אבאמאקעיר, גוט אדער נישט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:בקיצור אבאמא האט אנגעהויבן איי סאיז דאך יענער ביל ? דאס איז געווען אבאמאס מהלך ביי אסאך זאכן, איך הייב אן, קודם לאמיר אנהייבן טוהן מיט די צייט וועט מען שוין פאררעכטן און צולייגן וואס מען דארף צולייגן., און טאקע על שמו יקרא אבאמא קעיר .

זייער גוט אראפגענאגעלט.

על שמו יקרא.... און דאס איז זיין מהלך אין אסך זאכן...עס זאל בלייבן א שיינע לעגעסי.

בקיצור נמרץ, פון א ביל וואס האט געזאלט האבן אדרעסירט די פונדעמענטעלע פראבלעמען פון העלט קעיר איז געבליבן א גרויסען לעכעריגער זאק וואס אדרעסירט פרטים, אלס אבי האבן דורכגשטופט עפעס.

היינו טעמא דקלימאט דיעל, והיינו טעמא דאיראן דיעל.

#legacy
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:חילי

בעצם האב איך געוואלט חותם זיין דעם שמועס (יעדער האט שוין מער ווייניגער געזאגט זיינס אין דעם אינסטאלמענט פון שמועס) נאר איך מוז אראפשטעלן נאכאמאל פאר די רעקארד.

איך האב נאכנישט געהערט (פון דיר און בכלל) א רעכטע מהלך איבער העלטקעיר וואס דארף צו סאלוון די אישו. אלעס וואס דו האסט געשריבן איז קליינע בענד עידס וואס אפילו לשיטתם סאלווט עס נישט די פראבלעם.

ביי די לינקע איז דא א קלארע מהלך (סינגל פעיער אדער כאטש אבאמאקעיר וואס מיט א פאר תיקונים סאלוודט עס א רובא דמנכרא) ביי די רעכטע איז נאר דא א פאר זאכן וואס דארפן צו העלפן אז די מארקעט זאל בעסער ארבייטן אבער וויזוי די מארקעט גייט אנטשיידן די פראבלעמען איז נישט אויסגעשמועסט.

צום ווידערזען מוצ״ש האפנטליך...

דיין "רעקארד" איז פאלש.

איך האב יא ארפגעלייגט א פלאן - עטליכע טיילן פון א פלאן - און עס קען יא סאלווען די פראבלעם, עס איז נישט נאר בענדעידס. און לשיטתם סאלווד עס יא די פראבלעם.

ביי די לינקע איז אויך טאקע דא א מהלך, די מהלך פון די סאציאלע לענדער וואס ארבייטן נישט. א מהלך וואס יענע לענדער וואלטן גערן מסכים געווען צו טוישן, עקסטער פון די זאכען וואס יענע פלאן אדרעסירט בכלל נישט ווי דו אליינס זאגסט.

וויזוי איז עס פאלש? איך האב נישט געשריבן אז דו האסט נישט געשריבן, איך האב געשריבן אז איך האב נישט געזען :smile: איך פארשטיי נישט וויזוי דאס סאלווד עס און לויט ווי איך געדענק האט דאס נאך קיינער נישט מסביר געווען (אדרבה פרוביר עס און שיק עס צו די ריפאבס וואס פלאגן זיך שוין 8 יאר דאס צו מסביר זיין).

אבאמא קעיר איז א קלארע מהלך. געשריבן אין 3-4 טריט.

1) צווינג יעדעם צו האבן אינשורענס אבער צווינג די אינשורענס יעדעם אנצונעמען.
2) סובסידיר די מיטלקלאס וואס קענען נישט עפארדן פונקט ווי יעדע אנדערע פראגראם
3) צו קאנטראלירן קאסטן, מאך א קאמיטע וואס זאל איינשטעלן סטאנדארטן וואס ממוז קאווערן און וואס נישט
4) דאן נוץ די כח פון רעגירונג צו צווינגען ביליגערע פרייזן אזוי ווי אלע אנדערע אין די זשי 7 נוצן.

