הצלות נפשות: צבי ברוך בלומגארטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

הצלות נפשות: צבי ברוך בלומגארטן

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 10:59 pm

לעצטענס האט זיך אויפגעוועקט א שטיקל ווינט איבער א נייע נאמען צבי ברוך בלומגארטן וואס זיצט אין תפיסה אין קאלעפארניע און עס ערווארט אים טויט שטראף.

קודם וויל איך באגריסן די עסקנים מיט צוויי זאכן. איינס, אז מען שמירט אים נישט אראפ אלס צדיק הדור. מ'שרייבט קלאר אז ער איז געווען פארמישט מיט געמיינע זאכן אין זיין יוגענט און ער איז קיין גרויסע ענדע צדיק נישט געווען. דאס אליין מאכט מיך קלערן אז די עסקנים זענען גערעכט מיט די חלק אז אים קומט זיך נישט טויט שטראף. צווייטנס פריידט מיך אז מ'האט גענומען די מערכה גענוג באצייטנס אין די הענט אז מ'גיט נאך א שאנס צו טון געהעריגע פעולות מיט לויערס און נישט פארצווייפעלטע אקציעס פון רופן און אימעילן.

יעצט די מעשה מיט אים אין קורצן איז, ער האט זיך געדרייט מיט א גענג און זיי האבן דערהארגעט איינעם. ער זאגט אז ער איז נישט געווען פון די וואס האבן געהארגעט און טאקע דא אין ניו יארק ווען מ'האט אים ארעסטירט האט מען אים געגעבן תפיסה. למעשה קומט יעצט א פראקורער אין קאלעפארניע און פארלאנגט טויט שטראף.

מיין שאלה, וויאזוי קען מען באקומען צוויי שטראפן אויף איין עבירה? דאס אז ער איז געזעצן אין ניו יארק איז נישט גענוג?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 2:53 pm

מער דעטאלן: ווי וואס ווען ווער? ווי קומט די מעשה?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:01 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:מער דעטאלן: ווי וואס ווען ווער? ווי קומט די מעשה?

געווען באשריבן אין "דער שטערן" עטליכע חדשים צוריק
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:08 pm

געלייענט די וואך אין דער איד
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:14 pm

ס'איז דא אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט שמעון און אשר לאבין דערוועגן. גראדע אינטערעסאנט אויסצוהערן

פעטרעזאן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 19, 2009 11:10 am

תגובהדורך פעטרעזאן » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:12 pm

געדענקט איינער וועגן איינער וואס זיצט שוין יאהרן לאנג, איינער וואס איז געווען פארמישט מיט די מאפיע האט אים אריין געשלעפט און פאסטעכע רייביי טענדלער איז געווען אינוואלווט,

עס האט דעמאלטס אויסגעזעהן אז עפעס גייט ווערן, עס איז געווען א מסיבה פארדעם. בערך 5 יאהר צירוק, ווער עס געדענקט און ווייסט וואס עס טוט זיך דארט זאל ביטע מודיע זיין, איך טראכט אסאך פון דעם איד וואס מען האט מיך געמאכט אזוי רחמנות האבן אויף אים, און פליצלינג הערט מען גארנישט.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:32 pm

פעטערזאן: לויט מיין אינפארמאציע האלט עס ביי זיראו.... און ראביי טענדלער איז שוין לאנג ביזי מיט מציצה בפה...

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:33 pm

איך לייען נישט דער איד
איך לייען נישט דער שטערן
איך הער נישט קול מבשר.
קען איינער אפדעיטן וואס די מעשה איז אין קורצן?
אדער אריינסקענען א אויסשניט פון איינע פון די צייטונגען וואס ברענגען די גשיכטע

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:18 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:איך לייען נישט דער איד
איך לייען נישט דער שטערן
איך הער נישט קול מבשר.
קען איינער אפדעיטן וואס די מעשה איז אין קורצן?
אדער אריינסקענען א אויסשניט פון איינע פון די צייטונגען וואס ברענגען די גשיכטע

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:52 pm

מילא די לייענסט נישט קיין צייטונגען/מאגאזינען פארשטיי איך, מוזט דאך נישט קויפן א צייטונג נאר כדי צו הערן די איינע מעשה, אבער הערן ק"מ איינמאל וועגן די מעשה קענסטו דאך יא, ניין?
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:43 pm

וויל איך אבער נישט... איך קום דא אהער צו הערן נייעס, נישט געוואויר צו ווערן וואו איך קען עס הערן.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:46 pm

איך ליין נישט אייוועלט
קען מיר איינער אפדעיטן אין אישי וואס די מעשה איז?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:47 pm

ווען עס וועט דא ארויפקומען, וועל איך איך עס דיר בל"נ שיקן אין אישי.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:17 pm

אין קאליפארניע איז פארהאן טויט שטראף?
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:40 am

נייעס באריכט אינעם דער איד. קליקט אויף דעם בילד צו זעהן גרעסער און ליינבאר.

