די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 07, 2018 12:22 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פאליטיקל, זייער שיין! האסט אבער געלייגט די לעצטע זאך אזוי אז קיינער זאלעס נישט באמערקן... מזל איז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך!

איך ווייס אז יעדער איז ביזי ווי גוט אבאמא איז געווען קעגן קלינטאן... גיב א קוק איבער די פריימערי, יעדעס מאל קלינטאן האט געווינען א סטעיט אומערווארטעד, וואס דאס וואלט איר געגעבן מאמענטוס איז די נעקסטע סטעיט געווען א סטעיט ווי אבאמא געווינט סייווי, ווייל ס'דא אסאך שווארצע וכד', און דאס האט גע'שחט'ן איר מאמענטום יעדעס מאל עקסטער!

ווען קלינטאן האט געווינען ניו העמפשור, אויב למשל די נעקסטע סטעיט וואלט געווען פלארידא, וואלט זי געהאט 2 סטעיטס און א רייע, און דאס וואלט איר געגעבן די נויטיגע קרפט צו הרג'נען אבאמא'ס מאמענטום, דא קומט אריין מזל! צום מזל איז די נעקסטע סטעיט געווען סאוט קארליינע מיט א גרויסן שווארצן באפעלקערונג, דאס האט צוריקגעברענגט אבאמאס מאמענטום, און ווען קלינטאן האט געווינען פלארידא איזער נישט געווארן טויט! און אזוי איז געגאנגן די גאנצע קאמפיין! יעדעס מאל קלינטאן האט געווינען א סטעיט, האט אבאמא געווינען די נעקסטע! און יעדעס מאל פאר מ'איז געגאנגען צו א סטעיט וואס קען גיין ביידע וועגן, איז צום מזל אויסגעקומען א די סטעיט פארדעם איז געווען זיין סטעיט, און דאס האטעם געהאלפן געווינען די נעקסטע...

סאו מזל איז גאר וויכטיג!!!


איך ברענג עס אהער ווייל מ'האט זיך גע'טענה'ט דערוועגן, וויפיל אבאמע האט געווינען מיט מזל, ברענג איך אז @וויכטיג מאכער אליינס, דער וועטעראן שרייבער אויף אייוועלט שוין איבער צוועלף יאר קיין עין הרע, האלט אזוי ווי מיר.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6023
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך פאברואר 07, 2018 1:05 am

איך הער דיין געדאנק, עס איז מן הסתם אמת אויך אבער ביי טראמפ האט עס מן הסתם נישט געהאט מיט קיין מזל, עס איז געוועהן זיין פרא אמעריקע און פרא זשאבס מעסעדזש וואס האט געברענגט די ווייסע אמעריקאנע אין די ראסט בעלט שטאטען צו גיין פאר אים.

אלעס איז געגאנגען קעגן אים און קעגן זיין סוקסעס, זיינע נארישע סטעיטמענטס ווי שיסען אין פיפט עוועניו אדער חזיר כהאן אדער קעיסיקס שנאה געמישט מיט ראמניס פויסט, א טעיפ וואס האט אים געדארפט לייגען אין א קאומע מיט אלע פאול נאמבערס וואס האט געווינען זיינע שוואכע ציפערן, געטוישט קאמפיין מענעזשערס ווי זאקען מיט די רוסישע קערנדלעך, יעדע סטארי עקסטער האט אים געקענט מאכען פארלירען.

נאר ער האט געווינען מיט א געמיש פון פונעף פונקטען:
הילערי קלינטאן - די שוואכסטע קאנדידאט אין די היסטאריע.
דאנעלד טראמפ - זיין מעסעדזש און זיין אבנארמאלע ענערזשי.
וויקי ליעקס - געמאכט הילערי שוואכער.
קאומיס אינוועסטיגעישאן - געמאכט הילערי שוואכער.
רעפובליקאנע פארטיי - די אינקאמפעטענץ צו דעליווערן אפילו א קלייניקייט אינטער אבאמא איז געוועהן זייער שרעקליכע דורעכפאל.