בינגא. יעצט גייען רוב מענטשן האבן אינשורענס און קאסטן גייען ווערן ביליגער. וואס דען איז דאס נאכנישט אזוי? ווייל די מענדעט איז נישט גענוג שטארק, די כח פון די רעגירונג ווערט נאכנישט גענוג גענוצט וכו' וכו' אין אנדערע ווערטער ס'איז נישט גענוג ליבעראל...און דאס איז צוליב פאליטישע אישוס. אבער די מהלך אין טעאריע ווען זיי "האבן זייער וועג" שטימט.

וואס איז יעצט די פראבלעם? אז היות זיי זענען ליבעראלס און האבן אנדערע שיטות גייען זיי נישט מיט נאך עצות. למשל ווען דו לייגסט צו צו די 4 די פאלגענדע איז נאך אסאך בעסער:

5) מאך תיקונים אין די ליטיגעישאן געזעצן
6) ערלויב פאליסיס וואס זענען ביליגער און דעקן נאר קאטאסטראפעס העכער 25K (כדי אויף די איבריגע זאל מען שאפן), נישט ווי יעצט וואס מיט זייערע "גרויסע ברודער" שיטה צווינגן זיי צו קאווערן כמעט אלעס אזוי אז די אינשורענס צאלט אלעס.

בצירוף מיט די פריעריגע וואלט געווען א עולם התיקון. די רעפובליקאנער וואלטן דאס גרינג געקענט באקומען פאר די פרייז פון שטיצן די אויבערשטע פיר אבער טריי צו זייער שיטה פון "אף שעל" האבן זיי ענדערש געקענט באשטיין אנדערש.

איז נאכאמאל מיט די וועג האט מען אקאמפלישד די מעין גאול פון דעקן אנאינשורד און נידערן קאסטן. די פרייז וואס מ'צאלט אין טעארי איז אז געוויסע באהאנדלונגען וועלן נישט ערפינדן ווערן ווייל ס'וועט נישט זיין קיין ביליאן דאלער פארדינסטן. דאס איז שוין א פאליטישע באשלוס צו מאכן דורך די וואלן וועלכע ס'איז בעסער.

דו שרייבסט אז די מהלך פון סאציאלע לענדער "ארבייט נישט". ווייטער אן מסביר זיין, דאס איז נישט ריכטיג. פרוביר אין קאנאדע/ענגלאנד אדער איינער פון די סאציאלע לענדער צו טוישן. דאס איז דארט הייליג ביי רעכטס און לינקס. דאס איז די נאציאנאלע שטאלץ דארט. וואדען? ס'האט פראבלעמען אזוי ווי דא האט אנדערע פראבלעמען אבער די פאלק וואלט "קיינמאל" נישט מסכים געווען דארט צו טוישן.

אדרבה, פרוביר צו שרייבן אזא שיטה אויף די רעכטע זייט. מאך מיר פיר סטעפס און זאג מיר וויזוי מ'אקאמפלישד דעם גאול פון נידערן קאסטן און דעקן די מיטל קלאס. אלעס וואס זיי שרייבן איז נאר אז דאן גייט די "מיסטעריעזע האנט" פון מארקעט אלעס אויסגראדן. אבער כידוע אז מארקעט ארבייט נישט ביי לעבן/טויט אישוס. א שמועס פאר זיך.

תושלב"ע
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ווידארום האסטו איבערגעזאגט נאכאמאל און גארנישט צוגעלייגט. אקעי גארנישט צוגעלייגט כמעט.

אגב, פארוואס פארשטייסטו אז ווען די לינקע געבן נישט נאך איז עס "גייען זיי נישט מיט נאך עצות", און ווען די רעכטע געבן נישט נאך איז עס "טריי צו זייער שיטה פון "אף שעל""?

צוריק צום ענין, די רעכטע זאגן אז די "מארקעט" וועט עס אויסגראדן, זאגסטו אז עס גייט נישט ארבייטן, פארוואס ווען איך זאג אז עס גייט ארבייטן דארף איך זאגן "וויאזוי" און ווען דו זאגסט אז עס גייט נישט ארבייטן, דארף איך דאס אננעמען?

