מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

איין זאך וואס איז מיר שטארק שווער געווען אייביג. כאפט א בליק אויף דרום מערב אמעריקע, עטליכע שטאטן דארט זענען געווען א חלק פון מעקסיקאנער טערעטאריע, און ווען מעקסיקא האט זיך אנגעהויבן מיט אמעריקע האט אמעריקע צוריק אינוואדירט מעקסיקא און איז געבליבן מיט דעם וואס מ'האט געכאפט. איך מיין אז אזוי גייט עס, אז די האסט אנגעהויבן א קריג און אינז האב מיר זיך פארטייטיגט, און א חלק פון די פארטיידיגונג איז געווען אריין צו דרינגען צו דיר אין לאנד אריין, פארוואס דארף איך עס צוריק געבן?? דאס האט דאך די מדינה געטאן ביי די זעקס טעג מלחמה, ס'האט געדראט א גענצליכע פארניכטונג פון די מדינה און זיי האבן זיך פארטיידיגט און ארויס געיאגט די אינוואדירער פון דארט.

אויב איינער קען פארשטיין געבן..
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

אויסגערעכנט האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז ביביס פלאן מיטן סטראשענען נישט צו האנדלען ווייטער מיט די אלע לענדער?

איין זאך וואס מ'דארף פארשטיין איז אז ארץ ישראל איז איינער פון די מאכטפולסטע לענדער ווען ס'קומט צו טעכנעלאגיע, גאר אסאך אויסטרעפונגען קומט פון דארט און זיי ווייסן אז צו סאך קען זיך אן ערשטע וועלט לאנד מיט זיי נישט פארשעפען, זיי ווייסן אויך ביז וואו ווייט זיי קענען שלעפן די שטריק על כל פנים אזוי זעט אויס.
לעצט פארראכטן דורך אמביציע אום מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 10:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

געטראפן די תירוץ אויף מיין שאלה.

International law according to the Fourth Geneva Convention (article 49), prohibits an occupying power transferring citizens from its own territory to occupied territory. Israel maintains that international conventions relating to occupied land do not apply to the West Bank because they were not under the legitimate sovereignty of any state in the first place. This view was rejected by the International Court of Justice and the International Committee of the Red Cross.

דאס אז ס'שטערט די שלום פראצעדור איז לכאורה לכ"ע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך ווייס נישט צי מעלה אדומים איז סמוך ונראה צו ירושלים. וואס איך זע יא, איז אז מעלה אדומים איז סמוך ונראה צונישט צומאכן יעדע מעגליכקייט פון א צוויי שטאַטן פלאן. מיט די מערב ברעג צעטיילט אין צווייען ברעגסטו אונטער די מעגליכקייט פאר א פונקציאנירנדער פאלעסטינער שטאַט.

סאו וואס האלטסטו זאל מען טוהן מיט די 36 טויזענט איינוואוינער פון מעלה אדומים? מ'זאל זיי פארטרייבן?

מעלה אדומים איז געבויעט געווארן אין מדבר יהודה אויף לאנד וואס באלאנגט נישט צו פריוואטע אייגענטומער, די פאר בעדוענס וואס האבן געהאט דארט זייערע טענטס האט מען באצאלט קעש פארן פארלאזן דאס פלאץ.

די האוזינג מארקעט דארט איז זייער שווער צוליב דעם וואס מ'האט שוין גארנישט צוגעבויט זייט 2009. ס'איז ד גענוג פלאץ צו בויען (ס'איז דאך אין א מדבר) נאר די יו ען מיט אבאמא לאזן נישט ווייל ס'גייט באדערן פאר די חיות בצורת אדם, די אראבערס.

לגבי די טענה אז די מערב ברעג גייט נישט קענען פונקציאנירן אלס א זעלבסטשטענדיגע לאנד, איז אויך נישט אמת. ווייל אפילו אויב מעלה אדומים וואלט נישט עקזיסטירט וואלטן זיי אויך נישט געקענט אליינס פונקציאנירן. ודבר פשוט הוא לכל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

אלעס פיין און וואיל, און ווען ביבי רייצט זיך ווען נישט מיט אבאמא און די גאנצע וועלט וואלט נישט געקומען די רעזאלוציע.