היוצא לנו מזה אז שולדיג איז די די ען סי פארען גיין קאפ אין וואנט און געטוהן צודרייטע אדער קרימינאלע אקטין איר צו עלעקטען פאר פרעזידענט.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:33 am

מטעמים האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:מטעמים, א ליבעראל פרעגט אזא פראגע. איינער וואס שטיצט פרי מארקעט עקאנאמיקס - וואס די רעפובליקאנער שטיצן - האלט אז נידערן דטייערן וועט בלויז ברענגען מער דזשאבס און וואוקס.

און בכלל, זאל די רעגירונג אויפהערן שפענדן מער וויפיל זי נעמט אריין קען מען סאלוון די פראבלעם. נישט העכערן שטייערן איז ווי עס ליגט.

איך האלט אויך פון פרי מארקעט עקאנאמיקס, אבער דער געדאנק איז נאר גיט ווען אלעס איז און גוד שעיפ אבער ווען דו האסט זיבעצן טריליאן דאלער און חובות שניידט מען אויסגאבען מיט א זעג אן רחמנות און מען פרובירט צו האלטען די אינקאם די העכסטע מעגליך.

It's a serious disaster in Washington, I don't see any candidate who is seriously emerging to come in and fix this mass..

קרוז האט א גיט פיסק, איך גלייב נישט אז ער זאל קענען עקשיועלי געוואונען און דערנאך דעליווערן, ער איז היבש אוט אוף טאטש פון די מעינסטריעם מידיע.


נישט פון דעם רעד איך, אבער קוק וואס דו שרייבסט דא.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:36 am

מטעמים האט געשריבן:איך הער דיין געדאנק, עס איז מן הסתם אמת אויך אבער ביי טראמפ האט עס מן הסתם נישט געהאט מיט קיין מזל, עס איז געוועהן זיין פרא אמעריקע און פרא זשאבס מעסעדזש וואס האט געברענגט די ווייסע אמעריקאנע אין די ראסט בעלט שטאטען צו גיין פאר אים.

אלעס איז געגאנגען קעגן אים און קעגן זיין סוקסעס, זיינע נארישע סטעיטמענטס ווי שיסען אין פיפט עוועניו אדער חזיר כהאן אדער קעיסיקס שנאה געמישט מיט ראמניס פויסט, א טעיפ וואס האט אים געדארפט לייגען אין א קאומע מיט אלע פאול נאמבערס וואס האט געווינען זיינע שוואכע ציפערן, געטוישט קאמפיין מענעזשערס ווי זאקען מיט די רוסישע קערנדלעך, יעדע סטארי עקסטער האט אים געקענט מאכען פארלירען.

נאר ער האט געווינען מיט א געמיש פון פונעף פונקטען:
הילערי קלינטאן - די שוואכסטע קאנדידאט אין די היסטאריע.
דאנעלד טראמפ - זיין מעסעדזש און זיין אבנארמאלע ענערזשי.
וויקי ליעקס - געמאכט הילערי שוואכער.
קאומיס אינוועסטיגעישאן - געמאכט הילערי שוואכער.
רעפובליקאנע פארטיי - די אינקאמפעטענץ צו דעליווערן אפילו א קלייניקייט אינטער אבאמא איז געוועהן זייער שרעקליכע דורעכפאל.

היוצא לנו מזה אז שולדיג איז די די ען סי פארען גיין קאפ אין וואנט און געטוהן צודרייטע אדער קרימינאלע אקטין איר צו עלעקטען פאר פרעזידענט.


כזעה יעצט די ערשטע מאל די תגובה.