דאס וואס איך האב געשריבן אלס טייל פון די פלאן פון די רעכטע צד, איז עפעס וואס זיי האלטן עס וועט ארבייטן. דו האלסט אז נישט, גוט. אבער דאס מיינט נישט אז זיי האבן נישט קיין פלאן.

למעשה די פלאן וואס די לינקע ווילן איינפירן ווייסט מען שוין אז עס איז נישט גוט, קוק אויף די אנדערע לענדער. זאגסט אז די מענטשן זענען צופרידן? אינטערעסאנט, ווייל איך ווייס אז מען פארפירט דארט אז מען דארף עס טוישן. און צו די אידן וואס וואוינען דארט ווען מען רעדט, זאגן זיי אלע אז עס טויג נישט, און פילע פון יענע לענדער קומען קיין אמעריקע זיך היילן, ווייל דארט זענען נישטא קיין גוטע דאקטוירם ווייל מען קען דארט קיין געלט נישט מאכען.

נאר אין מד"י איז דא גוטע דאקטורים, וויירשיינליך ווייל אלע אידישע דאקטוירים וואס זענען "עולה" ביי ריטייערמענט טרעפן זיך נאך צוויי דריי יאר אז זיי האבן נישט ואס צו טאן גייען זיין צוריק אריין אין פרעקטיס. (דאס איז מיין פריוואטע שפוקעלאציע.)

דאס וואס די רעכטע ווילן מאכען, האט מען נישט פראבירט, און די לינקע ווילן דאס נישט פראבירן. טא ווילסטו אז איך זאל מסכים זיין אנצונעמען קא קראנקע סיסטעם, אפי' לויט דיר אז עס איז ווייניגער קראנק ווי די ביז היינטיגע, אבער ביסט מודה אז עס איז קראנק, און איך דארף דאס אננעמען נאך איידער מען האט אפי' פראבירט א נייע פלאן?

איך וואלט געזאגט אזוי. פראביר די ניע פלאן, אפשר וועט עס ארבייטן. און אפי' נישט, קענסטו אלס שפעטער צוריק קומען און אננעמען די אבאמאקעיר פאלן. און אפי' אויפן צד אז עס וועט זיך נישט אויסארבייטן, אפשר וועט עס אביסל פארבעסערן די סיסטעם, אזוי אז ווען מען וועט בע"כ צוריק קומען צו די אבאמאקעיר פלאן, וועט מען נישט מוזן גיין אזוי עקסטרעים - למשל די דעט פענעלס - ווייל געוויסע טיילן וועלן זיין בעסער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

אינטערעסאנטע זאך זעה איך. דו שרייבסט אז איך זאג איבער בו בזמן וואס פון דיין גאנצע נאכפאלגענדע איז מיר משמע אז דו האסט פלעין נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן. אלע דיינע פוינטס (חוץ די לעצטע) האב איך עקספליטילי אדרעסירט. למעשה היות לפי דבריך שרייב איך נאר איבער וועל איך נישט פרובירן נאכאמאל.

#עגרי טו דיסעגרי. א גוטע נאכט.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילכיגער האט געשריבן:אינטערעסאנטע זאך זעה איך. דו שרייבסט אז איך זאג איבער בו בזמן וואס פון דיין גאנצע נאכפאלגענדע איז מיר משמע אז דו האסט פלעין נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן. אלע דיינע פוינטס (חוץ די לעצטע) האב איך עקספליטילי אדרעסירט. למעשה היות לפי דבריך שרייב איך נאר איבער וועל איך נישט פרובירן נאכאמאל.

#עגרי טו דיסעגרי. א גוטע נאכט.

דו האסט עס אדרעסירט לויט דיין דעה, און איך לויט מיין דעה.

כ'מיין איך האב אלעס פארשטאנען וואס דו האסט געשריבן. קען זיין אז דאס אז איך נעם נישט אן דיינע ווערטער נאכדעם וואס לשיטתך איז עס אזוי ריכטיג, מיינט איך האב נישט פארשאנען...

