אמעריקא און איראן דירעקטע נוקלעארע געשפרעכן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וואףף.. הינדערט טויזענט זשאבס! דאס מיינט צוגעשטעלט ארבייט...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

טראמפ איז אין א טאף ספאט, פון איין זייט איז די דיעל צושטאנד געקומען צוליב די "איראן דיעל" אבער פון די צווייטע זייט דארף ער דאך נאטירליך נעמען קרעידיט דערפאר...

אפשר וועט ער טוויטן
i could've done it without the disastrous Iran deal
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

איראן באשולדיגט אמעריקע אין פארלעצן די דיעל און האט באויפטראגט אירע סייענטיסטן צו ארבעטן אויף נוקלעאר געטריבענע שיפן. אזעלכע שיפן ניצן אוראניום בארייכערט צו העכערע שטאפלען וועלכע איראן איז ערלויבט אונטערן דיעל.

די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט זאגט אז די אינטערנאציאנאלע אטאמישע אגענטור האלט אן אויג און וועט וויסן אויב אזאנע פארלעצונגען פאסירן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז די באנייטע סאנקציעס אויף איראן גייען אריין אין קראפט מיט דעם וואס קרנגרעס האט עס באשטעטיגט מיט בייפארטיזאן איבערוויגנדע שטיצע און דארף נישט צוקומען צום פרעזידענטס אינטערשריפט, זיי זאגן אז די סאנקציעס זענען נישט א טייל פון די נוקלעארער אפמאך און אין פאל איראן פארלעצט די אפמאך וועט מען תיכף צוריקשטעלן אלע סאנקציעס.
אטעטשמענטס
Czsk1nbVQAAw4EH.jpg
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פארוואס איז עס נישט טייל פונעם אפמאך? עס איז ארויפגעשטעלט געווארן אין 1996 בעיקר צוליב דער איראנער נוקלעארן פראגראם.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ווייל זיי האבן אריינגעלייגט אינעם דיעל נאר סאנקציעס וואס עפעקטירן.. די סאנקציעס זענען נארישקייטן, מערסטנס סימבאליש
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

BREAKING: Trump administration certifies Iran complying with nuclear deal, extends sanctions relief
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Lol
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

ברעיקינג: אבאמא ארןיסגעלאזט שעדליכע איראנער כדי צו גרייכן איראן דיעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ברעיקינג:
אבאמא האט ארויסגעלאזט איראנער ארעסטאנטן וואס זיין אייגענע דזשאסטיס דעפארטמענט האט באצייכנט אלס נאציאנאלע זיכערהייט געפארן פאר'ן לאנד, און געדראפט קלאגעס קעגן אנדערע, און זיי באצייכנט פאר די באפעלקערונג אלס 'ציווילע.'

http://www.politico.com/story/2017/04/2 ... ase-236966

When federal prosecutors and agents learned the true extent of the releases, many were shocked and angry. Some had spent years, if not decades, working to penetrate the global proliferation networks that allowed Iranian arms traders both to obtain crucial materials for Tehran’s illicit nuclear and ballistic missile programs and, in some cases, to provide dangerous materials to other countries.

“They didn’t just dismiss a bunch of innocent business guys,” said one former federal law enforcement supervisor centrally involved in the hunt for Iranian arms traffickers and nuclear smugglers. “And then they didn’t give a full story of it.”
Get your facts first, then you can distort them as you please.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

די ספינער׳ס ווערן געבעטן אריינצוקומען...
ישראל אשר בך אתפאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

איך בין בכלל נישט סאפרייזט
נאך איינער פון זיינע צענדליגע שגץ שטיק פלאס די וואס מען וועט נאך געוואיר ווערען פלאס די וואס מען וועט קיינמאל נישט געוואיר ווערען
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

170426_iran-mobile.png


Republicans registered the biggest uptick in support for the deal, which has been heavily criticized by GOP lawmakers since its inception in July 2015: 53 percent of Republican voters said they supported it, compared with 37 percent who backed it last summer and just 10 percent who supported it shortly after it was announced. Democratic support for the deal has been largely unchanged since August, and a larger share of independents are getting on board, from 41 percent in August to 48 percent now.

Almost half (47 percent) of voters — and 59 percent of voters who voted for Trump in 2016 — said the administration’s decision to hold up its end of the bargain made them more likely to support the agreement.


א קארגע 33% 'רעפובליקאנער' זאגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע זאל "צערייסן" די אפמאך.

https://morningconsult.com/2017/04/26/i ... oll-shows/
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אה שלמה ביזט דא. וואס זאגסטו צו איין נייעס פאר דיינס?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

Furious over new American sanctions, Iran said on Tuesday that it had lodged a complaint with the commission that polices possible violations of the Iranian nuclear agreement.

