מדינת ישראל נייעס און פאליטישע קאך לעפל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

אין וויל פארשטיין עפעס,

אכטונג: ביטע נישט אריינמישן די סאטמארע שיטה, מיין שאלה איז קלאר לויט די גויאישע/פרייע מהלך המחשבה.

די שטחים ווי די מחנחלים בויען זענען ליידיגע מדבריות, וואס זיי שטערן נישט קיינעם דירעקט.

פונקט ווי די אראבער בויען הייזער אין זייערע געגענטער אין די מדינה אינדרויסן פון די אקופירטע שטחים, פארוואס זאלן אידן נישט מעגן בויען אין די פאלעסטינע ליידיגע שטחים.

איז עס נישט פונקט ווי די אידן וואס בויען אין בלומינגבערג, אדער מאנראו, וואס יעדער פארשטייט אז די גוים וואס שטערן, טוהן עס פאר אנטיסעמיטיזם (א חלק פון זיי זיכער)?

ווען די ציונים וואלטן עס ווען נישט איינגענומען, וואלטן די אידן נישט געמעגט בויען דארט?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

זאכליך האט געשריבן:אין וויל פארשטיין עפעס,

אכטונג: ביטע נישט אריינמישן די סאטמארע שיטה, מיין שאלה איז קלאר לויט די גויאישע/פרייע מהלך המחשבה.

די שטחים ווי די מחנחלים בויען זענען ליידיגע מדבריות, וואס זיי שטערן נישט קיינעם דירעקט.

פונקט ווי די אראבער בויען הייזער אין זייערע געגענטער אין די מדינה אינדרויסן פון די אקופירטע שטחים, פארוואס זאלן אידן נישט מעגן בויען אין די פאלעסטינע ליידיגע שטחים.

איז עס נישט פונקט ווי די אידן וואס בויען אין בלומינגבערג, אדער מאנראו, וואס יעדער פארשטייט אז די גוים וואס שטערן, טוהן עס פאר אנטיסעמיטיזם (א חלק פון זיי זיכער)?

ווען די ציונים וואלטן עס ווען נישט איינגענומען, וואלטן די אידן נישט געמעגט בויען דארט?

וועמענס פראפערטי איז עס ליגעל?
איך קען עפעס דען אריבער פארן צו די פוסטענישן פון די קעטסקיל'ס און זיך אנבויען וואס און וואו איך וויל?
די מתנחלים בויען נישט סתם אזוי אין מדבריות, [זיי קענען גיין קיין נגב און זיך דארט באזעצן בכבוד גדול], די כונה זייערער איז צו ווייזן בעלות אויף די דערנעבנדע באזעצטע אראבישע גענגטער
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

אויב ס'באלאנגט נישט פאר א פריוואטע מענטש, נאר פאר א רעגירונג, לכאורה יא.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

יעצט געזעהן אויף וויקיפידיא אז די די איזראעלי געזעץ מעגן די מתנחלים נישט בויען קיין יישובים אויף לאנד וואס געהערט צו פריוואטע אייגענטומער, זיי מעגן נאר בויען אויף לאנד וואס געהערט צו די רעגירונג.

By Israeli law, privately owned land can not be part of a settlement, unless the land in question has been confiscated for military purposes.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובה דורך משה כספי »

זאכליך האט געשריבן:אין וויל פארשטיין עפעס,

אכטונג: ביטע נישט אריינמישן די סאטמארע שיטה, מיין שאלה איז קלאר לויט די גויאישע/פרייע מהלך המחשבה.

די שטחים ווי די מחנחלים בויען זענען ליידיגע מדבריות, וואס זיי שטערן נישט קיינעם דירעקט.

פונקט ווי די אראבער בויען הייזער אין זייערע געגענטער אין די מדינה אינדרויסן פון די אקופירטע שטחים, פארוואס זאלן אידן נישט מעגן בויען אין די פאלעסטינע ליידיגע שטחים.

איז עס נישט פונקט ווי די אידן וואס בויען אין בלומינגבערג, אדער מאנראו, וואס יעדער פארשטייט אז די גוים וואס שטערן, טוהן עס פאר אנטיסעמיטיזם (א חלק פון זיי זיכער)?

ווען די ציונים וואלטן עס ווען נישט איינגענומען, וואלטן די אידן נישט געמעגט בויען דארט?

