די 2016 פרעזידענטליכע פריימעריס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

I'm sorry, but I'm really not following your logic. סאדאם כוסעין אליין איז שולדיג אין אייסיס ווייל וואלט ער ווען אריינגעלאזט די יו.ען. אינספעקטארס וואלט דאך די וועלט די געזעהן בוש׳ס בלאף, וואלטעך נישט געווען קיין קריג, וואלט נישט געווען קיין אייסיס!

איך טראכט נאר יעצט אז אפשר איז רוזוועלט גאר שולדיג, ווייל וואלט ער נישט געארבעט אויף די יו.ען. וואלטן זיי נישט געהאט קיין אינספעקטארס וועם כוסעין זאל ווען נישט קענען אריינלאזן וועלכע האט גורם געווען אז בוש זאל סוקסעפול אויסנארן דעם עולם גולם וועלכע האט אין די ענדע געפירט צו אייסיס...חד גדיה, חד גדיה!

און ווער ׳באשולדיגט׳ רוזוועלט אין אבאמא׳ס [ארויסגעווארפענע] סטימיולאס? און לויט דיין לאגיק דארף מען באמת באשולדיגן האווער פארן צוברענגען דעם קראך אןן אזוי ארום ערוועלן רוזוועלט וועלכע האט געטוישט אמעריקע וועלכע האט געברענגט אז אבאמא זאל קענען מאכן א סטימיולאס...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יואב בן צרויה האט געשריבן:אט איז א שמועס פון לינדזי גרעהעם אויף איראק און אייסיס. לדעתי קומט אריין שטארק. http://www.realclearpolitics.com/video/ ... syria.html
געטראכט די זעלבע. און איך האב עס איהם קוים פארגינען... איך בין א קנאפע לינדזער חסיד... אבער ער איז די איינציגע וואויס אוו ריזאן אין די טעמע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

יואב בן צרויה האט געשריבן:I'm sorry, but I'm really not following your logic. סאדאם כוסעין אליין איז שולדיג אין אייסיס ווייל וואלט ער ווען אריינגעלאזט די יו.ען. אינספעקטארס וואלט דאך די וועלט די געזעהן בוש׳ס בלאף, וואלטעך נישט געווען קיין קריג, וואלט נישט געווען קיין אייסיס!

איך טראכט נאר יעצט אז אפשר איז רוזוועלט גאר שולדיג, ווייל וואלט ער נישט געארבעט אויף די יו.ען. וואלטן זיי נישט געהאט קיין אינספעקטארס וועם כוסעין זאל ווען נישט קענען אריינלאזן וועלכע האט גורם געווען אז בוש זאל סוקסעפול אויסנארן דעם עולם גולם וועלכע האט אין די ענדע געפירט צו אייסיס...חד גדיה, חד גדיה!

און ווער ׳באשולדיגט׳ רוזוועלט אין אבאמא׳ס [ארויסגעווארפענע] סטימיולאס? און לויט דיין לאגיק דארף מען באמת באשולדיגן האווער פארן צוברענגען דעם קראך אןן אזוי ארום ערוועלן רוזוועלט וועלכע האט געטוישט אמעריקע וועלכע האט געברענגט אז אבאמא זאל קענען מאכן א סטימיולאס...

;l;p- ;l;p- :lol:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

מידער האט געשריבן:לץ וואס ער איז...

אין א פאקס ניוס אינטערוויו איז קריס קריסטי געפרעגט געווארן פארוואס מ'זאל נישט טראסטן די דזשערסי איינוואוינער וועלכע 65 צו 29 פראצענט זאגן אז ער וואלט נישט געווען א גוטער פרעזידענט.

"זיי ווילן כ'זאל בלייבן"!

שטא ווער זאל לאכן.


די רעפארטער האט זיך נישט געלאזט פון זיין ענטפער און אים געדריקט צום וואנט.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

ירוחם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר פארוואס עס איז יעצט רעלעווענט די פראגע אויב מען האט יא אדער נישט געדארפט אריינגיין אין איראק, מען קען מיינען אז די וויכטיגסטע פראבלעם וואס פלאגט יעצט אמעריקא איז אויב מען האט 10 יאר צוריק יא אדער נישט געדארפט אריינגיין אין איראק,

די רעפארטער האבן נישט קיין בעסערע אישוס אויפן סדר היום?

