עקאנאמישע נייעס און נאטיצען

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

צל עובר האט געשריבן:בד"וו, די אלע סאשעליסט לענדער אין אייראפע וואס ביי טאריף'ס האלטסו אז זיי זענען קלוג, האבן אויך יוניווערסעל העלט קעיר. און האלטן אז עס איז גוט.

ער קען האלטן איינס טוען זיי גוט און איינס נישט.

און כ'קען פארשטיין די געדאנקנגאנג אויב קוקט מען נעראו אויף ביזנעס אינוועסטמענט (נישט קאנסומערס בענעפיטס) איז עס קאנסיסטענט מיט וועלן נידעריגע קארפארעט טעקס.

אגב, זיי שרייבן אז די טרעיד דעפעציט אינקריעס קומט פון אמעריקא'ס שטארקערע ספענדינג אבער אויך פון טשיינע'ס שוואכערע ספענדינג "צוליב די טרעיד וואר", וואס זעהט מיר אויס ווי א שטיקל תרתי דסתרי, אויב האבן זיי א סורפלוס דאן פארוואס ווערט זייער עקאנאמיע שוואכער..
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:אויך אויב טרעיד דעפיציט איז נישט קיין שלעכטע זאך פאר א לאנט דעמאלט פארוואס לייגן אנדערע לענדער הויכע טאריפס אויף אמעריקא?


וואס פאלט דיר איין אז די אלע לענדער זענען דא נאר אפצוטוהן אמעריקע (וואס דאס מאכט דיך זאגן אז זיי וואלטן עס נישט געלייגט אויב ס'וואלט נישט אפגעטוהן אמעריקע)?

וואס פאלטער ביי אז ער האלט אז זיי לייגן עס ווייל סיז שלעכט פאר אמעריקע? זיי האלטן אז סיז גוט פאר זיי!


ווייל ער ברענגט ארויס אז ס'מוז זיין שלעכט פאר אמעריקע "והראי' זיי לייגן עס..." וואס פון דעם קוקט אויס ווי ער האלט אז וואס זיי טוען איז נאר אפצוטוהן אמעריקע.

האסט געליינט אביסעלע געיאגט, האסטו נישט פארשטאנען וואס ער שרייבט. ער שרייבט אז אויב א טרעיד דעפיציט איז נישט שלעכט פאר א לאנד - דהיינו אויב דייטשלאנד למשל האט א טרעיד דעפיציט מיט אמעריקע איז עס נישט שלעכט פאר דייטשלאנד- פארוואס לייגט דייטשלאנד טאריפס אויף אמעריקע? פוינט ביאינג, דייטשלאנד לייגט (לשיטתו) טאריפס אויף אמעריקע כדי צו פארריכטן איר דעפיציט מיט אמעריקע, וואס ווייזט אז זיי האלטן אז די האנדלס דעפיציט איז נישט גוט פאר דייטשלאנד.

וואו זעסטו ער זאל שרייבן אז זיי לייגן עס ווייל די טאריפס שאדט פאר אמעריקע?

שמעקט מיר גראדע אז אזעלכע פיינע אידן האבן זיך געמוטשעט צו פארשטיין מיינע ווערטער!

טינק איז גערעכט איך האב דאס טאקע געמיינט
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

קהל עדתינו האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:האסט געליינט אביסעלע געיאגט, האסטו נישט פארשטאנען וואס ער שרייבט. ער שרייבט אז אויב א טרעיד דעפיציט איז נישט שלעכט פאר א לאנד - דהיינו אויב דייטשלאנד למשל האט א טרעיד דעפיציט מיט אמעריקע איז עס נישט שלעכט פאר דייטשלאנד- פארוואס לייגט דייטשלאנד טאריפס אויף אמעריקע? פוינט ביאינג, דייטשלאנד לייגט (לשיטתו) טאריפס אויף אמעריקע כדי צו פארריכטן איר דעפיציט מיט אמעריקע, וואס ווייזט אז זיי האלטן אז די האנדלס דעפיציט איז נישט גוט פאר דייטשלאנד.