האסט דאס שוין פרובירט אאן רשות פון די רעגירונג פאר וועם עס באלאנגט? טריי צו בויען אין עני פלאץ אין אמעריקע אאן א פערמיט און געהעריגע פיילינג און זאג מיר צו מען שטערט דיר נישט....
עס איז טאקע ליידיג אבער עס איז דא א באלעבאס דא, מען בויט נישט אן נעמען רשות, אז די ווילסט בויען הארצן גערן נאר נעם פשוט רשות פון די בעלי בתים
אפשר מעג רוסלאנד בויען אין אלאסקע ווייל עס איז ליידיגע שטחים און וועם גייט עס אאן?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובה דורך ארטסקרול »

געלעגער האט געשריבן:איך האב נישט קיין אנונג וואס ביבי שרייעט דארט איך האב אזא הנאה א דער טראציגער ביבי האט געכאפט א פראסק פארן זיין אזוי חוצפה'דיג צום יעצטיגן אבאמא'ס אדמינעסטראציע. דאס לויפן צו טראמפ ווען אבאמא איז נאך פרעזידענט איז חוצפה און עזות. בכלל די גאנצע וועג וויזאוי ער האט זיך אויפגעפירט ביי די וואלן איז געווען אזוי טראציג און אומפאליטיש.
יעצט עסט ער זיין חרוסות

לאכן לאכט דער לעצטער. אין 25 טעג ארום וועט ביבי זיין פריים מיניסטער, און אבאמא וועט זיין א געוועזענע פרעזידענט. אבאמא איז יעצט א געלעמטער קאטשקע, און דערפאר לאכט זיך יעצט ביבי אויס מיט זיינע ווילדע קאמענטס. א טראמפ-ביבי קאליציע וועט מאכן אבאמא עסן חרוסת. אבער מיט טראמפ? ווער קען זיך אויסרעכענען.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובה דורך משה כספי »

ארטסקרול האט געשריבן:

יא זאל ער טרייען זיינע צעגערייען ביי טראמפ וועסטו געוואויר ווערן אז אבאמא האט געהאט זיידענע הענטשקעך... געלט וועט ער פון טראמפ נישט גרינג זען און אויך איז ער זייער דין הויטיג און טשעפענן מיט אים איז נישט מסוגל אויף גוטע זאכן
וואטש אוט מר. נתניהו
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובה דורך פנחס בן חיים »

כאפצעם האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:איך מוז אביסל קארעקטן די רעקארד דא.

די טוויט וואס כאפצעם האט געברענגט צו צייגן אז אלע פרעזידענטן האבן געלאזט אנטי-מדנ״י רעזאלוציעס דורכגיין האט א לינק צו די ניו יארק טיימס וואס איך האב נישט געקענט ליינען, אבער לדעתי איז עס טענו בחיטים והודו לו בטורקי ראול - אדער, ווי מיליכיגער רופט עס, א ׳שטרוימאן׳.

זינט דער לינקער שלימזל קארטער האט זיך אפגעטראגן פון די ווייסע הויז, דאס מיינט זינט די 1980׳ס, האט קיין איין אמעריקאנע אדמיניסטראציע נישט אדרעסירט די לעגיטימיטעט אדער לעגאליטעט פון זידלונגען אין די מערב ברעג. די צוגאנג צו די אישו איז כסדר געווען אז דאס זענען די ענינים אויף וועלכע מען דארף פארהאנדלען און נעמען א קלארע שטעלונג לטובת איין זייט וואלט גראד בענעפיטירט איין צד איבער די צווייטע. איר קענט בחנם אדורכזוכן אלע יו ען סעקיוריטי קאונסיל רעזאלוציעס זינט די 1980׳ס פאר אן ענליכע רעזאלוציע צו די יעצטיגע, עס איז פשוט נישט פארהאן.

האסט א טעות:

The number peaked at 21 in Ronald Reagan’s administration, when the United States voted in 1981 to condemn Israel’s air attack on an Iraqi nuclear reactor, a strike intended to thwart Iraq’s nuclear ambitions. That resolution also called on Israel to place its own nuclear sites under international safeguards. The Israeli cabinet responded that “with profound regret, we note that the United States, our friend and ally” had “lent its hand to the grave wrong done to Israel.”