און וואס איז מיט וויעטנאם, איך מיין אז מען זאל פרעגן די קאנדידאטן אויב זיי וואלטן אריינגעגאנגען אין וויעטנאם..

אסאך מיליטערישע אנאליסטן האלטן אז בוש האט באשאפן אייסיס מיטן אינוואדירן איראק און ברענגן אומסטאביליטעט צום ראיאן. עס איז גאר רעלעוואנט ווייל עס איז נישט קיין סוד אז רעפובליקאנע זענען געווענליך מלחמה דורשטיג און אויך יעצט האלטן זיי אז דער ענטפער צו אייסיס איז בלי שום ספק אן ערד אינוואזיע. עס איז דעריבער וויכטיג צו וויסן אויב זיי קענען צוריקקוקן צו איראק זיך צו לערנען פון אלטע טעותים.


דאן פרעג זיי וואס זייער סטראטעגיע איז איבער אייסיס, דאס לייגן אזויפיל געוויכט אויף די איראק פראגע איז איבריג, יעדער ווייסט עניוועי די טיפיקל ענטפער אז בעיסד אויף יענע אינעטעלעזשענס וואלט איך אריינגעגאנגען, עס איז נאר אזויפיל אז מען גיט א געלעגענהייט פאר די קאנדידאטן צו ווערן צומישט מיט די פראגעס און זיך ארויפכאפן דערויף.

האלטסט אז דזשעב בוש וואלט היינט אינוואדירט איראק?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ס׳איז נישט ריכטיג צו זאגן אז אייסיס האט שייכות מיט בוש׳נס אינוואדירן איראק.
אייסיס איז א דיירעקטע רעזולטאט פון די אראבישע פרילינג. אייסיס האט זיך אנגעהויבן אלס א רעבעלן גרופע אין סיריע קעגן די אסאד רעזשים.
איך וואלט באשולדינגט אבאמא אין אייסיס אויפשטייג, ערשטענס מיט זיין שטיצן די אויפשטאנד אין ליביע, וואס דאס האט געהויבן די מוט פאר די סיריער קעמפער. צווייטנס זיין אומבאלומפערטע פאליסי אין סיריע, וואס דאס האט קלאר געבויעט אייסיס.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מידער האט געשריבן:לץ וואס ער איז...

אין א פאקס ניוס אינטערוויו איז קריס קריסטי געפרעגט געווארן פארוואס מ'זאל נישט טראסטן די דזשערסי איינוואוינער וועלכע 65 צו 29 פראצענט זאגן אז ער וואלט נישט געווען א גוטער פרעזידענט.

"זיי ווילן כ'זאל בלייבן"!

שטא ווער זאל לאכן.

איך וויל אויך....
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האלט נישט אז איראק איז געווען א מיסטעיק! נאמבער איינס סאדאם חוסעין איז געווען א געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן, סיי די אינטעליגענץ האט אזוי געוויזן, און איה"נ די מידיע ריפאטעס נישט אבער מ'האט געטראפן געוויסע זאכן און סאלדאטן ליידן נאך היינט דערפון, (מאט ערגעץ גערעדט דערפון דא אויפן וועלטל לעצטענס) און סיי ווייל סאדאם האט געהאלטן און איין ווייזן אז ער איז א געפאר (ער האט געוואלט ווייזן נאר פאר איראן? מעגליך...) און ער האט ארויסגעווארפן די אינספעקטארס... און ווארטן אז סאדאם זאל סטרייקן קודם האט נישט געהאט קיין פשט, בין לאדין האטעס שוין געטוהן!

די סיבה פארוואס אלע קאנדידאטן זאגן אז זיי וואלטן נישט אריין איז ווייל זיי ווילן געווינען די וואלן, און די מידיע האט באוויזן אראפצוברענגען די פאפולעריטעט פונעם קריג, ס'האט אבער גארנישט מיט רעאלעטי!

