די איינזייטיגקייט פון די מידיע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך dell » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:04 am

פון צייט צו צייט הערט מען ווי א געוויסע צד שרייט אויף די מידיע אז זיי זענען איינזייטיג צו די צווייטע צד. געווענליך קומט די טענה פון די רעפובליקאנע אויף די דעמעקראטישע סטאנציעס. אבער אמאל הערט מען פארקערט אויך. און אמאל איז עס איינזייטיג מיטן מינארעטי.

סי בי עס

א וואך צוריק האט זיך געטון אביסל, ווען סיקסטי מינוט'ס האט אפגעהאלטן אן אינטערוויו מיט ראמני און רייען. די ערשטע אינטעוויו נאכוואס ראמני האט געלאזט וויסן זיין מיטלויפער. ביי די אינטערוויו האט רייען גערעדט וועגן זיין מאמע אין פלארידע וואס געניסט פון מעדיקעיר אבער סי-בי-עס האט ארויסגעשניטן די שטיקל. דאס איז א פרעכהייט אין דזשורנעליזם, נאכדערצו ווען די שטיקל איז פון די סאמע וויכטיגסטע שטיקלעך אונעם קאמפיין.


ען בי סי

ביי די שיסעריי פון דזשארדזש זימערמאן אויף טרעווין מארטין האט ען-בי-סי געשניטן א שטיקל פון די אודיאו טעיפ פון די 911 רוף וואו מ'הערט ווי די דיספעטשער פרעגט וועלכע קאליר דער פארשוין איז, וואס אויף דעם האט זימערמאן גענפערט טינקל. ען בי סי האט ארויסגענומען די שטיקל און מ'הערט נאר וואו זימערמאן זאגט אז ער איז א טינקעלער און מיט דעם האט מען אים באשולדיגט אין ראסיזעם. זיי האבן זי פארענפערט דעראויף אבער די מעשה פאר זיך ווייזט וויפיל מ'קען גלייבן די מידיע אפילו ווען זיי ברענגען נאך א טעיפ.

שפעטער וועל איך ברענגען נאך

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:31 pm

זייער א וויכטיגע טאפיק, אבער די ברויכסט ניש ברענגען ציפיל ראיה'ס ווייל ס'איז היפש קלאר.
לעצט פאראכטן דורך משזר אום דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:31 pm

אז דו גייסט דאקיומענטען די בייעס פון די מידיע עד הסוף, וועט די אשכול זיין לענגער ווי די פריימעריס אשכול!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:46 pm

נאך א סעמפל
viewtopic.php?p=574956#p574956

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:48 pm

אין אפילו רוב פון די פאלס זענען אויך איינזייטיג.

גראדע דעי קליפ איז היפש גיט

http://ac360.blogs.cnn.com/category/deb ... n-schultz/
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:19 pm

חחח... איט דאזנט מעטטער....
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:29 am

דאס מיינט איינזייטיג. עמ עס ען בי סי האט געשניטן נעכטן שטיקער פון די קאנווענשען. אלע פלעצער וואו די מינאריטעטן האבן גערעדט
http://dailycaller.com/2012/08/28/msnbc ... -minority/

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:02 am

עמעסענביסי איז נישט קיין איינזייטיקייט, זיי זענען היינטצוטאגס בפירוש א ליבעראלע מידיע אגענטאר פונקט ווי דראזש.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:24 am

dell האט געשריבן:דאס מיינט איינזייטיג. עמ עס ען בי סי האט געשניטן נעכטן שטיקער פון די קאנווענשען. אלע פלעצער וואו די מינאריטעטן האבן גערעדט
http://dailycaller.com/2012/08/28/msnbc ... -minority/