Other resolutions passed during the Reagan administration criticized Israel’s annexation of the Golan Heights, its military activities in Lebanon, its
operations against the Palestine Liberation Organization in Tunisia,
"and its activities in the occupied territories".

און דאס אלעס איז אין רעיגען'ס צייטן.

אבער נישט פארגעסן, באראק אבאמא איז דער אנטיסעמיט...

@ כאפצעם

האסט גע׳קוואט יואב כאילו דו גייסט רעאגירען צו זיינע ווערטער און אים אפווענדען, אדער באשטעטיגען, למעשה רעדסטו פון עפענס אנדערש, אינגאנצן נישט פון וואס ער האט גערעדט.

אפשר אז דו וועסט גוט איבערליינען וועסטו זעהן ווי איך ענטפער אים צום פינטל. די לעצטע שורה רעדט וועגן א רעזאלוציע קעגן די זידלונגען, וואס איז געווארן דורכגעפירט אין 1982.

יואב האט שוין גענפערט:
יואב בן צרויה האט געשריבן: אין רעיגען׳ס צייטן - ענדע 1981 - איז געווען איינס וועגן די גולן, און נאר וועגן מדנ״י האט דאן אדורכגעפירט א געזעץ וואס האט עס אנעקסירט, אבער עס איז נישט געווען א כלליות׳דיגע רעזאלוציע אויף די ׳סעטלמענטס׳ ווי די רעזאלוציע 452 וואס איך האב אויבן געברענגט.

והדבר פשוט, און אזוי ווערט עס איבעראל באריכטעט אז אבמא האט געטוישט א כמעט פערציג יאר אמעריקאנע פאלאסי..

און היינט ווערט באריכטעט אז נישט נאר אזא אבאמא האט עס נישט געשטערט נאר ער האט עס גאר געשטיפט אז עס זאל בכלל ארויפקימען..

מען קען זיך דא טענה'ן הונדערט יאר צו אבאמא איז א אנטיסעמיט אדער יא, און צו עס איז זיך געקימען פאר ביבי אדער נישט.

אין פאקט האט מען דא געטוישט אמעריקאנע פאלאסי וואס עס גייט נאר שאדען מאכען פאר אמעריקע, פאר מדנ"י, און פאר די אראבער,

צו אבאמא האט געגעבן א גיטע שטויס? יא.. איז עס איינעם'ס געווינס? ווענט זיך אויב מען טראכט מיט די מוח צו נישט..
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

ארטסקרול האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:איך האב נישט קיין אנונג וואס ביבי שרייעט דארט איך האב אזא הנאה א דער טראציגער ביבי האט געכאפט א פראסק פארן זיין אזוי חוצפה'דיג צום יעצטיגן אבאמא'ס אדמינעסטראציע. דאס לויפן צו טראמפ ווען אבאמא איז נאך פרעזידענט איז חוצפה און עזות. בכלל די גאנצע וועג וויזאוי ער האט זיך אויפגעפירט ביי די וואלן איז געווען אזוי טראציג און אומפאליטיש.
יעצט עסט ער זיין חרוסות

לאכן לאכט דער לעצטער. אין 25 טעג ארום וועט ביבי זיין פריים מיניסטער, און אבאמא וועט זיין א געוועזענע פרעזידענט. אבאמא איז יעצט א געלעמטער קאטשקע, און דערפאר לאכט זיך יעצט ביבי אויס מיט זיינע ווילדע קאמענטס. א טראמפ-ביבי קאליציע וועט מאכן אבאמא עסן חרוסת. אבער מיט טראמפ? ווער קען זיך אויסרעכענען.

דאס אז אבאמא איז אויס פרעזידענט אין עטליכע וואכן איז נישט קיין פליק און האט גארנישט מיט נתניהו.. ווידער דאס אז ביבי וועט ווייטער בויען אין די זידלונגען האט אויך גארנישט מיט אבאמא, ער האט נישט געטראכט קיין סעקונדע אז די יו ען רעזאלוציע וועט דאס אפשטעלן..

