אבאמאקעיר, גוט אדער נישט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

לכתחילה, זייער קלאר אאפגעלייגט. א דאנק.

מחותן, וואס מאכט העלטקעיר מער א רעכט ווי עסן, קליידונג, און עדוקעישאן?
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

@לכתחילה
ס'איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט אריינגערעכנט קארסאנ'ס העלט סעיווינגס אקאונט פלאן, וואס קוקט מיר נאך אויס די מערסטע עפעקטיוו.

אין קורצן, זאל זיך דער עולם פארשטעלן אז למשל ס'זאל זיין פוד אינשורענס, פאר א געוויסע פרימיום קענסטו אויפיקן א גראסערי ארדער יעדע דאנערשטאג און די גראסערי באקומט א טשעק פון די אינשורענס קא.,
וויבאלד די גראסערי באקומט נישט די געלט דירעקטלי פונעם קליענט, גייען גראסערי פרייזן ארויפשיסן, און סערוויס וואלט געכאפט א נאוז-דייוו.

וויבאלד אז זיי באקומען באצאלט דירעטלי פונעם ציבור, שלאגן זיי זיך צווישן זיך און פרייזן בלייבן נידעריג און סערוויס איז צופרידענשטעלנד
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

פארשטייט זיך אז די ליבעראלן וועלן ענטפערן אז די סיסטעם פון יעצט מיט אלע חסרונות וואס דו ברענגסט פריער איז 10 מאל בעסער ווי די וואס איז געווען. אנדערש ווי דא זאגסט אז ס'איז געווען "עפעס" און יעצט ווערט אלעס צובראכן וועלן זיי זאגן אז וואס איז געווען איז א סקאנדאל און די יעצטיגע איז א טריט צו אסאך א בעסערע וועלט. ווער ס'איז גערעכט ווענדט זיך אין איינעמס פאליטישע מיינונג און דאס גופא איז די פאליטישע דעבאטע די לעצטע 20 יאר וואס מ'גייט נישט דא איבערגיין.

מיין פוינט איז נישט געווען אז די ליבעראלן זענען גערעכט ווייל די קאנסערוואטיוון האבן נישט קיין עצה (הגם איך זאג יא אז קאנסערוואטיוון מעגן זיך שעמען מיטן נישט האבן קיין פאליסי פראפאזאל איבער א ברענעדיגע אישו וואס פלאגט דאס לאנד בשעת פאר די ליבעראלן קומט זיך קרעדיט פארן האבן א מהלך און עס איינפעדימען). מיין פוינט איז אז דא איז דא א שטארק פארוויקלטע פראבלעם וואס פלאגט אלע מערב לענדער און ס'איז נישט דא קיין גרינגע ענטפערס. סיי וועלכע מהלך מ'פעדימט איין האט ווינערס ענד לוזערס און למעשה דארף דעמאקראטיע באשלוסן וואס סאסייעטי וויל און וועלכע פון די קעגנגעזעצטע פרינציפן זאלן גובר זיין. ווען איך זעה איינעם דא מיט א קלארקייט מסביר זיין ווי באנקראט די לינקע וועג איז ליגט אויף אים מסביר צו זיין (אז ער וויל...) וואס איז דאס אלס די קלארע ריכטיגע וועג וואס מ'דארף יא טון. צווישן צובראכענע און אומריכטיגע וועגן וועלכע ס'איז ערגער דארף מען שוין אסאך מער זיך פלאגן צו פארשטיין פארוואס מיין אומריכטיגע איז אזוי סאך ערגער ווי דיין.

דערווייל אנשטאט דא זאל זיין א דעבאטע איבער די פרינציפן די לעצטע 10 יאר ווי ביידע זייטן זאלן טענה'ן:

1) ווי וויכטיג איז אז יעדער זאל האבן אינשורענס און אויף ווי ווייט מוז די רעגירונג דאס באצאלן?

2) וואסערע מיני באהאנדלונגען זאלן מוזן זיין געדעקט דורך אינשורענס און וואס זאל זיין אפשאנעל?

3) וויפל זאל די רעגירונג זיך מעגן אריינמישן איבער די מהלכים פון קעיר?

4) ועוד ועוד ועוד

איז נאר געווען א דעבאטע ווי איין צד האט געדרש'ט (די ליבעראלן) און פארשטייט זיך געאפערט זייערע סאלושענס בשעת די אנדערע זייט האט נאר געהעצט פארוואס ס'איז נישט גוט. פארוואס האט נאך די רעפובליקאנע קאנגרעס און סענאט נישט אראפגעשטעלט א קאמפליט העלטקעיר פלאן (די ריפלעיס חלק פון "ריפיל ענד ריפלעיס")? פארוואס איז נישט דא קיין איין העלטקעיר פלאן חוץ די נארישע מידע טאקינג פוינטס וואס טראמפ זאגט נאך איבער סטעיט גרעניצן? און אפילו די קליינע פלענער איז אויך נישט לכו"ע ווייל די רעכטע זענען צוריסן צווישן זיך.

אנכי הקטן האב א מהלך אויסגעארבייט (נישט ממש מיינס שטייטזיך...) וואס איך האלט שטימט די בעסטע ווען יעדער פאלגט מיר... אבער וואס זאל איך טון אז די איינציגע מעניו איז אבאמאקעיר אדער גארנישט. מוז איך אפשר שטיצן פאר טראמפ וואס שטייט פאר ביידע פון זיי?...

(האסטו טאקע געמיינט מ'קען ענדיגן אזא שמועס אן טראמפ?...)

זאגט די וועלט נבול תבול איז נישט קיין סדרה, ואתה תחזה איז...

--
מ'האקט אין גרויסן קודם שלח
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

יואב בן צרויה האט געשריבן:לכתחילה, זייער קלאר אאפגעלייגט. א דאנק.

מחותן, וואס מאכט העלטקעיר מער א רעכט ווי עסן, קליידונג, און עדוקעישאן?

נא, אפשר איז טאקע עס איז די זעלבע רעכט.. פאר עסן איז די פוד סטעמפ, פאר עדוקעשיען איז דא א פרייע פובליק סקול סיסטעם.. און העלט קעיר איז אויך א רעכט.

לויט דיר איז דאס טאקע די אפטייטש פון קאפעטעליזים אז די רייכע אין לאנד האבן אלעס, און די אנדערע דארפן שטארבן פון הונגער און פון נישט קענענן צוקימען צו א דאקטער?!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

סמארט גאי האט געשריבן:@לכתחילה
ס'איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט אריינגערעכנט קארסאנ'ס העלט סעיווינגס אקאונט פלאן, וואס קוקט מיר נאך אויס די מערסטע עפעקטיוו.

אין קורצן, זאל זיך דער עולם פארשטעלן אז למשל ס'זאל זיין פוד אינשורענס, פאר א געוויסע פרימיום קענסטו אויפיקן א גראסערי ארדער יעדע דאנערשטאג און די גראסערי באקומט א טשעק פון די אינשורענס קא.,
וויבאלד די גראסערי באקומט נישט די געלט דירעקטלי פונעם קליענט, גייען גראסערי פרייזן ארויפשיסן, און סערוויס וואלט געכאפט א נאוז-דייוו.

