בלאט 232 פון 937

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 12:20 pm
דורך JewishTalker
א. טראכטער האט געשריבן:DonaldTrump slams marcorubio on finances: "He is a disaster with his credit cards." He certainly lives beyond his means, Trump says


אה! איך זעה אז טראמפ האט צוגעלייגט קאפ צו די שאלות ביי די דעבאטע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 12:21 pm
דורך צווייפעל
זע איך אז טראמפ האט ארויסגעגעבן א נייע בוך 'קריפעלד אמעריקע'.

------
מיין עצה פאר טראמפ
viewtopic.php?p=1128502#p1128502

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 3:44 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איינער האט אפשר א קליינע הלוואה פון נאר א מיליאן דאלאר??
https://copy.com/fvZWoUCNgFaM0LB8

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 4:32 pm
דורך יש ברירה
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איינער האט אפשר א קליינע הלוואה פון נאר א מיליאן דאלאר??
https://copy.com/fvZWoUCNgFaM0LB8

אוי וויי! שוין לאנג נישט אזוי געלאכט!

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 8:46 pm
דורך פער בריסטאו
פער בריסטאו האט געשריבן:דינסטאג פרשת וירא
עוורעדזש פאול ריפאבליקען פארטי
טראמפ: 26.8
קארסען: 22.0
רוביא: 9.0
בוש: 7.0
קרוז: 6.6
פיארינע: 5.8
האקעבי: 3.8
פאול: 3.4
קעיסיק: 2.6
קריסטי: 2.4
גרעהעם: 1.0
סענטארעם: 0.6
זשינדעל: 0.2
פאטאקי: 0.2

-----

עוורעדזש פאול דעמאקראטיק פארטי
קלינטען: 48.2
סענדערס: 25.4
אמאלי: 0.6
דינסטאג פרשת חי שרה
עוורעדזש פאול ריפאבליקען פארטי
טראמפ: 25.3
קארסען: 24.0
רוביא: 9.0
קרוז: 7.5
בוש: 6.5
פיארינע: 4.8
האקעבי: 3.0
פאול: 3.0
קעיסיק: 2.3
קריסטי: 2.0
גרעהעם: 1.0
זשינדעל: 1.0
סענטארעם: 0.7
פאטאקי: 0.0

-----

עוורעדזש פאול דעמאקראטיק פארטי
קלינטען: 51.4
סענדערס: 27.4
אמאלי: 1.2

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 9:10 pm
דורך פלעכטער
יישר כח פאר אלע מגיבים, איך האב זייער הנאה פון די רייכע אנאליזן.

וועגן משומר איז דאס די איינציגסטע פלאץ ווי איך קוק די פרעזעדענטליכע נייעס, און איך מיין אז איך פארפעהל גארנישט.

קיפ איט אפ!

ביי די וועי איך גלייך דעם רוביא'נען.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 9:14 pm
דורך חכם הרזים
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איינער האט אפשר א קליינע הלוואה פון נאר א מיליאן דאלאר??
https://copy.com/fvZWoUCNgFaM0LB8

bandwidth exceded

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:06 pm
דורך מידער
אריינגעוואנדערט דא. חברה, כ'מוז אייך זאגן אז ס'גיסט זיך דא אנאליזן ווי קיינמאל בעפאר. פון רייכע אפהאנדלונגען ביז קורצע און זאכליכע באריכטן.

חזקו ואמצו.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:08 pm
דורך יואב בן צרויה
מידער האט געשריבן:אריינגעוואנדערט דא. חברה, כ'מוז אייך זאגן אז ס'גיסט זיך דא אנאליזן ווי קיינמאל בעפאר. פון רייכע אפהאנדלונגען ביז קורצע און זאכליכע באריכטן.

חזקו ואמצו.

ווארט מיר אויף דיינס.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:08 pm
דורך גערעכטער
מידער האט געשריבן:אריינגעוואנדערט דא. חברה, כ'מוז אייך זאגן אז ס'גיסט זיך דא אנאליזן ווי קיינמאל בעפאר. פון רייכע אפהאנדלונגען ביז קורצע און זאכליכע באריכטן.

חזקו ואמצו.

העי, דו דארט מאך צו די טיר! ער גייט ארויס, לאז איהם נישט!

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:09 pm
דורך מחותן
מידער האט געשריבן:אריינגעוואנדערט דא. חברה, כ'מוז אייך זאגן אז ס'גיסט זיך דא אנאליזן ווי קיינמאל בעפאר. פון רייכע אפהאנדלונגען ביז קורצע און זאכליכע באריכטן.

