קאסינא רעפערענדום 13'

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

קאסינא רעפערענדום 13'

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג אוקטובער 06, 2013 9:23 pm

און עטליכע וואכן ארום קומט פאר די נאוועמבער וואלן וואו צווישן אנדערע וועט פארגעלייגט ווערן פאר די וויילער צי זיי ווילן לעגאליזירן קאסינאס אדער נישט.

גאווערנער קאומא איז אין שטיצע דערפון מיט די טענה אז עס וועט אריינברענגען אסאך געלט אין די סטעיטס קאסע, אנדערע (בעיקר אידן) זענען דערגעגן מיט די טענה אז עס וועט אראפברענגען די שטאט און פארשווערן די טראפיק אויפ'ן רט 17 וכו'.

דער חשובער ציבור ווערט געבעטן זיך צו לאזן הערן דערוועגן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוקטובער 06, 2013 9:56 pm

די פאקט איז, אז ארום די געמבלינג פלעצער ווי אטלאנטיק סיטי און לאז וועיגעס, איז ממש א ביליגע ביליגע געגעענט, מיט פארברעכען און כל ערליי חאלאזען.

כאטש וואס אין די פלעצער אליין איז גאר גאר טייער. (אגב גאר נידריג אויך)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3422
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:24 am

די יודן וואס האבן ריעל עסטעיט אין די געגענט זענען נישט דערקעגן.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 10:15 am

די צייטונג האט יעדע פאר וואכן אן עדיטאריעל, ווי ער ווייזט אויף ווי נישטיג די טענות איז אז עס וועט פארבעסערן די עקענאמיע און די ריעל עסטעיט. און לעומת זה וועט עס אבער יא פארערגערן די קוואליטעט פון לעבן, דורך קרימינאלען און געמיינהייטן.

ס'געפעלט מיר ווי ער שרייבט אייביג כאילו די פאליטישאנס ליינען זיינע מיינונגען..

אפשר קען עס איינער איבערזעצן און אריינשיקן צו די באהערדע....
צוגעלייגטע
Picture2.gif
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 10:18 am

מען גייט שטימען דערויף אין גאנץ ניו יארק, אדער נאר אפסטעיט?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 1:27 pm

הערליך האט געשריבן:די יודן וואס האבן ריעל עסטעיט אין די געגענט זענען נישט דערקעגן.

אויב אזוי זענען זיי נישט צו קליג. אמת ס'קען זיין אז עס וועט ארויף גיין די ריעלעסטעיט, אבער ס'קען פונקט זיין אז מען וועט נישט קויפן זיינ'ס, און דאן וועט ער עס קענען נוצען פאר א האמלעס שעלטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 1:51 pm

שאינו יודע האט געשריבן:מען גייט שטימען דערויף אין גאנץ ניו יארק, אדער נאר אפסטעיט?

אין די סיטי אויך. די פראגע איז צי מ'זאל טוישן די ניו יארק סטעיט קאנסאיטוציע וואס ערלויבט נישט אצינד קיין געמבליג.

אויב די עמעדמענט גייט דורך פלאנען זיי אויך צו מאכן עטליכע קאסינאוס אין סיטי.

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דינסטאג אוקטובער 08, 2013 9:04 pm

פאריגע וואך איז פארגעקומען א אסיפה פון מנהלים פון קעמפס אין באהאנדעלט די אישו אויפצי קלערן דעם עולם צי וואויטען קעגן די קאסינאס
לויט די יעצטיגע פאלס איז עס 50-50
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג אוקטובער 08, 2013 9:18 pm

איך האב היינט געהערט אן אינטערוויו איבער די קאסינעא פראבלעם, זאגט יענער אז אויף דעם בעלאט שטייט נישט קלאר געפרעגט צי די ווילסט קאסינאס צי נישט, נאר זיי פרעגן אויב די ווילסט נידריגערע טעקסעס, בעסער עדיוקעישאן?, (וואס קאסינאס וועט אנגעבליך ברענגען) אדער נישט, וואס ברענגט אטאמאטיש מער מענטשן צו שטימען יא! וואס דאס וועט עווענטועל לעגאליזירן קאסינאס ה"י.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:12 am

מצב כללי האט געשריבן:איך האב היינט געהערט אן אינטערוויו איבער די קאסינעא פראבלעם, זאגט יענער אז אויף דעם בעלאט שטייט נישט קלאר געפרעגט צי די ווילסט קאסינאס צי נישט, נאר זיי פרעגן אויב די ווילסט נידריגערע טעקסעס, בעסער עדיוקעישאן?, (וואס קאסינאס וועט אנגעבליך ברענגען) אדער נישט, וואס ברענגט אטאמאטיש מער מענטשן צו שטימען יא! וואס דאס וועט עווענטועל לעגאליזירן קאסינאס ה"י.