דא איז געווען א פערזענליכע פייט צווישן די צוויי פאר די לעצטע אכט יאר, און אבאמא האט דערלאנגט דעם לעצטן שטויס פאר ביבי אויפן וועג ארויס, אים לאזענדיג מיט ווייעדיגע בויך שמערצן צו געדענקן, ווען ער האט שוין ניטאמאל א געלעגענהייט ווען צוריקצוגעבן...

סאו המממ, יא.. לאכן לאכט דער לעצטער...

ארטסקרול האט געשריבן:דערפאר לאכט זיך יעצט ביבי אויס מיט זיינע ווילדע קאמענטס.

:lol: :lol:
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובה דורך ארטסקרול »

ער איז ווייט פון זיין דער לעצטער. אויב זיין לעגיסי וועט צודריקט ווערן, למשל איראנער דיעל. וועט א צווייטער באקומען בויך ווייען.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

ארטסקרול האט געשריבן:ער איז ווייט פון זיין דער לעצטער. אויב זיין לעגיסי וועט צודריקט ווערן, למשל איראנער דיעל. וועט א צווייטער באקומען בויך ווייען.

ביזט גערעכט, "אויב" די איראן דיעל וועט געקענסלט ווערן.

עפעס א געפיל האביך אבער אז טראמפ גייט עס בכלל נישט צורירן... קאן זיין כ'פיל זיך נישט גוט..

דערמאנסט מיר טאקע אז דאס איז שוין נתניהו'ס צווייטע נידערלאגע וואס אבאמא האט אים דערלאנגט די לעצטע יאר.. כ'הייב אן רחמנות האבן אויפעם.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובה דורך פנחס בן חיים »

כאפצעם האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:ער איז ווייט פון זיין דער לעצטער. אויב זיין לעגיסי וועט צודריקט ווערן, למשל איראנער דיעל. וועט א צווייטער באקומען בויך ווייען.

ביזט גערעכט, "אויב" די איראן דיעל וועט געקענסלט ווערן.

עפעס א געפיל האביך אבער אז טראמפ גייט עס בכלל נישט צורירן... קאן זיין כ'פיל זיך נישט גוט..

דערמאנסט מיר טאקע אז דאס איז שוין נתניהו'ס צווייטע נידערלאגע וואס אבאמא האט אים דערלאנגט די לעצטע יאר..

גערעכט, און אזוי אויך איז עס די 53'סטע זאך פון זיין אכט יאר קאדענץ וואס ער האט חרוב געמאכט די וועלט..

זאג, פילסט עפעס א דראנג אויפציווייזען וואס אבאמא האט אלץ חרוב געמאכט?
איז דען דא איינער וואס קריגט דיך מיט דיר אז אבאמא לאזט איבער א חרוב'ע אומסטאבילע וועלט?!!

רוסלאנד, אוקריינע, פראנקרייך, איראן, דייטשלאנד, אייסיס, איראק, העלט קעיר, קאול אינדוסטערי, דשאבס, טעקס, אא"וו,
עס פעלט דען וואס אויפציווייזען אז דער מענטש איז קיינאמאל נישט געווען אפ פאר די דשאב? און אז ער האט זיך קיינמאל נישט געלערענט דערין!!

יא.. ער האט חרוב געמאכאט פאר מדנ"י, ער האט צימשטערעט די דעמקעראטישע פארטיי, די דעמעראטישע פארטיי האט אינטער זיינע אכט יאר פארלוירען נאנט צו עלף הונדערט זיצען איבער אמעריקע...! צומעשטערעט העלט קעיר, חרוב געמאכט די וועלט זיכערקייט... חרוב געמאכט דשאבס, אא"וו..

אין די פוינט אגריען מיר אז אבאמא איז א וועלטס קאשמאר, און טראמפ'ס איינשווערנוג קען נישט קימען גענוג שנעל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

פנחס בן חיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:ער איז ווייט פון זיין דער לעצטער. אויב זיין לעגיסי וועט צודריקט ווערן, למשל איראנער דיעל. וועט א צווייטער באקומען בויך ווייען.

ביזט גערעכט, "אויב" די איראן דיעל וועט געקענסלט ווערן.

עפעס א געפיל האביך אבער אז טראמפ גייט עס בכלל נישט צורירן... קאן זיין כ'פיל זיך נישט גוט..

דערמאנסט מיר טאקע אז דאס איז שוין נתניהו'ס צווייטע נידערלאגע וואס אבאמא האט אים דערלאנגט די לעצטע יאר..