נוצר תאנה יאכל פריה.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובה דורך הבוחר בטוב »

אמביציע האט געשריבן:איין זאך וואס איז מיר שטארק שווער געווען אייביג. כאפט א בליק אויף דרום מערב אמעריקע, עטליכע שטאטן דארט זענען געווען א חלק פון מעקסיקאנער טערעטאריע, און ווען מעקסיקא האט זיך אנגעהויבן מיט אמעריקע האט אמעריקע צוריק אינוואדירט מעקסיקא און איז געבליבן מיט דעם וואס מ'האט געכאפט. איך מיין אז אזוי גייט עס, אז די האסט אנגעהויבן א קריג און אינז האב מיר זיך פארטייטיגט, און א חלק פון די פארטיידיגונג איז געווען אריין צו דרינגען צו דיר אין לאנד אריין, פארוואס דארף איך עס צוריק געבן?? דאס האט דאך די מדינה געטאן ביי די זעקס טעג מלחמה, ס'האט געדראט א גענצליכע פארניכטונג פון די מדינה און זיי האבן זיך פארטיידיגט און ארויס געיאגט די אינוואדירער פון דארט.

אויב איינער קען פארשטיין געבן..

אז מדנ"י גייט מיט דעם מהלך עס צו אפעציעל אנעקסירן וועלן זיי דארפן געבן פולע בירגערשאפט פאר נאך צוויי מיליון אראבער און דעמאלטס איז אויס יודישע מדינה. און צוהאלטן צוויי מיליון מענטשן ווי צווייטע קלאס בירגער אן וועהל רעכטן דאס רופט די וועלט א אפארטייד. באמת האט שוין ביבי אויך מודה געווען און פרינציפ אז ס'דארף ווערן א פאלעסטינע מדינה ער וויל נאר אזא האלבע מדינה אן א מיליטער אן דעם אז זיי זאלן אליינס קאנטראלירן די גרעניץ מיט ירדן אן קאנטראלירן לופט זאנע וכו' וכו' און דאס זענען די פאליסטינער נישט מסכים
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

זאכליך האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:פארוואס פארשטייסטו אז רוסלאנד קומט זיך סאנקציעס פארן פארלעצן אוקראינע'ס זעלבסטשטענדיגקייט מיטן אקופירן קרים

אבער א 'פארוואסערטע' יו.ען. רעזאלוציע קעגן א פופציג יעריגער אפארטהייד-אקופאציע איז עק וועלט?

1. די רוסן זענען אריין אין קרימיע אן קיין סיבה, פלעין ווייל זייער געשטיצטע פירער פון אוקריינע איז געווארן אומגעווארפן, משא"כ די ציונים ימש זענען אריין אין די מערב ברעג צוליב די 6 טאגיגע מלחמה, וואס איז א לעגעטימע סיבה צו אקופירן שטחים און לעגאל לויט די יו ען. (און איז אסור ע"פ תורה).

2. די רעזאלוציע איז נישט אקעגן די אקופאציע (טאקע ווייל #1) נאר קעגן דאס בויען אין די אקופירטע שטחים.

אין קרים איז אפגעהאלטן געווארן א רעפערענדום אונטער רוסישע אויפזיכט און לויט ווי די רוסן זאגן האבן א מערהייט בירגער געשטימט אנצושליסן דעם טעריטאריע אין רוסלאנד. די קרימער איינוואוינער האבן אלע באקומען געהעריגע רוסישע בירגער-רעכט און אנדערע ציווילע רעכטן. דאך האבן די אייראפעאישע לענדער איינגעשטימט אז אין 2014 קען מען נישט צולאזן אזא הפקר וועלט ווי איין לאנד אינוואדירט טעריטאריע פון א צווייטן לאנד און נעמט דאס צו פונעם צווייטן לאנד, אפגעזען די רוסישע טענות ומענות.

דו רעדטסט אזוי פון מיליטערישע אקופאציע כאילו עס איז הפקר וועלט. א מיליטערישע אקופירנדע מאכט האט גאר אסאך באגרעניצונגען און רעגולאציעס אויף וואס זיי מעג טון אין די אקופירטע טעריטאריעס, און צודעם קומען צו פילע פארפליכטונגען וואס זי דארף צושטעלן צו די אקופירטע באפעלקערונג.
צו דעם אלעם איז דא די זידלונגען וואס זענען עקסטער פארבאטן פארן אקופירער אונטער אינטערנאציאנאלע געזעץ.