וויבאלד אז זיי באקומען באצאלט דירעטלי פונעם ציבור, שלאגן זיי זיך צווישן זיך און פרייזן בלייבן נידעריג און סערוויס איז צופרידענשטעלנד

עס איז דא טאקע נאך פלענער. איך האב אויסגערעכענט די דריי קלאסישע פלענער, אבער ביסט גערעכט אז דאס דארף אויך ווען ווערן אויסגערעכענט.

די פראבלעם וואס די וואס שטיצן די פלאן זאגן איז מיט הויכע אינשורענס, אז די דוקטוירים און שפיטעלער נעמען ריזיגע געלטער פאר יעדע זאך, ווייל די קאסטומער ווייסט נישט וויפיל עס קאסט.

עס איז אביסל ווי טענה אז מיט א קרעדיט קארטל געט מען גרינגער אויס געלט ווי מיט קעש. ווייל א קרעדיט קארד "זעהט מען" ערשט די טשארדזש ענדע מאנאט.

און ביי אינשורענס איז עס נאך ערגער, ווייל מען זעהט נישט די טשארדזש קיינמאל. די אינשורענס קאסט כך וכך און פארטיג.

אין פאקט זענען דא אסאך דוקטורים וואס נעמען פון קעש קאסטומערס ווייניגער געלט, און נישט ווייל קען קען ער באהאלטן..... אזוי ווי אין די אמאליגע צייטן.... נאר אז מען צאלט קעש אפי' מיט א קרעדיט קארד וואס דאס גייט גראד אריין אין די קאנטע און קען נישט ווערן באהאלטן, נעמען זיי ווייניגער, ווייל וויבאלד מען צאלט פון טאש "טוט עס מער וויי" און מען זיכט מער ארום פאר ביליגער.

ווען אינשורענס זאל ארבייטען אויף אזא סיסטעם אז די מענטש צאלט און באקומט דאס געלט צוריק, כאטש אין די ענדע וועט עס קאסטן פאר די אינשורענס די זעלבע, וועלן דאקטוירים און שפיטעלער מוזן קאמפיטן אויף די פרייזן אליין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מיינע 2 סענס.

אבאמאקעיר איז ווייט נישט דער טייועל וואס די קאנסארואטיוון פראבירן עס אראפלייגן, אבער עס איז נאך אלס א מאסיווע דורכפאל... נישט פארוואס עס טועט יא.. נאר פארוואס עס טועט נישט.

די העלט קעיר אינדאסטרי אין אמעריקא איז דורכגעפוילט פון אויבן ביז אונטען, אמעריקאנער צאלן דריי מאל אזוי פיל פאר מעדעצינען ווי אין אנדערע לענדער, די קארופציע פון די וועג ווי אזוי האספיטאלס און דאקטוירים בילן און אווערבילן אינשורענס קאמפאניס, מאכן עקסטרע טעסט אפילו ווען עס איז נישט וויכטיג ווייל דער פאציענט צאלט ממילא נישט (נאר אויפן אינשורענס ביל וואס גייט עווענטועל ווערן געהעכערט).

דאס אלעס איז נאר א קליין חלק פון א טאטעל צוברעכענעם אינדאסטרי. אבאמאקעיר האט גארנישט געטוישט פאנדעמענטאל סייוואסערע יסודיתדיגע פראבלעמען פון די הויכע אינשורענס קאסטן.

וואס יא? צוויי זאכן וואס קענען גערעכענט ווערן אלס אויפטוען.

1.פרי עקזיסטינג קאנדישאן
2. אויסברייטערן די צאל פון מיטל קלאס וואס קענען באקומען קאוועריזש פון די רעגירונג.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מחותן האט געשריבן:

ווי געשריבן, ס'איז נישט דא קיין גרינגע ענטפער. ס'איז זיכער נישט שייך אז די רעגירונג זאל אלעס באצאלן און ביג פארמא זאל מאכן טריליאנען על חשבון הציבור. דארט ווי די רעגירונג צאלט אלעס איז א קאטאסטראפע מיט וועיטינג ליסטעס לאנג ווי די גלות. ס'איז פשוט נישט דא דאס געלט דאס צו באצאלן.

ווייטער אז די רעגירונג זאל פיקן וואס איז די "מינימום" קומט אריין רביצן פעילין מיט די "דעט פענעלס" און שרייט געוואלד.

אז ס'זאל זיין אזוי ווי פארדעם ווען די אינשורענס קאמפעני האט פראסט און פשוט געקענט אראפווארפן מענשן פון זייערע פלענס ביי די יערליכע רינועלס ווייל ער האט שוין יעצט א קאנדישן איז ווייטער נישט קיין מהלך.

יו געט די פוינט. דאס איז א שווערע פארוויקלטע און קאמפליצירטע אישו. פאר די ליבערעלס קומט זיך קרעדיט פארן טרייען. ס'וואלט אסאך שענער געווען ווען ס'איז דא נאך צדדים צום טיש וואס צוזאמען קומט ארויס א בעסערע פלאן

מילכיגער האט געשריבן:פארשטייט זיך אז די ליבעראלן וועלן ענטפערן אז די סיסטעם פון יעצט מיט אלע חסרונות וואס דו ברענגסט פריער איז 10 מאל בעסער ווי די וואס איז געווען. אנדערש ווי דא זאגסט אז ס'איז געווען "עפעס" און יעצט ווערט אלעס צובראכן וועלן זיי זאגן אז וואס איז געווען איז א סקאנדאל און די יעצטיגע איז א טריט צו אסאך א בעסערע וועלט. ווער ס'איז גערעכט ווענדט זיך אין איינעמס פאליטישע מיינונג און דאס גופא איז די פאליטישע דעבאטע די לעצטע 20 יאר וואס מ'גייט נישט דא איבערגיין.

מיין פוינט איז נישט געווען אז די ליבעראלן זענען גערעכט ווייל די קאנסערוואטיוון האבן נישט קיין עצה (הגם איך זאג יא אז קאנסערוואטיוון מעגן זיך שעמען מיטן נישט האבן קיין פאליסי פראפאזאל איבער א ברענעדיגע אישו וואס פלאגט דאס לאנד בשעת פאר די ליבעראלן קומט זיך קרעדיט פארן האבן א מהלך און עס איינפעדימען). מיין פוינט איז אז דא איז דא א שטארק פארוויקלטע פראבלעם וואס פלאגט אלע מערב לענדער און ס'איז נישט דא קיין גרינגע ענטפערס. סיי וועלכע מהלך מ'פעדימט איין האט ווינערס ענד לוזערס און למעשה דארף דעמאקראטיע באשלוסן וואס סאסייעטי וויל און וועלכע פון די קעגנגעזעצטע פרינציפן זאלן גובר זיין. ווען איך זעה איינעם דא מיט א קלארקייט מסביר זיין ווי באנקראט די לינקע וועג איז ליגט אויף אים מסביר צו זיין (אז ער וויל...) וואס איז דאס אלס די קלארע ריכטיגע וועג וואס מ'דארף יא טון. צווישן צובראכענע און אומריכטיגע וועגן וועלכע ס'איז ערגער דארף מען שוין אסאך מער זיך פלאגן צו פארשטיין פארוואס מיין אומריכטיגע איז אזוי סאך ערגער ווי דיין.

