קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יוני 15, 2020 11:52 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך דריי מיך ארום, און איך פיל מיר ווי א פרעמדער אין מיין אייגענע שטאט, קודם די גרויסע חתונות, נאכדעם די קינדער פראטעסט, און נאכדעם די פארקס פראטעסט, וואגן זאל זיך איינער צו קוועשטענען די חכמה פון די גאנצע זאך.

שוין אפגערעדט אויב איינער וואגט זיך צו צווייפלען אין די קאנספיראציע טעאריע אז קאומא און דעבלאזיא זענען פשוט שונאי ישראל וואס זוכן אונטער צוברענגען טראמפ, אדער צו זאגן אז אפשר וואלט מען יא געדארפט נעמען סאושעל דיסטענסינג ערנסטער אביסל פריער, אזא איינער איז שוין ממש אן אפיקורס דא.

די אמת איז מסתמא ערגעץ אינצווישן. טראמפ, קאומא, דיבלאזיא, שומרים, א. ג. עסקנים, יעדער האט זיך זייערע חשבונות און פערזענטליכע אינטערעסן. פארפאלן, מ'קען קיינעם נישט טראסטן. דארף מען ניצן די אייגענע שכל און טון ווי מ'פארשטייט אליינס.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג יוני 15, 2020 11:54 pm

זעהער האט געשריבן:די פארק פאליציי האט געפיילט א קאמפלעינט ביי די 90 פריסינקט קעגן די וואס האבן צובראכן די שלאס פון לינטש פארק

דיפאנד די פאליס
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג יוני 15, 2020 11:56 pm

דריידל האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:דער לענטאל טרעפט זיך אויף איין פעיזש מיט קרוז, וואס דער וויליאמסבורג קען נישט אלטס אנדרייען

אסאך באמת גרויסע חברה זענען ביזי מיט דעם! מארק לעווין האט עס אויך געטוויט.. איך האף נאר עס וועט ברענגען גיט פאר וויליאמסבורג און פאר לענטעל און נישט פארקערט.

לעווין שרייבט
The Jews have survived over 3500 years, and faced horrific evil; and I think they'll easily survive DeCommio

וואסי פשט פון DeCommio?

דוכט זיך תוספות רעדט דערפון

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 16, 2020 12:05 am

איך זעה בכלל נישט ווי די עסקנות פון העשי ליגט באגראבן. עפענען א פארק? ווער גייט אזוי משוגע דערפאר? צו מיר קוקט אויס, און מ׳קען עס אייגענטליך הערן פון אים זעלבס, אז זיי מערכה איז מער אז אונזערע פארקס זאלן זיין אפן פונקט ווי דאמינאו פארק, ווי די פאקט אז די עלטערן גייען אויס מ׳זאל קענען אהין שיקן די קינדער. אדער ניטאמאל דאס, נאר פשוט פאר א גוטע ווידיאו.

איך האב ב״ה אויך א משפחה מיט קינדערלעך וואס שפילן אויף די גאס, איך זעה נישט די גרויסע גדולה פון די פארק עפענען אקציע. ווער ברויך עס אזוי וויכטיג? עלטערן האבן געהאט און זיך אנייצע געגעעבן מיט אסאך ערגערע פראבלעמען ווי די פאקט אז די פארק איז געווען פארשפארט.

קען זיין אז אונזערע געגענטער זענען מער געצילט געווארן ווי אנדערע, נישט ס׳קען זיין, ס׳איז פאקטיש אזוי געווען. און נישט נאר לגבי יא אדער נישט עפענען פארקס, ס׳גייט שוין אזוי אן במשך די גאנצע קאראנע. אבער וואס איז דיין מערכה, צוצושטעלן און גרינגער מאכן פאר קינדער? פאר עלטערן? זאג, וויפיל בעיסמענטס האסטו געהאלפן שאפן פאר מלמדים 6 וואכן צוריק? דארט האט מען געברויכט הילף. וויפיל בתי מדרשים טויערן האסטו אויפגעבראכן 6 וואכן צוריק? דארט האט מען געברויכט הילף. וויפיל פלעצער האסטו געהאלפן צושטעלן פאר מחותנים זיי זאלן קענען חתונה מאכן? דארט האט מען געברויכט הילף. אנטשולדיגט? אונזערע עסקנים, זענען גרעסערע מחותנים. לאז די פארקס פארמאכט, לאמיר זעהן נעם דיר אינטער א צווייטע מצוה, גיי שטופ דיר אריין אין די שפיטעלער, דארט קען מען נאך ניצן הילף.