בכל אופן, כ'נעם פול קרעדיט פארן דיר געבן די וועג ארויס..... "היות לפי דבריך" וכו'......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

א שמועס מתוק מדבש!

-----
מילכיגער; וואלסט געוואלט אדרעסירן דעם פונקט? וואס מיר דאכט זיך כ'האב נאכנישט געזען קיין אנטווארט.

פילע פון יענע לענדער קומען קיין אמעריקע זיך היילן, ווייל דארט זענען נישטא קיין גוטע דאקטוירם ווייל מען קען דארט קיין געלט נישט מאכען.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

די נקודה אויפן שפיץ גאפל איז אז מ'פארט בעיקר ווייל דא איז די מקור הריסוירטש און ס'איז ריזיג גרויס. ס'איז זיכער אז די פאקט אז דא קען מען שארן אין די טריליאנען מאכט אז ווער ס'קען (דאקטורים און פערמעסוטיקלס) זאל אהערקומען, די סקאנדאל איז נאר אז ווען די מעדיצין ווערט שוין יא ערפינדן גיבן זיי דאס פאר ביליג אין אנדערע לענדער (געצווינגען דורך די רעגירונגען) און שארן ס'גאלד דא. די ליבערעלס טענה'ן אז ס'בעסער מ'זאל האבן די ביליגע קעיר דא און בשעת הדחק (ווען די געווענליכע מיטלען ארבייטן נישט) זיך פארן היילן קיין סינגאפאר ווי פארקערט, אז ממוז באנקראטירן ביי יעדע מינדעסטע נויטפאל. נישט פארגעסן אז דא אין נ"י איז בעצם אבאמאקעיר שוין לאנג אין עפעקט. איינער וואס ווערט קראנק דארף נאר פארשאפן 10-15 אלפים און ער איז געקאווערד. אלזא דא קען מען זיך ניאטמאל פארשטעלן ב"ה וואס ס'מיינט ווען די אינשורענס וויל נישט באנייען.

זייטיג גערעדט אבער, גראדע איך ווייס פערזענליך פון א שיינע צאל אידן ל"ע וואס זענען געפארן קיין דייטשלאנד זיך היילן. (אפגערעדט פון די ציינער אין בודאפעסט...). און פון נ"י פארן א באנטש אידן אין אנדערע שטאטן אויך. מיינעדיג אז דאס פארן איז ל"ד נאר וועגן ס'נישט דא דארט ווי מ'איז קיין קעיר נאר ווייל ס'איז דא מצבים וואו ממוז ל"ע זוכן נישט געווענליכע הילף. איך קען כמעט נישט קיין ענגלישע/בעלגישע אידן וואס זענען געקומען זיך היילן דא. אפשר בין איך נישט גערעכט אבער אזוי מיין איך. מ'קען זיך נאכפרעגן ביי די ארגאנניזאציעס אבער עפ"י רוב מעדיקל טוריזם איז פון אר"י ווי מטראסט פשוט נישט די דאקטורים.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יישר כח.
דו אקנאלעדזשירסט (C) די פאקט אז די גרעניצלאזע פראפיטן פראדעצירט די בעסטע פארמאסטוקעלס אויף די וועלט, אבער האסט נישט אנטווארטעט ווי דאס וועט אנהאלטן אויב וועט מען היילן די סקאנדאל.

שוין דערמאנט געווארן כמה פעמים דא, אז אין ניו יארק איז שוין בעצם דא אבאמא קעיר. וואס מיינט דאס אין אידיש?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די וואס פארן פון דא איז ווייל אנדערע פלעצער איז ביליגער, נישט ווייל אנדערע פלעצער איז בעסער. געוויסע זאכען זענען נישט אזוי הייקל, און מען קען פארן צו אנדערע פלעצער אויך. אבער פאר סאפיסטיקירטע זאכען, קומט מען אהרע פון די גאנצע וועלט.