דערווייל אנשטאט דא זאל זיין א דעבאטע איבער די פרינציפן די לעצטע 10 יאר ווי ביידע זייטן זאלן טענה'ן:

1) ווי וויכטיג איז אז יעדער זאל האבן אינשורענס און אויף ווי ווייט מוז די רעגירונג דאס באצאלן?

2) וואסערע מיני באהאנדלונגען זאלן מוזן זיין געדעקט דורך אינשורענס און וואס זאל זיין אפשאנעל?

3) וויפל זאל די רעגירונג זיך מעגן אריינמישן איבער די מהלכים פון קעיר?

4) ועוד ועוד ועוד

איז נאר געווען א דעבאטע ווי איין צד האט געדרש'ט (די ליבעראלן) און פארשטייט זיך געאפערט זייערע סאלושענס בשעת די אנדערע זייט האט נאר געהעצט פארוואס ס'איז נישט גוט. פארוואס האט נאך די רעפובליקאנע קאנגרעס און סענאט נישט אראפגעשטעלט א קאמפליט העלטקעיר פלאן (די ריפלעיס חלק פון "ריפיל ענד ריפלעיס")? פארוואס איז נישט דא קיין איין העלטקעיר פלאן חוץ די נארישע מידע טאקינג פוינטס וואס טראמפ זאגט נאך איבער סטעיט גרעניצן? און אפילו די קליינע פלענער איז אויך נישט לכו"ע ווייל די רעכטע זענען צוריסן צווישן זיך.

אנכי הקטן האב א מהלך אויסגעארבייט (נישט ממש מיינס שטייטזיך...) וואס איך האלט שטימט די בעסטע ווען יעדער פאלגט מיר... אבער וואס זאל איך טון אז די איינציגע מעניו איז אבאמאקעיר אדער גארנישט. מוז איך אפשר שטיצן פאר טראמפ וואס שטייט פאר ביידע פון זיי?...

(האסטו טאקע געמיינט מ'קען ענדיגן אזא שמועס אן טראמפ?...)

זאגט די וועלט נבול תבול איז נישט קיין סדרה, ואתה תחזה איז...

--
מ'האקט אין גרויסן קודם שלח

איך פארשטיי נישט וואס דו האסט דא געטאן!

דו האסט פלעין איבערגעזאגט דיין פריערדיגע תגובה פשוט אין לענגער....

דו זאגסט ווייטער די זעלבע פוינט, אז די ריפאבליקענס האבן נישט ארויסגעלייגט קיין פלאן. און דו פרעגטס וואס די פלאן איז.

איך האב גענטפערטט באריכות וואס די פלענער זענען, און געשריבן אז זיי האבן יא ארויסגעלייגט א פלאן.

אלעס וואס דו האסט צוגעלייגט, זענען באמת ריכטיגע פונקטן, אבער זיי זענען פונקטן איבער וועלכן קיינער טענה'ט נישט פארקערט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:מיינע 2 סענס.

אבאמאקעיר איז ווייט נישט דער טייועל וואס די קאנסארואטיוון פראבירן עס אראפלייגן, אבער עס איז נאך אלס א מאסיווע דורכפאל... נישט פארוואס עס טועט יא.. נאר פארוואס עס טועט נישט.

די העלט קעיר אינדאסטרי אין אמעריקא איז דורכגעפוילט פון אויבן ביז אונטען, אמעריקאנער צאלן דריי מאל אזוי פיל פאר מעדעצינען ווי אין אנדערע לענדער, די קארופציע פון די וועג ווי אזוי האספיטאלס און דאקטוירים בילן און אווערבילן אינשורענס קאמפאניס, מאכן עקסטרע טעסט אפילו ווען עס איז נישט וויכטיג ווייל דער פאציענט צאלט ממילא נישט (נאר אויפן אינשורענס ביל וואס גייט עווענטועל ווערן געהעכערט).

דאס אלעס איז נאר א קליין חלק פון א טאטעל צוברעכענעם אינדאסטרי. אבאמאקעיר האט גארנישט געטוישט פאנדעמענטאל סייוואסערע יסודיתדיגע פראבלעמען פון די הויכע אינשורענס קאסטן.

וואס יא? צוויי זאכן וואס קענען גערעכענט ווערן אלס אויפטוען.

1.פרי עקזיסטינג קאנדישאן
2. אויסברייטערן די צאל פון מיטל קלאס וואס קענען באקומען קאוועריזש פון די רעגירונג.

אנגעכאפט דעם אקס ביי די הערנער. זייער קלאר.

די עיקר פראבלעם פון אבאמאקיער איז איבער ווי ווייניג עס טוט. אלמלא די ליבעראלן האבן זייערס מאכן זיי א עכט שטארקע מענדעיט (וואס יעצט איז פאר אסאך מענטשן ביליגער די פענעלטי ווי די אינשורענס) און דאס וואלט געפירט אז די עיקר פראבלעם פון יעצט אז ווייניג מענטשן סיינען איין וואלט שטארק רעדוצירט געווארן. ווי אויך וואלטן זיי שטארק רעגולירט דורך מעדיקעיא וואס זיי דעקן יא און וואס נישט.

די ביידע זאכן האבן זיי געטון אבער נאר בבחי' אויף יוצא צו זיין צוליב פאליטיק און איינצוקויפן דאס פאלק. אבער די מעכאניזם איז דא, ס'איז שוין דורכגעבראכן געווארן. טאמער וועלן די רעכטע אנגיין ווי פריער און נישט האבן א "קאמפריהענסיוו" מהלך וועט מיט די כח פון גרעוויטי סייווי צוקומען צו דעם אז מ'וועט ממש צווינגען יעדעם צו האבן אינשורענס און די רעגירונג וועט ווערן אסאך מאכטפולער. נישט אז איך וועל זיין העפי דערמיט אבער זיכער העפיער ווי ווען די איינשורענס קאמפעניס זענען בעה"ב.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:@לכתחילה
ס'איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט אריינגערעכנט קארסאנ'ס העלט סעיווינגס אקאונט פלאן, וואס קוקט מיר נאך אויס די מערסטע עפעקטיוו.

אין קורצן, זאל זיך דער עולם פארשטעלן אז למשל ס'זאל זיין פוד אינשורענס, פאר א געוויסע פרימיום קענסטו אויפיקן א גראסערי ארדער יעדע דאנערשטאג און די גראסערי באקומט א טשעק פון די אינשורענס קא.,
וויבאלד די גראסערי באקומט נישט די געלט דירעקטלי פונעם קליענט, גייען גראסערי פרייזן ארויפשיסן, און סערוויס וואלט געכאפט א נאוז-דייוו.

וויבאלד אז זיי באקומען באצאלט דירעטלי פונעם ציבור, שלאגן זיי זיך צווישן זיך און פרייזן בלייבן נידעריג און סערוויס איז צופרידענשטעלנד

עס איז דא טאקע נאך פלענער. איך האב אויסגערעכענט די דריי קלאסישע פלענער, אבער ביסט גערעכט אז דאס דארף אויך ווען ווערן אויסגערעכענט.

די פראבלעם וואס די וואס שטיצן די פלאן זאגן איז מיט הויכע אינשורענס, אז די דוקטוירים און שפיטעלער נעמען ריזיגע געלטער פאר יעדע זאך, ווייל די קאסטומער ווייסט נישט וויפיל עס קאסט.