אה ניין. דיין מערכה איז לאו דוקא צו העלפן עלטערן, קינדער, מלמדים, מחותנים, חולים, עסקנים, רבנים.. דו ביסט מער זיך צו שלאגן מיט די עלעקטעט אפישעל׳ס, און אין איינוועגס פראמאוטן דיין שאו, יא? זיי מיר געזינט, בלייב אין בארא פארק.

רבותי, ווערט נישט משוגע פון עפעס א אקציע וואס דריידט איבער די שטאט, גיי אויסהערן דיין רב, הנהלת המוסדות, וואס ער/זיי האבן צו זאגן לגבי יא אדער נישט קעמפס, גענוי וויזוי מ׳האט זיך ארויסגעזעהן פונעם ערשטן פאזע קאראנע און זיך צוריקגעקערט צו די בתי מדרשים און מוסדות. מיר האבן וועם צו פרעגן. גיי נישט אויס פאר עפעס א קוקו וואס קומט קיין וומסב״ג בלויז צו ברעכן פארק שלעסער.

ITS JUST ENOUGH HERSHY
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3886
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג יוני 16, 2020 12:15 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך זעה בכלל נישט ווי די עסקנות פון העשי ליגט באגראבן. עפענען א פארק? ווער ברויך עס עפעס אזוי משוגע וויכטיג? צו מיר קוקט אויס, און מ׳קען עס אייגענטליך הערן פון אים זעלבס, אז זיי מערכה איז מער אז אונזערע פארקס זאלן זיין אפן פונקט ווי דאמינאו פארק, ווי די פאקט אז די עלטערן גייען אויס מ׳זאל קענען אהין שיקן די קינדער. אדער ניטאמאל דאס, נאר פשוט פאר א גוטע ווידיאו.

קען זיין אז אונזערע געגענטער זענען מער געצילט געווארן ווי אנדערע, נישט ס׳קען זיין, ס׳איז פאקטיש אזוי געווען. און נישט נאר לגבי יא אדער נישט עפענען פארקס, ס׳גייט שוין אזוי אן במשך די גאנצע קאראנע. אבער וואס איז דיין מערכה, צוצושטעלן און גרינגער מאכן פאר קינדער? פאר עלטערן? זאג, וויפיל בעיסמענטס האסטו געהאלפן שאפן פאר מלמדים 6 וואכן צוריק? דארט האט מען געברויכט הילף. וויפיל בתי מדרשים טויערן האסטו אויפגעבראכן 6 וואכן צוריק? דארט האט מען געברויכט הילף. וויפיל פלעצער האסטו געהאלפן צושטעלן פאר מחותנים זיי זאלן קענען חתונה מאכן? דארט האט מען געברויכט הילף. אנטשולדיגט? אונזערע עסקנים, זענען גרעסערע מחותנים. לאז די פארקס פארמאכט, לאמיר זעהן נעם דיר אינטער א צווייטע מצוה, גיי שטופ דיר אריין אין די שפיטעלער, דארט קען מען נאך ניצן הילף.

אה ניין. דיין מערכה איז לאו דוקא צו העלפן עלטערן, קינדער, מלמדים, מחותנים, חולים, עסקנים, רבנים.. דו ביסט מער זיך צו שלאגן מיט די עלעקטעט אפישעל׳ס, און אין איינוועגס פראמאוטן דיין שאו, יא? זיי מיר געזינט, בלייב אין בארא פארק.

רבותי, ווערט נישט משוגע פון עפעס א אקציע וואס דריידט איבער די שטאט, גיי אויסהערן דיין רב, הנהלת המוסדות, וואס ער/זיי האבן צו זאגן לגבי יא אדער נישט קעמפס, גענוי וויזוי מ׳האט זיך ארויסגעזעהן פונעם ערשטן פאזע קאראנע און זיך צוריקגעקערט צו די בתי מדרשים און מוסדות. מיר האבן וועם צו פרעגן. גיי נישט אויס פאר עפעס א קוקו וואס קומט קיין וומסב״ג בלויז צו ברעכן פארק שלעסער.

