קאנאדישע פינאנץ מיניסטאר טויט, לבי אומר לי: ערמארדעט !

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

קאנאדישע פינאנץ מיניסטאר טויט, לבי אומר לי: ערמארדעט !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

כ'ווייס אז ס'נישט אין סטייל צי ארויסלייגען א טעאריע אן שטארקע עווידענץ... אבער כ'וויל שרייבען וואס איך טראכט,

פאר בערך דריי וואכען צירוק איז דאס לאנד (קאנאדא) געחאפט געווארען אין סורפרייז ווען דער שטארק רעספעקטירטע און געלונגענע פינאנץ מיניסטער זשים פלאריטי האט פלוצלינג רעזיגנירט, אפגעבענדיג א נארישע תירוץ, ס'האט מיר שוין דעמאלץ נישט געשמעקט, א סוקסעספולע מיניסטאר רעזעגנירט נישט סתם אזוי, ער איז געווען פין די מערסטע רעספעקטירטע מיניסטארען,

היינט דאנערשטאג איז דאס לאנד שאקירט געווארען פין די פלוצים'דיגע טויט פין דעם פינאנץ מיניסטאר, אנגעבליך פין א הארץ אטאקע, אין ווען די אמבולאנס איז אנגעקומען איז ער שוין נישט געווען בין החיים, ער איז געווען 64 יאר אלט,

זיין טויט האט זייער שאקירט דאס לאנד פין ברעג צי ברעג, פאליטיקאנטען פין אלע פארטייען האבען אפגעשטעלט די טעגליכע פאליטיק און זיך פאראייניגט אין טרויער, ס'איז א טראגישע טויט, און ער איז באוויינט געווארען דורעך פארלאמענט דעפוטאטען, מאיארען אין אנדערע, מאנכע ביז טרערען,

לבי אומר לי, אז דאס איז נישט געווען קיין נאטורליכע טויט, נאר א אויסגערעכענטע מארד אקט, ער איז געווארען ערמארדעט, יא, ערמארדעט, כ'קען עס נישט אויפווייזען שווארץ אויף ווייס, אבער אזוי זאגט מיר מיין הארץ,

אין פאר די מערדער זאג איך, על דאטפת אטפוך, וסוף מטיפייך יטופון, ענק מיינען אז ענק קענען טוהן וואס ענק ווילען, ניין! ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, און צים סוף וועט ענק אלעס צוריק אהיים קומען,

ענק מיינען ענק האבען אביסעל מאכט איז שוין יענעם'ס לעבען גארנישט ווערד, טעות !, דער באשעפער איז שטארקער, פארגאסען בלוט ווערט קיינמאל נישט פארגעסען, צים סוף קאסט עס א פרייז, ראה הוזהרנוך !
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אוי כעזקל, ווען אונז קע'מיר אוועקלייגן מיט שמות.

אונז וועל מיר זיך אריינכאפן -ווי ר' לייב שרה'ס אין ליכט שטראלן- צו די חברה דארט, קודם וועל'מיר אויספארשן די מעשה מיט אונזער איבער-נאטורליכע כוחות, דערנאך אז מ'וועט זעהן, כי יעשה נבלה ב... וועלן מיר שחט'ן די אלע חברה.

וואס זאלן מיר טון נישט בכח...
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

זעט אויס אז ער האט איינעם אמאל געהארגעט און יעצט איז געקימען זיין רייע
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנחיים_שמואלסאן »

פאני, מיר זאגט ליבי אז דער ארטיקל באלאנגט אין היימישע שטותים, נישט אין נייעס
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

לבי אוימר לי אז ער איז בכלל נישט טויט.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

חזקי' חזקי'
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:פאני, מיר זאגט ליבי אז דער ארטיקל באלאנגט אין היימישע שטותים, נישט אין נייעס


ליבי אומר לי אז מען האט אייך נישט געשטעלט אלץ מבקר הפורום, ביטע אויפהערן צי קריטקירען רעכטס און לינקס,
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום פרייטאג אפריל 11, 2014 12:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

לבי אומר לי.... שוין, איך האב מורא פון מחותנ'ס הקפדה פאר פסח.....
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

האלץ האקער האט געשריבן:זעט אויס אז ער האט איינעם אמאל געהארגעט און יעצט איז געקימען זיין רייע


דאס קען זיין, טאמער מען לאזט נישט פין אויבען קען מען האקען אין האקען אבער די בוים ווערט נישט אפגעהאקט .....
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

חזקיהו המלך האט געשריבן:
האלץ האקער האט געשריבן:זעט אויס אז ער האט איינעם אמאל געהארגעט און יעצט איז געקימען זיין רייע


דאס קען זיין, טאמער מען לאזט נישט פין אויבען קען מען האקען אין האקען אבער די בוים ווערט נישט אפגעהאקט .....


