מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

אסדר, לאמיר דיר אביסל קאנפראנטן דאס וואס דו אוינסט דא די פאקטן.

פרייטאג אוגוסט 16 8:41 http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1982192

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פאר דער וואס וואונדערט זיך, די נעקסטע ממשלה גייט זיין רעכטע מיט לינקע. נישטא קיין אויסוועג. ליבערמאן איז א דפוק און ער גייט ווייטער פארפירן. ס'גייט ווארשיינליך זיין גרויסע סופרייזעס כדי צו פארמיידן פרישע בחירות, די שאלה איז נאר ווער מיט וועמען.

איינמאל מ'האלט ביי אזא מצב, וויל יעדער זיין אינעם קאאליציע. אז ס'איז סיי ווי רעכט מיט לינק, פארוואס זאל זיין ביבי מיט גאנץ, אפשר ימינה מיט גאנץ? אפשר העבודה מיט ליכוד?... בקיצור, די שאלה איז נאר ווער ס'גייט זיך ברעכן ערשט.

אצינד איז יעקב אשר פון דגל געווען די ערשטע צו זאגן אז ער איז נישט געבינדן צו ביבי, און זיצט שוין פאקטיש מיט גאנץ.... נישט אזא באמבע חידוש בעצם.

פרייטאג אוגוסט 16 9:12. http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1982213

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מיין מיינוג איז אז ביבי וועט נאך באווייזן צו ענדיגן מיט 35-36, חרדים 15, ימינה ארום 10-11, און ער וועט האבן פונקט 61.

פאריגע בחירות אזא צייט איז ער געשטאנען ביי אונטער 30 אין רוב סקרים, און ער האט געמאכט 36.

פאקטן טוישן זיך נישט אזוי שטארק יוזשעלי אין 31 מינוט, טעאריעס יא.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 4:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובה דורך שמחה ונחת »

אין כל חדש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:חלום חלומתי
איך קען רואיג שפינען פארקערט

שפין מיין קינד שפין. דאס זענען פאקטן.

פאקטן? טעאריעס!

א טעאריע אז די חרדים שטימען אלץ אין די מאסן?
א טעאריע אז ליבערמאן לייגט מער אין געפאר די רעכטע ווי די לינקע?
א טעאריע אז די לינקע פארטייען זענען מער צופראסקעט צווישן זיך?
א טעאריע אז ימינה-שקד האט מער האפענונג און אנטוזיאזם ווי פאריגע מאל?
א טעאריע אז ביבי'ס קארידארן לעבן מער ווי לפיד'ס? אבער נאך ווי א טעאריע
א טעאריע אז די גנץ מיט לפיד קאמבאנאציע הענגט אויף א האר? אבער נאך ווי א טעאריע
א טעאריע אז מ'שטימט ווייניגער ווען מ'גייט צו בחירות אזוי שנעל? אבער נאך ווי א טעאריע
א טעאריע אז די רעכטע זענען צופרידן מיט ביבי? אבער נאך ווי א טעאריע
א טעאריע אז די לינקע זענען אומזיכער מיט גנץ? אבער נאך ווי א טעאריע
א טעאריע אז העבודה טראסקעט? אבער נאך ווי א טעאריע

זיי מסביר ביטע וואס די טעאריעס זענען. ייש"כ.

כבוד הרב אין כל חדש, כ'בין חושד אז איר האט זיך אנגעליינט/אנגעהערט מיט צופיל לינקע מידיע פראפאגאנדע
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אנדערש ווי ביי די לעצטע וואלן, ווען ס'איז פארגעקומען א מעמד אין בני ברק דורך גדולי תורה און עקסטער אין ירושלים דורך גדולי הרבנים, (און שפעטער די לעצטע נאכט נאך אן עצרת תפילה ביים כותל), וועט דאסמאל פארקומען איין ריזיגע מעמד פאר ליטאים און חסידים ביחד אין ירושלים עיה"ק, אין באטייליגונג פון גדולי התורה און גדולי האדמורי"ם.