די סאודיע אראבישע קעניג איז געקומען זיך היילן אין אמעריקע כאטש ער האט געקענט פארן אין די גאנצע וועלט, ועוד רבות רבות כהנה, נאר א גוגל קליק אוועק.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ווינקל האט געשריבן:יישר כח.
דו אקנאלעדזשירסט (C) די פאקט אז די גרעניצלאזע פראפיטן פראדעצירט די בעסטע פארמאסטוקעלס אויף די וועלט, אבער האסט נישט אנטווארטעט ווי דאס וועט אנהאלטן אויב וועט מען היילן די סקאנדאל.

שוין דערמאנט געווארן כמה פעמים דא, אז אין ניו יארק איז שוין בעצם דא אבאמא קעיר. וואס מיינט דאס אין אידיש?

נו, וועגן דעם האב איך געשריבן אויפן שפיץ גאפל... ווילסטו שוין די גאנצע פארציע...

וויזוי דאס וועט אנהאלטן? דאס איז עתידות אבער ס'גרינג צו שפעקולירן.

ווען יעדע לאנד אויף די וועלט מאכט אפ אז זיי ווילן נאר צאלן פאר א גלאז מילך א דאלער און איין לאנד (מילכילאנד) צאלט 5 דאלער, וועלן אלע קיען (בעסער געזאגט זייערע מעלקער...) אהערקומען. משוגע דארפן זיי זיין אז נישט. נאך א שטיק צייט ווען מילכילאנדער (נישט פארטושין מיט מילכיגער) וועלן זיך כאפן און וועלן צוימען דעם פרייז גייט יעדער שרייען "רבש"ע! זעהסט נישט אז אלע קיען זענען דא ווייל דא מאכט מען געלט? וואס גייט זיין?"

די תירוץ איז אז קיען גייען נישט ווערן קיין עקרות... אז ממאכט נישט 5 וועט יעדער צוריקגיין און מאכן 1$ און טשוזן די פלאץ לויט די גראז געשמאק. זיי מאכן יעצט אזעלכע משוגע'נע פראפיטן אז מ'קען שניידן און שניידן און ס'זאל זיך זיי נאכאלס לוינען.

די חלק שמועס איז בעצם נישט ממש נוגע ווייל אבאמאקעיר האט דאך גארנישט געטון אין דעם הינזיכט ווי אויסגעשמועסט. ס'נאר די טעארי. ווען א לאנד ווי אמעריקע צאלט 20 מאל מער אלס לאנד (אפגעזען צו די רעגירונג אדער די בירגער) אויף העלט ווי אלע לענדער דארף מען זיין נאריש צו טראכטן אז דאס איז פשוט די פרייז פון טייערע מעדיצינען.
--
דא איז שוין דא די געזעץ יארן לאנג אז ממוז אננעמען יעדעם און ממילא איז נישט דא די זאך אז איינער קען נישט האבן אינשורענס. ס'קאסט נאר זייער טייער און פאר דעם איז דא ביי אחב"י RCCS ל"ע.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די וואס פארן פון דא איז ווייל אנדערע פלעצער איז ביליגער, נישט ווייל אנדערע פלעצער איז בעסער. געוויסע זאכען זענען נישט אזוי הייקל, און מען קען פארן צו אנדערע פלעצער אויך. אבער פאר סאפיסטיקירטע זאכען, קומט מען אהרע פון די גאנצע וועלט.

די סאודיע אראבישע קעניג איז געקומען זיך היילן אין אמעריקע כאטש ער האט געקענט פארן אין די גאנצע וועלט, ועוד רבות רבות כהנה, נאר א גוגל קליק אוועק.

הגם מיין נקודה איז נאר געווען זייטיג איז אבער דאך מיין איך די מציאות מער ווי איך זאג אז פון דעוועלאפד לענדער קומען נישט דא צופיל אהער. וצ"ע ויה"ר שלא למעשה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פיין.
מילכיגער האט געשריבן:דא איז שוין דא די געזעץ יארן לאנג אז ממוז אננעמען יעדעם און ממילא איז נישט דא די זאך אז איינער קען נישט האבן אינשורענס. ס'קאסט נאר זייער טייער און פאר דעם איז דא ביי אחב"י RCCS ל"ע.