בשעת רוסלאנד פארלעצט די רעכטן פון א צווייטע לאנד, אבער נישט דווקא די רעכט פונעם ארטיגן דורכשניטליכן בירגער, טוט מדנ"י פארלעצן די מענטשן רעכט און ציווילע רעכט פון מיליאנען פאלעסטינער פאר כמעט 50 יאר.

זאכליך האט געשריבן:סאו וואס האלטסטו זאל מען טוהן מיט די 36 טויזענט איינוואוינער פון מעלה אדומים? מ'זאל זיי פארטרייבן?

מעלה אדומים איז געבויעט געווארן אין מדבר יהודה אויף לאנד וואס באלאנגט נישט צו פריוואטע אייגענטומער, די פאר בעדוענס וואס האבן געהאט דארט זייערע טענטס האט מען באצאלט קעש פארן פארלאזן דאס פלאץ.

די האוזינג מארקעט דארט איז זייער שווער צוליב דעם וואס מ'האט שוין גארנישט צוגעבויט זייט 2009. ס'איז ד גענוג פלאץ צו בויען (ס'איז דאך אין א מדבר) נאר די יו ען מיט אבאמא לאזן נישט ווייל ס'גייט באדערן פאר די חיות בצורת אדם, די אראבערס.

לגבי די טענה אז די מערב ברעג גייט נישט קענען פונקציאנירן אלס א זעלבסטשטענדיגע לאנד, איז אויך נישט אמת. ווייל אפילו אויב מעלה אדומים וואלט נישט עקזיסטירט וואלטן זיי אויך נישט געקענט אליינס פונקציאנירן. ודבר פשוט הוא לכל.

פארטרייבן? ניין. בוי מער און מער הייזער און באזעץ דארט נאך און נאך עקסטרעמיסטן אז אין צען יאר ארום זאלסטו קענען מיט א בלעכענעם פנים פרעגן "וואס האלטסטו זאל מען טוהן מיט די 72 טויזענט איינוואוינער פון מעלה אדומים? מ'זאל זיי פארטרייבן?"

מעלה אדומים אין אין הארץ פון די פאלעסטינער געביטן. דאס מאכט די מעגליכקייט פון א פאלעסטינער לאנד כמעט אוממעגליך, און דאס איז די סיבה פארוואס מען האט דאס אהינגעשטעל אין די 'פירסט פלעיס.' מאך דיר יעצט נישט אזוי תמ'עוואטע "וואס זאל איך טון מיט זיי?" האסט גענומען דיינע בירגער און סטראטעגיש זיי אריינגעשטעלט אין א סענסיטיווע לאקאציע פאר געאפאליטישע צילן. זיי מוחל און טרעף אליינס א לעזונג צום איצטיגן פראבלעם. בוי עטליכע שטעטלעך אין מדנ"י און פעקל זיי אריבער.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

עס קריכט מיר נישט אריין אין קאפ ווי פונקט די אנטי אימיגראנטן עקסטרעמיסטן אין אמעריקע וואס פארשטייען אז יעדע אומלעגאלער אימיגראנט מוז ווערן ארויסגעשטויסן פון לאנד אפגעזען די מצב פונעם לאנד פון ווי זיי זענען אנטלאפן, זענען די זעלבע וואס קענען נישט פארשטיין פארוואס די ציוניסטישע עקסטרעמיסטן וואס ווילן ארויפצווינגען זייער ציוניסטישן רעגירונג אויף מיליאנען פאלעסטינער פליטים אין די מערב ברעג (וואס זענען שוין איינמאל פארטריבן געווארן פון זייערע היימען אין 1948) זאלן נישט מעגן בויען זייערע אומלעגאלע אפארטהייד זידלונגען (און ראודס אויף וועלכע פאלעסטינער מעגן נישט פארן, און טשעקפוינטס, ראודבלאקס, צוימען, מויערן אא"וו וואס פייניגן יעדן טאג מיליאנען פאלעסטינער) אין פאלעסטינע.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

תגובה דורך פטיש »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:עס קריכט מיר נישט אריין אין קאפ ווי פונקט די אנטי אימיגראנטן עקסטרעמיסטן אין אמעריקע וואס פארשטייען אז יעדע אומלעגאלער אימיגראנט מוז ווערן ארויסגעשטויסן פון לאנד אפגעזען די מצב פונעם לאנד פון ווי זיי זענען אנטלאפן, זענען די זעלבע וואס קענען נישט פארשטיין פארוואס די ציוניסטישע עקסטרעמיסטן וואס ווילן ארויפצווינגען זייער ציוניסטישן רעגירונג אויף מיליאנען פאלעסטינער פליטים אין די מערב ברעג (וואס זענען שוין איינמאל פארטריבן געווארן פון זייערע היימען אין 1948) זאלן נישט מעגן בויען זייערע אומלעגאלע אפארטהייד זידלונגען (און ראודס אויף וועלכע פאלעסטינער מעגן נישט פארן, און טשעקפוינטס, ראודבלאקס, צוימען, מויערן אא"וו וואס פייניגן יעדן טאג מיליאנען פאלעסטינער) אין פאלעסטינע.