גדול יהיה כבוד המעמד, א גאר היסטארישע זאך איז ערווארטעט.

די אשכול איז נישט פאר פראפאגאנדע
ביטע נישט צוברענגן צום פארשליסונג פונעם אשכול

הער אויף דרייען א קאפ.

ביטע נישט צוברענגן צום פארשליסונג פונעם אשכול
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:אסדר, לאמיר דיר אביסל קאנפראנטן דאס וואס דו אוינסט דא די פאקטן.

פרייטאג אוגוסט 16 8:41 http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p1982192

אסדר לסעודתא האט געשריבן:פאר דער וואס וואונדערט זיך, די נעקסטע ממשלה גייט זיין רעכטע מיט לינקע. נישטא קיין אויסוועג. ליבערמאן איז א דפוק און ער גייט ווייטער פארפירן. ס'גייט ווארשיינליך זיין גרויסע סופרייזעס כדי צו פארמיידן פרישע בחירות, די שאלה איז נאר ווער מיט וועמען.

איינמאל מ'האלט ביי אזא מצב, וויל יעדער זיין אינעם קאאליציע. אז ס'איז סיי ווי רעכט מיט לינק, פארוואס זאל זיין ביבי מיט גאנץ, אפשר ימינה מיט גאנץ? אפשר העבודה מיט ליכוד?... בקיצור, די שאלה איז נאר ווער ס'גייט זיך ברעכן ערשט.

אצינד איז יעקב אשר פון דגל געווען די ערשטע צו זאגן אז ער איז נישט געבינדן צו ביבי, און זיצט שוין פאקטיש מיט גאנץ.... נישט אזא באמבע חידוש בעצם.

פרייטאג אוגוסט 16 9:12. http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1982213

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מיין מיינוג איז אז ביבי וועט נאך באווייזן צו ענדיגן מיט 35-36, חרדים 15, ימינה ארום 10-11, און ער וועט האבן פונקט 61.

פאריגע בחירות אזא צייט איז ער געשטאנען ביי אונטער 30 אין רוב סקרים, און ער האט געמאכט 36.

פאקטן טוישן זיך נישט אזוי שטארק יוזשעלי אין 31 מינוט, טעאריעס יא.

די ערשטע איז וואס די גאס ווייסט און יעדער גלייבט. לויט דעם אי אלעס געבויט, און מיט דעם האב איך מסביר געווען א נקודה. קוק די המשך פון פארדעם וועט עס שטימען.

די צווייטע איז מיין פערזענליכע מיינונג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:פאקט
ביבי'ס אימעדזש איז צופראסקעט

פאקט
אנקעטע פירמעס אנאליזירן אייביג די פראצענטן וואס פלאנען צו שטימען, און די נומערן וואס ווערט ארויסגעלייגט איז שוין נאך אלע אנאליזן

צווייטע פאקט: ווילסט רעדן פון אנקעטעס? געדענקסט ביבי'ס 27 ביי די לעצטע וואלן? וויפיל האט ער למעשה געהאט?

https://en.wikipedia.org/wiki/Opinion_p ... e_election
רעכטע און לינקע בלאקן זענען אריינגעקומען זייער אקוראט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ענק
אטעטשמענטס
IMG_20190822_155814.jpg
IMG_20190822_155814.jpg (67.73 KiB) געזען 1014 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אין כל חדש האט געשריבן:https://en.wikipedia.org/wiki/Opinion_p ... e_election
רעכטע און לינקע בלאקן זענען אריינגעקומען זייער אקוראט

יא, גרויסע קונץ, ווייל עוצמה מיט ימין החדש האבן פארשפילט מיט א האר... נאך אפאר הונדערט שטימען, און זיי זענען אףף מיט 8 בענקלעך.