The complaint, disclosed by the speaker of Parliament, Ali Larijani, accused the United States of breaching the 2015 agreement, known as the Joint Comprehensive Plan of Action, between Iran and six world powers, including the United States.

Some analysts interpreted the move as posturing aimed at ensuring that if President Trump withdrew the United States from the agreement, as he has threatened, then his administration would be blamed and not Iran.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די ווייסע הויז נאציאנאלע זיכערהייט קאנסול האט דערגרייכט א פאראייניגטע אפמאך איבערן שוקזאל פונעם איראן דיעל.

ווי באקאנט איז דער דעפענס סעקרעטאר 'זשעימס מאטיס', דער טשעירמאן פון די דזשוינט טשיף אוו סטעףף גענעראל דאמפארד, אינאיינעם מיט די סטעיט דעפארטמענט, ווייסער הויז זיכערהייט ראטגאבער מעקמעסטער, און די גאנצע נאציאנאלע זיכערהייט קאנסול עפענטליך געווען שטארק אין שטיצע פונעם דיעל. ווידער די פאליטישע פליגל אינעם ווייסן הויז איז געווען שטארק דערקעגן צוליב וואס דאס בטל מאכן דעם דיעל איז געווען א גרויסע קאמפיין צוזאג פונעם פרעזידענט.

איז מען געקומען צו א פאראייניגונג מיט א באשלוס: די אדמיניסטראציע וועט דע-סערטיפיקאטירן די איראנער איינהאלטן דעם אפמאך, אבער האלטן דעם דיעל אין קראפט.

וויאזוי פונקטליך די לאגיסטיקס וועלן ארבייטן דארף מען נאך אויסהאמערן.

1) דאס דיסערטיפייען.

היות די וועלט און אמעריקא האבן שוין עפענטליך באשטעטיגט אז איראן האלט זיך פולקאם צום אפמאך וועט עס זיין א שטיקל ארבייט עפעס צו טרעפן, וועט מען ברויכן טרעפן א חלה אן א שניט פארן המוציא, נישט אין די סדר געשניטענע נעגל וכדו' כדאי צו קענען אנלייגן דאס דע-סארטיפיקאטירן, אבער כ'בין נישט באזארגט דערפאר, מ'וועט שוין עפעס ארלעדיגן.. (אפשר וועט מען שליסן א שטילע דיעל מיט איראן אז זיי זאלן עפעס ווייעלעטן אין אויסטויש צו קענען פארבלייבן אינעם דיעל).

2) דאס נישט צוריקלייגן די סאנקציעס.

אמעריקא און די וועלט האט געהאט גאר שווערע סאנקציעס אויף איראן וואס איז געווארן אראפגענימען אין 2016 נאכן שליסן דעם נוקליארן דיעל, יעצט אז די אדמיניסטראציעס אפיציעלע פאזיציע וועט זיין אז איראן ברעכט דעם דיעל וועט מען מוזן אויפקומען מיט א תירוץ פארוואס מ'לייגט נישט צוריק די סאנקציעס אין פלאץ.

3) קאנגרעס

די טראמפ אדמיניסטראציע האט -ווי מ'האט שוין געזעהן כמ"פ- נישט קיין שום קאנטראל אויף קאנגרעס, אפילו זייער אייגענע פארטיי. די איראן דיעל איז לגמרי אן אפגעפרעגטע זאך אינעם רעפובליקאנעם קאנגרעס. וועט דעריבער די אדמיניסטראציע האבן א שווערע ארבייט צו איבעררעדן קאנגרעס נישט צו לייגן קיינע פרישע סאנקציעס א"ע זייער אויספיר אז איראן איז נישט אין איינקלאנג ממטן אפמאך.

אקטאבער 15 איז דער אפיציעלער דעדליין ווען די אדמיניסטראציע דארף מעלדן זייערע געפונס איבערן דיעל און זייער באשלוס, קען מען דעריבער ערווארטן אין די קומענדיגע טעג אן עפענטליכע מעלדונג איבער די אויבענדערמאנטע.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

קלאר מאכען זיי זענען געווען אין שטיצע פון די דיעל אדער אז די שלכטע דיעל איז שוין דא איז כרגע לוינט זיך נישט צו עס ברעכען?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט נעמען דעם סאמע ערשטן שריט קעגן דעם נוקלעארן דיעל וואס די אמעריקאנער רעגירונג און אייראפעאישע לענדער האבן געשלאסן מיט דעם איראנער רעזשים מיט צוויי יאר צוריק, סטראשענדיג אז ער וועט עווענטועל גענצליך אפשאפן דעם דיעל, אויב וועט ער זען אז מ'קען עס נישט בעסער מאכן.