עס איז אביסל ווי טענה אז מיט א קרעדיט קארטל געט מען גרינגער אויס געלט ווי מיט קעש. ווייל א קרעדיט קארד "זעהט מען" ערשט די טשארדזש ענדע מאנאט.

און ביי אינשורענס איז עס נאך ערגער, ווייל מען זעהט נישט די טשארדזש קיינמאל. די אינשורענס קאסט כך וכך און פארטיג.

אין פאקט זענען דא אסאך דוקטורים וואס נעמען פון קעש קאסטומערס ווייניגער געלט, און נישט ווייל קען קען ער באהאלטן..... אזוי ווי אין די אמאליגע צייטן.... נאר אז מען צאלט קעש אפי' מיט א קרעדיט קארד וואס דאס גייט גראד אריין אין די קאנטע און קען נישט ווערן באהאלטן, נעמען זיי ווייניגער, ווייל וויבאלד מען צאלט פון טאש "טוט עס מער וויי" און מען זיכט מער ארום פאר ביליגער.

ווען אינשורענס זאל ארבייטען אויף אזא סיסטעם אז די מענטש צאלט און באקומט דאס געלט צוריק, כאטש אין די ענדע וועט עס קאסטן פאר די אינשורענס די זעלבע, וועלן דאקטוירים און שפיטעלער מוזן קאמפיטן אויף די פרייזן אליין.

דאס איז איינע פון די שפיץ פראבלעמען, אבער....וועט קיינמאל נישט ווערן געהעריג אדרעסירט, ווייל סיי די דאקטורים לאבי, סיי די אינשורענס לאבי, און אזוי אויך די דראגס לאבי וועלען זיך שלאגן דערויף מיט ציין און נעגעל.

אויב מענשען זאלן באיזה אופן זיין געצווינגען צו קוקן אויף פרייזן, מיט דאלארס און סענס, קען די קאסטן פון העילט קעיר אראפגיין מיט "גאנצע 50%" פאר דעם אליין, דאס מיינט א אומגעהויערע פינאנציעלע שאדן פאר די אויבנדערמאנטע גרופעס. פלוצלינג וועט מען הערן אזוינע מיני מאדנע זאכן, ווי מענטשען פארלאנגען פונעם פארמעסי דוקא זשינעריק מעדעצין, פארט צו א שפיטאל אין קענטאקי צו מאכן אן אפעראציע ווייל עס איז האלב די פרייז, און א אינגערמאן האט אהיימגענומען זיין פרוי א יולדת נאך איין טאג פון שפיטאל שפארענדיג $5000 מיטן זיין איין טאג וויניגער אין שפיטאל, און מיט דעם געלט געשיקט די ווייב זיך אויסרוען אין אשת חיל פאר 3 וואכן.

זאגט איר אליין, מעג מען אזא זאך צולאזן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילכיגער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:לכתחילה, זייער קלאר אאפגעלייגט. א דאנק.

מחותן, וואס מאכט העלטקעיר מער א רעכט ווי עסן, קליידונג, און עדוקעישאן?

נא, אפשר איז טאקע עס איז די זעלבע רעכט.. פאר עסן איז די פוד סטעמפ, פאר עדוקעשיען איז דא א פרייע פובליק סקול סיסטעם.. און העלט קעיר איז אויך א רעכט.

לויט דיר איז דאס טאקע די אפטייטש פון קאפעטעליזים אז די רייכע אין לאנד האבן אלעס, און די אנדערע דארפן שטארבן פון הונגער און פון נישט קענענן צוקימען צו א דאקטער?!

ווי געשריבן, ס'איז נישט דא קיין גרינגע ענטפער. ס'איז זיכער נישט שייך אז די רעגירונג זאל אלעס באצאלן און ביג פארמא זאל מאכן טריליאנען על חשבון הציבור. דארט ווי די רעגירונג צאלט אלעס איז א קאטאסטראפע מיט וועיטינג ליסטעס לאנג ווי די גלות. ס'איז פשוט נישט דא דאס געלט דאס צו באצאלן.

ווייטער אז די רעגירונג זאל פיקן וואס איז די "מינימום" קומט אריין רביצן פעילין מיט די "דעט פענעלס" און שרייט געוואלד.

אז ס'זאל זיין אזוי ווי פארדעם ווען די אינשורענס קאמפעני האט פראסט און פשוט געקענט אראפווארפן מענשן פון זייערע פלענס ביי די יערליכע רינועלס ווייל ער האט שוין יעצט א קאנדישן איז ווייטער נישט קיין מהלך.

יו געט די פוינט. דאס איז א שווערע פארוויקלטע און קאמפליצירטע אישו. פאר די ליבערעלס קומט זיך קרעדיט פארן טרייען. ס'וואלט אסאך שענער געווען ווען ס'איז דא נאך צדדים צום טיש וואס צוזאמען קומט ארויס א בעסערע פלאן

זייער ריכטיג געשריבן.

און איינע פון די גרויסע טענות קעגן אבאמאקעיר אז דאס אז מען האט זיך געריקט מער צו די סיסטעם ווי קאנאדא און ענגלאנד, ווי מען ווארט זייער לאנג אויפן דאקטער און מען קען נישט צוקומען צו ריכטיגע קעיר.

האט מען גענומען א פראבלעם אז טייל מענטשן זענען נישט אינשורד, און מען האט אדאפטירט - עכ"פ טיילווייז - א סיסטעם ווי "קיינער" קען נשיט צוקומען צו גוטע אינשורענס.

און אגב קיינער שטארבט נישט פון די סיסטעם אין אמעריקע ביז היינט דאס איז ליגענט. ווייל אין אמעריקע קען יעדער אריינגיין אין שפיטאל באקומען קעיר, נאר אויב האט ער געלט וועט ער ווערן געטשארדזשט. די פראבלעם איז נאר אז אויב האט ער נישט קיין געלט גייט עס אויפן חשבון פון שפיטאל און די שפיטאל מוז בעטן מער פון די אנדערע קאסטומערס צו דעקן די לעכער.

סא גיין פון א סיסטען ווי יעדער קען אנקומען צו א דאקטער - נאר די סיסטעם האט פראבלעמען - צו א סיסטעם ווי קיינער קען נישט אנקומען צו א דאקטער, און די סיסטעם האט ווייטער פראבלעמען איז נאריש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:--

איך פארשטיי נישט וואס דו האסט דא געטאן!

דו האסט פלעין איבערגעזאגט דיין פריערדיגע תגובה פשוט אין לענגער....

דו זאגסט ווייטער די זעלבע פוינט, אז די ריפאבליקענס האבן נישט ארויסגעלייגט קיין פלאן. און דו פרעגטס וואס די פלאן איז.

איך האב גענטפערטט באריכות וואס די פלענער זענען, און געשריבן אז זיי האבן יא ארויסגעלייגט א פלאן.

אלעס וואס דו האסט צוגעלייגט, זענען באמת ריכטיגע פונקטן, אבער זיי זענען פונקטן איבער וועלכן קיינער טענה'ט נישט פארקערט.

אה נא!!! איך האב אסאך בעסער מסביר געווען ווי פריער (אבער טאמער איז דאס אויך נישט גענוג האסטו געפועלט אז א דריטע מאל וועל איך נישט טרייען :grin: )

די פונקטן וואס דו זאגסט קוואליפייט נישט אלס א פלאן פאר צוויי סיבות.

