דממה דקה האט געשריבן:אונזער סאסייעטי טוט נישט קיינער פאני זאכן, קיינער טוט נישט אן א מאסק, און ארומשיקן א מעסעדש אז דער עולם זאל אנטוהן מאסקעס העלפט נישט, ווייל קיינער איז נישט דער עולם, יעדער איז אן אינדיווידועל, און וויל נישט זיין דער ערשטער פאני מענטש.
אויב וויל מען אזא זאך איינפירן דארפן די פני הקהילה דאס טוהן ערשט, די רבי'ס, די רבנים, מיט די דיינים, מיט די שמשים און גבאים פון די שוהלן, זאלן זיך אנטוהן מאסקעס און 80 פראצענט וועט אנטוהן מאסקעס.
(929) **** 317: בס"ד
ממחרת יום הכיפורים תשפ"א לפ"ק
לכבוד אלע חשוב׳ע מיטארבייטער בעבודת הקודש הע״י.
צום ערשטן וויל איך פערזענליך וואונטשן א גמר חתימה טובה און א גוט קוויטל, מ׳זאל זיך האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס, און מ׳זאל קענען ווייטער אנגיין אונז אלע צוזאמען אין די עבודת הקודש מתוך הרחבת הדעת והשפעות טובות.
*ווי יעדער ווייסט שטייען מיר יעצט אין זייער א שווערע מינוט*. מיר האבן באקומען א פערזענליכע ווארענונג פון די רעגירונג, אז וויבאלד זיי זעען אז מ׳נעמט דא נישט גענוג ערנסט זייערע אנווייזונגען פון מאסקעס אא״וו, וועלן זיי חלילה נאכאמאל אפּשפּארן די הייליגע מוסדות.
ווער נאך ווי אונז טייערע עוסקים במלאכת הקודש פארשטייען וואס דאס מיינט, און ס׳איז קלאר אז אונז האמיר אן אחריות צו טון אלעס אויף דער וועלט אז דאס זאל נישט נאכאמאל פּאסירן חס ושלום.
*למעשה, כדי אז די רעגירונג זאל זיך אפלאזן פון די מוסדות, מוז דאָ באמת פּאַסירן אַ טויש, אז מ׳זאל אנהייבן זען מאסקעס אין די גאַסן פון אונזער שטאט וויליאמסבורג. זיי קומען אהער און זיי דרייען זיך דא, און אויך די פרעסע קומט כסדר קוקן וואס דא טוט זיך*.
אונז פון אונזער זייט האבן מיר ארויסגעשיקט מעלדונגען, מ׳האט געלייגט מודעות און מ׳האט געשיקט מעסעדזשעס און אין די מוסדות אַליין איז עס ב״ה יעצט אינפארסירט. אבער ס׳פעלט זיך נאך אויס למעשה א שטארקע אויפוואכונג ״אין די גאס״ אז מ׳זאל זען מאסקעס.
*היות למעשה קוקן מענטשן ארויס אויף אונז איינגעשטעלטע פון די מוסדות, צו זען אויב זיי נעמען עס ערנסט, על כן וויל איך זייער בעטן פון יעדן איינעם:*
*מ׳זאָל ביטע זען אָנצוטון אַ מאַסק אין 'גאַס' ביים קומען אין גיין צום צענטראלן 'אפיס', אדער צו די 'בניני-המוסדות'.*
*דאס וועט ווייזן פאר יעדן די 'ערענסטקייט' דערפון, אז מ׳איז באמת באַזאָרגט פאַר די מוסדות מ׳זאָל עס חלילה נישט פאַרשליסן, און דאס וועט גורם זיין אז דער ציבור זאל קאָאָפּערירן.*
יעדער יחיד פון אונזער חבריא עוסקים במלאכת הקודש פון די מוסדות וואָס טוט זיך אָן אַ מאַסק, מאַכט דערמיט אז נאך 100 מענטשן זאָלן אָנטון מאַסקעס און דאס וועט האבן א השפּעה לטובה אויף די גאנצע שטאט. *אַזוי אַרום וועט די רעגירונג זיין באַפרידיגט אַז מ׳טוט נישט איגנאָרירן זייערע אָנווייזונגען דאָ אין שטאָט און וועלן זיך בעז״ה אָפּלאָזן פון אונזערע מוסדות.*
מיר פאַרשטייען זייער גוט, אַז ס׳נישט זייער באַקוועם און ס׳קומט קומט נישט אָן גרינג, *אָבער גלייכצייטיג דאַרפן מיר אַלע האַלטן פאַר די אויגן אַז מיר האָבן יעצט אַ גרויס אחריות, יעדער קוקט און וויל זען צי די ״אין די מוסדות״ פאָלגן אויס די רעגולאַציעס*, און די הצלחה איז אָנגעוואָנדן אין אונז.
לאמיר עס טון אלע אינאיינעם, ובשם ה׳ נעשה ונצליח.
וזכות הרבים יהא תלוי בכם!
מיט גרויס דאנק און אנערקענונג,
*חיים יצחק מאנדל*