שנית, די קריג אין איראק, נאכן סוירדזש, ווען מ'האט צוגעלייגט נאך סאלדאטן איז א סוקסעס, און די ראיאן איז געווען סטאביל! נאר אבאמא האט געוואלט ווייזן פאר די וועלט אז ער זוכט שלום, און אין די זעלבע צייט האטער געקענט באשטיין צו געפעלן פאר ליבעראלן, און ווי געזאגט די מלחמה איז געווען זייער אומפאפולער האטער געטהון וואס איז פאפולער און נישט וואס איז גוט, ער האט ארויסגעצויגן דאס מיליטער, און נישט ארויסגעצויגן ווייל סיז שוין סטאביל, נאר ארויסגעצויגן לשם ארויסצוען מיט גרויס פאמפע, יעדער זאל וויסן אז איראק ווערט צוריק א שטח הפקר, און דעמאלטס איז געווארן יו"ט דארט... (שטייצעך אז נאר ביי בוש האט די מידיע געציילט טאג טעגליך די טויטע און פארוואונדטע סאלדאטן...)

אין די זעלבע צייט האט אבאמא וואס פארטראגט זיך נישט מיט קין נארמאלע מענטשן זיך ארומגענומען מיט נאיווע אידעלאגן, אזוי לאנג ווי זיי גייען מיט מיטן שוואונג זענען זיי גוט, און מיט די מענטשן האטער פראבירט אראפצושטעלן א מיטל מזרח פאלעסי, און יעצט עסט מען די פירות דערפון! און יא, די מידיע קען בלעימען בוש, פארוואס נישט?

אבער כאפן בין לאדין, וואס איז קלאר אז "אינטערעגעישענס" וואס בוש/טשעיני האבן איינגעפיהרט און אבאמא און זיינע ליבעראלע קאלעגעס האבן שארף אראפגעריסן און פארדאמט, האט אסאך צוגעגעבן אים צו טרעפן, איז אבאמא'ס קרעדיט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכח וויכי, א הערליכער אנאליז
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האלט נישט אז איראק איז געווען א מיסטעיק! נאמבער איינס סאדאם חוסעין איז געווען א געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן, סיי די אינטעליגענץ האט אזוי געוויזן, און איה"נ די מידיע ריפאטעס נישט אבער מ'האט געטראפן געוויסע זאכן און סאלדאטן ליידן נאך היינט דערפון, (מאט ערגעץ גערעדט דערפון דא אויפן וועלטל לעצטענס) און סיי ווייל סאדאם האט געהאלטן און איין ווייזן אז ער איז א געפאר (ער האט געוואלט ווייזן נאר פאר איראן? מעגליך...) און ער האט ארויסגעווארפן די אינספעקטארס... און ווארטן אז סאדאם זאל סטרייקן קודם האט נישט געהאט קיין פשט, בין לאדין האטעס שוין געטוהן!

די סיבה פארוואס אלע קאנדידאטן זאגן אז זיי וואלטן נישט אריין איז ווייל זיי ווילן געווינען די וואלן, און די מידיע האט באוויזן אראפצוברענגען די פאפולעריטעט פונעם קריג, ס'האט אבער גארנישט מיט רעאלעטי!

שנית, די קריג אין איראק, נאכן סוירדזש, ווען מ'האט צוגעלייגט נאך סאלדאטן איז א סוקסעס, און די ראיאן איז געווען סטאביל! נאר אבאמא האט געוואלט ווייזן פאר די וועלט אז ער זוכט שלום, און אין די זעלבע צייט האטער געקענט באשטיין צו געפעלן פאר ליבעראלן, און ווי געזאגט די מלחמה איז געווען זייער אומפאפולער האטער געטהון וואס איז פאפולער און נישט וואס איז גוט, ער האט ארויסגעצויגן דאס מיליטער, און נישט ארויסגעצויגן ווייל סיז שוין סטאביל, נאר ארויסגעצויגן לשם ארויסצוען מיט גרויס פאמפע, יעדער זאל וויסן אז איראק ווערט צוריק א שטח הפקר, און דעמאלטס איז געווארן יו"ט דארט... (שטייצעך אז נאר ביי בוש האט די מידיע געציילט טאג טעגליך די טויטע און פארוואונדטע סאלדאטן...)