1.png


2.png

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:00 pm

יישר כח "היימישער איד".

ווינקל ביסט מכובד צו שיקן דעם פייל פאר מאנ-יימער אין אישי..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:08 pm

משזר האט געשריבן:אין קאליפארניע איז פארהאן טויט שטראף?


יא, די וויילער האבן געשטימט צוריק איינצופירן טויט שטראף אום 1978

אין 2006 האט א דזשאדזש געפסק'נט אפצוהאלטן טויט שטראף נאכן טרעפן לעכער אינעם סיסטעם, און דער קאמף אין געריכט גייט נאך אן, און איז ערווארטעט אנצוהאלטן ביז קומענדיגע יאר, ווילאנג די געריכט וועט איבערקוקן די נייע טויט-שטוב, און זיכער מאכן אז עס איז אויסגעהאלטן לויט די געזעץ

יעצט איז דא 725 חברה וואס ווארטן צו ווערן געטייט אין קאליפארניע

אזויווי די וויילער האבן געשטימט איינצופירן טויט שטראף, איז די איינציגסטע וועג עס אפצושטעלן אויך נאר דורך וואלן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:01 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:איך ליין נישט אייוועלט
קען מיר איינער אפדעיטן אין אישי וואס די מעשה איז?


;l;p- במקום א "לייק" בלע"ז.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:03 pm

קען מען געבן טויטשטראף פאר א אנפירער פון א גענג, ווייל איינער פון זיינע חברה האבן געהארגעט איימיצן?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:06 pm

צייטליך האט געשריבן:יישר כח "היימישער איד".

ווינקל ביסט מכובד צו שיקן דעם פייל פאר מאנ-יימער אין אישי..

כ'האב שטילערהייט געמאכט א פיג... (שוין געשיקט).

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:15 pm

למעשה אויסער תפלות וויל מען דא יעצט געלט?
אויב יא צו וועם דארף מען עס שיקן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:28 pm

דרור איז אינוואלווד אין די פרשה, קענסט אנפרעגן ביי זיי
https://drorfree.org/

---
ווינקל, מ'האט גערעדט פון שיקן די פייל, שיקן אין אישי א לינק אהער איז אזויווי שרייבן דא אז מ'קען עס הערן אויף קול מבשר...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 12:37 pm

באקומען אין אימעיל

כלל ישראל פאַראייניגט צו ראַטעווען אידישן אַרעסטאַנט פון טויט-שטראָף
-דעטאַלן פון געשיכטע שוידערט אויף היימישן ציבור-
ניו יאָרק. – אין די טעג טוען עטליכע דינאַמישע עסקנים און כלל טוער, ספעציפיש פון די באקאנטע פדיון שבויים ארגענאזאציע "דרור", פאַררופן א מאַסיווע אַקציע צו שאַפן גרויסע סומעס געלט, אין א פּרואוו צו העלפן ראַטעווען א אידיש קינד, וועלכער האָט תשובה געטאָן זיצנדיג אין טורמע, וואָס עס ווארט אויף אים טויט-שטראָף רחמנא ליצלן. געריכטליכע עקספּערטן און אַדוואָקאַטן וואָרענען אַז אַצינד איז די ריכטיגע און גענויע צייט ווען מען קען נאָך אינוועסטירן גרויסע געלטער און העלפן בייגן דעם געריכט לטובת דעם איד הערש ברוך הי"ו, און עסקנים וואָרענען אַז דער ציבור דאַרף זיך אויפוועקן נאָך איידער עס איז חס ושלום צו שפּעט.