דאס איז חוץ מזה וואס ביבי איז כמעט 10 העכער פון די פאולס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:https://en.wikipedia.org/wiki/Opinion_p ... e_election
רעכטע און לינקע בלאקן זענען אריינגעקומען זייער אקוראט

יא, גרויסע קונץ, ווייל עוצמה מיט ימין החדש האבן פארשפילט מיט א האר... נאך אפאר הונדערט שטימען, און זיי זענען אףף מיט 8 בענקלעך.

דאס איז חוץ מזה וואס ביבי און גאנץ איז כמעט 10 העכער פון די פאולס.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קיין אהנונג וואס דו ווילסט ארויסברענגען. כ'האב גערעדט פון די חשון וואלן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

אזוי פאנגט זיך א תגובה אן, אן קיין שום דיסקלעימער אז מען האלט אנדערש.

"פאר דער וואס וואונדערט זיך, די נעקסטע ממשלה גייט זיין רעכטע מיט לינקע. נישטא קיין אויסוועג."
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:אזוי פאנגט זיך א תגובה אן, אן קיין שום דיסקלעימער אז מען האלט אנדערש.

"פאר דער וואס וואונדערט זיך, די נעקסטע ממשלה גייט זיין רעכטע מיט לינקע. נישטא קיין אויסוועג."

דאס איז דער אנגענומענער דעת הקהל, און אויף פען און פאפיר שטימט עס די בעסטע. און דאס איז מסביר די ווערטער פון יעקב אשר וואס כ'האב געשריבן א תגובה פריער. ע"ש ותמצא.

שפעטער האב איך צוגעלייגט 'מיין מיינונג'.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

אין כל חדש האט געשריבן:פאקט
ביבי'ס אימעדזש איז צופראסקעט

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אצינד איז יעקב אשר פון דגל געווען די ערשטע צו זאגן אז ער איז נישט געבינדן צו ביבי, און זיצט שוין פאקטיש מיט גאנץ.... נישט אזא באמבע חידוש בעצם.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס איז די ראיה?

אז ליבערמאן ציט אן אסאך שונאי חרדים, מיינט אז ביבי איז צופראסקעט? אבי געהאקט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איז די ראיה?

אז יעקב אשר פון דגל זאגט אז ער איז נישט געבינדן צו ביבי, און זיצט שוין פאקטיש מיט גאנץ.
ודו"ק
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אין כל חדש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איז די ראיה?

אז יעקב אשר פון דגל זאגט אז ער איז נישט געבינדן צו ביבי, און זיצט שוין פאקטיש מיט גאנץ.
ודו"ק

ס'זאגט אז די גוש הימין איז שוואכער, ווייל ביבי האט פארלוירן ליבערמאן. א פארטיי ארויס.

ווער זאגט אנדערש?

ומרדכי לא יכרע...

די גרויסע זינגערס, מב"ד און מאטי שטיינמעץ גרייטן זיך מיט אדוואקאטן צום געריכט זונטאג, איבער זייער קאנצערט וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך.
אטעטשמענטס
IMG_20190822_164905.jpg
IMG_20190822_164905.jpg (26.49 KiB) געזען 909 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ער גייט נישט. יהדות האט 8 מנדטים לויט 'אלע' סקרים. די אחוזי הצבעה איז גאר נידריג. נאר חרדים גייען פונקט ווי אייביג.

עני שכל'דיגע הסבר פארוואס יהדו"ת האט לויט די פאולס 8 כאטש אז ביי די לעצטע וואלען האבן זיי שווער באקומען א אכטע מאנדאט, משא"כ ש"ס וואס האט ברייט באקומען אכט באקומט אין די פאולס נאר זיבן?!

כ'האב עס געשריבן.

די בענקלעך ווענדן זיך נישט אין נומערן פון וויילער נאר אין די אחוזי הצבעה פון גאנצן לאנד. פראצענטואל!