צווישן מיר און דיר און אונז אלע, די זאל איז נעכטן געווען געפאקט מיט ווייסע מענטשן. די מינאריטעטן וואס מ'האט ארויפגעשטעלט אויפן בימה זענען דאך נאר געווען להפיס עיני הבריות אז "קוק, מיר רעפובליקאנער זענען נישט קיין ראסיסטען!" עס איז מסתמא אמת אז די רעפובליקאנער זענען נישט קיין ראסיסטען, אבער עס איז קלאר אז זיי זענען נישט די פארטיי פון מינאריטעטן. ווי איראניש איז געווען ווען סטעיטס האבן אויסגעקליבן דוקא א שווארצן דעלעגאט צו אפגעבן די סטעיט'ס שטימע פאר ראמני, בו בזמן וואס דער שווארצער דעלעגאט איז געווען ארום גענומען מיט בלויז ווייסע פנים'ער... און אז עם עס ען בי סי האט נישט געוואלט ערלויבן פאר די רעפובליקאנער פארטיי צו ספיננען וואו א מינאריטעט פארטיי איז נאך נישט עק וועלט...
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:32 am

דאס טאקע איז זייער עולה.
זייער ארבעט איז נישט צו אפמאכן ווער ס'מעג ספיננען און וויאזוי זיי מעגן.
זייער ארבעט איז צו באריכטן די נייעס אזוי פארווע ווי מעגליך. גארנישט מער.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
thruway
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אונטערוועגענס

תגובהדורך thruway » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:38 pm

מיר דארפן דאס געדענקן ווען די מידיע באריכטעט
אז ר' פלוני - אדער ציבור פלוני - ווערט באשולדיגט מיט ....
איז נאך ווייט נישט תורת לאקשן אמת
יעדער שרייבער און ריפארטער האט א בייעסד אגענדע צו זיינע שיטות און ער שלייערטד אריין די השפעה פון זיינע דיעות
אין זיין באריכט
אפילו א מלקט קען דאס טוהן, כידוע ליודעי חן

אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 19, 2012 2:17 pm

תגובהדורך dell » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 1:45 pm

ירוחם, דו בארעכטיגסט צו שניידן ווערטער אדער דרשות ווייל זיי ווילן ווייזן א פוינט? איז דאס וויאזוי די מידיע ברויך זיין?

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:02 pm

נאך א נייעס סענטער וואס איז איינזייטיג:

ק.נ.א.

זיי קאווערן עפעס נישט געהעריג די רעפובליקאנער קאנווענשאן
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:25 pm

יא, ווייל זיי האלטן אז די גאנצע קאנווענשאן איז איין שטיק ספין.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:02 pm

ירוחם האט געשריבן:
dell האט געשריבן:דאס מיינט איינזייטיג. עמ עס ען בי סי האט געשניטן נעכטן שטיקער פון די קאנווענשען. אלע פלעצער וואו די מינאריטעטן האבן גערעדט
http://dailycaller.com/2012/08/28/msnbc ... -minority/

צווישן מיר און דיר און אונז אלע, די זאל איז נעכטן געווען געפאקט מיט ווייסע מענטשן. די מינאריטעטן וואס מ'האט ארויפגעשטעלט אויפן בימה זענען דאך נאר געווען להפיס עיני הבריות אז "קוק, מיר רעפובליקאנער זענען נישט קיין ראסיסטען!" עס איז מסתמא אמת אז די רעפובליקאנער זענען נישט קיין ראסיסטען, אבער עס איז קלאר אז זיי זענען נישט די פארטיי פון מינאריטעטן. ווי איראניש איז געווען ווען סטעיטס האבן אויסגעקליבן דוקא א שווארצן דעלעגאט צו אפגעבן די סטעיט'ס שטימע פאר ראמני, בו בזמן וואס דער שווארצער דעלעגאט איז געווען ארום גענומען מיט בלויז ווייסע פנים'ער... און אז עם עס ען בי סי האט נישט געוואלט ערלויבן פאר די רעפובליקאנער פארטיי צו ספיננען וואו א מינאריטעט פארטיי איז נאך נישט עק וועלט...


עס איז ניש זייער ארבעט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2012 4:19 pm

איר ווייסט ווער ס'נישט בייעסט? CBS.
פון וואו ווייס איך? וואס הייסט? דער CBS באלעבאס האט אליין געזאגט!
The President of CBS News told the Greater Chamber's annual Economic Outlook Conference that claims by conservatives that his network, and the rest of what has derisively been labeled as the 'mainstream media' are simply 'labels' and David Rhodes said those labels 'don't stick.'