-האווארד'ס בליענדע יונגע יארן-
אנגעהויבן האט זיך אלעס ווען האווארד - הערש ברוך איז געבוירן אלס איין איינציג קינד צו דעם פארפאלק, ביידע פון זיי קינדער פון אייראפעאישע אידן פליטים פון חורבן אייראפע. די עלטערן פון דאקטאר בלומגארטן זענען פון בעסעראביע, רוסלאנד, און די עלטערן פון פראפעסערין בלומגארטן זענען פון בוקארעסט, רומעניע, אלע פון זיי געראטעוועטע פונעם נאצישן גיהנום, וועלכע זענען אריינגעקומען אין עליס-איילאנד, ניו יארק אלס ארימע פליטים. גאר אסאך פון די פליטים האבן נעבעך געמיינט אז ווי ווייניגער אידישקייט מען וועט זעהן אויף זייער נאז, אלס לייכטער וועט זיין פאר זיי זיך אריינצופאסן אינעם אמעריקאנער באפעלקערונג און ווי מרת בלומגארטן זאגט "זיי האבן געוואלט לעבן דעם אמעריקאנעם חלום"... ליידער האט זיך די אמעריקאנער חלום געענדיגט אין א קאשמאר, מיט אן אייניקל אנגעקלאגט אין מארד קלאגעס.
הערש ברוך -האווארד- איז געווען א זיס גוט יונגל און די בלומגארטנס האבן אים פרובירט צו ערציען אויפן בעסטן שטייגער אלס רעכטספארטיגער מענטש, איידל און מענטשליך. די בלומענגארטנס אליין זענען אנגעזעענע פיינע מענטשן, דער פאטער א געלונגענער אויגן כירורוג וועלכער היילט מענטשן זייער געטריי און געבט גאר ביליג פאר ארימעלייט וואס דאס פאררעכנט ער ווי זיין טייל אין די מצוה פון צדקה.
די פאמיליע האלט אן א נאנטע קשר מיט די רבנים פון די געגנט, און דער טאטע גייט שבת דאווענען אין די חב"ד שול אין די געגנט, און האט א געפיל צו אידישקייט טראץ וואס ער איז נישט קיין ארטאדאקסישער איד, און קערט זיך מיט קליינע טריט צוריק צום אידישקייט וואס זיינע אור עלטערן זענען געווען אזוי שטאלץ דערמיט. האווארד'ס מאמע איז א גוטע וואוילטעטיגע פרוי וועלכע לערנט מיט סטודענטן איבער קונסט און מאלעריי, און וואלונטירט פאר ארגאניזאציעס. אט אזוי האבן זיי געוואלט דעם זון, אלס גוטער און קארעקטער מענטש. זעענדיג זיינע גוטע כשרונות האבן זיי ווייטער אנגעהאלטן זייערע האפענונגען און באמיאונגען אים צו געבן דעם בעסטן חינוך אין די מערסט- פארגעשריטענע און פרעסטיזשפולע שולעס און אינסטיטוציעס.
צו זיין בר מצוה האבן די בלומגארטנס געברענגט רבנים, אים אויסגעלערנט עולה זיין און לייגן תפילין, און געהאפט אז ער וועט אנהאלטן קשרים צו אידישקייט און זיך פירן לייטיש – לויט זייערע השגות.

-שלעכטע חברים און טונקעלע געשעפטן-
האווארד האט אבער ליידער נישט געצויגן צו ערפילן זיינע עלטערנ'ס חלומות פאר אים, נאר ער האט זיך אנשטאט אריינגעלייגט שטארק אין געלט. האווארד האט ליב געהאט געלט, שטענדיג גערעדט צו די עלטערע איבער ביזנעס און געהאט אן אינטערעסע צו מאכן געלט, און בעיקר מאכן ווי מער געלט ווי שנעלער.
ווען האווארד איז געגאנגען שטודירן אין די באקאנטע "מיאמי אוניווערזיטעט", האט ער זיך ווייניג אינטערעסירט אין די שטודיעס און ביזנעס טאקטיקן וואס מען האט דארטן געלערנט.
ער האט שנעל איינגעזעהן (זיך איינגערעדט) אז נישט אין לעגאלע און ערליכע ביזנעס ליגט די געלעגנהייט צו לייגן א יד אויף געלט, נאר אין אומלעגאלע שטיק.
מרת בלומגארטן דערציילט "האווארד איז געווען א גוט אנטוויקלטער סטודענט וועלכער האט באקומען גענוג געלט פון שטוב, און דאס האט געצויגן אויפמערקזאמקייט פון שעדליכע חברים וועלכע האבן געזעהן אין דעם א געלעגנהייט צו מאכן א לעבן דורך זיין האווארד'ס כלומר'שטע חברים.."
צווישן אנדערע האט א געוויסער אדוואקאט זיך צוגעשארט צו האווארד. יענער איז ליידער מזרע ישראל, און אין די זעלבע צייט וואס ער איז געגאנגען כסדר אין געריכט פאר קעיסעס און צו קעמפן פאר "יושר און יוסטיץ", האט ער אנגעפירט מיט טונקעלע געשעפטן און דראג האנדלונגען.
דער "אדוואקאט" האט דערציילט פאר האווארד בסוד אז נישט בלויז איז ער אן אדוואקאט צו פארטרעטן פארברעכער, נאר ער העלפט, עצה'ט און באגלייט קרימינאלע שטיק מיט פראפעסיאנאלע ראט, איז האווארד געווען גרייט צו מיטארבעטן.
פאר די גרופע איז האווארד געווען זייער ווערדפול, זייענדיג א רייכער סטודענט וועלכער קען דינען ווי א געלט קוואל אין טרוקענע צייטן. די באנדע האט גוט געארבעט, זיי האבן געלעבט אין שוואוילטאג און הולטייען, געמאכט גוט געלט פון טונקעלע געשעפטן און געמיינע אקטיוויטעטן, האווארד איז אייביג געווען גוט אויסצופרעסן נאך געלט, און די באן איז געפארן.
ווען עס האט אויסגעפעלט נאך געלט האט האווארד געבעטן זיינע תמימות'דיגע עלטערן – וועלכע ווייסן נישט וואס זייער תכשיט טוט - אז ער דארף געלט צו אינוועסטירן אין זיינע שטודיעס און אין ביזנעס אונטערנעמונגען. די באנדע האט אים געגעבן די פאלשע געפיל פון זיין וויכטיג, זיין א גרויסער חברה'מאן, זיי האבן שיין געשמייכלט צו אים, און אים אויסגענוצט ביטערליך.