וואלט נישט געווען גענוג צו מאכן אזא געזעץ נאציאנאל און פארטיג?
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ווינקל האט געשריבן:פיין.

ניין. ווייל דעמאלס גייט אינשורענס אונטער (נאר די קראנקע שרייבן זיך איין וויסנדיג אז ממוז זיי אננעמען). מוז מען צולייגן די מענדעט. דאס צוזאמען מיט די סובסידיעס איז די נאטשעל פון אבאמאקעיר
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פארוואס איז נישט די ניו יארקער אינשורענס מארקעט אונטערגעגאנען ביז היינט?
בך בטחו
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בך בטחו »

ווינקל האט געשריבן:פארוואס איז נישט די ניו יארקער אינשורענס מארקעט אונטערגעגאנען ביז היינט?

מען האט געמוזט האבן עפעס א קאווערעדש און די 12 חדשים פאר די pre existing condition (אפי' מעדיקעיד איז געוועהן גוט) סאו סהאט אביסל פארקלענערט די פראבלעם
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

דאס איז די פראבלעם פון גאווערמענט רעגולעישאן'ס.

יעדע רעגולעישאן וואס דארף כלומר'שט פאריכטן איין פראבלעם ברענגט אפאר נייע פראבלעמען. וואס טוט מען צו די נייע פראבלעמען מ'מאכט נייע רעגולעישאן'ס, ווערט דאך נייע פראבלעמען מאכט מען פרישע רעגולעישאן'ס. און אזוי דרייט זיך די רעדל און די פראבלעמען ווערן נאר גערעסער און גרעסער.

אנשטאט איינזעהן אז ווי ווייניגער רעגולעישאן'ס אלס בעסער מאכט מען פרישע.

די פראבלעם פון פרי עקזיסטינג איז נאר געבוירן געווארן נאכדעם וואס די רעגירונג האט געמאכט רולס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ווינקל האט געשריבן:פארוואס איז נישט די ניו יארקער אינשורענס מארקעט אונטערגעגאנען ביז היינט?

ס'איז שוין כמעט אונטערגעגאנגען. ווען א סינגל פאליסי קאסט 20-25 אלפים מיינט דאס אט דאס. מ'קען נישט האבן קאמיוניטי רעיטינג אן קיין מענדעיט
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס האט די פשוטע מענטש אז אמעריקא האט די בעסטע דאקטורים אויב ער האט נישט קיין עקסעס צו זיי? ממ'נ ווער סהאט געלט האט עקסעס צו די בעסטע דאקטורים נישט קיין חילוק ווי ער וואינט, אויב האט ער נישט קיין געלט פארוואס און די וועלט דארף מיר אונז צאלן די טייערסטע העלט אינשורענס פון די וועלט אז די עשירים פון אייראפע זאל קומען צום דאקטער דא ? בכלל אמעריקא האט די בעסטע דאקטורים פונקט ווי זיי האבן אלעס די בעסטע, די בעסטע עקאנעמי, די בעסטע טעקנאלאדזשי, וכ'ו, און ביידיוועי יא איך ווייס שוין אז אלע דאקטורים וועלן אנטלויפן פון אמעריקא באט העי! קיין ווי פונקטליך קיין בראזיל ? רוסלאנד ?
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

ווינקל האט געשריבן:יישר כח.
דו אקנאלעדזשירסט (C) די פאקט אז די גרעניצלאזע פראפיטן פראדעצירט די בעסטע פארמאסטוקעלס אויף די וועלט, אבער האסט נישט אנטווארטעט ווי דאס וועט אנהאלטן אויב וועט מען היילן די סקאנדאל.

שוין דערמאנט געווארן כמה פעמים דא, אז אין ניו יארק איז שוין בעצם דא אבאמא קעיר. וואס מיינט דאס אין אידיש?