"We still have millions of people coming to these broadcasts, and a great day for me is when we take incoming from both sides about how we handled a story," Rhodes told 1200 WOAI's Michael Board.

In fact, Rhodes said CBS is a beacon of unbiased news.


איר הערט? CBS איז דער "לייכט טורעם" פון אומ-איינזייטיגקייט נייעס!

נו זעהט איר שוין? אבי איר האקט אין קאפ וועגן די MSM...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך מאי 20, 2020 4:13 pm

די מידיע איז טאקע אזוי איינזייטיג?
איך מיין אז ביי היינט צוטאגס זענען זיי שוין סאך בעסער..

אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך Borough Park » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:26 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די מידיע איז טאקע אזוי איינזייטיג?
איך מיין אז ביי היינט צוטאגס זענען זיי שוין סאך בעסער..

איך זעה אז די האסט טאקע נישט וואס צו טוען
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 01, 2020 10:31 am

בן ארבעים לבינה

די סי ען ען מידיא נעץ צייכנט היינט אפ איר 40'סטע געבורטסטאג

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך עציץ נקוב » מאנטאג יוני 01, 2020 11:29 am

הכל הבל האט געשריבן:בן ארבעים לבינה

די סי ען ען מידיא נעץ צייכנט היינט אפ איר 40'סטע געבורטסטאג

מען האט טאקע צובראכען גלאז ביי זייער הויפטקוואטירען לכבוד די שמחה...
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

שרייב ווערק
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

Re: די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך שרייב ווערק » מאנטאג יוני 01, 2020 5:15 pm

צום קעפל, מ'דארף זיין בלינד נישט צו זען די איינזייטיגקייט פון די מידיע.

וויפיל מענטשן זענען גע'הרג'ט געווארן דורך ווייסע סופרעמיסיטן אין די לעצטע עטליכע יאר אין אמעריקע? הונדערטער!

וויפיל מענטשן זענען גע'הרג'ט געווארן דורך אנטי-פאשיסטן? 0!

אז מ'דערוואגט זיך צו לוחם צו קעגן פאשיסטן און איר מערדערליכע אידעאלאגיע וואס האט שוין געקאסט דאס לעבן פון מיליאנען אינעם עבר, און קאסט נאך היינט מענטשליכע לעבנס אויף א טאג טעגליכע פארנעם, איז מען א טעראריסט אנשטאט דעם מערדער-פאשיסט, און די מידיע טאנצט נאך נאך!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג יוני 01, 2020 5:26 pm

ש"וו
אויף וואס באצוסטו זיך?

שרייב ווערק
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

Re: די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך שרייב ווערק » מאנטאג יוני 01, 2020 5:28 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ש"וו
אויף וואס באצוסטו זיך?

דו האלטסט נישט מיט די נייעס?

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג יוני 01, 2020 5:29 pm

לכאורה אויף באצייכענען אנטיפא אלס א טעראר גרופע.
אבער אמער, די איינזייטיגקייט דא איז דאך פונקט פארקערט?
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: די איינזייטיגקייט פון די מידיע

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג יוני 01, 2020 5:34 pm

אה..
איז אזוי, דער פאליציאנט איז לכאורה נישט קיין פאשיסט, און נישט קיין ווייסע סופרעמעסיסט,
די אנטיפא קענעך נישט, איז זייער עיקר מעשים 'אנטי פאשיזם'?

דורך אנטי פאשיסטן אויף א עקסטרעמע אויפן הנקרא סאציאליזם / קאמוניזם זענען מיליאנען מענטשן געהארגעט געווארן,

די מידיע איז יעצט אויף די וואנדאלאזירערס זייט, און נישט זיי האבן אנערקענט די אנטיפא פאר טעראריסטן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, maybeeynot, אזוי וויל איך, בר דעת, ברוך, לייטער, נעם אין אכט, פארפלאנטערט און 51 געסט