-דער טאג וואס די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן-
די ביטערסטע מינוטן פון האווארד האבן זיך אנגעהויבן ווען ער האט דערלייגט א האלב מיליאן דאלאר נאכדעם ווי פאליציי האט קאנספיקירט א גרויסע שיפמענט פון דראגס וואס ער האט געוואלט פארקויפן. האווארד איז געווען אויפגעברויזט אויף איינעם פון זיינע "מיטארבעטער" צוליב דעם גרויסן געלט פארלוסט, און געפירט מיט יענעם א גרויסן קאמף.
דאס אז האווארד האט געליטן א פארלוסט פון א האלב מיליאן דאלער, האט באדייטעט א פארלוסט פאר די גרופע מיט וועמען ער האט געארבעט.
די גרופע אין שפיץ פונעם אדוואקאט האבן באשלאסן אז זיי וועלן יענעם אנלערנען פאר די שאדן וואס ער האט אנגעמאכט פאר האווארד. זיי זענען נאכגעגאנגען וואו ער געפינט זיך און נאכ'ן געוואויר ווערן אז ער האלט זיך אויף אין א האטעל אין קאליפארניע, זענען זיי אהינגעפארן. די גרויזאמע דעטאלן פונעם מארד איז נישט וויכטיג אריינצוגיין, אבער דער אדוואקאט'ס ברודער, וועלכער איז אויך געווען פון די גרופע, האט דערשטיקט יענעם און יענער איז אומגעפאלן א טויטער אויפן ארט.
סוף גנב לתלייה, נאך א צייט האט די פאליציי זיי באוויזן נאכצעיאגן און ארעסטירט אלע חברה וועלכע זענען געווען פארמישט אין די מארד. די פאליציי האבן דערשמעקט די ארבעט פון א דראג באנדע און האבן דעריבער אפירגעזוכט
און ארעסטירט טאקע יעדן איינעם פון די באנדע, אריינגערעכנט האווארד, וועלכער איז געווען אין ניו יארק בשעת ווען דער מארד האט פאסירט.

-"בלויז" דרייסיג יאר טורמע-
האווארד האט מען ארעסטירט אין ניו יארק ווען עס איז אפירגעקומען אז ער איז א טייל פון די דראג באנדע, און דאן האבן זיך אנגעהויבן די געריכטליכע פראצעדורן קעגן אים. האווארד'ס עלטערן, אינאיינעם מיט א פרעסטיזשפולן אדוואקאט ביים נאמען דזשערי שארגעל, האבן באשלאסן אז האווארד וועט איינגיין אויף א "פלי-בארגעין" אפמאך מיט די פראקורארן. דאס הייסט אז האווארד וועט זיך מודה זיין פאר די פראקורארן איבער עטליכע דראג האנדלס קלאגעס און וועט "בלויז" קריגן דרייסיג יאר אין טורמע.
דרייסיג יאר איז טאקע נישט קיין קלייניגקייט, אבער האווארד און זיינע עלטערן זענען געווען בארואיגט אז מען רעדט בלויז פון דינען א טורמע טערמין און נישט פון אן אנקלאגע אויפ'ן מארד פון יענעם וואס האט דערלייגט פאר אים די האלב מיליאן דאלער.
עס איז דאן געווען א זארג אז פראקורארן פון א צווייטע סטעיט וועלן שפעטער אויך אנקלאגן האווארד נאכאמאל פאר די זעלבע קלאגעס, וואס דאן וועט ער אויסשטיין א פרישע טורמע טערמין ווי נאר ער ענדיגט דינען דעם טערמין אין ניו יארק.
דער אדוואקאט האט אבער דאן געזאגט אז לויט ווי ער פארשטייט, וועט דאס נישט פאסירן.