אין די זעלבע צייט האט אבאמא וואס פארטראגט זיך נישט מיט קין נארמאלע מענטשן זיך ארומגענומען מיט נאיווע אידעלאגן, אזוי לאנג ווי זיי גייען מיט מיטן שוואונג זענען זיי גוט, און מיט די מענטשן האטער פראבירט אראפצושטעלן א מיטל מזרח פאלעסי, און יעצט עסט מען די פירות דערפון! און יא, די מידיע קען בלעימען בוש, פארוואס נישט?

אבער כאפן בין לאדין, וואס איז קלאר אז "אינטערעגעישענס" וואס בוש/טשעיני האבן איינגעפיהרט און אבאמא און זיינע ליבעראלע קאלעגעס האבן שארף אראפגעריסן און פארדאמט, האט אסאך צוגעגעבן אים צו טרעפן, איז אבאמא'ס קרעדיט!

הונדערט פראצענט גערעכט איך בין מיט דיר [אפילו נישט רעגעסטרירט אלס ריפאבלוקן]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

ס'איז ערווארטעט אז דער געוועזענער פענסילוועניע סענאטאר ריק סענטארום וועט מארגן מיטוואך דערקלערן זיין קאנדידאטור פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע. סענטארום האט אין 12' גאנץ שטארק אנגעצויגן אין די ערשטע מאנאטן פון די פריימערי קעגן מיטט ראמני נאכדעם וואס דער לעצטער האט צושמעטערט דעם סאוט קאראליינע פריימערי געווינער ניוט גינגריטש אין דעם נאכפאלגענדן פלארידע פריימערי. אצינד געבן אים נישט די אנאליסטן די מינדעסטע שאנס צו אנקומען ערגעץ.

א טאג דערויף, קומענדיגן דאנערשטאג, איז ערווארטעט אז דער געוועזענער נ"י גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי וועט דערקלערן זיין קאנדידאטור ביי אן אויפטריט אין ניו העמפשיר. אלע אנדייטונגען ווייזן אז פאטאקי גייט נישט אין ערגעץ, אבער ער האפט אז זיין שטארקייט אין 'ריטעיל קאמפיין' (רעדן צו מענטשן פרעזענליך) וואס האט אים געברענגט זיינע סורפרייז געווינסן דורכאויס זיין פאליטישע קאריערע און א גוטע פראשטעלונג ביי די דעבאטעס, וועט אים געבן די נויטיגע שטופ צווישן די ניו העמפשיר וויילער. למעשה האט פאקס ניוס, די מידיא נעץ וואס שטעלט פאר די ערשטע רעפובליקאנער דעבאטע אין צעהן וואכן ארום, געמאלדן אז זיי גייען בלויז ארויפלאזן אויפן סטעידזש די 10 קאנדידאטן וואס ציען אן די מערסטע אין די נאציאנעלע פריימערי אנקעטעס.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

האלט מיר שוין ביי וויפיל קאנדידאטן? איך בין נייגעריג וואס די פשט איז, ווי און וואס דארף מען האבן זיך צו דערקלערן אלץ קאנדידאט
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

פאקס ניוז האט געמאלדען אז ביז א געוויסע פראצענט וועט מען קענען שטיין ביים סטעיטש אז נישט איז ער ארויס געפאלען,

דאס מיינט אז די אלע קאנדידאטען וואס ציען אן שוואך וועלן נישט קענען זיין אויפן סטעיטש.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

פאקס זאגט אז זיי גייען בלויז ארויפלאזן די צעהן שטערקסטע קאנדידאטן (וואס מיינט אצינד: בוש, רוביא, וואקער, קרוז, פאול, קריסטי, קארסאן, האקאבי, פערי און סענטארום), און זיי וועלן פרובירן צו צושטעלן ספעציעל צייט אויף זייערע פראגראמען פאר די איבריגע קאנדידאטן (כ'וואלט שוין ענדערש נישט געוואלט זיין א קאנדידאט ווי איידער אזא לוזער...).