1) ווייל דאס נישט פארגעשלאגן געווארן און נישט באשטעטיגט געווארן אלס געזעץ דורך קאנגרעס. און די סיבה איז ווייל זיי זענען צוריסן צווישן זיך. (למשל, אמאליגע צייטן האט ראמניקעיר געהייסן א שטארק קאנסערוואטיווע פלאן אז נישט די רעגירונג זאל צאלן נאר יעדער זאל "מוזן" האבן. איז דאך דאס געווארן כפירה ומינות ממש...)

2) והוא העיקר ווייל אפילו לשיטתם פון די רעכטע איז דאס נישט קיין עצה אויפן פראבלעם נאר א קליינע בענד עיד. קיינער טענה'ט נישט אפילו אז מיט דיינע פלענער גייט די נושא זיין עפ"י רוב געסאלווד. משא"כ מיט די לינקע פלאן מיט אלע פראבלעמען פירט דאס צו א געהעריגע סאלושאן פאר די אנאינשורד (נישט יעצט, נאר ווען די מענדעיט ווערט שטרענגער וואס ווי געשריבן איז דאס די אומפארמיידליכע סוף)
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:לכתחילה, זייער קלאר אאפגעלייגט. א דאנק.

מחותן, וואס מאכט העלטקעיר מער א רעכט ווי עסן, קליידונג, און עדוקעישאן?

נא, אפשר איז טאקע עס איז די זעלבע רעכט.. פאר עסן איז די פוד סטעמפ, פאר עדוקעשיען איז דא א פרייע פובליק סקול סיסטעם.. און העלט קעיר איז אויך א רעכט.

לויט דיר איז דאס טאקע די אפטייטש פון קאפעטעליזים אז די רייכע אין לאנד האבן אלעס, און די אנדערע דארפן שטארבן פון הונגער און פון נישט קענענן צוקימען צו א דאקטער?!

ווי געשריבן, ס'איז נישט דא קיין גרינגע ענטפער. ס'איז זיכער נישט שייך אז די רעגירונג זאל אלעס באצאלן און ביג פארמא זאל מאכן טריליאנען על חשבון הציבור. דארט ווי די רעגירונג צאלט אלעס איז א קאטאסטראפע מיט וועיטינג ליסטעס לאנג ווי די גלות. ס'איז פשוט נישט דא דאס געלט דאס צו באצאלן.

ווייטער אז די רעגירונג זאל פיקן וואס איז די "מינימום" קומט אריין רביצן פעילין מיט די "דעט פענעלס" און שרייט געוואלד.

אז ס'זאל זיין אזוי ווי פארדעם ווען די אינשורענס קאמפעני האט פראסט און פשוט געקענט אראפווארפן מענשן פון זייערע פלענס ביי די יערליכע רינועלס ווייל ער האט שוין יעצט א קאנדישן איז ווייטער נישט קיין מהלך.

יו געט די פוינט. דאס איז א שווערע פארוויקלטע און קאמפליצירטע אישו. פאר די ליבערעלס קומט זיך קרעדיט פארן טרייען. ס'וואלט אסאך שענער געווען ווען ס'איז דא נאך צדדים צום טיש וואס צוזאמען קומט ארויס א בעסערע פלאן

זייער ריכטיג געשריבן.

און איינע פון די גרויסע טענות קעגן אבאמאקעיר אז דאס אז מען האט זיך געריקט מער צו די סיסטעם ווי קאנאדא און ענגלאנד, ווי מען ווארט זייער לאנג אויפן דאקטער און מען קען נישט צוקומען צו ריכטיגע קעיר.

האט מען גענומען א פראבלעם אז טייל מענטשן זענען נישט אינשורד, און מען האט אדאפטירט - עכ"פ טיילווייז - א סיסטעם ווי "קיינער" קען נשיט צוקומען צו גוטע אינשורענס.

און אגב קיינער שטארבט נישט פון די סיסטעם אין אמעריקע ביז היינט דאס איז ליגענט. ווייל אין אמעריקע קען יעדער אריינגיין אין שפיטאל באקומען קעיר, נאר אויב האט ער געלט וועט ער ווערן געטשארדזשט. די פראבלעם איז נאר אז אויב האט ער נישט קיין געלט גייט עס אויפן חשבון פון שפיטאל און די שפיטאל מוז בעטן מער פון די אנדערע קאסטומערס צו דעקן די לעכער.

סא גיין פון א סיסטען ווי יעדער קען אנקומען צו א דאקטער - נאר די סיסטעם האט פראבלעמען - צו א סיסטעם ווי קיינער קען נישט אנקומען צו א דאקטער, און די סיסטעם האט ווייטער פראבלעמען איז נאריש.

פארשטייסט פארוואס די צוויי באלד ווערטער זענען א אקסימאראן?

די סיסטען פון פארדעם איז אז מ'קען גיין אין עמערזענסי רום מיט א הארץ אטאק ל"ע. מ'האט "נישט" געקענט באקומען קיין קענסער טריטמענט אין עמערזענסי רום. אלזא מענטשן זענען קלאר געשטארבן פון די מצב פארדעם. אויך האט ווי געשריבן די אינשורענס געהאט רעכט אראפצווארפן מענטשן יעדע יאר. א הימל געשריי.

די סיבה פארוואס דו ווייסט נישט דערפון איז ווייל ב"ה מ'וואוינט אין נ"י ווי שוין יארן פאר אבאמאקעיר איז דא קאמיוניטי רעיטינג. איז דאך אבער דאס נישט שכל'דיג ווייל נאר קראנקע וועלן קומען. דא קומט אריין די מענדעיט וואס ראמני האט איינגעפירט (און די ליבעראלן האבן געשימפט אז דער רייכער ראמני וויל צווינגען די ארימע צו קויפן...) וואס אין א נארישע פאליטישע טוויסט איז דאס געווארן אפעגעפרעגט ביי די רעכטע.

ווען דו פרעגסט מיר ווי ס'איז בעסער צו וואוינען 1) אין א לאנד ווי יעדער באקומט אומזיסט בעיסיק קער אבער מ'קען נישט האבן גוטע מעדיצין ווייל דאקטוירים אנטלויפן וכו' אזוי ווי אין קאנאדע אדער 2) ווי מ'קען האבן אלעס אבער פאר 20$K א יאר וואלט איך געזאגט אז ס'ווענדיט זיך צו ס'איז דא RCCS וואס באצולט... אבער פארשטייט זיך אז דאס איז א לעגיטימע דעבאטע. איך זעה נישט פארוואס די לינקע טוען א עוולה מיטן וועלן איין וועג
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילכיגער האט געשריבן:אה נא!!! איך האב אסאך בעסער מסביר געווען ווי פריער (אבער טאמער איז דאס אויך נישט גענוג האסטו געפועלט אז א דריטע מאל וועל איך נישט טרייען :grin: )

די פונקטן וואס דו זאגסט קוואליפייט נישט אלס א פלאן פאר צוויי סיבות.

1) ווייל דאס נישט פארגעשלאגן געווארן און נישט באשטעטיגט געווארן אלס געזעץ דורך קאנגרעס. און די סיבה איז ווייל זיי זענען צוריסן צווישן זיך. (למשל, אמאליגע צייטן האט ראמניקעיר געהייסן א שטארק קאנסערוואטיווע פלאן אז נישט די רעגירונג זאל צאלן נאר יעדער זאל "מוזן" האבן. איז דאך דאס געווארן כפירה ומינות ממש...)