ITS JUST ENOUGH HERSHY

;l;p- ;l;p- ;l;p-

ער איז ארומגעגאנגען דערקוטשען אינספעקטארס, אפגעכאפט אויף ווידעא און ארומגעשיקט

דאונט געט מיר ראנג. ווייניג דא ווייסן וואסערע רשעים די אינספעקטארס זענען. איך האלט מיט טעגליך ווי זיי צאפן דאס בלוט פאר קאנטראקטערס און בילדינג אונערס. אבער זיך רייצן מיט זיי קען נאר מאכן ערגער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך הלשון » דינסטאג יוני 16, 2020 12:18 am

טשאדעלע - נאדיר

;l;p-

;l;p-

;l;p-
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג יוני 16, 2020 12:19 am

מען דארף עפענען אזא נטרונא ארגענאזאציע צו לאזן וויסן פאר די גוים אז טישלער פארטרעט אונז נישט

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג יוני 16, 2020 12:20 am

איך האב געווענליך נישט צי רעדען וועגען א מענטש פערזענליך אפי' לטובה(סאיז גרויסע שאלות) אבער איך וועל טרייען צי רעדען מער פון א מענטשס מהלך אין אויב איינער פילט אז סאיז עפעס וואס וואלט נישט געווען א לחתחילה צי שרייבען זאל מיך מעורר זיין אין אישי אין איך וועל עס אראפנעמען (כמיין צי זאגען אויב סאיז פערזענליך בארעדט א מענטש)

העשי איז א גוטע מענטש מיט א גאלדען הארץ אין געהאלפען אן א שיעור ציבראכענע אידען זיין עסקנות קומט פון זיין אהבת ישראל אין פון זיך שטארקען אין זיין לעבען,

דא ביי די פארקס האב איך געהאט גרויסע ספיקות צי סאיז די ריכטיגע וועג ספעציעל ווען סאיז א זאך וואס ניכטערע מוחות ווייסען אז עס גייט דורך אי"ה, און איך בין זייער סענסעטיוו ווען אימער אונז ווער מיר אריינגעלייגט אין די נייעס סייקעל און אין א טוויטער שטורעם סברענגט נישט קיינמאל קיין לאנג טורם גוטס פאר א קאמיונעטי (יעדע מעדעצין דארף מען אמאל נוצען דורך א דאקטאר,)
אבער לדעתי איז דער עולם נאכנישט גענוג אויפגעקלערט וואסערע אימגעווינטשענע אויגען קענען אלטס מיטהאלטען אימשילדיגע זאכען און אונזער קאמיונעטי אין ווי ריסקי דעס איז כהאף אז ציבוסלעך וועט יעדער איינער ספעציעל אונזערע אקטיוויסטען גרויסע אין קליינע (אויך די גאווערמענט) האבען די ריכטיגע אווערניס צי דעם נייעם אומשילדיג אויסזענדיגע טוי וואס האט ארויסגעשפראצט די לעצטע צען פופצען יאר , ווען דער עולם וואלט פארשטאנען וואספארע שפיל מיט פייער א אומשילדיגע קליפ פון ראדני קען זיין אדער אפי' א פלענע רבישע מצוה טאנץ וואלט מען עס קיינמאל ארויפגעלייגט אויף יו טוב, אין גאר אנדערש געהאנדעלט דעם גאנצען ענין וואס מוועט פריער אדער שפעטער מוזען האנדלען סייווי (סאיז אביסעל שווער מעורר צי זיין דעס דורך מנהלים רבנים ראשי הישיבות ווייל מקען נישט טרעפען אן עצה אויף דעם ווייל סקען אויסקוקען ווי צווישען די שורות אז עפעס אינטערנעט איז מותר) כהאף נאר אז כלל ישראל וועט זיך ענדליך אן עצה געבען,

כבין אביסעל פארקראכען פון ענין, סא דא ביי די פארקס ווי פריער געשמועסט בין איך געווען זייער אומבאקוועם פון די מהלך, אבער ווען כהאב געזען אז אפישעל מענטשען פון די שטאט גייען מיט אין האבען די זאך אין די הענט בין איך געווען אביסעל רואיגער ווי נישט ווי איז דא אמאל א הכרח לא יגונה ולא ישובח אין מענטשען וואס די שטאטס רופען קומען אן צי זיי האלטען אז סאיז די ריכטיגע שריט, נו פארוואס קריטיקירען ספעציעל ווען סאיז דא געווען א שטוינענדע אחדות פון אלע עסקנים וואס דעס האט פאר זיך א כח דורך ציברעכען אניוזשעל מצבים און דער אייבישטער געט סייתא דישמיא בעז"ה,