געהעריג קאראפציע...

גאנץ אינפארמאטיוו אינטערוויוא ר' מאיר פישמאן פון קעמפ אגודה אויף 1-1-4. איז זאגט ער אז דאס אפשטימונג גייט זיין אין גאנץ ניו יארק סטעיט (סיטי אינקלאדעד). רבותי מיר דארפן אלע ארויסגיין שטימען אויף רעפערענדום 1 א לא מיט אלעף! פאר די וואס פארשטייען בעסער ענגליש:
REFERENUM 1 "NO"
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 12:08 pm

די לעצטע סייענע אנקעטע איז ארויסגעקומען 46-46 ווען מען האט געפרעגט ניו יארק'ע דעם דעם פשוטן פראגע צי מ'זאל לעגאליזירן געמבלינג אינעם סטעיט. אבער ווען מ'האט פארגעליינט די פראגע פונעם בעלאט, איז 'יא' ארויסגעקומען די זיגער 52-42.

דא האט איר די טעקסט פונעם בעלאט:

The proposed amendment to section 9 of article 1 of the Constitution would allow the Legislature to authorize up to seven casinos in New York State for the legislated purposes of promoting job growth, increasing aid to schools, and permitting local governments to lower property taxes through revenues generated. Shall the amendment be approved?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוקטובער 09, 2013 2:24 pm

וואס טוט זיך מיט די לאקאלע וואלן? מאנסי מאנרא

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

התאחדות הרבנים דארה"ב וקאַנאַדאַ רופט דעם ציבור צו שטימען קע

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג אוקטובער 27, 2013 9:06 pm

התאחדות הרבנים דארה"ב וקאַנאַדאַ האט ארויס געגעבן א קול קורא וואס רופט דעם ציבור צו שטימען קעגן אויפבוי פון קאַסינאָס אין ניו יאָרק
צוגעלייגטע
kol.jpg
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » זונטאג אוקטובער 27, 2013 9:09 pm

די געטרייע עסקנים באטאנען, אז אזוי ווי די צייט ביז צו די וואלן איז
קורץ, און די דאזיגע מערכה פאדערט נאך אסאך ארבייט, דעריבער
ווער עס איז פאראינטרעסירט בייהילפיג צו זיין למען הצלחת הענין,
זאל זיך ביטע מעלדן וואס פריער, אויף איינס פון די פאלגנדע נומערן:
347.886.5829 , אדער 732.901.6176
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2012 5:28 pm

תגובהדורך א שטולער בחור » זונטאג אוקטובער 27, 2013 11:17 pm

אן קיין דערמאנען נעמען, איז אמת וואס עס ווערט באריכטעט אויף עפעס א גרויסע קהילה אז זיי האבן דעקלערט אז זיי שטיצן יא
די קאסינאוס?

ווער ס'וויייסט פון וואס איך רעד, צו ס'איז אמת, אדער די פשט דערפון זאל זיך ביטע לאזן הערן
א *שטילער בחור כצ"ל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוקטובער 27, 2013 11:25 pm

לויט ווי איך פארשטיי איז עס א פרייוואטע מענטש, גראדע איינער פון א קהלה. פון די קהילה אליין איז נישטא קיין שום אנדייטונג אז זיי שטיצען די קאסינאס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » זונטאג אוקטובער 27, 2013 11:55 pm

כ'גלייב אז קיינער שטיצט נישט און קיינער דארף נישט קיין קאסינאוס, ס'איז אבער זייער מעגליך אז די פאליטישאנס לייגן דרוק אויף די עסקנים אז מ'זאל גיין 'יא'.

(מער לייגט זיך אויפן שכל אז די עסקנים 'ווילן' נישט באקומען קיין דרוק און דעריבער האבן זיי געפונען פאר וויכטיג צו לייקענען פארן רעקארד דעם באריכט וואס זיי האבן אראפגעברענגט פון יוו"נ. ווייל אויב קומט דרוק איז די פאליטישע באציאונגען אויך א פריאריטעט.)