קיינער נישט אבאמא און נישט קלינטאן האבן נישט און רעדן נישט פון אוועקנעמען געלט פון פאבריצירן מעדיצינען, ווען מען רעדט פון גאווערמענט קאנטראל אויף מעדיצין מיינט קיינער נישט די פארמאסטוקעלס וואס ספענדן אויף ריסערדזש און דיוועלפן נייע דראגס, נאר מען רעד פון די קאמפעניס און העדזש פאנדס וואס קויפן אפ די דראגס און לייגן ארויף אבנארמאלע פראפיטן אויפן חשבון פון די מענטשן וואס מוזן נעבעך צוקומען צו די מעדיצינען
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

האלטנדיג ביי זיבן און צוואנציג זייטן ביז אהער, איז כדאי צי נאטירן בשייכות וואס מיט ראמני דער געוועזענער נאמעני פון דער רעפובליקאנער פארטיי פיר יאר צוריק, וואס האט פארלוירן צי אבאמא. האט זיך אריינגעלייגט און קאמפיינט יעצט אז ׳׳דאמף טראמף׳׳ וואס ארבעט עפעס נישט, נאר וואס ער טוט גייט אלעס פארקערט.
איז אבער איין זאך פארבליבן פון ראמני אט דער נאמען האט ער ערפינדן דעמאלט ביים קאמפיינען, און דער אויסדריק בלייבט לטוב או לרע:
אבאמא-קעיר!!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דא זעט נישט אויס אז די ניו יארקער סיסטעם איז גוט.

http://www.lohud.com/story/news/politic ... /81869866/

Cuomo scoffs at Health Republic bailout
POLITICS ON THE HUDSON
Joseph Spector, Albany Bureau Chief 3:32 p.m. EDT March 16, 2016
facebook sharetwitter shareemail shareemail share
Gov. Andrew Cuomo.
Gov. Andrew Cuomo. (Photo: AP/File photo)
ALBANY -- Gov. Andrew Cuomo offered little sympathy to health insurers and hospitals looking for a bailout after the demise of Health Republic last year as part of New York's health exchange.

Cuomo rejected pleas by health providers for the state to set up a fund of at least $200 million to cover their costs associated with the downfall of Health Republic, a cooperative health plan that folded last year and provided health care to 200,000 patients in New York.

"The state should insure insurers? We regulate them, we don’t insure them," Cuomo told reporters Tuesday afternoon. "I don’t believe the state should insure insurance companies."

Cuomo's comments are part of a growing battle within the medical community over how to address the unpaid bills from Health Republic. The Healthcare Association of New York, which represents hospitals, and its union allies are pushing for a "guaranty fund" that would establish a tax on health insurers to pay for any future insolvent insurers.

"The state needs to address the outstanding $200 million in unpaid Health Republic claims and also create a guaranty fund—like the other 49 states—to protect patients and providers in the event another insurance plan shuts down," the group said in a statement.

But health insurers are opposed to the plan, saying they already pay $4.6 billion a year in various taxes -- third in state tax collections after income taxes and sales taxes.

"The last thing we need is another tax, essentially to pay for the sins of other insurers," said Deborah Fasser, spokeswoman for the Conference of Blue Cross and Blue Shields Plans. "What we need is a real solution to prevent insurers from becoming insolvent."

Health Republic, which covered about 20 percent of the exchange’s enrollees under the federal Affordable Care Act, was the largest insurer in the exchange in many counties, including Westchester, Putnam, Erie, Dutchess and Ulster.

But the company collapsed under mounting debt, and state regulators last fall rushed to find health insurance for its customers. Other insurers took on the clients, but doctors, hospitals and insurance companies have not been made whole on the bills owed by Health Republic.

Insurers have been angered by the state Department of Financial Services in recent years cutting insurers' proposed increases in rates each year, saying it is fueling their financial instability.

"The failure of Health Republic is due to poorly handled oversight of the company created by the Affordable Health Care,” the New York Health Plan Association, which represents insurers, said in a statement. “If the state as regulator did its job properly, this company or any other should not become insolvent. We believe the state’s rate setting process needs to be fixed so this doesn’t happen again.”