יעך האלט אז ווען נישט קריסטי שחט אפ רוביא ביים דיבאטע פאר ניו העמשיר, וואלט געלונגען פאר רוביא זיין 3 2 1 מהלך, און פון נאך סאוט קארעליינע וואלט ער געווינען כמעט אלע סטעיטס.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:43 am

ווייל נאך דעם וואס רוביא וואלט געווען נאמבער צוויי אין ניו העמשיר וואלטן בוש קעסיק קריסטי ארויגעגאנגען, און מיט בוש'ס 7% קעסיק 3% פלאס מאמענטום אנשטאט די פארקערטע נאך ניו העמשיר, וואלט רוביא גרינגערהייט איבער געקומען די טראמפ ווינינג מארדזשין פון 9.9%.

און קרוז וואלט אדער געדראפט אדער אונטערגעגאנגען ווען רוביא געווינט סאוט קארעליינע, אונטער אים טראמפ, און קרוז אינטערשטעליג איבער 10%. און טראמפ וואלט געווען זייער שוואך נאכן פארלירן צוויי פון דריי סטעיטס.

נאכדעם וואלט רוביא גרינגערהייט געקרוזט און געווינען רוב סטעיטס, אדער גאר אלע.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 13, 2018 9:44 pm

נישט אינטערסאנט נאכאמל איבערצוגיין א שמועס וואס האט שוין ניטאמאל די פריזער טעם, באט ווער זאגט אז רוביא וואלט באקומען בוש און קעיסיק'ס גאנצע?..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 3:36 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:אז דו האסט אויפגעברענגט דעם וויצע פרעזידענט, לדעתי איז די בעסטע רעפובליקאנע אויף די פאזיציע די סאוט קאראוליינע גאווערנאר ניקי העילי.

Wow

הכל הבל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:34 pm

די פעדעראלע עלעקשאן קאמיסיע האט ארויפגעלייגט גרויסע געלט שטראפן אויף א כינעזער קאראפארעישאן וועלכע האט אומלעגאל ביישטייערט צו א דזשעב בוש סופערפעק
אויך די סופערפעק איז געווארן באשטראפט מיט גרויסע געלטער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2060
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 12:00 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:פעטיציע צו נאסא ארויפצושיקן טראמפ צו די לבנה און אים דארט לאזן, האט שוין דערגרייכט איבער 40 טויזענט סיגנעטשערס!!!
image.jpeg
image.jpeg (32.43 KiB) געזעהן 1075 מאל


ווער ווייסט וואס די לבנה וועט צוריק שיקען אלס נקמה, פאר אזא שרעקליכע אקט קעגען איר.... כ'האב מורא עס לוינט נישט........


לול...

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:18 am

ארטסקרול האט געשריבן:פעטיציע צו נאסא ארויפצושיקן טראמפ צו די לבנה און אים דארט לאזן, האט שוין דערגרייכט "איבער 75" טויזענט סיגנעטשערס!!!
image.jpeg
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6023
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 9:32 am

צווייפעל האט געשריבן:איך מיין אז עס איז שוין די העכסטע צייט פאר אמעריקע צו האבן עפעס א בולי פאר פרעזידענט, מיט די אלע דיפלאמאטישע שטאטסמענער וועט אמעריקע נאר דערלייגן מער און מער פאר די בוליס פון רוסלאנד, כינע, און די ווילדע ראדיקאלע.

העכסטנס אז טראמפ וועט ווערן מסוכן, קען מען אים דעמאלט אימפיטשן, וואס קען שאטן אויסצוטרייען ...
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6023
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 11:46 am

פאטאקי08 האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:אויב זעט מען אז עס איז צרות, סגייט פליען אטאם באמבעס, קען מען אים דעמאלט אימפיטשן.
שטימט פאר טראמפ! שטימט פאר א עכטע טויש אין אמעריקע!