טינק איז גערעכט איך האב דאס טאקע געמיינט


ארויפלייגן טאריפ'ס בלויז אויף איין סעפעציפישע לאנד איז נישט גורם א פארקלענערטע האנדלס דעפיציט פאר די לענדער וואס לייגן עס, ווייל די ארטיגע איינוואוינער קענען נאכאלץ גיין איינקויפן אין אלע אנדערע לענדער מיט וועמען מ'האט פרייע האנדל, נאר וואס ס'איז יא גורם איז, א פארגרעסערטע האנדלס דעפיציט פאר די לאנד אויף וועמען מ'לייגט עס ווייל יענע לאנד קען שווערער פארקויפן זייערע זאכן אין די אלע לענדער.

וואלסטו געשריבן אז לענדער לייגן טאריפ'ס אויף אלע אנדערע לענדער כדאי אז זייערע איינוואוינער זאלן מוזן קויפן ביי זיי, וואלט איך פארשטאנען וואס דו מיינסט, און ווען דאס זאל ווען זיין די קעיס וואלט עס טאקע געווען א ראי' אז זיי האלטן אז ס'לוינט זיי. ווייל דו האסט אבער געשריבן, און איך ציטיר:
קהל עדתינו האט געשריבן:אויב טרעיד דעפיציט איז נישט קיין שלעכטע זאך פאר א לאנט דעמאלט פארוואס לייגן אנדערע לענדער הויכע טאריפס אויף אמעריקא?

האב איך פארשטאנען אז דו האלטסט אז זיי טוען עס אפצוטוהן אמעריקע ווייל אמעריקע ליידט דערפון אינעם קורצן טערמין, אבער זיי פארדינען גארנישט דערפון.

און אדרבא, אויב קענען זיי פארקלענערן זייער האנדלס דעפיציט דורכ'ן לייגן טאריפ'ס, פארוואס זאלן זיי נישט לייגן טאריפ'ס אויף אלע אנדערע לענדער אויכעט?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש ברירה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איך האב מיך נישט אויסגעמישט.... איך האב נישט באשולדיגט די טעקס קאט אין א שלעכטע וועג. בלויז געוואלט ארויסברענגען די אבסורדעטי פון די גאנצע טרעיד דעפעציט אישו.

איך פארשטיי נישט, דאס אז אמעריקאנער ספענדן מער, איז טאקע א גוטע סימן - א דאנק טעקס קאט'ס - אבער איז עס דען א סתירה מיט דעם אז אמעריקע דארף ווען עקספארטירן מער? למעשה פארלירט אמעריקע געלט צו טשיינע, אפי'ס עס קומט פון א גוטע עקאנאמיע, אמעריקע זעהט אבער נישט צוריק דאס געלט, וואס דאס שוואכט ווייטער אפ די עקאנאמיע.

דאס איז א טעות. אמעריקע זעהט יא צוריק דאס געלט. די נומערן צייגן אז ווי גרעסער די טרעיד דעפיציט איז אלץ גרעסער זענען די אינוועסטמענטס וואס די אנדערע לענדער מאכן אין אמעריקע. ווען כינע באקומט א טריליאן אמעריקאנער דאלארן לויט זיך זיי אפילו נישט צו אינוועסטירן אין כינע ווייל דאן דארפן זיי דאס טוישן פאר די יען און דאס טרייבט ארויף די כינעזער קארענסי און שאדט פאר עקספארטס. דאס איז די סיבה פארוואס כינע האלט אזויפיל חובות פון אמעריקע דאס הייסט זיי קויפן אמעריקאנער באנדס ווייל דאס איז א אינוועסטמענט גלייך צוריק אויף אמעריקע.

פון די אנדערע זייט אבער, גייען אמעריקאנער קאמפאניס ארויס, ווייל כינע האט טאריפ'ס אויף אמעריקאנער קאמפאני'ס, ממילא גייען זיי ענדערש אינוועסטן אין כינע, נאכדערצו אז אמעריקאנער ספענדן אזויפיל געלט אינדרויסן, לוינט זיך זיי פון אלע זייטן צו אינווועסטן אין כינע, סיי ווייל אזוי האט ער נישט קיין טאריפ'ס אויף זיך, און סיי ער האט גענוג און נאך קאסטומער'ס פון אמעריקע אזוי אויך. וואס עס קומט אבער אויס איז אז אמעריקע פארלירט אבער אסאך דזשאב'ס.

