נייעס און קרישקעלעך פון וויליאמסבורג און ארום

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האבן זיי אפגעהאקט אין געוויסע גאסן פאר אפאר וואכן/חדשים די לענדליינס ווייל יעדער האט דאך סיי ווי א סעלפאן כדי אויסצופרובירן אויס וויאזוי ס'ארבעט זיך אויס

פארוואס זאגסטו אפגעהאקט? סיז פשוט נישטא גענוג ווייערס אין די געגענט, חברה הצלה קען אויך נישט דיספעטשען פון די פארק עוו גאראדזש וועגן די זעלבע סיבה

ווייל די משפחות האבן געהאט און ס'האט אויפגעהערט צו ארבעטן, און דאס האט דער רעפרעזענטיוו געענטפערט
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

פון וועלעכע געגענט רעדסטו? ווייל ספענסער בעדפארד פארק וואלווארט זאגן זיי אגאנצן צייט אז סיז נישטא גענוג ליינס און מארבעט אריינצוברענגען פייבער קעבלס און סנעמט צייט, דערווייל קענסטו אויפהייבן דיין טעלעפאון און הערן וועלעכע האטליין די מענטשען אין א הויז א בלאק אוועק פון דיר הערט
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

יוראפ האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האבן זיי אפגעהאקט אין געוויסע גאסן פאר אפאר וואכן/חדשים די לענדליינס ווייל יעדער האט דאך סיי ווי א סעלפאן כדי אויסצופרובירן אויס וויאזוי ס'ארבעט זיך אויס

פארוואס זאגסטו אפגעהאקט? סיז פשוט נישטא גענוג ווייערס אין די געגענט, חברה הצלה קען אויך נישט דיספעטשען פון די פארק עוו גאראדזש וועגן די זעלבע סיבה

ווייל די משפחות האבן געהאט און ס'האט אויפגעהערט צו ארבעטן, און דאס האט דער רעפרעזענטיוו געענטפערט

איך בין פון די באטראפענע, יאך ווארט שוין חדשים זיי זאלן פיקסן די לענדליין, אבער דערווייל זעהט נישט אויס ווי די חברה ציקראצן זיך דערפאר
בלית ברירה, האבעך געקויפט דעם דעווייס https://www.verizonwireless.com/home-of ... one-t2000/
און אריבער געפארט מיין היים נאמבער דערויף,
עס ארבעט ווי א סעלפאן, דהיינו ווען ס'רעגנט, הערט מען עס אויפן טעלעפאן......
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:פון וועלעכע געגענט רעדסטו? ווייל ספענסער בעדפארד פארק וואלווארט זאגן זיי אגאנצן צייט אז סיז נישטא גענוג ליינס און מארבעט אריינצוברענגען פייבער קעבלס און סנעמט צייט, דערווייל קענסטו אויפהייבן דיין טעלעפאון און הערן וועלעכע האטליין די מענטשען אין א הויז א בלאק אוועק פון דיר הערט

אלט ווילי
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

פייל א קאמפלעינט ביי די פאבליק סערוויס קאמישענער. געווענטליך ארבעט עס ווי מעדזיק. אפאר אזאנע קאמפלעינטס וועט בפשטות פיין ארבעטן
א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גאנץ יאר פרייליך »

shimon7323 האט געשריבן:פייל א קאמפלעינט ביי די פאבליק סערוויס קאמישענער. געווענטליך ארבעט עס ווי מעדזיק. אפאר אזאנע קאמפלעינטס וועט בפשטות פיין ארבעטן


http://www3.dps.ny.gov/ocs/itgate.nsf/w ... t?OpenForm
#איך פארנעם די מינימום פלאץ ווען איך פארק!

ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

בעדפארד סוער ריפעיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בעקער האט געשריבן:א גוטע וואך א געזינטע ווינטער.
אויף בעדפארד עוו. צווישען ראטלעדזש און פען סט. האט מען איבער יו"ט אנגעהויבן עמערדזענסי סוער קאנסטראקשעין ווי מען האט אוועק געשלעפט אלע קארס וואס זענען דארט געווען געפארקט.
די גאס איז געווען פארשפארט איבער טאג אין וועט ווארשיינליך זיין פארשפארט די קומענדיגע פאר טעג וואס וועט אנמאכען א שווערע טרעפיק אין די גאנצע געגענט.
אטעטשמענטס
צופיל געסט געווען יום טוב?
צופיל געסט געווען יום טוב?
Bedford.jpg (69.14 KiB) געזען 2842 מאל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