-טויט שטראף אין קאַליפאָרניע?!-
אין פאקט אבער האט זיך דער אדוואקאט ביטער טועה געווען און ווי מאדנע עס הערט זיך איז אן אנדערע סטעיט אריינגעקומען אינעם בילד און פאדערן אכזריות'דיגע שטראפן פאר זינד אויף וועלכע ער זיצט שוין יארן לאנג;
די קאליפארניע פראקורארן האבן נישט געבויעט סתם א קעיס קעגן האווארד, נאר זיי האבן נאכדערצו גענוצט דעם פלי- בארגען אין וועלכע ער איז מודה אין זיין שולד.
די פראקורארן פון קאליפארניע זענען אבער פיל מער פארביסן, און טראץ די צייט וואס עס איז שוין דורך און טראץ וואס אין ניו יארק האט די געריכט אים נישט באשולדיגט אין די מארד, האבן זיי אויפגעבויט א קעיס קעגן אים אז ער איז דער פירער פון די גרופע און דעריבער דער פאראנטווארטליכער פארן מארד און ער דארף באקומען טויט שטראף!
דער אדוואקאט שארגעל האט געזאגט קלאר אז ער האט פארנאכלעסיגט צו טון זיין פליכט צו זיכער מאכן מיט קאליפארניע אז זיי וועלן אים נישט אנקלאגן. ווען מען מאכט א פלי בארגעין דארף מען זיכער מאכן אז דאס איז סוף פסוק, אבער ער האט מיט דעם פלי בארגעין פארזעהן דעם פאקט אז קאליפארניע וועט אים פריש אנקלאגן און ער איז נישט באשיצט דורך דעם וואס ער איז שוין דורך ניו יארק'ס געריכט פראצעדורן.
אזוי איז געשעהן אז נאך צוועלף יאר אין טורמע – אין וועלכע האווארד איז שוין אינצווישן געווארן א בעל תשובה און א צובראכענער מענטש – האט מען אויפגעהויבן האווארד, אים ארויפגעלייגט אויף א טורמע באס און געפארן במשך פון צענדליגער שעות, ווי די שטייגער פון טורמע טראנספארטן, קיין קאליפארניע.
די בלומגארטנס קעמפן שוין זעכצן יאר זייער שווער אז ער זאל נישט פאראורטיילט ווערן אין קאליפארניע, ווייל אין קאליפארניע איז דא טויט שטראף, דארטן מארדעט מען גאנץ שנעל פארברעכערס, פיל מער ווי אין אנדערע סטעיטס;
אזוי ארום אז ער קען חלילה באקומען די הארבסטע עונש און אפשר אפילו טויט שטראף. די אדוואקאטן פון האווארד שרייען אז א מענטש קען נישט אנגעקלאגט ווערן צוויי מאל פאר די זעלבע קלאגעס, אפילו עס איז אין א באזונדערע סטעיט.
די פראקורארן פון קאליפארניע האבן געזוכט אויפצובויען א שיינע מעשה, און זיי האבן מחליט געווען אז די מערסטע דראמאטיש איז צו קרוינען האווארד אלס דער אנפירער פון די באנדע, אזוי ארום קענען זיי אים אנקלאגן פאר'ן מארד, טראץ וואס ער איז בכלל נישט געווען אין די סטעיט ווען די מארד האט פאסירט, וואס דערויף האט האווארד'ס אדוואקאט געברענגט קלארע באווייזן פאר די ריכטער.
עס איז אפשר שווער צו גלייבן, אבער די ארבעט פון פראקורארן איז נישט צו אנטדעקן דעם אמת, נאר זייער אויפגאבע איז צו אייינשפארן מענטשן ווי לענגער שייך. די סוקסעס פון א פראקוראר מעסט זיך נישט אין וויפיל מיסטעריעס ער האט געלעזט, וויפיל יושר ער האט איינגעפירט, נאר איין זאך: וויפיל יארן אין טורמע ער האט צוזאמגעשטעלט.
די פראקורארן האבן מחליט געווען אז צו אראפלייגן די באנדע ווי האווארד איז דער פירער קלינגט זייער מעכטיג, וואס קלינגט בעסער ווי אזא מעשה "א יונגאטש פון א גוטע שטוב האט איינגעשפאנט אן אדוואקאט און א מערדער – ביידע פיל עלטער פון אים - זאלן אויספירן זיינע טונקעלע געשעפטן, און די געניטע פאליציי און פראקורארן זענען דערגאנגען די גענויע דעטאלן פון די געהיימע באנדע".