סאו די גרעסערע דעפיציט מאכט טאקע אז קאמפאני'ס פון כינע זאלן אינוועסטן אין אמעריקע, אבער פארוואס פארלירן אמעריקאנער קאמפאניס? מען קען דאך אין די זעלבע צייט האבן ביידע אויפאמאל, כינע וועט אראפנעמען די טאריפס, אמעריקאנער קאמפאניס וועלן אהיים קומען, כינעזער קאמפאניס וועלן אינוועסטן אין אמעריקע, און הכל על מקומו יבא בשלום.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

פעיק נוז האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:Think and Thank א פייינע אנעליז, קריסטעל קלאר.

;l;p- ;l;p-
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אמעריקע האט צובאקומען בלויז 20,000 דזשאבס אין פעברואר!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

Wow עס קומט א קרעש אין אקאנאמי?
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צוקער וואסער האט געשריבן:Wow עס קומט א קרעש אין אקאנאמי?

ניין אי"ה.
עקאנאמיסטן האלטן אז די נומבער איז בכלל נישט קיין אלארם אז די עקאנאמיע איז אויפן וועג אראפ.

די נומבער קוקט אויס מער שרעקעדיג ווי עס איז באמת.
עס איז טאקע די קלענסטע וואוקס אין 17 חדשים.

אבער!

קודם די גוטע נייעס.
די אנעמפלאוימענט ראטע איז געפאלן צו %3.8 אראפ פון %4 לעצטע חודש.
וועיזדשעס זענען "ארויף געשפרינגען" מיט או עוורידזש פון 11 סענט, ס"ה זענען וועיזדשעס ארויף פארן יאר מיט %3.4 א גאר שטארקע און שנעלע וואוקס, וואס ברענגט זארגן פאר אינפלאציע.
די נומבערס פאר די פאריגע צוויי חדשים זענען איבערגעמאכט געווארן אויף ארויף מיט א ס"ה פון נאך 12,000 דשאבס.


די סיבה פאר די קליינע דזשאב וואוקס ווערט צוגעשריבן צו קאנסטראקשן דשאבס וואס האט "פארלוירן" ארום 31,000 דזשאבס וואס עקאנאמיסטן קוקן אהן אז עס קומט אפמאכן די שטארקע געין פון 53,000 דזשאבס אין די קאנסטראקשען אינדוסטרי לעצטע חודש.

נאך א זאך איז סעזאן דזשאבס וואס זענען שטארק צוגעקומען אין די לעצטע צוויי חדשים אבער געפאלן אין לעצטען חודש.

אין אנדערע אינדוסטריעס זענען צוגעקומען באקוועמע נומבערס פון דזשאבס הגם נישט אזוי שטארק ווי אין די לעצטע צוויי חדשים.
אטעטשמענטס
MW-HF323_jobs_r_20190308090402_NS.jpg
MW-HF323_jobs_r_20190308090402_NS.jpg (251.14 KiB) געזען 2154 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כאפצעם האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:בד"וו, די אלע סאשעליסט לענדער אין אייראפע וואס ביי טאריף'ס האלטסו אז זיי זענען קלוג, האבן אויך יוניווערסעל העלט קעיר. און האלטן אז עס איז גוט.

ער קען האלטן איינס טוען זיי גוט און איינס נישט.

און כ'קען פארשטיין די געדאנקנגאנג אויב קוקט מען נעראו אויף ביזנעס אינוועסטמענט (נישט קאנסומערס בענעפיטס) איז עס קאנסיסטענט מיט וועלן נידעריגע קארפארעט טעקס.