טאמער מ'לאזט פין אויבען דמיונען דאמאלטס קען מען האקען א קאפ און די קאפ ווערט נישט אפגעהאקט...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווען סטיוו זשאבס איז געשטארבן עטליכע וואכן נאך זיין רעזיגנאציע וואס האט דיין לב דיר דעמאלט געזאגט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

חזקיהו המלך האט געשריבן:כ'ווייס אז ס'נישט אין סטייל צי ארויסלייגען א טעאריע אן שטארקע עווידענץ... אבער כ'וויל שרייבען וואס איך טראכט,

אן א סאספעקט און א מאטיוו איז עס נישט קיין טעאריע
סתם א הוילע פאנטאזיע וואס קען מאכן סענס......
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שוועמל האט געשריבן:ווען סטיוו זשאבס איז געשטארבן עטליכע וואכן נאך זיין רעזיגנאציע וואס האט דיין לב דיר דעמאלט געזאגט?

אז ער איז געשטארבן פון א קראנקהייט פאר אלע גוים
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דאס איז געווען די פאקט.
איך וויל דאך אבער הערן די קאנספיראציע, זיין לבי אומר..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
חזקיהו המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקיהו המלך »

שוועמל האט געשריבן:דאס איז געווען די פאקט.
איך וויל דאך אבער הערן די קאנספיראציע, זיין לבי אומר..


זייער פשוט, סטיוו האט יעדער געוויסט אז ער איז שוין יארען קראנק, ער האט געלעבט אויף געבארגטע צייט, ער האט נישט "פליצלונג" ריזיינט,

דארט האט מען זיך נישט געווינדערט פארוואס ער איז געשטארבען, דארט האט מען זיך געווינדערט פארוואס ער האט נאך געלעבט,

דא איז ער געשטארבען פין א הארץ אטאקע... אבער ס'נישט געווען באקאנט פארדעם אז ער האט ציטוהן מיט די הארץ, איי עסטע וועלען זאגען אז ער האטעס געהאלטען בסוד, אבער אפילו נאכדעם האט קיינער נישט געזאגט אז ר האט פארדעם געהאט ציטוהן מיט די הארץ,

אויך איז באקאנט אז ס'דא געוויסע מעטאדען פין אטענטאנט צי אינדאוסען א הארץ אטאקע,

שטעל צאם אלע שטיקלעך אין דאס מאכט דערווייל מער סענס ווי זאגען אז ער איז געשטארבען א נאטורליכע טויט, וואס די אמת איז ווייס דער איינציגער באשעפער,
שוואנצאנית לא עלתא בידו אלא שוואנצניתא (שלחן ערוך חלק ה' סימן ו')

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

שלום עליכם הער קעניג, ווי שפורט איר זעך? שוין לאנג נישט געלאזט הערן, שוין ב"ה נאר אויף שמחות.

לעניננו, מיין מיינונג איז, כ'מיין כ'בין נישט זיכער, אבער לבי אומר לי אז דו האסט געהאט עפעס א יד דא מיט'ן קאנאדישן מיניסטער, ווייל פארוואס איז קיינעם נישט איינגעפאלן אזא פשוט'ע זאך ווי דו זאגסט, אלא מאי... כ'וויל אפי' נישט טראכטן ווייטער.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

נאטייך די פאקטן. און יעדערערער זאל מוחל זיין זיך אליין ציען די מסקנות ווי לאנג און געדרייט זיינע כחות ערלויבן אים.