טראמפ'ס דעקלעראציע איז געקומען ביי א רעדע וואס ער האט געגעבן פרייטאג (יום שמח"ת) אין ווייסן הויז, וואו ער האט געזאגט אז דער דיעל, וואס איז געשלאסן געווארן מיט איראן אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע, איז גאר ווייך קעגן איראן, און ערלויבט איראן ווייטער צו טאן פארשידענע זאכן וואס זענען דירעקט קעגן אמעריקע'ס אינטערעסן.

מ'דערווארט אז טראמפ וועט נישט אונטערשרייבן די פרישע "סערטיפיקאציע", וואס דער פרעזידענט דארף יעדע 90 טעג אונטערשרייבן אז איראן פאלגט אויס דעם דיעל (וואס ביז יעצט האט טראמפ יא נאכאנאנד עס אונטערגעשריבן), און מיט דעם וואס טראמפ וועט עס נישט אונטערשרייבן, וועט קאנגרעס זיין געצווינגען אונטערצונעמען אויספארשונגען קעגן איראן, און קאנגרעס וועט דארפן באשליסן וואס צו טאן ווייטער.

אייראפעאישע לענדער האבן גאר שארף רעאגירט צו טראמפ'ס באשלוס, זאגנדיג אז דאס טוט אונטערמינעווען די זיכערהייט פון דער גאנצער וועלט. דייטשלאנד, ענגלאנד און פראנקרייך, האבן זיך דירעקט געבעטן ביי טראמפ אז ער זאל איבערטראכטן וואס ער טוט, אבער טראמפ האט ביי זיין רעדע דערקלערט אז ער טוט וואס ס'איז די בעסטע פאר אמעריקע'ס אינטערעסן, צו פארזיכערן אז איראן וועט קיינמאל נישט האבן קיין נוקלעארע וואפן.

דער איד דעלי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די 'פאליטיקא' נייעס קוואל האט אויפגעדעקט אז די אבאמא אדמיניסטראציע האט, אויף די פערזענליכע באפעל פון פרעזידענט אבאמא, באפוילן פאר די דראג אינפארסירונג אויטאריטעטן און די סי-איי-עי אפצולאזן אן אנגייענדע אויספארשונג איבער פארשידענע קרימינאלע אקטיוויטעטן פון דער איראן-געשטיצטער טעראר-גרופע 'כעזבאלא', וויבאלד דאס וואלט געשטערט דורכפירן דעם נוקלעארן אפמאך וואס אבאמא האט דעמאלט געהאלטן ביים אונטערשרייבן מיט איראן.

די כעזבאלא טעראר גרופע פארמאגט א גלאבאלע נעץ פון אומלעגאלע שמוגלעריי און דראגס אקטיוויטעטן, וועלכע ברענגען אריין ארום א ביליאן דאלער א יאר צו פינאנצירן אירע טעראר אקציעס. די אקטיוויטעטן זענען הויפטזעכליך קאנצעטרירט אין דרום אמעריקאנער לענדער ווי קאלאמביע, מעקסיקא, און נאך.

לויט די באריכטן האט די אמעריקאנער דראג אינפארסירונג אגענטור געפירט א פארצווייגטע אפעראציע, אונטער׳ן נאמען ״פראיעקט קאסאנדרע״, וואס האט זיך געצויגן אויף 8 יאר, נאכצוגיין די אקטיוויטעטן און אידענטיפיצירן די אנפירער פון די קרימינאלע רינגען, ווי אויך נאכגיין די פוסטריט ביז די אנפירער פון די טעראר גרופע, באזירט אין לבנון.

אום 16' איז דער פראיעקט כמעט געקרוינט געווארן מיט סוקסעס, נאכדעם וואס די אגענטורן האבן געהאט גענוג מאטריאל און באוויזן צו אנקומען ביזן שפיץ, און זיך געגרייט דורכצופירן א כוואליע פון ארעסטן, אריינגערעכנט דעם פירער פון דער גרופע אין דרום אמעריקע. אבער צו זייער אנטוישונג האבן זיי אנגעהויבן אויסשטיין שטרויכלונגען פון אנדערע רעגירונג אגענטורן, און דאן איז געקומען א דירעקטע באפעל פונעם פרעזידענט אפצושטעלן די מיסיע.