גערעכט, און אזוי אויך איז עס די 53'סטע זאך פון זיין אכט יאר קאדענץ וואס ער האט חרוב געמאכט די וועלט..

זאג, פילסט עפעס א דראנג אויפציווייזען וואס אבאמא האט אלץ חרוב געמאכט?
איז דען דא איינער וואס קריגט זיך?!!

יא, %55 אמעריקאנער און %75 פון די אלגעמיינע וועלטס באפעלקערונג..
פנחס בן חיים האט געשריבן:רוסלאנד, פראנקרייך, איראן, דייטשלאנד, העלט קעיר, קאול אינדוסטערי, דשאבס, טעקס, אא"וו,
.

און יאפאן,טשעכעסלאוואקיע, ארגענטינא, סטאק מארקעט, אנאימפלוימענט, לאטקעס, טשעריס, סמייטע, אא"וו
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

ארטסקרול האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:איך האב נישט קיין אנונג וואס ביבי שרייעט דארט איך האב אזא הנאה א דער טראציגער ביבי האט געכאפט א פראסק פארן זיין אזוי חוצפה'דיג צום יעצטיגן אבאמא'ס אדמינעסטראציע. דאס לויפן צו טראמפ ווען אבאמא איז נאך פרעזידענט איז חוצפה און עזות. בכלל די גאנצע וועג וויזאוי ער האט זיך אויפגעפירט ביי די וואלן איז געווען אזוי טראציג און אומפאליטיש.
יעצט עסט ער זיין חרוסות

לאכן לאכט דער לעצטער. אין 25 טעג ארום וועט ביבי זיין פריים מיניסטער, און אבאמא וועט זיין א געוועזענע פרעזידענט. אבאמא איז יעצט א געלעמטער קאטשקע, און דערפאר לאכט זיך יעצט ביבי אויס מיט זיינע ווילדע קאמענטס. א טראמפ-ביבי קאליציע וועט מאכן אבאמא עסן חרוסת. אבער מיט טראמפ? ווער קען זיך אויסרעכענען.

די שאלה וואס לאכן מיינט. אויב גייט ער זיך אזוי אויפפירן ווען טראמפ איז ביים רידער גייט ער שוין גארנישט שמייכלן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

די רוהיגע נתניהו וואס לאכט זיך אויס פון די אבאמא פליק זאגט אן זיינע מיניסטארן צו רעדוצירן זייערע טריפס קיין אמעריקא און די אנדערע 14 לענדער. לכאורה אויס מורא צו ווערן אנגעשטעקט פון די אויפברויז וואס קאכט אין די אמעריקאנע גאסן..

Netanyahu says US initiated and shepherded through the UN resolution, calls Shapiro to office to register protest; PM calls on ministers to reduce travel to 14 states who voted for UN measure
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובה דורך פנחס בן חיים »

כאפצעם האט געשריבן:און יאפאן,טשעכעסלאוואקיע, ארגענטינא, סטאק מארקעט, אנאימפלוימענט, לאטקעס, טשעריס, סמייטע, אא"וו

בנוסח אחר דיינע ווערטער: איך בין א לינקער וואס ווערט קאנפיוזד ווען די מציאות שטימט נישט מיט די טאלקינג פוינטס.

___

בנוגע די פאלוס: פאר סאם ריזעם האט טראמפ געווינען, אויף אידיש זאגט מען: המציאות מכחיש כל דימיון.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובה דורך משה כספי »

כאפצעם האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:ער איז ווייט פון זיין דער לעצטער. אויב זיין לעגיסי וועט צודריקט ווערן, למשל איראנער דיעל. וועט א צווייטער באקומען בויך ווייען.

ביזט גערעכט, "אויב" די איראן דיעל וועט געקענסלט ווערן.

עפעס א געפיל האביך אבער אז טראמפ גייט עס בכלל נישט צורירן... קאן זיין כ'פיל זיך נישט גוט..

דערמאנסט מיר טאקע אז דאס איז שוין נתניהו'ס צווייטע נידערלאגע וואס אבאמא האט אים דערלאנגט די לעצטע יאר..