לויט אלע אנאליזן גייט דער אחוז הצבעה זיין נידריגער ווי געווענליך, וויבאלד עס איז אזעלכע שנעלע בחירות. די חרדים גייען יא גיין שטארק נאר צוליב ליבערמאן, אבער די פרייע האבן נישט קיין סיבה צו שטימען דאסמאל.

סימפל עס דעט.

האסט נישט געענפערט מיין פראגע, ווייל ווען מען רעדט אז חילונים גייען נישט ארויסקומען שטומען רעדט מען נישט פון ש"ס וואטערס אפילו א אטייל פון זיי זענענן דתיים ומסורתיים.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובה דורך שמחה ונחת »

קאנסילמאן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ער גייט נישט. יהדות האט 8 מנדטים לויט 'אלע' סקרים. די אחוזי הצבעה איז גאר נידריג. נאר חרדים גייען פונקט ווי אייביג.

עני שכל'דיגע הסבר פארוואס יהדו"ת האט לויט די פאולס 8 כאטש אז ביי די לעצטע וואלען האבן זיי שווער באקומען א אכטע מאנדאט, משא"כ ש"ס וואס האט ברייט באקומען אכט באקומט אין די פאולס נאר זיבן?!

כ'האב עס געשריבן.

די בענקלעך ווענדן זיך נישט אין נומערן פון וויילער נאר אין די אחוזי הצבעה פון גאנצן לאנד. פראצענטואל!

לויט אלע אנאליזן גייט דער אחוז הצבעה זיין נידריגער ווי געווענליך, וויבאלד עס איז אזעלכע שנעלע בחירות. די חרדים גייען יא גיין שטארק נאר צוליב ליבערמאן, אבער די פרייע האבן נישט קיין סיבה צו שטימען דאסמאל.

סימפל עס דעט.

האסט נישט געענפערט מיין פראגע, ווייל ווען מען רעדט אז חילונים גייען נישט ארויסקומען שטומען רעדט מען נישט פון ש"ס וואטערס אפילו א אטייל פון זיי זענענן דתיים ומסורתיים.

שס וואוטערס זענען שווערער ארויסצושלעפן צו די קלפיות (היינט נאך די פטירה פון רבי עובדיה) ווי די חסידים/ליטאים.
ביי חסידים / ליטאים איז עס אין ישיבות.. בתי מדרשים.. שטיבלאך.. אדג.
ספרדישע זענען סיי מער צושפרייט און סיי אלע ערליי מיני מענטשן.

שמחה ונחת האט געשריבן:

האסט עני פאקטען אדער ראיות צו דיינע ווערטער? ווייל הרב יוסף ז"ל לעבט שוין נישט עטליכע יאר, און די מציאות ביז היינט האט נישט געוויזען אזוי ווי דו זאגסט, נאר פארקערט.

פונקט פארקערט, די מציאות איז מיין איינציגסטע ראיה.
זיי האבן געהאט סאך מער בענקלעך בימיו!
און מענטשן ווערן דאך נאר מער.. זעסטו..
דרעי האט ביטער שווער געארבעט פאר די יעצטיגע 8 בענקלעך און בימי הרב עובדיה איז געווען איבער 10 ארויס פון ארבל...
משא"כ יהדות התורה גייט גרינגערהייט ארויף.

אסדר לסעודתא האט געשריבן:כ'האב עס געשריבן.

איר באציט זיך לגמרי נישט צו וואס איך האב געפרעגט, לייען איבער מיין ערשטע שאלה - אויב איר ווילט נאכאמאל ענטפערן.

פרעגסט שכל'דיג פארוואס געבן די פאולס מער פאר יהדוה"ת ווי פאר ש"ס.
זעה מיין תשובה.
ווייל ביי די ליטאים / חסידים איז דא א התלהבות פונקט ווי ביי די פאריגע בחירות - משא"כ ביי די ספרדים וואס ס'איז שווער צו טראכטן אז דרעי זאל נאכאמאל קענען ארויסשלעפן 8 בענקלעך.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

תגובה דורך קאנסילמאן »

בקיצור האט איר א נייע סיבה יעצט גארנישט מיר הרב יוסף?!