סא וואס וויל איך פון העשי ? העשי איז דא געווען איבערגענומען אין אנגעדרייט פון רופען פון אלע זייטען טאקע א סטאטוס אנדרייעניש אבער פארט, סאיז נישט געווען עפעס א געפלאנטע זאך ער לויט זיין בליק איז געווארען עכט בארירט פון די מצב אין געטראכט אז ער איז במקום שאין איש אין לכאורה אויפן שארט טורם האט ער אויפגעראכטען צענדליגע מאמעס מיט קינדער, סא קרעדיט דארף געגעבען ווערען דארט ווי סדארף, ער קומט פון א אנדערע חדר און געטון אזוי ווי ער האט פארשטאנען,

אבער.. (געמאכט א גענוג לאנגע הקדמה) דעי העשי האט א שאוי וואס לויפט שוין יארען, וואס טאקע וואס צוליב ער קומט פון א אנדערע חדר רעדט ער דארטען דעס וואס ער רעדט (וואס דעס איז זיין פראבלעם אין קיינעמס ביזנעס) אבער דארט האט ער אויפגעהאלטען אסאך כמו אפגעפארענע חברה (מסתמה מיט גוטע כוונות לויט ווי איך שאץ אים,)
און דעי חברה רעדען נאר פון איין טעמע געווענליך ווי מקען זיך פארשטעלען זאכען וואס זענען סא קאלד פראבלעמען ביים רעגליעזען ציבור וואס ווי דעי זאכען ארבעטען,
גרעניצעט זיך דע זאכען אסאך מאל מיט מלשינות אויפן היימישען ציבור אין אסאך מאל מיט אפשפעט פונעם רעגלעיזען עולם אנגעפיקעוועט מיט דיעות כזבות,

לאמיך אנכאפען א איידעלע זאך וואס מקען נאכזאגען, למשל א פרשה מיט א על אל פליגער ווי איינער - א ארץ ישראלדיגע אידעל - האט נישט געוואלט זיצען לעבען א פרוי, וואס איך פאר מיך לאמיר זאגען האלט וואס איך האלט, גייט מען אבער נישט און די צייט וואס סגיסט זיך העצע אויפן חרדישען ציבור מיטהעצען
(די העצע ביי די תל אביבע קרייזען איז אביסעל צוליב אימוויסענדקייט אין אסאך צוליב שנאה,)
און פארוואס דארף ער אויספויקען די נייעס אויפן ראדיא פאר שווערע טויזענטע מענטשען דא אין ניו יארק, דעס ברענגט נישט קיין גוטס,

יעצט צי זיין קלאר, ער פערזענליך האט געטרייט צי זיין אויף די זייט פון דעם אידעל אין געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס מקען נישט זיין אביסעל ברייטער אין רעספעקטען יענעמס רעליגיע אין זיך סטאפען ציציקראצען פון די מינע זאכען, (איך גלייב אין זיין מח האלט ער אויף די שוי פארדעם) אבער די אפגעפארענע יונגען אין מוידען האבען געגאסען לצנות אין חירוף וגידוף אויף די גאנצע לעבענסשטייגער פון די חרידשען ציבור וואס האט זייער וויי געטון צי הערען,

ובפרט אין יענע תקופה ווען סהאט זיך געגאסען פון די עלעמענטען כמעט ווי קאארדענירטע אטאקעס קעגען די חרדישע -ביז דעמאלסדיגע- שטילע באשיידענע לעבענס שטייגער און יעדען טאג איז געווען א צווייטע פרשה, וואס האט עווענטועל ציגעברענגט גרויסע פראבלעמען אנגעפאנגען פון טשארעלס היינס און בארארא און געענדיגט ביי די טשעפערייען אויף אונזער אומשילדיגע חינוך, פראבלעמען וואס מהאף מיר זיך ארויסציזען ווי שנעלער
(איך זאג נישט אז סאיז געווען נאר דעס אבער א ראלע האט עס געשפילט)

אבער גראדע האלט איך איין זאך דא אז העשי וויבאלד ער האט דא געמיינט לשם שמים מיט זיין פארשטאנד אין דעס אז ער האט געדילט דא אין זיך באקאנט געמאכט פון דערנאנט מיט אסאך היימישע אינגעלייט וועט זיין מצוה גוררת מצוה אין די זכות וועט אים ביישטיין, כהאב א פילינג לויט ווי איך קען אים אז סהאט אים געטוישט אין באקומען א היבשע אנדערע בליק אויף אונזערע עסקנים וועמען זיין שוי האט שרעקליך אראפגעריסען ביי איינע פון די פרשיות.

פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל דער גייט ווערען פאפולער -אין מיט רעכט- אין די ציבור אויף סאשעל מידיא קען נישט זיין בעקראונד און סקען זיך זייער שנעל פירען א רעדעל אויף סטאטוס,
און דארט אויף סטאטוס און גרופעס גייט אלעס זייער שנעל און סקען זייער שנעל גיין אוט אף קאנטראל,

איך לאך אויך ווען טעד קרוז און קעווין מעקארטי טוויטען אין מינוטען וועגען וויליאמסבורג און א לינטש פארק,
סאיז אפי' אביסעל קאמיש.. אבער ווער סכאפט די טיפקייט פון די מצב ווייסט אז מדארף זיך זייער אבאכט געבען אין ס'ענדיגט זיך נישט אייביג ווי סדארף צי זיין( לאמיר האפען אז דאסמאל איז די זשאוק געלונגען)

סא היות דע מענטש פלאנט צי לויפען בקרוב, וויל איך אבער נישט אז מענטשען (אומענטשען) זאלען זיך ציכאפען פון די אינפא וואס איך האב דא געשריבען אין א מינוט פארדעם האבען זיי נישט געוויסט פון די מענטש ציזאגען, און וועלען אנפאנגען רעדען מיאוס אין די וועלט אריין אויף די חשבון, ווייל סאיז דא מענטשען (כהאב מיך עס דא איבערצייגט) וואס וועלען אייביג אראפרייסען מענטשען אלטס כופרים און דאס ארגסטע ווער ווייסט וואס, על פי רוב וועלען די מענטשען מוזען טרעפען יעדען טאג אזא קרבן.. און מזעט עפעס א האלבע תגובה און סאיז פונקט גענוג פאר זיי( דע מינע מענטשען האבען עפעס א סיריעס מאשין און די מח וואס דרייט אטאמאטיש אויס יעדע תגובה צי זייער.. כווייס עס נישט וויאזוי אנצירופען)
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג יוני 16, 2020 1:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » דינסטאג יוני 16, 2020 12:44 am

דריידל האט געשריבן:
mosha g האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:דער לענטאל טרעפט זיך אויף איין פעיזש מיט קרוז, וואס דער וויליאמסבורג קען נישט אלטס אנדרייען

אסאך באמת גרויסע חברה זענען ביזי מיט דעם! מארק לעווין האט עס אויך געטוויט.. איך האף נאר עס וועט ברענגען גיט פאר וויליאמסבורג און פאר לענטעל און נישט פארקערט.

לעווין שרייבט
The Jews have survived over 3500 years, and faced horrific evil; and I think they'll easily survive DeCommio

וואסי פשט פון DeCommio?

ווערטער שפיעל
כאפט אפ !! שרייבט אראפ !! למען ידעו !!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער:
OldpicturesMonroe@gmail.com

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יוני 16, 2020 12:51 am

@טשאדעלע: ;l;p- ;l;p-
@פאלעסיידס: ;l;p- ;l;p-
עס איז אסאך גרינגער צו מאכן א מענטש תשובה טוהן אויף זיינע עבירות ווי אויף זיינע מצוות....

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

ווי מיינסטו גייסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ווי מיינסטו גייסטו » דינסטאג יוני 16, 2020 12:52 am

פאלעסיידס האט געשריבן:איך האב געווענליך נישט צי רעדען וועגען א מענטש פערזענליך אפי' לטובה

זייער שטארק!

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג יוני 16, 2020 12:53 am

כהאף נאכמאל אז די מעשה היינט וועט נישט מאכען פראבלעמען,

וויליאמסבורג האט געארבעט קלוגער ווי מאנסי אייביג,

מאנסי איז אריין אין א ענדלאז ווישעס סייקעל ווייל זיי האבען געפירט א מערכה אויף טוויטער (די רעיגען באטאליען)

סמאכט פילען גוט מקלאפט זיך אין די רוקען אין מהאלט אייביג ביי אלף
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג יוני 16, 2020 1:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג יוני 16, 2020 12:57 am