כ'וויל יעצט ארויספארן פון בארא פארק. וואס איז די בעסטע וועג אנצוקומען צו לי ראטליזש יעצט מיט די פארשפארעניש.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
פויליש אמבאסאדאר
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש אמבאסאדאר »

וועיז געבט די בעסטע וועג...
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Sewer Emergency Repairs

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

Sewer repairs on Park between Skillman and Franklin Beginning Monday will take an ENTIRE MONTH
אטעטשמענטס
NYC Environmental protection
NYC Environmental protection
175998139de63eaabf29077f255326dc62b71a1b-14.jpg (60.48 KiB) געזען 2351 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

וועמען פינקטליך באדאנקן זיי דארט פאר די רואיגקייט אוו פארשטענדעניש?..

משוגענעגעים. זיי האבן היינט ארומגעלייגט טראפיק אגענטן ביי עטליכע ווינקלען, זעכער צו מאכן אז די אנזעצעניש פארברייטערט זיך וואס ווייטער ארויס.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Kollel האט געשריבן:Sewer repairs on Park between Skillman and Franklin Beginning Monday will take an ENTIRE MONTH

האפענטליך וועלן זיי איינמאל פאר אלעמאל פארעכטן די כראנישע פראבלעמען פון די פארעלטערטע סוער אינפראסטרושור וואס איז דעזיינט און געבויט געווארן פאר א פיל קלענער פאפולאציע.

דערווייל האלטן זיי דארט 24 שעה א פאמפ מיט 2 טראקס און עטליכע שומר קישואין אפעריעטארס זענען פארנומען דערמיט רונדע דעם זייגער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

farshlufen האט געשריבן:כראנישע פראבלעמען פון די פארעלטערטע סוער אינפראסטרושור


האבּעך געמײנט ס׳האט מיט די פיש װאס ד׳עולם האט געגעסן
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

איז כאטש דא א גיטע סוער גראך, אזווי מיר תושבי אלט מאנרא זענען זוכה אגאנץ יאר?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ניין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וועמען פינקטליך באדאנקן זיי דארט פאר די רואיגקייט אוו פארשטענדעניש?..

משוגענעגעים. זיי האבן היינט ארומגעלייגט טראפיק אגענטן ביי עטליכע ווינקלען, זעכער צו מאכן אז די אנזעצעניש פארברייטערט זיך וואס ווייטער ארויס.

אויב איז דא צו פארדאנקן איינעם פארן "שתדלן" אז די אגענטור זאל ברוב טובם אראפשיקן עטליכע אגעטן זאלן העלפן ברענגן ארדענונג די זאווארוכע דא ארום דאן איז די סיטי גאווערמענט אין טיפן זומפ. מען האט אפגעשפארט א וויכטיגער דורכפאר קארידאר צווישן איין עק ברוקלין און די אנדערע, וואס פירט צו וויכטיגע בריקן קיין מאנהעטן, עס האט א וויכטיגע פארנומענע באס רוט, זאגאר איינס פון די לענגסטע אין די סיטי, עס האט די סעלעקט באס סערוויס צוליב דעם, עס האט די לאאאאאנגע מרבה רגלים באסעס.. ווי אויך איז דאס א טראק רוט.

בקיצור ווען אזא גאס ווערט אפגעשפארט פאר אגאנצן טאג אריינגערעכענט די יאג-שטונדן, ברענגט דאס א כאאס. און אויב ברויך מען צוקומען צו שתדלנות אז דאס זאל צושטאנד קומען דאן איז עס א שעים אז די סיטי האט גע'פעיל'ד מיט זייער אויפגאבע.

אגב, די חברה האבן גראדע יא געמאכטא גוטן דזשאב. והא ראי' אז מיטוואך איז געווען אזא כאאס אז נאר!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

nmi האט געשריבן:
eller האט געשריבן:זעה איך אז קיינער האט נאכנישט גערעדט דערפון
רוב זיפ קאוד 11206 דאס איז פון לי ביז בראדוועי אויף די גאסן וואלאבאוט מיט פלאשינג און די גאנצע טרופ עריע ארבעט נישט ווערזייאן 3G שוין פון חוה"מ..
ביזדערווייל ריספאנדן זיי נישט ווען מ'רופט זיי...
אויב איינער קען סיי וואס העלפן אז ווערזייאן זאל עס פיקסען איז עס זייער אפרישיעט.
כ'האף אז עס איז נישט אווער...

ארוואס קויפסטו נאכנישט קיין 4g? דו זיכסט דיר כבוד?