2) והוא העיקר ווייל אפילו לשיטתם פון די רעכטע איז דאס נישט קיין עצה אויפן פראבלעם נאר א קליינע בענד עיד. קיינער טענה'ט נישט אפילו אז מיט דיינע פלענער גייט די נושא זיין עפ"י רוב געסאלווד. משא"כ מיט די לינקע פלאן מיט אלע פראבלעמען פירט דאס צו א געהעריגע סאלושאן פאר די אנאינשורד (נישט יעצט, נאר ווען די מענדעיט ווערט שטרענגער וואס ווי געשריבן איז דאס די אומפארמיידליכע סוף)

עס איז נישט באשטעטיגט געווארן ווייל עס איז נישט נוגע. ווייל עס איז נאך דא אבאמאקעיר און אבאמא וואלט געוויטאוד יעדע נייע פלאן.

אבער דאס ביסטו גערעכט אז די קאנסערוועטיווע האבן א פראבלעם מיטן זיין צוריסן צווישן זיך אנשטאט פאראייניגט ווי די ליבעראלן. און דאס ברענגט שוועריקייטן צו באשטעטיגן סיי וואס דורך די קאנסערוועטיוון.

און די סיבה איז זייער פשוט!! די קאנסערוועטיווע אידילאגיע איז א טיפערע און מער שכל'דיגע! און ווען אידיאלאגען קריגען זיך, וועט פיל שווערער זיין אנצוקומען צו א פאראייניגטע מיינונג ווי ווען נערנים טענה'ן זיך!

דאס איז פאנדומענטאל די סיבה פארוואס די קאנסערוועטיוון געווינען אין די טאלקשאו ביזנעס, און די ליבעראלן אין די קאמעדיע ביזנעס! ווען עס קומט פארשטיין געבן די קאנסערוועטיווע שיטה, זיך ארום טענה'ן ארויף און אראפ, זענען דא אלע טאלקשאוס. ווען עס קומט פארשטיין געבן די ליבעראלע שיטה איז נאר דא איין זאך! מאכן ליצנות פון די רעכטע!

דאונט געיט מי ראנג, די טאלק שאוס זענען זיך ווערט דאס געלט, און איך פערזענליך גרויל זיך פון זיי, און קאמעדיע איז אלס אינטערעסאנטער... אפי' יענער זאל זאגן פונקט פארקערט ווי דו האלסט!

אבער דאס אליין אז אין די מידיעם דאמאנירן די רעכטע, און אין די מידיעם די לינקע, ווייזט וואס ליגט טיעף אונטער ביידע שיטות. איינס איז א אויבערפלעכליכע, "שפירט גיט" און מען קען זיך גרינג פאראייניגען און זינגען קומבאיא...... און לאכען אביסל פון די "גערעגטע רעכטע". און די אנדערע איז א טיף אידיאלאגישער, און עס זענען טאקע דא טיפע דיסקוסיעס איבער די פרטים און מען קומט זיך שווערע אויס.

אבער ווי זאגט מען נאך... יוסף דעת יוסיף מכאוב... אבער עס לוינט דאך.

אבער דעם וואס דו זאגסט עס איז נאר א "בענדעיד", און אפי' די רעכטע זענען מודה אז עס איז נאר א בענדעיד, נאופ, זיי זאגען אז זיי קענען מיט די זאכען אויסהיילן די סיסטעם.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג מארטש 13, 2016 3:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

וואוו מילי, האסט שוין לאנג נישט גוט ארויסגעברענט אקועראט וואס איך האב געוואלט שרייבען..
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילכיגער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער ריכטיג געשריבן.

און איינע פון די גרויסע טענות קעגן אבאמאקעיר אז דאס אז מען האט זיך געריקט מער צו די סיסטעם ווי קאנאדא און ענגלאנד, ווי מען ווארט זייער לאנג אויפן דאקטער און מען קען נישט צוקומען צו ריכטיגע קעיר.

האט מען גענומען א פראבלעם אז טייל מענטשן זענען נישט אינשורד, און מען האט אדאפטירט - עכ"פ טיילווייז - א סיסטעם ווי "קיינער" קען נשיט צוקומען צו גוטע אינשורענס.

און אגב קיינער שטארבט נישט פון די סיסטעם אין אמעריקע ביז היינט דאס איז ליגענט. ווייל אין אמעריקע קען יעדער אריינגיין אין שפיטאל באקומען קעיר, נאר אויב האט ער געלט וועט ער ווערן געטשארדזשט. די פראבלעם איז נאר אז אויב האט ער נישט קיין געלט גייט עס אויפן חשבון פון שפיטאל און די שפיטאל מוז בעטן מער פון די אנדערע קאסטומערס צו דעקן די לעכער.

סא גיין פון א סיסטען ווי יעדער קען אנקומען צו א דאקטער - נאר די סיסטעם האט פראבלעמען - צו א סיסטעם ווי קיינער קען נישט אנקומען צו א דאקטער, און די סיסטעם האט ווייטער פראבלעמען איז נאריש.

פארשטייסט פארוואס די צוויי באלד ווערטער זענען א אקסימאראן?

די סיסטען פון פארדעם איז אז מ'קען גיין אין עמערזענסי רום מיט א הארץ אטאק ל"ע. מ'האט "נישט" געקענט באקומען קיין קענסער טריטמענט אין עמערזענסי רום. אלזא מענטשן זענען קלאר געשטארבן פון די מצב פארדעם. אויך האט ווי געשריבן די אינשורענס געהאט רעכט אראפצווארפן מענטשן יעדע יאר. א הימל געשריי.

די סיבה פארוואס דו ווייסט נישט דערפון איז ווייל ב"ה מ'וואוינט אין נ"י ווי שוין יארן פאר אבאמאקעיר איז דא קאמיוניטי רעיטינג. איז דאך אבער דאס נישט שכל'דיג ווייל נאר קראנקע וועלן קומען. דא קומט אריין די מענדעיט וואס ראמני האט איינגעפירט (און די ליבעראלן האבן געשימפט אז דער רייכער ראמני וויל צווינגען די ארימע צו קויפן...) וואס אין א נארישע פאליטישע טוויסט איז דאס געווארן אפעגעפרעגט ביי די רעכטע.

ווען דו פרעגסט מיר ווי ס'איז בעסער צו וואוינען 1) אין א לאנד ווי יעדער באקומט אומזיסט בעיסיק קער אבער מ'קען נישט האבן גוטע מעדיצין ווייל דאקטוירים אנטלויפן וכו' אזוי ווי אין קאנאדע אדער 2) ווי מ'קען האבן אלעס אבער פאר 20$K א יאר וואלט איך געזאגט אז ס'ווענדיט זיך צו ס'איז דא RCCS וואס באצולט... אבער פארשטייט זיך אז דאס איז א לעגיטימע דעבאטע. איך זעה נישט פארוואס די לינקע טוען א עוולה מיטן וועלן איין וועג

עס איז נישט קיין אקסימאראן, ווייל די נייע סיסטעם גייט נישט ארבייטן, און מען וועט מוזן אנקומען אינגאנצן צו אאפטירן די סיסיטעם פון אנדערע לענדער. ווייל צוריק גייט א קאזע! איינאמאל "אבאמאקעיר" גייט ווערן די "נארם" גייט קיינער נישט ווילן הערן פון עפעס אנדערש. און די סיסטעם גייט אריינגיין צו א שטארקע מענדעיט, ואן עס וועט ניטאמאל זיין א מענדעיט, נאר יעדער וועט באקומען אטאמאטיש. און די צווייטע זאך וואס גייט געשען איז יוניווערסעל העלטקעיר.