-בערנארד מעידאָף – שבר על שבר-
די בלומגארטן פאמיליע האבן קיינמאל נישט געטראכט פון דארפן צוקומען צו הילף פונעם ציבור אינעם קעיס פון זייער זון, זיי האבן פארמאגט געלט און אליין געצאלט די גרויסע געלט פאר די אדוואקאטן. דער פאטער איז א פארנומענער דאקטאר און פארדינט שיין געלט, און ער האט אליין באצאלט די גרויסע קאסטן.
די פאמיליע האט פארמאגט א פריינט, א איד מיט וועמען די משפחה איז געווען נאנט, ער הייסט בערנארד מעידאָף, וואָס פילע ליינער ווייסן שוין מסתמא וואָס ליגט אונטער דעם נאָמען. אלנפאלס, ווי פילע פון זיין קרבנות, האָבן האווארד'ס עלטערן געהאלטן אז זיי זענען מזל'דיג אז זיי קענען אים ווייל דער מעידאף איז געווען באַקאַנט אַלס מעכטיגער פיגור אויף וואל סטריט און זיינע אינוועסטמענטס זענען געווען גאָר מזל'דיג. די פאמיליע האט אריינגעלייגט זייערע אלע אוועקגעלייגטע געלט ביי מעידאף, און זענען געווען גליקליך ווען פון צייט צו צייט האט מעידאף'ס פירמע זיי געשיקט א טשעק פון די "רווחים".
אינצווישן איז די קעיס עטליכע מאל געווען אין פארנט פון א ריכטער, ווי די פארטיידיגער האבן פרובירט צו אויפווייזן אז די קעיס איז שוין באהאנדלט געווארן אין ניו יארק און טאר בכלל נישט באהאנדלט ווערן אין קאַליפאָרניע. דער געריכט פּראָצעדור האט זיך זייער לאנג געשלעפט און געפירט געווארן פון איין ריכטער צום אַנדערן. די טייערע אדוואקאטן זענען באצאלט געווארן דורך די בלומגארטנס פון זייערע רווחים פון די אפגעשפארטע געלט.
דאַן איז געקומען די נייעס איבער בערנארד מעידאָף און אַז ער איז געכאַפּט געוואָרן מיט א מאַסיוון שווינדל און אַלע געלטער פון זיינע אינוועסטירער איז מער נישטאָ. די נייעס האָט געלאַנדעט אויפ'ן קאָפּ פון האווארד'ס עלטערן ווי א באָמבע. נישט גענוג וואָס זיי דאַרפן זיך ספּראַוון מיט זייער קינד אין געריכט אונטער'ן וואָלקן פון ביטערע קלאַגעס, האָבן זיי אַצינד פאַרלוירן זייער גאַנצע געלט און דערמיט אויך די גאַנצע האָפענונג פון האָבן גוטע אַדוואָקאַטן צו פאַרטיידיגן האווארד אין געריכט.
האווארד'ס עלטערן האָבן דעריבער גענומען א נייעם צוגאַנג, נישט וועלנדיג צוקומען צו קיין איין פּעני פון אַנדערע מענטשן, און זיי האָבן געזאָגט פאַר'ן פּראָקוראַר אַז זיי זענען גרייט צו מאַכן א דיעל מיט אים, ענליך צום פלי בארגעין וואָס האווארד איז איינגעגאַנגען אין געריכט אין ניו יאָרק.
אָבער, ווי עס שטעלט זיך אַרויס, האט די רעגירונג צוגעשטעלט א גאר פאר'עקש'נטער און ביטערער פראקוראר וואס זוכט נישט דעם אמת אין די מעשה, ער קוקט נישט אויף פאקטן, ער וויל נאר אוועקלייגן האווארד. דער פראקוראר איז שוין געגאנגען אזוי ווייט ווי פרובירן שתדל'ן ביים פאַקטישן מערדער אז ער זאל ארויפווארפן דעם שולד אויף האווארד, מיטן אויסרייד אז ער האט געמארדעט ווייל ער איז געווען אונטערן איינפלוס און פרעשור פון האווארד.
דער פראקוראר קעמפט ווי א ווילדער חיה, און די פארטיידיגונג מוז שטיין על המשמר. ביז היינט איז זיי געלונגען צו אפשטופן און פארלענגערן די קעיס, ווארטנדיג אויף בעסערע שאנסן און מער רעאליסטישע אורטייל-פארשלאגן פונעם פּראָקוראַר, אָבער שוין זעכצן יאר שלעפט זיך די קעיס און יעדע געריכטליכע פראצעדור קאסט אסאך געלט.