אין די נייעס פון די לעצטע פאר חדשים איז געמאלן געווארן אזוי:
א דזשעיפי מארגאן טשעיס באנקיר, רייען הענרי קרעין, א געוועזענער עקסעיוטיוו דירעקטאר פון די גלאובאל עקוויטיעס גרופ פאר פערצן יאר, איז געשטארבן זייער 37 יאר אלט, מאנטאג פעברואר 3.
הענרי האט פארברענגט די פערצן יאר אין די ניו יארק ברענטש, אבער ער האט אויך געארבעט אין א ברענטש פון די דזשעיפי מארגאן טשעיס באנק אין לאנדאן, וואו פערצופאל האט א צווייטער ארבעטער זיך דארט אראפגעווארפן פון דאך ממש צוויי וואכן פאר ער איז געשטארבן, ארום 15 יאנואר.
ער פלעג זיצן ביי די גלאובאל פראגראם טרעידינג דעסק, וואס די פונקציעס פון דעם דעסק איז געווען שטארק אינסטרומענטאל אפצוהיטן דזשעיפי מארגאן טשעיס באנק נישט צו פארלירן ביים טרעידן, און אין יאר 2013 ביז צו זיין טויט האט דזשעיפי מארגאן טשעיס קיינמאל טאקע נישט דערלייגט.

זיין טויט רוקט ארויף די ליסטע פון סואיסיידס פון באנקירן צו 6, און איין רעפארטער.

נומער 1 דער באנקיר מייק דוקער, 50 יאר אלט, האט געארבעט פינף יאר פאר די ראסל אינוועסטמענט, און איז געטראפן געווארן טויט נאנט צום טאקאומא נעראוז ברידזש אין וואשינגטאן סטעיט.

דער 58 יעריגער באנקיר וויליאם ברוקסמיט א געוועזענער סיניאר עקזעקיוטיוו פון די דויטשע באנק, איז געטראפן געווארן טויט יאנואר 26 2014 אין זיין היים אין סאוט קענזינגטאן, סענטראל לאנדאן. ווי עס שיינט איז עס געווען א זעלבסטמארד.

נומער 3 איז באנקיר קארל סליים. איין פופציג יאר אלט. ער איז געטראפן געווארן איין טאג שפעטער, יאנואר 27 טויט, אויפ'ן פערטן שטאק פון די שאנגרי-לא האטעל אין בענקאק, טיילאנד. ער איז געווען דער מענעדזשינג דירעקטאר ביי טאטא מאוטערס. פאליציי האט געזאגט אז ס'קען האבן געווען סואיסייד. (אין בענקאק איז דאס שוין גענוג אויף גארנישט צו טאן ווייטער…).

נומער 4. א טראגישער עקסידענט איז באריכט געווארן איין טאג שפעטער, יאנואר 27, ווען דער 39 יעריגער באנקיר גאבריעל מאגי, אן איינגעשטעלטער ביי דזשעי פי מארגאן טשעיס איז געשטארבן נאכ'ן אראפפאלן פון פונעם דאך פון די דזשעי פי מארגאן דזשעיס העד קווארדערס אין לאנדאן.

נאכדעם איז אזוי, ס'געווען א שייגעץ, האט ער געהייסן ריטשארד טאלי, 57 יאר אלט געווען. די מעשה מיט אים איז ער איז געווען אנדער אינוועסטיגעישאן דורך די סטעיט אינשורענס רעגולעיטארס, און…. ואיננו. גע'פגר'ט ווי אלע טויטע. אינטערסאנט איז, אז מ'האט אים געטראפן אין זיין אייגענעם גאראדזש, מיט אזא זיבן-אכט סעלף אינפליקטעד וואונדן וואס ער האט זיך אליין אריינגעשאסן נעגל מיט א נעגל-גאן אין בויך אויך אין קאפ. (קוקט אויס אז ער האט געקענט ווייטער אריינרוקן נעגל אין קאפ נאכ'ן טויט אויך… ווייל ער האט געהאט א שטארקן קאפ! ער האט זיך דאך דאס שטארק געמאכט מיט די ערשטע פאר נעגל וואס ער האט עס גוט באפעסטיגט).

דער זיבעטער (כא'שוין פארלוירן חשבון) פארשוין איז א רעפארטער וואס האט זיך גערופן דעוויד בירד. ער איז געווען א רעפארטער פאר די וואל סטריט דזשורנאל פאר א צירקע צוואנציג יאר, און איז פארשוואנדן געווארן יאנואר 11. ער האט זיך ספעציאליזירט אויף קאמאדיטיעס, און ספעציפיש די אויל אינדוסטרי, וועלכע איז אונטער אינוועסטיגעישאן דורך די יו עס סענאט פערמענאנט סובקאמיטי אן אינוועסטיגעישאנס פאר מארקעט מאניפולאציע. אה יא, שיער פארגעסן די עף בי איי האט געזוכט און זוכט נאך אלץ, אבער הילד איננו, מ'קען אים נישט טרעפן.