אגב, זיי שרייבן אז די טרעיד דעפעציט אינקריעס קומט פון אמעריקא'ס שטארקערע ספענדינג אבער אויך פון טשיינע'ס שוואכערע ספענדינג "צוליב די טרעיד וואר", וואס זעהט מיר אויס ווי א שטיקל תרתי דסתרי, אויב האבן זיי א סורפלוס דאן פארוואס ווערט זייער עקאנאמיע שוואכער..


אודאי מעג ער האלטן וואס ער וויל אויף זייערע פאליסיס, איך ברענג א ראי' אז ווי ער וויל האלט ער אז די גאנצע וועלט איז נאריש, סוי איך האלט אויך אז די איינציגסטע קלוגע טרעיד פאליסיס איז די מהלך פון ניקסאן רעיגן בוש קלינטאן בוש אבאמע סוף ימיו, און נישט די מהלך פון ביוקענען פעראו טראמפ אבאמע אין די בראשית יארן מיט שומער.

און פון ווי טשיינע און אייראפע האלטן מיט די עקאנעמי קעגן די טרעיד סורפלאס זעהט מען טאקע ווי נאריש זייערע פאליסיס זענען, ווי דו זאגסט אביסל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פעיק נוז האט געשריבן:פון די אנדערע זייט אבער, גייען אמעריקאנער קאמפאניס ארויס, ווייל כינע האט טאריפ'ס אויף אמעריקאנער קאמפאני'ס, ממילא גייען זיי ענדערש אינוועסטן אין כינע, נאכדערצו אז אמעריקאנער ספענדן אזויפיל געלט אינדרויסן, לוינט זיך זיי פון אלע זייטן צו אינווועסטן אין כינע, סיי ווייל אזוי האט ער נישט קיין טאריפ'ס אויף זיך, און סיי ער האט גענוג און נאך קאסטומער'ס פון אמעריקע אזוי אויך. וואס עס קומט אבער אויס איז אז אמעריקע פארלירט אבער אסאך דזשאב'ס.

סאו די גרעסערע דעפיציט מאכט טאקע אז קאמפאני'ס פון כינע זאלן אינוועסטן אין אמעריקע, אבער פארוואס פארלירן אמעריקאנער קאמפאניס? מען קען דאך אין די זעלבע צייט האבן ביידע אויפאמאל, כינע וועט אראפנעמען די טאריפס, אמעריקאנער קאמפאניס וועלן אהיים קומען, כינעזער קאמפאניס וועלן אינוועסטן אין אמעריקע, און הכל על מקומו יבא בשלום.

אמעריקאנער קאמפעניס גייען נישט אויף כינע צוליב די טעריפס. זיי גייען ווייל ס'איז פיל ביליגער דארט צו פראדוצירן זאכן. צו ווייל ס'זענען נישט דא קיין רעגולאציעס צו ווייל די ארבייטער באקומען באצאלט א שטויס.

הלוואי זאל כינע אראפנעמען די טעריפס, אבער אויב זיי טוען דאס נישט, איז נישט די ענטפער זיך צו שיסן אין די פיס און ארויפלייגן אייגענע טעריפס.

די עיקר פונקט איבער אלעס איז אז מאנופעקטשערינג איז נישט די עתיד פון אמעריקע. נישט דאס איז די חלום אויף וועלכע מען דארף ארויפקוקן. די פאקט איז אז די מאנופעקטשערינג אַעטפּוט פון אמעריקע איז די שטערקסטע וואס עס נאר אמאל געווען. די חילוק איז אבער אז מען גיבט היינט ארויס הונדרעט מאל מער פראדוקטן מיט הונדערט מאל ווייניגער ארבייטער צוליב אוטעמעזעישין. אין א קאנטראלירט עקענאמיע קען מאנופעקטשערינג אפשר ארבעטן אבער אין אמעריקע איז דאס א טויט טרעפּ.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אן אריינגיין אין לענגערע ערקלערונגען וועל איך בלויז באריכטן אין קורצן איבער א ערנסטע אנטוויקלונג אין באצוג צו פעדעראל רעזערוו פאליסי
מיר האבן אין די פארגאנגנהייט שוין ברייט ערלערט אז מיט פרעזידענט טראמפס זארג איבער די העכערע ראטעס האט מענוטשין אויסגעפרעגט גרויסע עקאנאמיקער אויב זיי וואלטן נישט ליבערשט אויסגעוועלט אפצולאזן די ראטעס און ליבערשט זיך נעמען אויסגראדן די באלאנס צעטל (זעה אין יענע באריכט פאר מער ערקלערונג וואס דאס איז)
איצט קומט די נייעס אז די פעדעראל רעזערוו גרייטן זיך טאקע צו נעמען דערצו און עטוואס אפווייכן מיט העכערן ראטעס און בכלל זיין מער געדולדיג און סענסיטיוו פארן נעמען שריט
איצט וועט מען דארפן זעהן ווי אזוי די מארקעטס וועלן דאס אויפנעמען