-כקטן שנולד- א בעל תשובה אין טורמע-
האווארד אליין האט זיך אין טורמע גענצליך געטוישט, ער איז געווארן אן ערליכער איד א שומר תורה ומצוות מיט איידלקייט און ערנסטקייט, חרטה אויף זיינע מעשים און תשובה ותפלה.
די עף בי איי האט אין די עפנטליכקייט אפגע'חוזק'ט פון האווארד'ס התנהגות אין טורמע, און זיי האבן דערציילט פאר די מידיא "דער שטאלצער גענגסטער האט אין טורמע געוויזן וואספארא גיבור ער איז, ער איז אינגאנצן צוזאמענגעבראכן אין טורמע" עס איז נישט עטיש און מעגליך אויך אומלעגאל פאר פעדעראלע איינגעשטעלטע צו שפעטן און טרייבן חוזק פון אזא התהנהגות פון אן אַרעסטאַנט.
אבער די עלטערן און חברים פון האווארד פארשטייען עס פיל בעסער "האווארד איז נישט קיין מערדער בטבעו וואס פאקט יעצט איין אין טורמע, פארקערט, ער איז א גוטע נשמה וואס האט פארלוירן קאנטראל דורך שלעכטע חברים, און יעצט נאכן כאפן א פראסק און זיך דערזעהן ווי ער שטייט אויף די וועלט קומט ארויס זיין נאטורליכע קאליר, אן ערליך איידל קינד"- דרוקט זיך אויס איינער פון זיינע נאָנטע פריינט.
דער דינאַמישער עסקן הרב מענדל כ"ץ הי"ו פון די "אלף" אינסטיטוט וועלכער באזוכט רעגלמעסיג האווארד אין טורמע, דערציילט אז האווארד האט א דורשט צו אידישקייט, ער דאוונט און לערנט און איז עוסק אין תשובה. הרב כ"ץ דערציילט אונז אז אין די ניין טעג האט האווארד מחליט געווען נישט צו עסן פלייש, אבער אין טורמע האט ער נישט געהאט עפעס אנדערש, און טראץ וואס מען האט אים געזאגט אז ער זאל נישט הונגערן און זאל עסן די פליישיג נאכטמאל האט ער זיך געהאלטן צו די הלכה און נישט געגעסן די איינציגסטע זעטיגע מאלצייט די ניין טעג.
דער מסירות נפש עסקן פאר אידן אין טורמע, הרב צבי באיארסקי דערציילט "הערש ברוך איז אן אמת'ער בעל תשובה, איך קען זעהן ווער עס איז א בעל תשובה גמור און ווער עס איז נאר א צייטווייליגע אריבערגאנג, הערש ברוך איז א בר דעת, ער דאוונט און לערנט מיט פארשטאנד און זוכט צו שטייגן אין אידישקייט, ער האט זיך אזוי שטארק געטוישט אז עס איז אומגלויבליך".
הרב יואל אשר לאבין שליט"א, דער מנהל פון "דרור" דערציילט "הערש ברוך האט זיך אמת'דיג געטוישט, ער איז פיל מיט חרטה און ערנסטקייט, און ער וועט אויף אייביג בלייבן אן ערליכער און גוטער מענטש. נאר פאר א דוגמא, יעצט חודש אלול, פארבינדט זיך הערש ברוך יעדן טאג מיט מיר, אז איך זאל בלאזן שופר פאר אים דורך די טעלעפאן, ווייל ער וויל הערן שופר בלאזן!".