גערעכט, און אזוי אויך איז עס די 53'סטע זאך פון זיין אכט יאר קאדענץ וואס ער האט חרוב געמאכט די וועלט..

זאג, פילסט עפעס א דראנג אויפציווייזען וואס אבאמא האט אלץ חרוב געמאכט?
איז דען דא איינער וואס קריגט זיך?!!

יא, %55 אמעריקאנער און %75 פון די אלגעמיינע וועלטס באפעלקערונג..
פנחס בן חיים האט געשריבן:רוסלאנד, פראנקרייך, איראן, דייטשלאנד, העלט קעיר, קאול אינדוסטערי, דשאבס, טעקס, אא"וו,
.

און יאפאן,טשעכעסלאוואקיע, ארגענטינא, סטאק מארקעט, אנאימפלוימענט, לאטקעס, טשעריס, סמייטע, אא"וו

:lol: :lol: :lol:
לאטקעס איז גוט אבער איראן וכו' איז זייער ביטער מיין פריינד....
די סטאק מארקעט ראקט יעצט א גרויסע פאקטאר איז אז דער עולם אינוועסטירט אין יא "מעניפעקטיורינג" מען קויפט מאשינען און זאכן ווייל.... אבאמא גייט ארויפלייגן נאך רעגולאציעס און באשטעטיגן TPP ניין?!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

פנחס בן חיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:און יאפאן,טשעכעסלאוואקיע, ארגענטינא, סטאק מארקעט, אנאימפלוימענט, לאטקעס, טשעריס, סמייטע, אא"וו

בנוגע די פאלוס: פאר סאם ריזעם האט טראמפ געווינען

אדער ווי אנדערע מערקן אן: פארלוירן מיט 3 מיליאן שטימען...

פנחס בן חיים האט געשריבן: אויף אידיש זאגט מען: המציאות מכחיש כל דימיון.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

ביבי ווארפט זיך אין די הויזן פאר שרעק:

In a sign of Jerusalem’s concern, Prime Minister Benjamin Netanyahu instructed his ministers on Sunday not to make grandiose statements regarding annexation or extending Israel’s sovereignty over the territories, so as not to give added incentive to those pushing for additional moves

נתניהו איז באזארגט אז עס קומען נאך עטליכע ציפעס פון אבאמא:

Israel is concerned Washington’s refusal to shield it in the UN Security Council on Friday may not be US President Barack Obama’s final act on the Middle East, and that in his remaining month in office he may support additional steps inimical to Israel’s interests.

Among the concerns is that US Secretary of State John Kerry will deliver a final speech on the Mideast, laying down the Obama administration’s parameters for reaching a two-state solution, which may then be translated into an additional resolution being brought to the UN Security Council

Another possible place where moves fiercely opposed by Israel may be moved forward will be at a scheduled Mideast peace conference that France is now scheduling for January 15 in Paris, just five days before Obama leaves office. There, too, parameters may be adopted that Israel adamantly opposes.

באריכטן גיבן אן אז נתניהו פראבירט צו באקומען א שטארקערע רעספאנס פון טראמפ, ארויסצוקומען קעגן אבאמא, און זיך קעגנשטעלן ווייטערדיגע מעגליכע שריט פון די אבאמא אדמיניסטראציע. דערווייל איז טראמפ'ס רעאקציע צו די גאנצע זאך געווען זייער שוואך.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובה דורך משה כספי »

כאפצעם האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:און יאפאן,טשעכעסלאוואקיע, ארגענטינא, סטאק מארקעט, אנאימפלוימענט, לאטקעס, טשעריס, סמייטע, אא"וו

בנוגע די פאלוס: פאר סאם ריזעם האט טראמפ געווינען

אדער ווי אנדערע מערקן אן: פארלוירן מיט 3 מיליאן שטימען...

פנחס בן חיים האט געשריבן: אויף אידיש זאגט מען: המציאות מכחיש כל דימיון.

מיין פריינד ביטע ברענג א עקאמפלישמענט פון מר. אבאמא חוץ די עקאנאמיע רעקאָווערי וואס איז די שוואכסטע די לעצטע יאר הונדערט, און האט קנאפ שייכות צו אים (אה ניין ער האט געהאלפן ווייל ער האט געבעיאוט די אויטא אינדוסטרי)

אה ער האט שלום געמאכט מיט קובא!!! הענדס אפ מר. פרעזידענט ;l;p-
אה ער האט ערלעדיקט אז איראן זאל האבן אן אטאם אזוי ווי צפון קארעע ....