לינק ביטע. ייש"כ

פינאנץ סעקרעטאר סטיוו מענוטשין האט אין אקטאבער 30 למספרם מיטינג מיט באנד האנדלער און אינוועסטירער אנגעפרעגט פריוואט די מיינונג פון אנטייל נעמער ביי די עקאנאמישע אדווייזערי גרופע ווי אזוי זיי וואלטן בעפארצוגט איינצוצוימען די שנעלע עקאנאמישע וואוקס פון ווערן איבערגעהיצט
ווי באקאנט טוט די פעדעראלע רעזערוו קאנטראלירן די עקאנאמיע מיטן העכערן די צינזן ווען די עקאנאמיע איז שטארק און גאלאפירט אויף ארויף אז זי זאל נישט ווערן צו ווילד און צו פארמיידן אינפלאציע
פרעזידענט טראמפ וועלכע ווייסט ווי שטארק די העכערונגען טוען אפעקטירן די סטאק מארקעט און מענטשן אין אלגעמיין איז זייער אויפגעברויזט אויף די שנעלע ראטע העכערונג און טוט אפן ארונטעררייסן די פעדעראלע רעזערוו פארזיצער דזשעראם פאועל
מאנוטשין האט מעגליך געזוכט שטילערהייט צו דערשפירן אויב עס איז דא אן אויסוועג צו איבערצייגן די פעדעראלע רעזערוו אז זיי קענען באפרידיגן דעם פרעזידענט און צו די זעלבע צייט ווייטער אויספירן זייער ארבעט
זיין פראגע איז געווען אויב עקאנאמיסטן וואלטן ענדערש געגליכן אן אלטערנאטיוו צו העכערע צינזן ראטעס
די אלטערנאטיוו איז ווי פאלגענד:
ביים 2008 למספרם קריזיס האט די פעדעראלע רעזערוו אונטערגענומען פארשידענע שריט ארויסצוהעלפן די עקאנאמיע זיך ערהוילן אבער הויפטזעכטליך מיט צוויי שטארקע אנטיביאטיקס
1) שניידן די צינזן אז בענק זאלן פארבארגן פאר בליגער און מענטשן וועלן קענען ארויסנעמען לייכטערע הלוואות
2)אן אפקויף פון נכסים אזויווי רעגירונג אונטערגעשטיצטע מארגעדזש סעקיוריטיס
אין לויף פון 6 יאר איז די פעד אנגעגאנגן מיטן פראגראם אפצוקויפן די עסעטס ביז 2014 למספרם ווען די דעמאלטסדיגער פעד טשעיר יעלען האט אפגעשטעלט די וואוקס פונעם פראגארם אין ליכט פוןפארבעסענרטע עקאנאמישע צושטאנד
אין די נאכפאלגנדע יארן איז די באלאנס צעטל (וויפיל נכסים די פעד באזיצט) געבליבן מער ווייניגע ר אומגעטוישט און רופן האבן אנגעהויבן שטייגן אז די פעד זאל צוריק אנהויבן אויספארקויפן א גרויס טייל פון די באנדס און צוריקגיין צו די רעלאטיוו נארמאלע שטאפלען ווי זי איז געווען איידער די עקאנאמישע קראך
צוריק אויסצופארקויפן די אנגעזאמלטע נכסים ווערט גענוצט פארן זעלבן צוועק ווי הויבן צינזן ראטעס
נעמליך, צו האלטן די עקאנאמיע קאנטראלירט
אצינד פרובירט מאנוטשין צו זעהן אויב די אויבנדערמאנטע אלטערנאטיוו וועט בעסער ווירקן און ווייניגער אנציען אינוועסטירער ווי ווייטערדיגע ראטע העכערונגען
לויט א קוואל זענען די פארזאמלטע געווען אייניג צוטיילט איבער וועלכע מהלך וואלט געווען בעסער