דו זעהסט נישט אז ס'ווערט שוואכער פון טאג צו טאג? איין טאג וועט עס אינגאנצן אויפהערן צו ארבעטן. קויף דיר א 4g און גוט שבת

איז ווען דא א נערמאלע פול קיבארד 4G וואלטן מיר שוין לאנג געקויפט וואסשע זאל מען טון אז ס'נישטא ?? קיין סמארטפאון דארף איך אויך נישט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וועמען פינקטליך באדאנקן זיי דארט פאר די רואיגקייט אוו פארשטענדעניש?..

משוגענעגעים. זיי האבן היינט ארומגעלייגט טראפיק אגענטן ביי עטליכע ווינקלען, זעכער צו מאכן אז די אנזעצעניש פארברייטערט זיך וואס ווייטער ארויס.

מיר האבן גראדע היינט צופרי געדרייווד אין וויליאמסבורג ביי וואלעבאוט ווייט קענט אהין און צוריק, און מיר זענען געווען זייער צופרידן וויאזוי די טראפיק אגענטן האבן זיך געספראוועט מיט די טרעפיק. אן זיי וואלט איך נאך יעצט געשטאנען דארט...
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

פרייטיג צונאכטס/שבת פארטאגס 3:00 האט א גוי (לכאורה נאך עטליכע גלעזלעך קידוש מאכן) אריינגעקראכט אין צוויי קאר'ס ביי ווילסאן קארנער ווייט פלעיס. קודם האט ער אנגעהויבן אוועקצושפאצירן אבער למעשה האט ער נאכדעם אפגעמאכט זיך צוריק אריינצוזעצן אונעם צוקראכטן קאר און אוועקפארן. ער האט טאקע איבערגעלאזט אינטער זיך א חורבן פון צומזיקטע קארס אבער ער האט אויך איבערגעלאזט זיין פאדערשטע לייסענס פליעט. מאכענדיג סאך גרינגער די ארבעט פאר די פאליציי.
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

איבער די קאר זעצערייען האסטו עפעס א צומישעניש אין די מעשה, עס איז געווען צוויי אנדערע מעשיות אפגעריקט מיט עטליכע גאסן.
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

נעכטן נאכט ארום 11 זענען אראפגעפלויגן בעדפארד איבער 20 פאליס קארס אויב נישט מער.
עפעס מיט דעם?
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

די צוויי קארס ביי ווילסאן-ווייט זענען געווארן אוועקגעשלעפט יעצט מוצ''ש.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פרייטאג צו נאכטס איז פארגעקומען א פאליס טשעיס אין וויליאמסבורג נאך א געגנבטע [אידישע] קאר פון קראונהייטס.

די צוויי חברה זענען ארויף געפלויגן בעדפארד פון אינטן אלל דעי וועי ביז דעוויזשען, צוריק אראפ ווייט.. אינטערוועגענס האבן זיי עטליכע מאל אריינגעשמעטערט אין קארס, וואס האט גורם געווען אז ווען זיי זענען אנגעקומען צום ווינקל פון ווייט ביי העיווערד האט די קאר געהויבן הענט און זיך פארלאשן.

די צוויי האבן דאן געהויבן פיס ווייטער אראפ ווייט, די פאליציי האבן מיט די הילף פון עטליכע אידאלעך וועלכע האבן געכאפצעמט זיי באוויזן צו כאפן אויף פארק קארנער קענט.

ס׳קוקט אויס אז יאנקעל רעדט פון א צווייטע מעשה אינגאצן. דאס פון וואס איך רעד האט פאסירט ארום האלב נאך 10׳נע
רשעות קאלטע סעלצער
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

איך רעד פון אינגאנצן עפעס אנדערש. אגב היינט איז ארומגעפארן באריכטן אז מזיכט א צוקראכטע דשזעגוואר אין צוזאמנהאנג מיט די היט ענד ראן ביי ווייט פלעיס.
די לייסענס פלעיט וואס מ'האט געטראפן אויפן סצענע איז געווען פון איינע פון די געשעדיגטע קאר'ס.

אז מ'רעדט שוין
וואס האט פאסירט אויך פרייטיג צונאכטס בערך 11 צייט ארויף פארק עוו צו בושוויק? געפלויגן אסאך פייערלעשער און עטליכע פאני טראקס.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

איינער דערציילט מיר יעצט אז ער זיצט פריער אין מירטל ביהמ"ד און א גוי שפאצירט אריין ער זעצט זיך אראפ ביי א גמרא און נאך 5 מינוט הייבט ער זיך אויף און גייט ארויס...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”