סא יעצט איז עס נאר טיילווייז א פלאן ווי קיינער קען נישט צוקומען, אבער עס גייט ווערן אינגאנצן א פלאן ווי קיינער קען נישט צוקומען.

און יא, דאס ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט אז געוויסע זאכען - ווי אראפווארפן, נישט נעמען קיין קראנקע אא"וו - דארף ווערן פאראכטען. אבער דאס גייט נישט ווערן פאראכטען אויב לכבוד דעם גייסטו הארגענען פאר אנדעער מענטשן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

כהאב הנאה אז מ'קען נאך אזוי קלעבן צו א שיטה אזש אז מ'נעמט די שוואכע פוינטס דערפון און מ'מאכט דאס פאר א שטארקייט... נאכדעם וואס די רעכטע אוטרעיזש ביזנעס הנקרא טאקשאוס האבן אונז געגיבן דעם גאר נוצליכן פריימערי סייקל אלס א קולמינאציע פון דורכפעלער איינס נאכן צווייטן איז דאס גאר א סימן פון געזונטע אידאלאגיע. איך הער...

האו עבאוט אז איך זאג דיר (אזוי ווי אלבערט שרייבט אייביג) אז די לינקע געווינען ווייל ביסודם קעירן זיי פארן פאלק בשעת די רעכטע קעירן נאר פאר די פעטע קעץ?

טאטשט א גוטע פוינט נאר פארקערט. רעיגן איז געווען א קאמעדיאנט און פארקויפט זון שיין אין אמעריקע. מאז וואס די רעכטע פארקויפן נאר קלארע שיטות פארוואס די וועלט גייט אונטער (נישט דורך קליימיעט טשענזש חלילה... נאר דורך די לינקע) און זענען באבלאזענע גערעגטע אן אפערן גארנישט גייען זיי אונטער.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילכיגער האט געשריבן:כהאב הנאה אז מ'קען נאך אזוי קלעבן צו א שיטה אזש אז מ'נעמט די שוואכע פוינטס דערפון און מ'מאכט דאס פאר א שטארקייט... נאכדעם וואס די רעכטע אוטרעיזש ביזנעס הנקרא טאקשאוס האבן אונז געגיבן דעם גאר נוצליכן פריימערי סייקל אלס א קולמינאציע פון דורכפעלער איינס נאכן צווייטן איז דאס גאר א סימן פון געזונטע אידאלאגיע. איך הער...

העי.. איך האב נישט געזאגט אז די טאלקשאו ביזנעס ברענגט גוטס. און אז זייז ענען נישט שולדיג אין די יעצטיגע מצב. כ'האב אפי' געשריבן אז איך פערזעליך קען זיי נישט פארטראגן.

איך האב געשריבן אז פון די ליבעראלע שיטה קען מען נישט מאכען אזעלעכע טאלקשאוס אפי' מען וויל. מען האט שוין אסאך מאל געטרייט און עס איז זייער שנעל אונטערגעגאנגען. און דאס איז ווייל די ליבעראלע שיטה איז ליידיג.

ווער עס קעירט פאר וועמען איז א לעגעטימע דעבאטע, אבער עס קומט נישט דא. די שמועס איז אביסל פארפארן.

רעיגן האט געהאט די מעלה אז ער האט באזיצט ביידע. ער איז געווען א טיפע אידילאגישער טראכטער און קאמעדיאנט. נא זיין א קאמעדיאנט איז נאך נישט קיין חיסרון פאר זיך.

אז די וועלט גייט אונטער פארקויפן אלע, זה בכה וזה בכה, בעיקר ווען דער אנדערער איז אין אפיס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א הערליך שיינע שמועס, אדאנק אייך אלע!

פארוואס רעדט נישט קיינער פון א שעירד העלטה סעיווינגס פלען?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:כהאב הנאה אז מ'קען נאך אזוי קלעבן צו א שיטה אזש אז מ'נעמט די שוואכע פוינטס דערפון און מ'מאכט דאס פאר א שטארקייט... נאכדעם וואס די רעכטע אוטרעיזש ביזנעס הנקרא טאקשאוס האבן אונז געגיבן דעם גאר נוצליכן פריימערי סייקל אלס א קולמינאציע פון דורכפעלער איינס נאכן צווייטן איז דאס גאר א סימן פון געזונטע אידאלאגיע. איך הער...

האו עבאוט אז איך זאג דיר (אזוי ווי אלבערט שרייבט אייביג) אז די לינקע געווינען ווייל ביסודם קעירן זיי פארן פאלק בשעת די רעכטע קעירן נאר פאר די פעטע קעץ?

טאטשט א גוטע פוינט נאר פארקערט. רעיגן איז געווען א קאמעדיאנט און פארקויפט זון שיין אין אמעריקע. מאז וואס די רעכטע פארקויפן נאר קלארע שיטות פארוואס די וועלט גייט אונטער (נישט דורך קליימיעט טשענזש חלילה... נאר דורך די לינקע) און זענען באבלאזענע גערעגטע אן אפערן גארנישט גייען זיי אונטער.

העי.. איך האב נישט געזאגט אז די טאלקשאו ביזנעס ברענגט גוטס. און אז זייז ענען נישט שולדיג אין די יעצטיגע מצב. כ'האב אפי' געשריבן אז איך פערזעליך קען זיי נישט פארטראגן.

איך האב געשריבן אז פון די ליבעראלע שיטה קען מען נישט מאכען אזעלעכע טאלקשאוס אפי' מען וויל. מען האט שוין אסאך מאל געטרייט און עס איז זייער שנעל אונטערגעגאנגען. און דאס איז ווייל די ליבעראלע שיטה איז ליידיג.

ווער עס קעירט פאר וועמען איז א לעגעטימע דעבאטע, אבער עס קומט נישט דא. די שמועס איז אביסל פארפארן.

רעיגן האט געהאט די מעלה אז ער האט באזיצט ביידע. ער איז געווען א טיפע אידילאגישער טראכטער און קאמעדיאנט. נא זיין א קאמעדיאנט איז נאך נישט קיין חיסרון פאר זיך.

אז די וועלט גייט אונטער פארקויפן אלע, זה בכה וזה בכה, בעיקר ווען דער אנדערער איז אין אפיס.

גערעכט אז די שמועס פארפארט.

לידיעתי איז די סיבה פארוואס לינקע טאק שאוס גייען אונטער איז ווייל זיי זענען אומפארגינערס. די לינקע אונען שוין די עינטערטעימענט על ידי קאמעדי און האבן נישט געקענט פארגינען אז די רעכטע אונען די ענטערטעינמענט ע"י אוטרעיזש האבן זיי דארט אויך געוואלט קאמפיטן... שלעכטע מענטשן...