ממש א הארץ ווייטאג מלאזט נעבעך נישט אדורך די פאלעסטינער און מפייניגט זיי אויס טאג טעגליך, הא?
יעדע איינע פין די שאסייען וואס זענען פאר זיי פארמאכט איז נאר ווייל סזענען געווען דארטן טעראר און ווען מ'האט נאר פרובירט דאס אויפצומאכן פאר זיי איז ווידער אמאל געווען טויטע ל"ע
מאך דיך נישט אזוי תאמעוואטע און טאמער דו ביסט איז רעד נישט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

וואס מיינט "working ties"?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובה דורך ס'שטימט »

להודיע האט געשריבן:Israel News Feed‏ @IsraelHatzolah
BREAKING: Israel suspends "working ties" with all 12 nations who voted for UN resolution on settlements.

ISRAEL SUSPENDS WORKING TIES:
-Britain
-France
-Russia
-China
-Japan
-Ukraine
-Angola
-Egypt
-Uruguay
-Spain
-Senegal
-New Zealand

#ביבי טענדרום

וואס איז פשט פון דעם, וואס האט ער אנקעגן די אלע לענדער??
האבן זיי געשטימט אין די un אנקעגן בויען אין די שטחים?
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובה דורך גליטשעדיג »

ממש א געלעכטער ווי ביבי פאכעט מיט די האנט און סטראשעט די אלע וועלטס לענדער,
און עס האט מיך געקאסט א גוטן לאך ליינענדיג אין איינס פון די איזרעאלישע נייעס מעלדונגען אז די וועלט לענדער זענען דערשראקן פון ביבי'ס סטראשערייען,
בשעת דער דל גאה איז דער וואס דארף צוקומען צו די וועלט און נישט פארקערט.

און אויב זענען דא אידן מאמינים בהשם וואס זענען צובראכן אז די יו ען האט געשטימט קעגן די מדינה לאמיר איבער'חזר'ן עטליכע פונקטן:
1) לב מלכים ושרים ביד ה', אבאמא איז דער מנהיג פון אמעריקע און זיינע שריט, צוזאמען מיט די שריט פון אלע וועלטס לענדער ווערן געמאכט דורך שרי מעלה.
2) די גאנצע מדינה איז נישט קיין שום טובה פאר כלל ישראל, און מיר זענען אויף דעם מתפלל כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ. דער מחלל שבת וכופר בעיקר ביבי, מיינט נישט די טובה פון כלל ישראל.
3) די שטחים און די גאנצע מדינה איז נישט "אונזער", מיר זענען יעצט אין א שווערן ביטערן גלות, הן אין חוץ לארץ אונטער אומות העולם, הן ארץ ישראל אונטער מינים וכופרים.
4) בקרוב וועלן מיר באקומען גאנץ ארץ ישראל אלס לאנד "אשר ה' אלקיך נותן לך" דורכ'ן מלך המשיח בב"א.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

די רעדע איז נישט צו ס'איז 'אונזערס'
די רעדע איז צו עס איז איזראעל'ס אדער די אראבער'ס.....
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ס'שטימט האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:Israel News Feed‏ @IsraelHatzolah
BREAKING: Israel suspends "working ties" with all 12 nations who voted for UN resolution on settlements.

ISRAEL SUSPENDS WORKING TIES:
-Britain
-France
-Russia
-China
-Japan
-Ukraine
-Angola
-Egypt
-Uruguay
-Spain
-Senegal
-New Zealand

#ביבי טענדרום

וואס איז פשט פון דעם, וואס האט ער אנקעגן די אלע לענדער??
האבן זיי געשטימט אין די un אנקעגן בויען אין די שטחים?