העי שיעור פארגעסן... געכאפט בין לאדין!!!!

פון מיין זייט באקומט ער 100٪ אפראוועל רעיט נאכדעם וואס
4 מענטשן געשטארבן אין ליביע וועגן א ווידעא....
קרימיע באלאנגט פאר אוקריינא...
אייסיס איז א פארגאנגענהייט... (יא יא אייסיל איז די פראבלעם)
מיט די אבאמא קעיר האט דער עולם ביליגע העלט קעיר און מען קען האלטן די דאקטוירים/אינשורענס
אלעפא איז אינטער קאנטראל....
מער קיין פחד פון גלאבאלע וואָרמינג...
מער קיין אמעריקאנער טעראר אטאקעס (נאר גאן ווייעלענס און ארבעט'ס פלאץ ווייעלענס)
די קוילן אינדוסטרי גייט אינטער ב"ה
די אינער סיטי'ס זענען א נחת....
מען מאכט קארס אין פלינט און מען קען נישט טרונקן די וואסער אין מעקסיקא
ענד די ליסט גאוס אן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

ביטע.. די אשכול איז איבער מדינות ישראל. גארנישט מיט אבאמא'ס פאלעסיס
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובה דורך איש החסד »

איינער קען מיר אפשר מסביר זיין. מה כל הרעש, וואזשע גייט דא פאר. וועמען אינטערעסירט וואס טיט זיך אין די יו ען אפיסעס, וועמען איז עס עכט נוגע, וועמען שטערט זייערע רעזאולאציעס צו מען זאל עסן קאסטערט לאטקעס אדער טשעלי... איז דאס ממש אזוי נוגע אזש די מדינה זאל זיך אזוי צוטיען מאכן דערפון?! בקיצור, הא קעיר'ס וואס די יו ען האט צו פארקויפן?! איך כאפ עפעס נישט די גאנצע סומאטאכע, איז עס בלויז א סימבאלישע זאך, נו, איז דאך נישט אזוי געפערליך.
רלבג_בדורו
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 7:45 am

תגובה דורך רלבג_בדורו »

געלעגער האט געשריבן:ביטע.. די אשכול איז איבער מדינות ישראל. גארנישט מיט אבאמא'ס פאלעסיס

איים סארי אבער זיינס א מעשים מאכט א"י איוף העדליינס --- הער דאס ---- "אפילו די גרעסטע ליבעראלן האבן שיון איופגעגען"
ער איז אן אנטיסעמיט!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובה דורך כאפצעם »

עטץ האטס געמיינט עטץ וועטס קענען אזוי גלאטיג טוהן וואס ענק ווילן.

The prime minister was also widely reported Sunday to have either canceled or opted not to schedule a meeting with Britain’s Prime Minister Theresa May at the World Economic Forum annual meeting in Davos next month; . He was also said to have chosen not to schedule a meeting with China’s President Xi Jinping.

טשיינע, מיר קומען פאר אייך.
קארעקט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

תגובה דורך קארעקט »

דער פערד נתניהו וואלט געדארפט טראכטן צוויי בעפאר זיין דער איינציגסטער וועלט פירער וואס איז ארויסגעקומען מיט שמחה אויף טעלעוויזיע ווען טראמפ האט געוואונען, אפילו פוטין האט זיך אויפגעפירט מער דיפלאמאטיש.
דאס זעלבע האט ער געטון פיר יאר צוריק ווען ער האט עפענטליך קאמפיינט פאר מיט ראמני אן קיין טראפ קלאסישקייט.
דער רה"מ האט געלייגט זיין פערזענליכע געפילן פאראויס פון די טובה פונעם לאנד.
פאר אכט יאר וואס אלעס גייט אין שפאן.
קיין איין יו-ען רעזאלוציע, פארטאפלטע מיליטערישע הילף. אכט און צוואנציג ביליאן מיט א בית פאר די נעקסטע צען יאר.
ממש ימות המשיח.
אבער ער האט נישט געקענט ווארטן ביז יאנואר דער צוואנציגסטער.

נוצר תאנה יאכל פריה
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”