עהרנסט גערעדט איז די סיבה אז די רעכטע אוטרעיזש איז נאר אן ארטיקל פאר ווייסע מענער וואס פילן זיך אויסגעשפילט (ע"ע טראמפ). קיין וועג פארוואס ס'זאל מצליח זיין ביי לינקע וואס האבן די אקעדמיע/מידיא/האליוואוד וכו'. גארנישט מיט די טיפקייט פון זייערע אידעאלאגיעס. נעם דיין סברא איבער אידעאלאגיע טיפקייט און שטעל עס צו צו ען קאלטער, גלען בעק ראש לימבא און די אלע. סוועט קראכן אונטער די היץ פון דיין אויג לענס.

ווייסט ווי דיין סברא איז יא גערעכט? ביי די טינק טענקס ווי למשל קלאב פאר גראוד אדער העריטעזש דארט זענען די רעכטע שטערקער אבער אפילו דארט יש לפלפל צו איז די סיבה ווייל די לינקע זענען שוין אין אקאדעמיע אדער ווייל זענען פשוט געווינערס און געווינערס מוזן נישט זיין על טהרת השיטה ווי לוזערס...

#לאנגע שמועס. ייש"כ פארן מיטהאלטן
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך כאפ נישט דיין סברה. ווייל זיי שפירן זיך אויסגעשפילט קענען זיי רעדן און דורכטאן טיפע אידילאגישע שמועסן? קען א שוטה און אויבערפלעכליכע מענטש פלוצלינג וועל טיעף און קליג אויב שפירט ער זיך אויסגעשפילט?

נאכאמל, איז זאג נישט אז דאס איז גוט, און איך פראביר נישט צו ברענגען א סברה און צו פארשטיין "פארוואס" עס זענען דא אידילאגישע טאלקשאוס ביי די רעכטע. אויף דעם קענסטו אפשר ענטפערן וואס דו ענטפערס, אז זיי שפירן זיך אויסגעשפילט און מוזן האבן עפעס א מידיעם.

אבער איל האב פון דעם נישט גערעדט, איך האב געזאגט אז סוף סוף איז דא די זאך פון טאלקשאוס - אפגעזעהן צו עס איז גוט, און פארוואס עס איז דא - און אז דאס ארבייט איז פשט אז עפעס איז דא טיפערע אידיאלאגיע אין די שיטה. אז נישט וואלט עס נישט געארבייט, עס וואלט געווען באורינג און עס וואלט אונטערגעגאנגען פונקט ווי די סארט שמועסן ביי די לינקע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

לדעתי איז דא 2 פראבלעמען אויסגעמישט.

קודם א הקדמה. וואס איז די קאנצעפט פון אינשורענס? מ'נעמט א גרויסע עקספענס וואס באפאלט נישט יעדעם, אין מען צוטיילט עס אייניג פאר אלע מענטשען. יעדער צאלט אן ענדליכע סכום ס'רופט זיך פרימיום, און ווער ס'ווערט באפאלן פון די הוצאה צאלט מען אויס די גאנצע פון די קאסע.

דאס איז די יסוד פון אינשורענס.

אזוי ארבייט פייער אינשורענס, קאר אינשורענס, טערם לייף אינשורענס, גניבה אינשורענס, לייעביליטי אינשורענס, אנאינפלוימענט אינשורענס, און ריסיוועבעל אינשורענס.

פארשטייט זיך אויב ס'איז דא ביי א געוויסע אינדיווידועל א גרעסערע שאנס ס'זאל אים באפאלן די עקספענס וועט מען אים בעטן מער.

העלט אינשורענס דארף ווען גיין אויפן זעלבן וועג יעדער צאלט פרימיום, און די קאסע צאלט די דאקטאר.

די פראבלעם. די פרימיום איז זייער טייער, און מענטשען קענען עס נישט עפארדן.

די סיבה פאר די פראבלעם איז 2 זאכן.

1. נישט יעדער צאלט אריין, אבער יעדער נעמט. וואס איז קלאר נישט יושר, און אויף דעם פראבלעם איז אבאמא קעיר געשטעלט.
אבאמא קעיר אין קורצן צווינגט מענטשען צו קויפן העלט אינשורענס, און ווער ס'קען נישט עפארדן העלפט די געווארמענט (ליין די שטייער צאלער) באצאלן א חלק אדער די גאנצע.

2. די געלט וואס מ'צאלט פאר קעיר איז זייער טייער קאמפערט צו וואס מ'באקומט. פון די פראבלעם מאכט זיך אבאמא קעיר נישט וויסענדיג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די ערשטע טייל אויך נישט, ווייל עס ארבייט נישט אויף די ערשטע טייל אויך נישט.

סך הכל, אויף די ערשטע טייל "זאגט עס" אז עס מאכט זיך וויסענדיג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דריי עיקר טיילן פון א קאנסערוועטיווע פלאן איז אזוי.

1)

איינס מען זאל אויפעפענען די גרעניצען צווישן די סטעיטס.

2)

נאך א ווייכטיגע טייל פון א פלאן צו פארבעסערן אינשורענס איז ריפארמירן די סיסטעם פון סוען.

3)

דריטענס. מען דארף ערענסט רעפארמירן די וועג ווי א מעדעצין ווערט באשטעטיגט. שנעלער ואן מער פראקטישער ווי ביז היינט, און עס מוז קאסטען פיל ביליגער.

1 איז פאר די ערשטע פראבלעם, 2 און 3 איז פאר די צווייטע פראבלעם.

נ. ב. יעצט פארשטיי איך פארוואס טראמפ זאגט אז די אלטערנאטיוו פאר אבאמא קעיר איז עפענען גרעניצן, ווייל די אנדערע סעלושינס באהאנדלן אן אנדערע פראבלעם.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די עיקר גורם פאר די ערשטע פראבלעם איז, אז די העלט אינשורענס מארקעט איז פיל רעגולעישאן'ס, ווען מ'לאזט עס ווען א פרייע מארקעט וועלן אלע פראבלעמען פארשווינדן ווערן.

חוץ דעם וואס די רעגולעישאן'ס לייגן צו אדמיניסטרעטיוו קאסט, וואס ווי מ'שטייט היינט מיט אזויפל רעגולעישאן'ס איז עס א חלק ניכר פון די פראבלעם.

איז די רול איז מ'מוז אננעמען מענטשען וואס זענען שוין קראנק פאר די זעלבע פרימיום, גורם פאר די אומ'יושר'דיגע פרומיום אויף די וואס קויפן אינשורענס ערליך.

מיט די ריכטיגע קאמפעטישאן, און מיט די מינעמאלע רולס, וואלט די פרייזן געטראסקעט גאר שנעל.

מיין פלאן פאר די ערשטע פראבלעם:

1. עפענען גרעניצן צווישן שטאטן
2. יושר'דיגע פרימיום אזויווי קאר אינשורענס.
3. ווער ס'קויפט נישט קיין אינשורענס איז ריספאנסיבל פאר זיין בילל, און קאלעקשאנס וועלן אנגיין ביז ער צאלט עס.
4. פאר די וואס האבן נישט קיין אינשורענס און די שפיטעלער האבן מורא זיי צו נעמען ווייל זיי וועלן פארלירן געלט אויב זיי צאלן נישט. זאל די גאווערמענט איבערנעמען די חוב, באצאלן פאר די שפיטאל, און מאכן די קאלעקשאנס.

נומבער 4 וועט סאלווען די פראבלעם פון נישט לאזן מענטשען שטארבן אויף די גאס...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”