די פעד טוט אנדייטן אז זיי וועלן זיך טאקע נעמען צו דעם צוגאנג פון צוביסלעך אפשטעלן די באנד איינקויף און האבן אפגעשטעלט אויף ענדע דעצעמבער למספרם
און זי וועט גלייכצייטיג נישט העכערן די אינטרעסט ראטעס דורכאויס דעם איצטיגן למספרם יאר און געסקעדזשועלט בלויז אן איינצעלנע העכערונג פארן גאנצן 2020 למספרם
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די גאווערמענט האט ארויסגעגעבן איבערגעמאכטע ציפערן פארן פערטן קווארטל 2018. שטעלט זיך ארויס אז די דזשי. די. פי. וואוקס איז געווען בלויז 2.2% אראפ פון די 2.6% וועלכע איז געווארן באריכטעט.

די וואוקס פארן יארן איז געבליבן ביי 2.9%
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ער האט טאקע וואס מורא צו האבן ווען ער זעהט דעם טיגער, ווי ער רופט עס.

ווי אזוי בלייבט עס די זעלבע פארן יאר?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

כבין נישט אויסגעקאכט אין דעם טאפיק... אפשר ווייל מען ראונד די נומערן.

רעדנדיג פון נומערן וואס מען ראונד... לויט די נייע ציפערן איז 2018 גאר געווען א משהו שוואכער ווי 2015.

אין 2018 איז עס געוואקסן פונקטליך 2.85% און אין 2015 איז עס געוואקסן מיט 2.88% טא נישט נאר וואס עס האט נישט דערגרייכט 3% נאר עס איז גאר שוואכער ווי אבאמא'ס ציפערן וועלכע האבן געזאלט זיין שוואך...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פרישע האנדל נומערן ווייזן אז די האנדל דעפיציט מיט טשיינע איז דראסטיש אראפ די לעצטע תקופה, און מיט דעם היבש אראפ געריקט די אווער אלל טרעיד דעפיציט פון אמעריקע מיט אנדערע לענדער

[פאר די וואס גלייכן האנדל דעפיציטן, נאט איך א טישו]
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יש ברירה האט געשריבן:
אין 2018 איז עס געוואקסן פונקטליך 2.85% און אין 2015 איז עס געוואקסן מיט 2.88% טא נישט נאר וואס עס האט נישט דערגרייכט 3% נאר עס איז גאר שוואכער ווי אבאמא'ס ציפערן וועלכע האבן געזאלט זיין שוואך...



שוואכער ווי אבאמאס בעסטע נומבער מיינסטע..

[אין אכט יאר]
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

וואוילע, ווען איך זעה דיר נאכן טיגער כאפ איך מיר דאס הארץ



ווענד זיך נאר אביסל אין די קאליר.. יוי.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
אין 2018 איז עס געוואקסן פונקטליך 2.85% און אין 2015 איז עס געוואקסן מיט 2.88% טא נישט נאר וואס עס האט נישט דערגרייכט 3% נאר עס איז גאר שוואכער ווי אבאמא'ס ציפערן וועלכע האבן געזאלט זיין שוואך...



שוואכער ווי אבאמאס בעסטע נומבער מיינסטע..

[אין אכט יאר]

יא...