טראמפ זעהט מיר נישט אויס צו זיין א פרעזידענט וואס מען וועט קענען אימפיטשן
א שטייגער אזוי ווי א מאן דהו וואס מען קען קיין גט פון אים נישט באקומען (פשוט טראמפ דערמאנט מיר פון אזא איינעם...)
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג ינואר 05, 2020 12:02 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דאנאלד טראמפ האט זיך היינט היפש פארהאנקערט מיט א טאק שאוו האוסט. דער טאק שאוו האוסט האט אים געפרעיגט צו ער ווייסט ווער כאסאן נאסאראלא איז? אבער ער האט נישט געוויסט צו ענפערן ער האט אפילו נישט געוויסט ווער על באגדאדי איז... ער האט נאר אזויפיל געזאגט אז ביי די טיים ער וועט אנקומען אין ווייסן הויז, וועלן אים שוין זיינע גענערעילער זאגן ווער איז ווער....

דערנאך ווען די טאק שאוו האוסט האט גערעדט מיט אים וועגן די קורדס האט ער עס אויסגעמישט מיט די קוואדס, וואס איז די ספעשעל פארסעס איינהייט אין די איראנער רעוולאצינער גארד. די טאוק שאוו האט אים פרובירט ארויס צו העלפן.

דערנאך האט ער אים געפרעיגט צו ער ווייסט ווער גענעראל סאלימעני איז? האט ער געזאגט פארן טאוק שאוו האוסט, יא, אבער זיי ממשיך זאג מיר אביסל וועגן אים.... האט אים דער טאוק שאוו האוסט געזאגט אז ער איז דער גענעראל פין די קוואדס אין רעוולאצינער גארד, אסאך מענטשן האלטן אים דער געפארפולסטע טערעריסט. רופט זיך אן דאנאלד טראמפ איז ער אפשר דער גענעראל וואס איז געגאנגען קיין מאסקעווא אהין אין צריק ? יא, זאגט אים דער טאוק שאוו האוסט. רופט זיך אן טראמפ, יא כ'האב עפעס געליינט וועגן דעם אין די נייעס.

...
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג ינואר 05, 2020 12:06 am

ויתן לך האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דאנאלד טראמפ האט זיך היינט היפש פארהאנקערט מיט א טאק שאוו האוסט. דער טאק שאוו האוסט האט אים געפרעיגט צו ער ווייסט ווער כאסאן נאסאראלא איז? אבער ער האט נישט געוויסט צו ענפערן ער האט אפילו נישט געוויסט ווער על באגדאדי איז... ער האט נאר אזויפיל געזאגט אז ביי די טיים ער וועט אנקומען אין ווייסן הויז, וועלן אים שוין זיינע גענערעילער זאגן ווער איז ווער....

דערנאך ווען די טאק שאוו האוסט האט גערעדט מיט אים וועגן די קורדס האט ער עס אויסגעמישט מיט די קוואדס, וואס איז די ספעשעל פארסעס איינהייט אין די איראנער רעוולאצינער גארד. די טאוק שאוו האט אים פרובירט ארויס צו העלפן.

דערנאך האט ער אים געפרעיגט צו ער ווייסט ווער גענעראל סאלימעני איז? האט ער געזאגט פארן טאוק שאוו האוסט, יא, אבער זיי ממשיך זאג מיר אביסל וועגן אים.... האט אים דער טאוק שאוו האוסט געזאגט אז ער איז דער גענעראל פין די קוואדס אין רעוולאצינער גארד, אסאך מענטשן האלטן אים דער געפארפולסטע טערעריסט. רופט זיך אן דאנאלד טראמפ איז ער אפשר דער גענעראל וואס איז געגאנגען קיין מאסקעווא אהין אין צריק ? יא, זאגט אים דער טאוק שאוו האוסט. רופט זיך אן טראמפ, יא כ'האב עפעס געליינט וועגן דעם אין די נייעס.

...

Wow האט ער יא א גוטן קאפ! אזוי שנעל צו געוואר ווערן און נעמען עקשאן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”