ספעלט נישט אויס אז דעס זאל ווערען א נערישע קאמפיין אישו אויף די חשבון פון די אומשילדיגע מאמעס,
ווייל מדארף ארבעטען מיט די אנדערע זייט עווענטעשעלי און אפי דער יעניגער געווינט נישט בלייבט זי מיט א טוויטער אקאונט און מגליטשט זיך אריין אין א שפראך וואס פאליטישענס טארען נישט רעדען, סאיז גענוג אז דער וואנזיניגער צימצומדיגע מאסטער נעמט איר אויף א רייד, און לויפט נאך יעדען קנאקער און באאמטער ווי א ראציג אינגעל

און איך וועל מיך דא אפשטעלען מיט מיין קאנסטראקטיוו קריטיק ווייל מענטשען ליינען דא אין גרויסען
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג יוני 16, 2020 1:02 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג יוני 16, 2020 1:00 am

יעצט פארט ארום א קליפ ווי זיי מאכען דעס צי איך בין זיכער אז די שטאט וואלט עס איגנארירט ווען נישט זיי האבען דריק פון פארשידענע עלעמענטען וואס וואוינען נישט דא נאר זיי האלטען אלעס מיט אויף טוויטער יו טוב און גרופס

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך מחשב » דינסטאג יוני 16, 2020 1:05 am

פאליסיידס, דברים של טעם! כדרכך הטוב.
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3886
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג יוני 16, 2020 1:14 am

;l;p-
מחשב האט געשריבן:פאליסיידס, דברים של טעם! כדרכך הטוב.
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

זקן מופלג
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:09 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך זקן מופלג » דינסטאג יוני 16, 2020 2:10 am

What’s the sirens now in middle of the night ? South Williamsburg

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יוני 16, 2020 2:13 am

Fire on clymer st
person-man-woman-camera-tv = genius

ראפאפארט
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 6:36 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ראפאפארט » דינסטאג יוני 16, 2020 2:23 am

אלץ איינער וואס האלט זיך ב"ה צום דעת תורה ופסק הלכה פון די גדולי ישראל זצוק"ל נישט צו שטימען פאר מחוקקי נארישע געזעצן, גיי איך אבער יא ארויס אלטס וואוטען אין א רייטין וואס מען וואויט נישט פאר קיינעם אבער עס ווייזט אז עס זענען דא אין דעם דיסטריקט וויילער און מען דארף זיך רעכענען מיט זיי, ומכאן הקריאה יוצאת זאלען טויזענטער אנ"ש ארויסגיין וועלען אין א רייטין ווייזען אז ווילימסבורג האט א כח און מען דארף זיך רעכענען מיט אונז, הבערת פי ה לא תצלך, אין אדם שומע לי ומפסיד!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 16, 2020 2:28 am

נו, לאמיר הערן, וועמען שרייבסטו אריין?
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

ראפאפארט
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 6:36 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ראפאפארט » דינסטאג יוני 16, 2020 2:40 am

צומאל ראביי נידערמאן

זקן מופלג
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:09 am

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך זקן מופלג » דינסטאג יוני 16, 2020 2:44 am

דממה דקה האט געשריבן:Fire on clymer st


Where ? What happen ?

אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך קרעפלעך » דינסטאג יוני 16, 2020 2:47 am

וויליאמסבורג לעבט דא, 24 שעה א טאג

ראפאפארט
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 6:36 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ראפאפארט » דינסטאג יוני 16, 2020 2:48 am

מען קען זיך ציזאם נעמען מיט א כח הרבים אריינצישרייבען אין די רייטין איין זאך, אדרבה לאמיר הערען פינעם ציבור גיטע געדאנקען.

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » דינסטאג יוני 16, 2020 2:55 am

ראפאפארט האט געשריבן:מען קען זיך ציזאם נעמען מיט א כח הרבים אריינצישרייבען אין די רייטין איין זאך, אדרבה לאמיר הערען פינעם ציבור גיטע געדאנקען.

;l;p-
כאפט אפ !! שרייבט אראפ !! למען ידעו !!
באוויינט נישט שפעטער!
שיקט אריין אלטע בילדער:
OldpicturesMonroe@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], choc, Iphone, john, PetalBot, אלי' מקוה יוד, בבקשה, בינוני, גאפל, געלונגען, גראסערי מאן, ווייס פרעזידענט, יאנקעל פעדראטשיק, ליינער, פוילער, פרעג נישט, שכל טוב, שמערלער און 74 געסט