אייער ענטפער שטימט מיט די פאקטען, אבער איך וועל עס דא לאזען.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובה דורך שמחה ונחת »

קאנסילמאן האט געשריבן:בקיצור האט איר א נייע סיבה יעצט גארנישט מיר הרב יוסף?!

אייער ענטפער שטימט מיט די פאקטען, אבער איך וועל עס דא לאזען.

בימי הרב עובדיה איז די סיבה נישט געווען.
דעמאלטס האבן זיי געהאט די זעלבע התלהבות און נאטורליכע וואוקס ווי היינט ביי די חסידים/ליטאים.
קוק אויף די נאמבערס.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובה דורך אין כל חדש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איז די ראיה?

אז יעקב אשר פון דגל זאגט אז ער איז נישט געבינדן צו ביבי, און זיצט שוין פאקטיש מיט גאנץ.
ודו"ק

ס'זאגט אז די גוש הימין איז שוואכער, ווייל ביבי האט פארלוירן ליבערמאן. א פארטיי ארויס.

ווער זאגט אנדערש?

קיינער!
איך שרייב די פאקט, און דו שרייבסט די סיבה דערצו
ושלום על ישראל

די טעאריע איז, אז א האלבע יאר צוריק וואלט דגל נישט געטראכט הויך פון אויסקרויזן ביבי'ן, און די עצם געדאנק פון אזא מחשבה ווייזט אז ביבי האט פארלוירן זיין מאכטפולע איינפלוס (ופשוט הוא אף לשאינם מדקדקים)

בקיצור, ווי איך ציל איז, אז מען דארף שטעלן א גבול צווישן פאקטן און נומערן ביז האפענונגען און פאנטאזיעס

איך בין נישט קיין נביא און קיין בן נביא, און איך וויס נישט וואס די רעזולטאטן וועלן זיין
אבער לויט די סטאטיסטיקס וואס יעצט עוועילעבל קוקט די מערסטע אויס אז נתניהו וועט נישט האבן 60 בענקלעך און אויך אז גאנץ און נתניהו וועלן ענדיגן היבש נאנט, אין אזא פאל איז מסתבר אז גאנץ און לאפיד וועלן לייגן דרוק צו באקומען א שאנס אויפצושטעלן א רעגירונג, און במילא זע איך נישט פארוואס גאנץ זאל אפילו באטראכטן צו גיין מיט נתניהו אין איין רעגירונג, פארגעס נישט די גאנצע פאררופן נייע וואלן איז געווען א טריק פון נתניהו צו פארלויפן די וועג פאר גאנץ צו באקומען א שאנס, טא זאל יעצט גאנץ גאר איבערגעבן די פרעמיערשאפט פאר ביבי אויף א גאלדענעם טאץ? אתמהה

עס טוט זיך דא אויך אסאך איבער אינערליכע רייבערייען צווישן גאנץ און נתניהו, איך ליין ב"ה נישט די ישראלישע צייטונגען (דלא כשמחה ונחת) אבער פון וויפיל איך ליין דא אויף אייוועלט, זעט עס אויס ווי די רעכטע לאגערן פרובירן גאר שטארק אראפצומאלן אז זיי שטייען פאר א טיילונג, און די לינקע לאגערן פרובירט עס אראפצושפילן אלס בלויז קלייניגקייטן, די אמת ווייס איך נישט, ווייל בכל אופן סיי אויב עס איז ערנסט סיי אויב נישט, וועלן אייביג די פארטייען אראפמאלן לויט זייערע געשמאק, בלייב איך ביי דעם, אז וויבאלד פאליטיש איז דאס א טויט קלאפ פאר ביידע זיך אפצוטיילן, וועלן זיי ווייטער אנציען צוזאמען ווי ווייט מעגליך
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”