אויך, אז די סואיסיידס - וואס האבן אלע פאסירט אין לויף פון א דריי וואכן ספען - זענען אנגענומען געווארן ביי אלע פעלער נאך פאר ס'איז געווען אן אוטאפסי אדער אן אינוועסטיגעישאן. ס'איז געווען ממש ברור כשמש בצהרים. נישט אויסגעפעלט קיין ספעשל טאלאנטן דאס צו באשליסן קליפ און קלאר.

זעלבט פארשטענדליך אז אזוי ווי אלע אזעלכע נארמאלע נאטורליכע ערשיינונגען (טויט איז נאטורליך…) קומען ארויס צו קריכן די צעדרייטע 'קאנספיראציע טעארעטיקער' ארויס פן די מויזן לעכער און מאכן זיך רויט די נאז, און פינטלען מיט די אויגן, און שאקלען מיט ברעמען, און ברומען… 'מוז זיין עפעס ליגט אונטער דעם.'

מוז זיין אז די חברה ליידן אויף 'עפעס'. אייביג זוכן זיי 'עפעס'. און אייביג מוזן זיי עס טרעפן אונטער עפעס אנדערש.
נישט נארמאל. קען זיך דען נישט מאכן א גאנצע הויפן מיט 'עפעס' פלעין אזוי אינמיטן די גאס? פארוואס דארפסטו עס אייביג גיין זוכן אונטער א צודעק? א קאווער אפ.

דער קאנאדישער פינאנץ מיניסטער - נישט טראנספארטאציע אדער אגריקולטור מיניסטער - האט אויף אפגעטרעטן בערך איין מאנאט נאך די צייט-שניט פון יענע אויסערגעווענליך-נארמאלע נאטורליכע דריי וואכן. (און נאכדעם ׳געכאפט׳ א הארץ אטאקע. אזוי ווי א בורדאק ׳כאפט׳ פעטש - לשיטת המלך).

סאו יעץ - אדער כאלעמויד - זאל יעדער זיך ציען מסקנות.

למען האמת, יעץ ווען איך האב געענדיגט שרייבן, האב איך באשלאסן אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן אין נישט געפלויגן. מאניימער? סאו האב איך גע'גוגל'ט יעדע נאמען פון די ליסטע. און….. סי'געהעריג (ואל יעבור) אמת ויציב… מ'קען רואיג ווייטער ציען די מסקנות כאילו הי'.

דער קעניג דא האלט אז מ'מעג אריינשטעלן דעם קאנאדיש'ן מיניסטער. אנדערע - קען זיין - האלטן אז מ'טאר נישט מישן אמעריקאנער מיט קאנאדער. מ'דארף ווארטן אז נאך קאנאדער זאלן זיך שארפן די קעפ (מיט מעסערס) און זיך נעמען ס'לעבן, און מ'עט שאפן א שפאגל נייע ליסטע פאר די קאנאדער. שטופ זיך נישט אריין די נאז אין די אמעריקאנער ליסטע.

איי וואס פארגינסטו ניש?
די אמעריקאנער יענקיס. אומערצויגענע ברואים.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנחיים_שמואלסאן »

מחותן האט געשריבן:
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:פאני, מיר זאגט ליבי אז דער ארטיקל באלאנגט אין היימישע שטותים, נישט אין נייעס


ליבי אומר לי אז מען האט אייך נישט געשטעלט אלץ מבקר הפורום, ביטע אויפהערן צי קריטקירען רעכטס און לינקס,


שלום עליכם הער מחותן, וואס מאכט איר? אלעס בסדר?
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

זאל ער קומען

דו זאגסט דיך זייער גוט.
די וועלט היינט ווערט נישט אנדערש געפירט וואו אמאל די חילוק איז נאר אז זיי מאכן דו שפיל עטוואס בעסער...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

זאלער כ'האב הנאה פון דיין אנאליז, ס'קען מעגליך זיין אז ס'איז געווען מערדעריי, מוז אבער נישט זיין אז ס'איז געטוהן געווארן דורך NWO אדער סיי וועלכע גרופע, נאר מעגליך אז באנקירן זענען שטארקע צילן פאר מארד.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

כ'מיין אז סיז נישט געווען אפילו דערמאנט אין דעם אשכול אז ס'האט צו טון מיט סיי וועלכע ספיציפישע סיבה, נאר אז סיקען זיין אז סיז 'געשען' ווייל ס'געווען וואס האבן געהאט א סיבה.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”