-די מצב יעצט לעת עתה-
ווי עס האַלט יעצט, שלעפּט זיך דער קעיס ווייטער אין געריכט און דער מצב זעהט נישט אויס גוט, ווייל עס איז נישטאָ דאָס געלט פאַר די אַדוואָקאַטן צו באַקעמפן די לעכערליכע אַטאַקעס און נעגאַטיווע אַפעקט וואָס די פּראָקוראַרן לייגן אויף די ריכטער אין געריכט. עס האַלט ביי דעם אַז עס ווארט אים אָט אָט טויט-שטראָף, אויב וועט כלל ישראל זיך נישט אויפוועקן צו ראַטעווען א אידיש קינד און בעל תשובה גמור פון א זיכערן טויט!
די משפחה האט נישט די געלט צו ראטעווען זייער זון פון טויט שטראף, אבער זיי ווייסן איין זאך אז כלל ישראל שוינט זייער אפ א נפש מישראל, ווי מרת בלומגארטן דרוקט זיך אויס: "ביי די קעיס פון גראסמאן (וועלכער איז נעבעך הינגעריכטעט געוואָרן אין פלאָרידע מיט עטליכע יאָר צוריק) האט כלל ישראל אזויפיל געטון אים צו ראטעווען, אבער מען האט זיך דערמאנט צו שפּעט. דא איז יעצט ממש די פאסיגע צייט, די שאנסן זענען גוטע און האווארד דארף נאר האבן די הילף פון גוטע אידן".
די "דרור" ארגענאזאציע – וועלכע טוט גדולות ונצורות אין תחום פון פדיון שבויים - האט זיך אריינגעווארפן אין די דאזיגע ווייטאגליכע קעיס, און אונטערגענומען א קאמפיין צו העלפן שאפן די גרויסע געלטער צו קענען פינאנצירן א טייערן לויער.
דרור האט זיך געוואנדן צו גדולי ישראל און איבערגעשמועסט מיט זיי די דעטאלן פון די קעיס, פארגעלייגט די צדדים און געהערט קלארע דעת תורה אז על פי הלכה איז דער איד נישט חלילה קיין מערדער, און היות ער איז א בעל תשובה און א שומר תורה איז א חיוב גמור און קלארע חוב קדוש צו מקיים זיין די פשוטע מצוה פון לא תעמוד על דעם רעך, די רבנים וגדולי הדור האבן געשריבן א קול קורא ווי זיי שרייבן אז דאס איז א ריכטיגע פיקוח נפש וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, צו ראטעווען א מענטש פון א פאקטישן טויט, און זענען מחייב אידן צו ראטעווען דאס אידיש לעבן.
הרב יואל אשר לאבין שליט"א, דער מנהל פון דרור, געט איבער פאר די רעדאקציע "דער באשולדיגטער איד איז א בעל תשובה גמור, ער רופט מיר רעגלמעסיג פון טורמע, אפטמאל ממש טעגליך, און ער דערציילט מיר די גמרא וואס ער האט לעצטנס געלערנט, די קאמף פאר אידישקייט וואס ער האט לעצטנס געקעמפט אין טורמע;
די עלטערן זיינע זענען זייער איידעלע מענטשן, יורדים וואס האבן דערלייגט זייערע נכסים, און די הארץ וויינט ממש מיט צו זעהן עלטערע מענטשן קעמפן מיט זייערע לעצטע כחות פאר זייער בן יחיד'ס לעבן. די גדולי הדור ביי וועמען איך האב באזוכט האבן ממש מיט התפעלות געשילדערט די גרויסקייט פון די מצוה וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, און מען דארף גרויסע געלטער, מיט די פאסיגע געלטער האבן מיר שאנסן צו זיגן די קעיס און ראטעווען א אידיש לעבן פון טויט."

עס איז די האפנונג אז אידן וועלן זיך אנרופן ווארעם און ארויסהעלפן צו ראטעווען א אידיש לעבן, ביים קאמפיין וואס ווערט אונטערגענומען אין די קומענדע טעג צו מציל זיין א נפש אחת מישראל.
צו מנדב זיין פאר די וויכטיגע צוועק, קען מען זיך פארבינדן צו דרור:
5308New Utrecht Ave Brooklyn, Ny 11219
(ביטע צושרייבן אז ס'איז פאר צבי ברוך בלומגארטן פדיון שבויים פאנד)
אדער אויפן טעלעפאן
718-280-1510
צוגעלייגטע
נייעס פון בלומגארטן געשיכטע 2.pdf
(138.94 KiB) דאונלאודעד 155 מאל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:12 pm

די משפט הייבט זיך אן דריי וואכן ארום October 4 (צווייטע טאג חוה"מ סוכות) אין קאליפארניע

לאמיר נישט זיין קיין צועקים לשעבר ווי ביי פרשת גראסמאן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:29 pm

די הארץ גייט אויס פאר די עלטערן און דעם הערש ברוך.

איך גיי אי"ה אריין שיקן א סכום פאר די מצוה פון פדיון שבויים.

איך וויל נאר וויסן איין זאך: נעמען פון רבנים וואס סופארטען עס
א חתימה ברויך מען האבן ?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”