"עי טיים סיום הש"ס" - גאנץ ש"ס אונטער איין דאך במשך אפאר שעה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
געבן זיי א ברעיק אינמיטן טאג? בכלל וואס איז די סקעדשועל ביז ווען גייט מען לערנען? און אויב איינער האט שוין געענדיגט זיין חלק דארף ער עס איבערלערנען נאכאמאהל און נאכאמאהל?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 552
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
- לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ
- אייער_קיכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2424
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 552
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
- לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 552
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
- לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ
מיללער האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:יהיה כן האט רעכט.
האט דער פראיעקט אן המלצה פון גדולי הדור? איך קען באשטיין אז דער מוסד זאל מצליח זיין און אז אידן זאלן מסיים זיין ש"ס, פון מיין קוק ווינקל שמעקט דאס פון ואל תעשם קורדום לחפור בה.
א "שאסעטאן" קומט פון א; מאראטאן, בייקרעטאן און טעלעטאן. לימוד התורה איז א סגולה בכח עצמאותה אן די אלע שם לוי'ס
דאס איז מיין נער'ישע מיינונג
שוין גארנישט נער'ישע! לאמיר גיין איצט פרעגן הרב מתתי' סאלאמאן און הרב וואזנער שליט"א - צו אויף דעם האבן זיי אונטערגעשריבן?!
עס איז טאקע חגרי שק, וואס מען טוט מיט די תורה און מיט די גדולי התורה.
- derech eretz
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4486
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
יקוםפרקן האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:יהיה כן האט רעכט.
האט דער פראיעקט אן המלצה פון גדולי הדור? איך קען באשטיין אז דער מוסד זאל מצליח זיין און אז אידן זאלן מסיים זיין ש"ס, פון מיין קוק ווינקל שמעקט דאס פון ואל תעשם קורדום לחפור בה.
א "שאסעטאן" קומט פון א; מאראטאן, בייקרעטאן און טעלעטאן. לימוד התורה איז א סגולה בכח עצמאותה אן די אלע שם לוי'ס
דאס איז מיין נער'ישע מיינונג
שוין גארנישט נער'ישע! לאמיר גיין איצט פרעגן הרב מתתי' סאלאמאן און הרב וואזנער שליט"א - צו אויף דעם האבן זיי אונטערגעשריבן?!
עס איז טאקע חגרי שק, וואס מען טוט מיט די תורה און מיט די גדולי התורה.
כ'קען פארשטיין די קעגנערשאפט צו די אקציע, אבער וואס איז עס היינט ערגער געווארן? וואס האט מען דארט געזעהן מער ווי מען האט געפלאנט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
derech eretz האט געשריבן:טוטס ענק אויס די שווארצע ברילן א מינוט! אידן לערנען פלייסיג, א נחת צו קוקן!
ביסט שוין אמאל אריין א פארטאגס אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני סט.? אדער אין היכל ראזענבערג אין קרית יואל? אידן נעמען היינט נאכט בחינות אויף חבורת יסודי התורה און אויף ישראל ואורייתא, פלוצים איז א חידוש אז אידן לערנען און מדארף עס שטעלן פאר קעמרעס?
לכתחילה,
היינט איז די בחינה פון את אשר יגורנו בא, מ'מאכט ליצנות פון לימוד התורה פארנט פון וועב-קעמס, אמאל האט ליפא שמ. געזינגען פאר עורה וואס מ'האט געקענט "מיטהאלטן לייוו" היינט נעמט מען אידן צו לערנען "ש"ס ליייוו", עס האט נישט קיין ווערטער בכלל, מיר פארן אין א ריכטונג אז אלעס אלעס איז מותר, סנישט דא קיין גדרים.
- להגדיל שמו
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אין פלאץ
מיללער האט געשריבן:derech eretz האט געשריבן:טוטס ענק אויס די שווארצע ברילן א מינוט! אידן לערנען פלייסיג, א נחת צו קוקן!