חזקו ואמצו.


שכוח פאר די הארציגע ברכות. אבער דער עולם וויל ענדערש הערן א שטיקל דרוש..

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:16 pm
דורך מידער
מ'האט שוין דא אלעס אויסגעשמועסט פון יעדן קוק ווינקל. ממש נישט דא וואס צוצולייגן.

נאך איין זאך מוזעך יא צולייגן, אז נישט בלויז זענען די באריכטן און אפהאנדלונגען גאר טאלאנטפול, נאר די רואיגע שטימע איז אויך עפעס גאר געשמאק וואס איז נישט געווען פיר יאר צוריק ווען טייל האבן גענומען זייער קאנדידאט צום הארצן...

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:28 pm
דורך פשוט'ער אידל
יש ברירה האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איינער האט אפשר א קליינע הלוואה פון נאר א מיליאן דאלאר??
https://copy.com/fvZWoUCNgFaM0LB8

אוי וויי! שוין לאנג נישט אזוי געלאכט!


איז אפשר מעגליך איבערצולייגן?

דאנקע שיין

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 11:39 pm
דורך יש ברירה
נאכן באקומען היץ פאר זיין סטעיטמענט האט זיך בוש היינט אנטשולדיגט אין ניו העמפשער פארן פארשעמען פראנקרייך ביים דיבאטע

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 3:37 am
דורך אויסגערעכנט
א פאל פון פאקס ניוז פון oct 28 nov 2 דאס מיינט שוין נאך די לעצטע דיבעט געט נאציאנאל

טראמפ 31%
קארסאן 18%
רוביא 10%
בוש 10%
קרוז 6%

גאר גוטע נייעס פאר דזשעב בוש אבער איך גלייב נישט אז קרוז איז אזוי שוואך אריינגעקומען כאטש פאקס איז גאנץ קראנט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 4:00 am
דורך אויסגערעכנט
איך קען נישט גלייבן א פאל פאר פלארידע וואס געט

טראמפ 37%
קארסאן 17%
רוביא 16%
קרוז 10%
בוש 7%

רוביא איז נאר א סענאטער קען מען האלב פארשטיין אבער בוש וואס איז געוווען א גאווערנער אבער נאך ווי א גאווערנער די סטעיט האט געבאאמט אונטער אים און באקומט א נישטיגע 7% און זיין גרעסטע שונא שטייט ביי 37% מיט 30% העכער אים און מיט 20% העכער די נעקסט וואס שטייט ביי 17%

א ווינדער

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 6:52 am
דורך שלמה הילדעסהיימער
נאציאנאלע אנקעטע, קוויניפיאק.
אקטאבער 29 - נאוועמבער 2 (סעפטעמבער 17 - 21).

טראמפ 24% (1-)
קארסאן 23 (6+)
רוביאו 14 (5+)
קרוז 13 (6+)
בוש 4 (6-)
קעיסיק 3 (1+)
קריסטי 3 (1+)
פיארינע 3 (9-)
פאול 2 (1+)
האקאבי 1 (1-)
סאנטארום 1 (1+)

*****

ניו העמפשיר, @WBUR

טראמפ 18 (4-)
קארסאן 16 (0+)
רוביאו 11 (9+)
קעיסיק 10 (0+)
קריסטי 8 (6+)
בוש 7 (2-)
קרוז 6 (0+)
פיארינע 6 (5-)

אויב האט בוש נאך אזא שוואכע פערפארמענס ביי די דעבאטע קומענדיגער וואך איז ער דערנאך.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 7:14 am
דורך יואב בן צרויה
אויסגערעכנט האט געשריבן:א פאל פון פאקס ניוז פון oct 28 nov 2 דאס מיינט שוין נאך די לעצטע דיבעט געט נאציאנאל

טראמפ 31%
קארסאן 18%
רוביא 10%
בוש 10%
קרוז 6%

גאר גוטע נייעס פאר דזשעב בוש אבער איך גלייב נישט אז קרוז איז אזוי שוואך אריינגעקומען כאטש פאקס איז גאנץ קראנט
ווי האסטו געזעהן אזא אנקעטע?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 7:22 am
דורך שלמה הילדעסהיימער
יואב בן צרויה האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:א פאל פון פאקס ניוז פון oct 28 nov 2 דאס מיינט שוין נאך די לעצטע דיבעט געט נאציאנאל

טראמפ 31%
קארסאן 18%
רוביא 10%
בוש 10%
קרוז 6%

גאר גוטע נייעס פאר דזשעב בוש אבער איך גלייב נישט אז קרוז איז אזוי שוואך אריינגעקומען כאטש פאקס איז גאנץ קראנט
ווי האסטו געזעהן אזא אנקעטע?