The group also knocked the proposed guaranty fund, as well, saying, “The simple truth is it will not protect consumers. It only protects doctors and hospitals, and does so at the expense of consumers.”

Senate Health Committee chairman Kemp Hannon, R-Nassau County, said he doesn't think a "guaranty fund is the way to go at this time." He said the state still needs to figure out the total unpaid losses from Health Republic and how claims could be made.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ביים ענדע יאר 15' איז געווען 8.8 מיליאן מענטשען אויף אבאמאקעיר. דאס איז בעפאר די יאר 16' ענראולמענט האט זיך אנגעהויבן.

ביים ענדע איינשרייבן פעריאד פון יאר 15' איז געווען 11.7 מיליאן מענטשן איינגעשריבן. דאס מיינט אז באלד 25% פון איינגעשריבענע זענען אראפגעפאלן דורכאויס די יאר.

היי יאר - די איינשרייבן יאר 16' - ביים ענדע פון די נייע אריינשרייבונגען איז געווען 12.7 מיליאן איינגעשריבענע. און די אדמינעסטראציע האט עס אנגעוויזן אלס א שיינע סוקסעס, ווייל עס איז איבער די 10 מיליאן וואס זיי "זאגן" זיי האבן זיך גערישט.

אויב זאלן די זעלבע צאל - 25% - אוועקפאלן ביז ענדע יאר, מיינט דאס אז עס וועט בלייבן איינגעשריבן ארום 9.5 מיליאן באנוצער פון אבאמאקעיר.

איז קודם איז דאס למעשה אונטער די 10 מיליאן וואס די אדמינעסטראציע "זאגט" אז זיי האבן זיך גערישט. די סי-ב-או האבן געשטעלט די נומער ביי 13 מיליאן, נאר עס קוקט אויס ווי די אדמינעסטראציע האט דירעקט געזאגט א נידריגע נומער אזוי אז כאטש עס זאל "אויסקוקען" ווי זיי האבן גענוג איינגעשריבענע.

אבער דאס איז באמת אלעס א דזשואק!

ווייל נאר אין מערץ פון יאר 15' האט די סי-ב-או גערעדט פון 21 מיליאן!! שפעטער האבן זיי עס אראפגעריקט צו 13 מיליאן, און די אדמינעסטראציע האט עס אראפגעריקט צו נאר 10 מיליאן אונטער האלב! 50% ווייניגער.

און דא האלטן מיר יעצט, און עס איז א גרויסע ספק צו מען וועט צו די 10 מיליאן יא אנקומען!!

#אבאמאקעיר דיזעסטער

שטעלט זיך ארויס, אז די סי-ב-או איז נאך געווען צו אפטעמיסטיש אנהייב יאר!!

אצענד האבן זיי צום צווייטן מאל אראפגעריקט די נומער וואס זיי שאצן גייען האבן אינשורענס דורך אבאמאקעיר פון 13 מיליאן צו 12 מיליאן!! נישט פארגעסן, זיי קומען פון א ארגינאלע שאצונג פאר ............ 21 מיליאן!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

האה 12 מיליון איז אסאך, די סי בי או האט גוט פערדיקדעט נאר נישט די טיימינג , קוקט אויס סנעמט אביסל לענגער ווי זיי האבן זיך געראכטן. די לאזערס זענען די פעסעמיסטן וואס האבן געשריגן אז אבאמא קעיר איז א דזשאב קיללער...וכו
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:האה 12 מיליון איז אסאך, די סי בי או האט גוט פערדיקדעט נאר נישט די טיימינג , קוקט אויס סנעמט אביסל לענגער ווי זיי האבן זיך געראכטן. די לאזערס זענען די פעסעמיסטן וואס האבן געשריגן אז אבאמא קעיר איז א דזשאב קיללער...וכו

שוין ווייסעך שוין יעצט צוויי זאכען וואס דו קענסט זיך נישט צופיל אויס.... אויל און אבאמאקעיר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

לכתחילה ;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”