די לענדער זיצן אויף די יו-ען זיכערהייטס קאנסול און אלע זיכערהייטס קאנסול מיטגלידער (מיט'ן אויסנאם פון די פאראיינגטע שטאטן וואס האט 'אבסטעינד') האבן געשטימט צו פארדאמען מדנ"י זידלונגען.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובה דורך פנחס בן חיים »

נישט דא וואס מוסיף צו זיין, {אחוץ דיסאגריען מיט דערשעוויץ כאילו אז אויף דאמעסטיק איז אבאמא יא גוט..}
http://www.realclearpolitics.com/video/ ... venge.html

און ער איז אויך גערעכט
http://www.realclearpolitics.com/video/ ... ondos.html

זעלבע פוינט
http://www.realclearpolitics.com/video/ ... years.html
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

וואטעווער...

קערי וועט מארגן געבן א רעדע איבער די מיטל מזרח ווי ער איז ערווארטעט צו אינדארסירן פאלעסטינע סטעיטהוד.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

יואב בן צרויה האט געשריבן:וואטעווער...

קערי וועט מארגן געבן א רעדע איבער די מיטל מזרח ווי ער איז ערווארטעט צו אינדארסירן פאלעסטינע סטעיטהוד.

יעדער קלאטשט, וואס קען ער שוין מחדש זיין?!?!
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

נישט נארמאל. האסט פשוט נישט געליינט וואס די _____ תגובה וואס דו ציטירסט!
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובה דורך פנחס בן חיים »

יואב בן צרויה האט געשריבן:קערי וועט מארגן געבן א רעדע איבער די מיטל מזרח ווי ער איז ערווארטעט צו אינדארסירן פאלעסטינע סטעיטהוד.

איינמאל די שטעקן איז צובראכען איז עס מער גארנישט ווערט..

איך טראכט אז די קימענדיגע שריט פון קערי וועט שוין נישט צופיל אויסמאכען נאך וואס אבמא האט שוין איינמאל צובראכען זיין שטעקן מיט שטיצען די יו ען רעזעלוציע..

וואס ווייטער? קערי ספיטש...?! יתכן אז עס גייט נאר ווייניגער מאכען די די פראסק פון די עצם יו ען רעזעלאוציע..

עס איז אמת אויב ווען אבאמא טוט עס ווען א יאר צירק וואלט מדנ"י געווען אין טראבעל, אבער אז ער טוט עס יעצט מיט איין פיס אינדרויסען ברענגט ער נאר זיך אראפ צו ביבי'ס לעוועל, און פון דא און ווייטער קען ער שוין אויך זאגען אז מדנ"י זאל גענצליך אויפהערן צו עקזעקסטירען.. זיין ווארט איז ווערט וויפיל קארטער'ס איז ווערט..

כן יתכן לומר
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובה דורך חלהדעקל »

פנחס בן חיים האט געשריבן:

דערווייל איז אבאמא נאך פרעזידענט און א אינדאסטמענט פון קערי קען זייער שנעל ברענגן א רעזעלוציע אין די יו-ען עס צו באשטעטיגן און אמעריקע וועט עס גאר שטיצן, טראמפ וועט נישט קענען צופיל טוהן עפעס דערקעגן (חוץ טוויטן) אפי' אויב ער וועט האלטן דערביי
1 + 1 = חלה דעקל...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

פנחס בן חיים האט געשריבן:זיין ווארט איז ווערט וויפיל קארטער'ס איז ווערט..

א סאך ווייניגער

איין זאך האט אבאמא אויף געטוהן אין אפיס, אז קארטער איז שוין היינט דער "צווייטע" ערגסטע פרעזידענט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובה דורך חלהדעקל »

SPUSMN האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:זיין ווארט איז ווערט וויפיל קארטער'ס איז ווערט..

א סאך ווייניגער

איין זאך האט אבאמא אויף געטוהן אין אפיס, אז קארטער איז שוין היינט דער "צווייטע" ערגסטע פרעזידענט.

געבעיסט אויף פאולס? (מ'קען זיי דאך נישט גלייבן..)

אייגענע פילינג?
לעצט פארראכטן דורך חלהדעקל אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 4:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
1 + 1 = חלה דעקל...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובה דורך SPUSMN »

חלהדעקל האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:קערי וועט מארגן געבן א רעדע איבער די מיטל מזרח ווי ער איז ערווארטעט צו אינדארסירן פאלעסטינע סטעיטהוד.

איינמאל די שטעקן איז צובראכען איז עס מער גארנישט ווערט..