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג אוקטובער 28, 2013 12:03 am

בקיצור עס רוקט זיך נענטער די צייט זיך פאראויסצריקן אינגאנצען ארויס פון ניו יארק נישט נאר פונעם סיטי...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג אוקטובער 28, 2013 12:35 am

איך פארשטיי נישט די מהלך ווי אזוי מען פירט די קאמפיין, און זיכער נישט די ״התאחדות הרבנים צעטיל״
מיר זיצען דא אין נ״י אויף שפילקעס, אנגעוויזען אויף די גיטעווילען פון די פאליטישענעס אויף טריט אין שריט,
דערפאר פארשטיי איך נישט די מהלך פון ארויסגיין מיט א עפענטליכען קאמף מיט זיי ביי א זאך וואס עס ברענט זיי די הויט דערוועגן,
ענדערש זאל מען פירען א שטילע קאמפיין און האפן אויפן בעסטען, ווי איידער זיך שלאגען עפענטליך און ארויסקימען דער זיגער אבער צושלאגען מיט יעדעם איינעם.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג אוקטובער 28, 2013 10:53 am

וואס מיינט א שטילע קאמפיין אויב נישט א יודישע צעטל פון התאחדות הרבנים?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוקטובער 28, 2013 11:02 am

מחותן, דער שרייבן אויף אייוועלט איז סאך ערגער ווי די התאחדות צעטל

איך פארשטיי נישט די אומ'אחריות'דיגע מנהלים דא, לויט מחותן וואלט אזא אשכול שוין לאנג געדארפט זיין פארשפארט און אוועקגעטראגן...
לעצט פאראכטן דורך שנאפס אום מאנטאג אוקטובער 28, 2013 11:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוקטובער 28, 2013 11:02 am

מחותן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די מהלך ווי אזוי מען פירט די קאמפיין, און זיכער נישט די ״התאחדות הרבנים צעטיל״
מיר זיצען דא אין נ״י אויף שפילקעס, אנגעוויזען אויף די גיטעווילען פון די פאליטישענעס אויף טריט אין שריט,
דערפאר פארשטיי איך נישט די מהלך פון ארויסגיין מיט א עפענטליכען קאמף מיט זיי ביי א זאך וואס עס ברענט זיי די הויט דערוועגן,
ענדערש זאל מען פירען א שטילע קאמפיין און האפן אויפן בעסטען, ווי איידער זיך שלאגען עפענטליך און ארויסקימען דער זיגער אבער צושלאגען מיט יעדעם איינעם.

די תירוץ דעראויף איז פשוט.

די עסקנים וואס פארפירן דערקעגן ברויכן קיין סאך נישט צוקומען צו די סאליווען קאונטי פאליטיקאנטן, זינט זייערע קעמפ'ס וכדו' זענען בעיקר אין אלסטער קאונטי. ווידעראום די עסקנים וואס זאגן אין די מידיאו אז זיי זענען נישט דערקעגן זענען די וואס דארפן צוקומען צו די סאליווען קאונטי פאליטיקאנטן זינט זייערע קעמפס און קאנטרי'ס זענען בעיקר אין סאליווען קאונטי. וד"ל, ואכמ"ל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג אוקטובער 28, 2013 11:10 am

פון מיר אויס זאל מען צושפארן אלע קעמפס און קאנטרי'ס, עס איז מכלה ממונם של ישראל.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוקטובער 28, 2013 11:16 am

צייטליך, עס מאכט נישט קיין סענס, קודם ווייל די עסקנים פארמאגן נישט קיין קעמפס
צייטליך האט געשריבן: וד"ל, ואכמ"ל.


צווייטנס, (קוק נישט אויף די ערשטע תירוץ...) זיי האבן גענוג קעמפס און קאנטריס אין סאליווען
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 28, 2013 11:19 am

שנאפס האט געשריבן:צייטליך, עס מאכט נישט קיין סענס, קודם ווייל די עסקנים פארמאגן נישט קיין קעמפס
צייטליך האט געשריבן: וד"ל, ואכמ"ל.


צווייטנס, (קוק נישט אויף די ערשטע תירוץ...) זיי האבן גענוג קעמפס און קאנטריס אין סאליווען

די שרעקעדיגע בוכשטאבן פון וד"ל און ואכמ"ל מאכט מיר שפירן אז דער אשכול פארט סאוטבאונד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, חנוך, מענטשאלע און 15 געסט