יענע נומערן זענען געווען געפערליך שוואך... מען דארף קענען גרייכן 5 אדער 6 פראצענט! למעשה האט ער דערווייל נאכנישט באוויזן צו גרייכן דריי, און זיין בעסטע נומער איז דערווייל שוואכער ווי די נומער וועלכע ער האט אראפגעריסן.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ביסט גערעכט, אבער סוכ"ס האלט מען נאך צוויי יאר, און נאך צעהן יאר פון א רעסעשאן וואס אלע פראפעסארן האבון שוין געשריגן עטליכע יאר צוריק אז אט אט קומט זיכער א רעסעשאן ווייל ס'קעניש גיין מער ווי צעהן יאר.. יעצט האבן זיי שוין צעביסלעך ארויף געריקט די שאצונגען...

סאו ווען איינער שרייט אז די טעקס קאטס וכדו' האבן נישט אויפגעטון ווייל ס'נישט צופיל בעסער [הגם אויף פילע אנדערע אספעקטן איז יא בעסער] איז דער פשוט'ער ענטפער אז ס'האט אודאי אויפגעטון, לויט אלע עקספערטן האט שוין געדארפט היי יאר זיין א רעסעסיע און טראמפ האט געראטעוועט די מצב..
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ביסט גערעכט, אבער סוכ"ס האלט מען נאך צוויי יאר,


אדער אין אנדערע ווערטער, אבאמא'ס עוורידזש דזשי די פי איז 1.98 בעת וואס טראמפס עוורידזש איז 2.55...

[אויב זאל מען געבן פאר אבאמא'ן די בלעים בענעפיט און קאטן 2009 איז עס נאך אלס ביי בערך 2.1%]
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

אויב קאט מען ארויס 2009 דארף מען אויך ארויסקאטן די פאלגענדע יארן וואס האט געוואקסן שטארק צוליב וואס עס האט זיך רעקאווערט פונעם טיפן זינק
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ביסט גערעכט, אבער סוכ"ס האלט מען נאך צוויי יאר,


אדער אין אנדערע ווערטער, אבאמא'ס עוורידזש דזשי די פי איז 1.98 בעת וואס טראמפס עוורידזש איז 2.55...

[אויב זאל מען געבן פאר אבאמא'ן די בלעים בענעפיט און קאטן 2009 איז עס נאך אלס ביי בערך 2.1%]

סוכ"ס האלט מען נאך צוויי יאר... גיב עס אביסל...

ערענסט גערעדט, טראמפ האט אפגעחוזקט פון די פאקט אז אבאמא האט קיינמאל נישט דערגרייכט 3% טראמפ איז שוין צוויי יאר אויפן בענקל, און ער האט דורכגעפירט א מאסיווע טעקס קאט אבער דאך פארפעלט צו דערגרייכן 3% אדער אפילו די העכסטע נומער פון אבאמא וועלכע טראמפ האט אוועקגעמאכט אלץ שוואך.

יעצט כאפ איך אז איך זאג איבער די זעלבע זאך נאכאמאל, נעקסט....
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ביסט גערעכט, אבער סוכ"ס האלט מען נאך צוויי יאר, און נאך צעהן יאר פון א רעסעשאן וואס אלע פראפעסארן האבון שוין געשריגן עטליכע יאר צוריק אז אט אט קומט זיכער א רעסעשאן ווייל ס'קעניש גיין מער ווי צעהן יאר.. יעצט האבן זיי שוין צעביסלעך ארויף געריקט די שאצונגען...

סאו ווען איינער שרייט אז די טעקס קאטס וכדו' האבן נישט אויפגעטון ווייל ס'נישט צופיל בעסער [הגם אויף פילע אנדערע אספעקטן איז יא בעסער] איז דער פשוט'ער ענטפער אז ס'האט אודאי אויפגעטון, לויט אלע עקספערטן האט שוין געדארפט היי יאר זיין א רעסעסיע און טראמפ האט געראטעוועט די מצב..



האסט פארפעלט די תגובה?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ניין כהאב עס נישט פארזעהן, נאר געווען פארנומען זוכן א דזשיף וואס ווייזט אז די באן האט זיך נישט איבערגעדרייט נאדיר

בילד
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יא, אבער טראמפ האט נישט אזוי געזאגט, ער זאגט אז עס איז געווען מער ווי דריי, און וועט גאר זיין בקרוב 4.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”