומום וועידזש טוט מען נאר אזויפיל אויף אז אנשטאט ארבעטן 40 שעה א וואך וועלן זיי ארבעטן 30 שעה א וואך.

---

די צווייטע נייעס איז אויך אין סיאטעל דאס מאל איז עס א ביזנעס אוינער וואס האט געוואלט זיין א גוטע בעה"ב און מחליט געווען צו העכערן די וועידזש פון אלע זיינע 120 ארבעטער אז יעדער זאל פארדינען ווייניגסטענס 70,000 דאלער א יאר, און האט אראפגעריקט זיין וועידזש פון א מיליאן דאלער א יאר אויך צו 70,000 עכט א גוטע בעה"ב, הלוואי פאר אונז געזאגט, ניין? די פראבלעם איז נאר אז עטליכע חדשים נאך דעם איינפיר וואס האט אים געברענגט אסאך פאזיטיווע מידיא אטענטשאן, רעדט ער זיך אפ אז זיין ביזנעס פאלט צוזאם, צוליב וואס עטליכע פון זיינע בעסטע ארבעטער האבן זיך אפגעזאגט נישט קענענדיג פעיסן די פאקט אז ווייניגער ווערדפולע ארבעטער באקומען די זעלבע באצאלט, אזוי אויך האבן זיך עטליכע גוטע קאסטומער ארויסגעצויגן פון זיין ביזנעס.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איז די מאסיווע פאניק וואס האט היינט ארומגענומען וואל סטריט ווארענטע"ד?

זיכער אז אומסטאביליטעט איז שלעכט. זיכער איז כינע א וויכטיגע עקאנאמיע זייענדיג די צווייטע עקאנאמיע נאך אמעריקע. אבער כינע איז נישט קיין הויפט עקספארט מארקעט פאר אמעריקע אדער אייראפע.
אויך רעדט מען נישט דא פון קיין רעסעסיע אין כינע. סך הכל רעדט מען דא פון א אפשוואכונג (אפשר אפילו א דראסטישע) פון אן עקאנאמיע וואס איז באזירט אויף עקספארט, נישט קיין עקאנאמיע וואס אימפארטירט גרויסע זאכן פון די מערב וועלט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די פאניק האט "אויסגענוצט" די מצב אין כינע, פארן לאנג ערווארטערטע קארעקשאן.

אבער עס איז גארנישט אוזי פשוט מיט כינע, ווייל צום ביישפיל א קאמפאני ווי עפעל וואס איז זייער אנגעוויזן אויף כינע יעצט, ווייל זייער וואוקס אין אמעריקע איז שוין נאנט צום פיק, האט שטארק געטראסקעט צוליב די מצב אין כינע, און האט אראפגעשלעפט די גאנצע טעק סעקטער סטאקס צוליב די שטארקע "וואג" וואס זי האט אין די אינדעקס.

און ענערגיע סטאקס איז שטארק געפאלן צוליב כינע, און אראפגעשלעפט מיט זיך אלע ארומיגע וכו' וכו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

איך וויל פארשטיין, אויב כינע טראסקעט דארף דאך זיין פארקערט, דהיינו למשל עפל, זיי מאכן דאך די זאכן אין כינע און פארקויפן עס אין די גאנצע וועלט, מיינט דאס אז יעצט וועט זיי קאסטן א סאך ביליגער צו פראדוצירן זייערע דעווייסעס, און זיי וועלן מאכן מער געלט?

ועוד וואס איז געשען אז די טשיינע מארקעט קראכט.

(לכתחילה א @לכתחילה ארטיקעל ביטע)
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

די טשיינע מארקעט האט היינט גלייך ביים עפענונג (נעכטן נאכט אין אמעריקע) געטראסקעט 6 פונקטן.
הק' איש ימיני
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

די אמעריקאנער מארקעט -עס ענד פי 500- איז היינט אין די ערשטע שעה ארויפגעשפרינגען מיט איבער 2%.
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעסלעך »

טשיינע האט היינט געשניטן זייער אינטערעסט ראטע צום פיפטען מאל זייט פאריאר נאוועמבער, אין א פארזוך צו אויפהייבן די פארשלאפענע עקאנאמיע, די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען און דאס האט צוגעברענגט טאקע אז אויל און דער דאלער האבן זיך געהויבן, און דער Dow Jones האט זיך שוין געהויבן מיט 300 פוינטס תיכף נאכן עפענען די סטאק מארקעט היינט אינדערפרי.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

עני לכתחילה עוועליבעל מסביר זיין אביסל מער וואדא גייט פאר ?
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעסלעך »

די אמעריקאנע סטאקס קומען צוביסלעך צו זיך, היינט האבן ביידע סיי די דאו דזשאוינס און סיי נעזדעק פארדינט בערך 2.5%
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”