איך טראכט אז די קימענדיגע שריט פון קערי וועט שוין נישט צופיל אויסמאכען נאך וואס אבמא האט שוין איינמאל צובראכען זיין שטעקן מיט שטיצען די יו ען רעזעלוציע..

וואס ווייטער? קערי ספיטש...?! יתכן אז עס גייט נאר ווייניגער מאכען די די פראסק פון די עצם יו ען רעזעלאוציע..

עס איז אמת אויב ווען אבאמא טוט עס ווען א יאר צירק וואלט מדנ"י געווען אין טראבעל, אבער אז ער טוט עס יעצט מיט איין פיס אינדרויסען ברענגט ער נאר זיך אראפ צו ביבי'ס לעוועל, און פון דא און ווייטער קען ער שוין אויך זאגען אז מדנ"י זאל גענצליך אויפהערן צו עקזעקסטירען.. זיין ווארט איז ווערט וויפיל קארטער'ס איז ווערט..

כן יתכן לומר

דערווייל איז אבאמא נאך פרעזידענט און א אינדאסטמענט פון קערי קען זייער שנעל ברענגן א רעזעלוציע אין די יו-ען עס צו באשטעטיגן און אמעריקע וועט עס גאר שטיצן, טראמפ וועט נישט קענען צופיל טוהן עפעס דערקעגן (חוץ טוויטן) אפי' אויב ער וועט האלטן דערביי

גלייב נישט אז ער קען עס נאך טוהן. און ס'זעהט אויס אז זיי ווילען נאך האבען א שלייער אז עס איז נישט נקמה וכו' וכו' (נאר מיינען גוט פאר מד"י); איז גלייב איך נישט אז זיי וועלען עס נעמען ווייטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

SPUSMN האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:זיין ווארט איז ווערט וויפיל קארטער'ס איז ווערט..

א סאך ווייניגער

איין זאך האט אבאמא אויף געטוהן אין אפיס, אז קארטער איז שוין היינט דער "צווייטע" ערגסטע פרעזידענט.

אבי געשאסן. קיין שום האפט אין דיינע ווערטער.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובה דורך חלהדעקל »

SPUSMN האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:קערי וועט מארגן געבן א רעדע איבער די מיטל מזרח ווי ער איז ערווארטעט צו אינדארסירן פאלעסטינע סטעיטהוד.

איינמאל די שטעקן איז צובראכען איז עס מער גארנישט ווערט..

איך טראכט אז די קימענדיגע שריט פון קערי וועט שוין נישט צופיל אויסמאכען נאך וואס אבמא האט שוין איינמאל צובראכען זיין שטעקן מיט שטיצען די יו ען רעזעלוציע..

וואס ווייטער? קערי ספיטש...?! יתכן אז עס גייט נאר ווייניגער מאכען די די פראסק פון די עצם יו ען רעזעלאוציע..

עס איז אמת אויב ווען אבאמא טוט עס ווען א יאר צירק וואלט מדנ"י געווען אין טראבעל, אבער אז ער טוט עס יעצט מיט איין פיס אינדרויסען ברענגט ער נאר זיך אראפ צו ביבי'ס לעוועל, און פון דא און ווייטער קען ער שוין אויך זאגען אז מדנ"י זאל גענצליך אויפהערן צו עקזעקסטירען.. זיין ווארט איז ווערט וויפיל קארטער'ס איז ווערט..

כן יתכן לומר

דערווייל איז אבאמא נאך פרעזידענט און א אינדאסטמענט פון קערי קען זייער שנעל ברענגן א רעזעלוציע אין די יו-ען עס צו באשטעטיגן און אמעריקע וועט עס גאר שטיצן, טראמפ וועט נישט קענען צופיל טוהן עפעס דערקעגן (חוץ טוויטן) אפי' אויב ער וועט האלטן דערביי

גלייב נישט אז ער קען עס נאך טוהן. און ס'זעהט אויס אז זיי ווילען נאך האבען א שלייער אז עס איז נישט נקמה וכו' וכו' (נאר מיינען גוט פאר מד"י); איז גלייב איך נישט אז זיי וועלען עס נעמען ווייטער.

און אויב פראנקרייך אדער כ'ווייס נישט ווער האט באקומען די מעסעדש אז יעצט איז די פאסיגסטע צייט פאר א רעזולוציע צו אנערקענען פאלעסטינע פאר א לאנד, און אמעריקע וועט עס פשוט נישט וועטאירן.
1 + 1 = חלה דעקל...
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”