ס'איז א רויטערס /איפסוס. גארנישט ווערד, דאכט זיך.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 9:19 am
דורך פאליטקלי קארעקט
טראמפ איז בלויז 3 פונקטען אפגערוקט פין קארסען, אין ניו העמפשער, אין רוביאו האט געהאט אן ערנסטער שפרינג זייט די לעצטע אנקעטע. אט האט איר דא די רעזולטאטן:

Trump 18, Carson 15, Rubio 9, Kasich 8, Bush 7, Cruz 6, Fiorina 5, Christie 7, Paul 3, Santorum 0, Jindal 1, Pataki 1, Huckabee 0, Graham 0

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 9:58 am
דורך מידער
במחילת כבודם פון פאקס, מאכט זייער אנקעטע נישט קיין סענס. אדער האבן זיי נישט געהאט א גענוג באלאנסירטע אנקעטע, אדער האט קוויניפיאק ספעציעל אויסגעשטעלט זייער אנקעטע אז ס'זאל שטימען מיטן יעצטיגן ווינט.

כ'מיין אז רוביא און קרוז האבן יעצט ביידע א קלארע מאמענטום אין זייערע וויילער באזעס. ווי שלמה זאגט, איז די דעבאטע קומענדיגן וואך בוש'ס לעצטן שאנס צו אפשטעלן די רוביא מאמענטום.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 10:23 am
דורך מחותן
מידער האט געשריבן:במחילת כבודם פון פאקס, מאכט זייער אנקעטע נישט קיין סענס. אדער האבן זיי נישט געהאט א גענוג באלאנסירטע אנקעטע, אדער האט קוויניפיאק ספעציעל אויסגעשטעלט זייער אנקעטע אז ס'זאל שטימען מיטן יעצטיגן ווינט.

כ'מיין אז רוביא און קרוז האבן יעצט ביידע א קלארע מאמענטום אין זייערע וויילער באזעס. ווי שלמה זאגט, איז די דעבאטע קומענדיגן וואך בוש'ס לעצטן שאנס צו אפשטעלן די רוביא מאמענטום.


איך קען זען א מציאות אז פאקס זאל דרייען מיט די נומבערס כדי צו העלפן בוש... אגרי?

די עסטאבלישמענט גייט קאפ אין וואנט פאר בוש, און פאקס איז די עסטאבלישמענט.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 10:28 am
דורך יואב בן צרויה
מידער האט געשריבן:במחילת כבודם פון פאקס, מאכט זייער אנקעטע נישט קיין סענס. אדער האבן זיי נישט געהאט א גענוג באלאנסירטע אנקעטע, אדער האט קוויניפיאק ספעציעל אויסגעשטעלט זייער אנקעטע אז ס'זאל שטימען מיטן יעצטיגן ווינט.

כ'מיין אז רוביא און קרוז האבן יעצט ביידע א קלארע מאמענטום אין זייערע וויילער באזעס. ווי שלמה זאגט, איז די דעבאטע קומענדיגן וואך בוש'ס לעצטן שאנס צו אפשטעלן די רוביא מאמענטום.

ס׳נישט פון פאקס. עיין שלמה׳ס תגובה

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 10:51 am
דורך מידער
נישט באמערקט. דאס מאכט שוין סענס.

יעצט דארף מען נאר ציווארטן צו מיטהאלטן די בוש קאמבעק. ער האט לכאורה גענוג געלט צו מאכן א שארפן יו טוירן, און כ'גלייב אז ער איז שוין ביי נאו מסיג אז ער מוז זיך זעלבסט אויך אונטערגארטלען.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 11:01 am
דורך מחותן
מיין מיינוג איז אז בוש קען נישט מאכן קיין קאמבעק, ער איז צו לאנג געווען אינדרויסן פון פאליטיקס און עס האט זיך אים אויסגעלאשן די אינערליכע פאליטישע פייער.

אפילו א קאמביינט פראדאקטיוו/האגער קורס קען שוין נישט צופיל העלפן.