ביסט שוין אמאל אריין א פארטאגס אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני סט.? אדער אין היכל ראזענבערג אין קרית יואל? אידן נעמען היינט נאכט בחינות אויף חבורת יסודי התורה און אויף ישראל ואורייתא, פלוצים איז א חידוש אז אידן לערנען און מדארף עס שטעלן פאר קעמרעס?
נישט סתם אין מיטען יאר.
אבער ווען מען מאכט א קהל אקציע, ברענגט מען די בילדער ווי מען לערענט, כדי צי אויפארבעטען די קאמפיין, די זעלבע ווערט יעצט געטיען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
מיללער האט געשריבן:.....
לכתחילה,
היינט איז די בחינה פון את אשר יגורנו בא, מ'מאכט ליצנות פון לימוד התורה פארנט פון וועב-קעמס, אמאל האט ליפא שמ. געזינגען פאר עורה וואס מ'האט געקענט "מיטהאלטן לייוו" היינט נעמט מען אידן צו לערנען "ש"ס ליייוו", עס האט נישט קיין ווערטער בכלל, מיר פארן אין א ריכטונג אז אלעס אלעס איז מותר, סנישט דא קיין גדרים.
גאריט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
הלשון האט געשריבן:פון די בחינות אין ביהמ"ד הגדול איז אויך דא בילדער...
איין חילוק, אנשטאט הוילע פארטיי פראפעגאנדע, איז עס דא מיט'ן ציל פון אויפטרייבן געלט פאר אזעלכע נידריגע מושגים ווי העלפן אחינו בני ישראל אויפצושטעלן אידישע דורות
דא איז נישט קיין אשכול איבער די בחינות, און די בילדער דערפון מעג הויפטזעכליך דעבאטירט ווערן.
דאס אז דער ציהל פונעם שאסעטאן איז צו ברענגען געלט פאר א וויכטיגע און הייליגע מוסד איז קיין שום תירוץ נישט, אין המטרה מקדשת את האמצעים.
שאסעטאן, תפלהטאן, תהלימטאן, משנהטאן, און ראמבאמטאן, יעדער מוסד קען וועלן וואס ער וויל שטעלן אויף וועב-קעמס לייוו.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 552
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
- לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ
שמחת החיים האט געשריבן:מיללער, איך זעה ביסט נישט דא ווייל אלמלא יא וואלסטו אנדערש גערעדט. (אנלעסס דו זוכסט צוגיין מיטן קאפ אין וואנט אריין..)
אהא, ובזה יתורצו כל הקושיות כמין חומר.
(אגב, גיב א פרעג די לומדים וואס לערנען די גמרא פון אילמלי נגדיה לחנני' מישאל ועזריה און וואס תוס'זאגט אז אלמלא מיט אן אלף מיינט "ווען נישט" און נישט "ווען יא")
מיללער האט געשריבן:שמחת החיים האט געשריבן:מיללער, איך זעה ביסט נישט דא ווייל אלמלא יא וואלסטו אנדערש גערעדט. (אנלעסס דו זוכסט צוגיין מיטן קאפ אין וואנט אריין..)
אהא, ובזה יתורצו כל הקושיות כמין חומר.
(אגב, גיב א פרעג די לומדים וואס לערנען די גמרא פון אילמלי נגדיה לחנני' מישאל ועזריה און וואס תוס'זאגט אז אלמלא מיט אן אלף מיינט "ווען נישט" און נישט "ווען יא")
אך בין מיט מיללער אלל די וועי
גייט אריין און סיי וועלכער גרויסער כולל, סאטמאר, טעמפלער, טארטיקוב וכדו' וכו' וכו'
העסטו זעהן די זעלבע מראה חמד, אן קיין פאמפע און אן קיין זייטיגע שנאר שטותים
אויב דאס מיינט נישט קורדם לחפור בה, דאן וואס הייסט יא???