איינע פון די אגענטן וועלכער איז געווען פארמישט אין די אפעראציעס האט געזאגט, אז דער פרעזידעט האט דאס געטאן וויבאלד ער האט מורא געהאט אז א עפנטליכע אפעראציע קעגן כעזבאלא וועט מעגליך שטערן דעם אפמאך מיט איראן.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

אייראפע שלאגט פאר צו פארריכטן איראנער נוקלעארער אפמאך

נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט עפנטליך אראפגעריסן דעם איראנער אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן צווישן דער איראנער רעזשים און די וועלטס גרויסמאכטן, און האט געווארנט אז אמעריקע וועט זיך ארויסציען דערפון אויב עס ווערט נישט פארראכטן קוקט אויס אז ער האלט ביים אפצייכענען א שטיקל געווינס.

דער ״ניו יארק טיימס״ האט נעכטן אויפגעדעקט אז א רייע אייראפעישע לענדער זענען וויליג צו פארהאנדלן פון פריש דעם איראנער אפמאך, און צולייגן דערצו מער באגרעניצונגען אויף די מיסיל פראגראם און אדרעסירן אויך די טעראר געפאר וואס זי שטעלט פאר דעם ראיאן, צוויי זאכן וועלכע פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשטראכן אין די לעצטע מאנאטן.

לויט דעם באריכט וועט סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן באזוכן קומענדיגע מאנאט אין בערלין ווי ער וועט זיך טרעפן מיט אייראפעישע דיפלאמאטן צו באהאנדלן די אנטוויקלונגען, מיט די האפענונג אז מען וועט קענען טרעפן א לעזונג פאר מאי 12, די דאטום וועלכע דער פרעזידענט האט געגעבן אלס אולטימאטום פאר אייראפע צו פארריכטן דעם אפמאך, און טאמער נישט וועט אמעריקע זיך ארויסציען.

פיינע נייעס
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

The head of Iran's Atomic Energy Organization disclosed on Sunday that the Islamic Republic has maintained the ability to restart the full-scale enrichment of uranium—the key component in a nuclear weapon that was supposed to be removed from Iran as part of the nuclear agreement—in just four days.

Ali Akbar Salehi, head of Iran's atomic work, claimed Iran could enrich uranium to 20 percent, which is more than enough to quickly reach the threshold to power a nuclear weapon, in just four days if the word is given by Iran's hardline ruling regime.

The disclosure has roiled Trump administration insiders and nuclear experts who have been warning for months that Iran never fully disclosed the nature of its nuclear weapons work and progress as international leaders struggle to fix the deal by May, according to those who spoke to the Washington Free Beacon about the situation.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

יואב בן צרויה האט געשריבן:The head of Iran's Atomic Energy Organization disclosed on Sunday that the Islamic Republic has maintained the ability to restart the full-scale enrichment of uranium—the key component in a nuclear weapon that was supposed to be removed from Iran as part of the nuclear agreement—in just four days.

Ali Akbar Salehi, head of Iran's atomic work, claimed Iran could enrich uranium to 20 percent, which is more than enough to quickly reach the threshold to power a nuclear weapon, in just four days if the word is given by Iran's hardline ruling regime.

The disclosure has roiled Trump administration insiders and nuclear experts who have been warning for months that Iran never fully disclosed the nature of its nuclear weapons work and progress as international leaders struggle to fix the deal by May, according to those who spoke to the Washington Free Beacon about the situation.


אין מאמע לשון?
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

יואב בן צרויה האט געשריבן:The head of Iran's Atomic Energy Organization disclosed on Sunday that the Islamic Republic has maintained the ability to restart the full-scale enrichment of uranium—the key component in a nuclear weapon that was supposed to be removed from Iran as part of the nuclear agreement—in just four days.

Ali Akbar Salehi, head of Iran's atomic work, claimed Iran could enrich uranium to 20 percent, which is more than enough to quickly reach the threshold to power a nuclear weapon, in just four days if the word is given by Iran's hardline ruling regime.

The disclosure has roiled Trump administration insiders and nuclear experts who have been warning for months that Iran never fully disclosed the nature of its nuclear weapons work and progress as international leaders struggle to fix the deal by May, according to those who spoke to the Washington Free Beacon about the situation.

??
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

לערן זיך ענגליש
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

דארט שטייט אז איראן האט די מעגליכקייט צוריקצודרייען זייער נוקלעארע פראגראם צו וואו עס האט געהאלטן פאר'ן 'דיעל' אין בלויז פיר טעג!


יעצט לייג צו אז לויט'ן דיעל האט איראן עטליכע חדשים פון ווען די אינספעקטארס פארלאנגען צוטריט ביז'ן זיי פאקטיש געבן די צוטריט, און עס שטעלט זיך ווידעראמאל ארויס וואספארא דורכפאל די אבאמא פרעזידענסי בכלל און די איראן דיעל בפרט איז געווען.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”