סיעןען גייט אפהאלטן דעם נאכפאלגענדן דעבאטע א מאנאט שפעטער אין סעפטעמבער, לויט די יעצטיגע פלענער גייען זיי צוטיילן די דעבאטע אין צווייען. צום ערשט וועלן דעבאטירן די צעהן שטערקסטע קאנדידאטן, און דערנאך וועלן דעבאטירן די לעפט אווערס.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס איז טאקע א פראבלעם אז עס זענען דא צופיל קאנדידאטן, באט נאר ארויפצולאזן די הויכע איז קיין אויסעגהאלטענע סעלושן. עס דארף זיין א איקוואל פלעינג פיעלד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

זעהט אויס זיי האבן נישט געקענט אויפקומען מיט א בעסערע סעלושען. זיי זאגן אז אויב לאזט מען יעדן ארויף וועט נישט זיין מער ווי 3-4 מינוט פאר יעדע קאנדידאט, בעת די צוהערער זענען באמת נישט נייגעריג צו הערן וואס די אלע 'אויך לויפערס' האבן צו זאגן.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צעהן איז אויך זייער אסאך
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פאטאקי08 האט געשריבן:צעהן איז אויך זייער אסאך


אבער וואס וועט זיין מיט "פאטאקי" ?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מידער האט געשריבן:פאקס זאגט אז זיי גייען בלויז ארויפלאזן די צעהן שטערקסטע קאנדידאטן (וואס מיינט אצינד: בוש, רוביא, וואקער, קרוז, פאול, קריסטי, קארסאן, האקאבי, פערי און סענטארום)

פארוואס שטעלסטו האקובי מיט סענטארום העכער פאטאקי?
ווען האקאבי האט אנגעהויבן זיין קאמפיין אין 08׳ און סענטארום אין 12׳ האט מען זיי נישט געגעבן מער שאנסן ווי מ׳גיבט יעצט פאר פאטאקי.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

די ליסטע איז לויט די יעצטיגע אנקעטעס.

לויט די יעצטיגע אנקעטעס זענען פאטאקי'ס ציפערן ערגעץ אין אנטארטיקע. אויב האט ער אין לויף פון די לעצטע האלבע יאר נישט באוויזן צו שאפן עפעס סטיעם, איז נישט דא קיין עכטע סיבה צו טראכטן אז ער וועט דאס יא באווייזן אין די קומענדיגע צוויי מאנאטן כדי צו איינגעליידענט ווערן צו די דעבאטעס.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דאן פארוואס לויפט ער?
איך גלייב נישט אז ער זיכט די וויצע פרעזידענט פאזיצע, ער קען זיך נישט זעהן האבן א בעלבוס איבער אים
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מידער האט געשריבן:די ליסטע איז לויט די יעצטיגע אנקעטעס.

לויט די יעצטיגע אנקעטעס זענען פאטאקי'ס ציפערן ערגעץ אין אנטארטיקע. אויב האט ער אין לויף פון די לעצטע האלבע יאר נישט באוויזן צו שאפן עפעס סטיעם, איז נישט דא קיין עכטע סיבה צו טראכטן אז ער וועט דאס יא באווייזן אין די קומענדיגע צוויי מאנאטן כדי צו איינגעליידענט ווערן צו די דעבאטעס.

די יעצטיגע אנקעטעס גיבן עפעס פאר סענטארום?
אפילו וואס ער באקומט שוין יא, איז עס נאר ווייל ער איז שוין נאציאנאל באקאנט.
כ׳גלייב אז איינמאל פאטאקי מעלדט זיין קאנדידאטור וועט ער זיך עפעס א שאקל גיבן.

פאטאקי08 האט געשריבן:דאן פארוואס לויפט ער?
איך גלייב נישט אז ער זיכט די וויצע פרעזידענט פאזיצע, ער קען זיך נישט זעהן האבן א בעלבוס איבער אים

איך קען אבער קלערן אז ער לויפט פאר וויצע.
ווייל זיין לינקע שטעלונג אויף פארשידענע אישוס, גיבט אים גאנץ קנאפע שאנסן צו געווינען די פריימערי. אבער ביי די דזשענעראל עלעקשאנס אויב וועט דער ענדגילטיגער קאנדידאט פרובירן זיך צו רוקן מער אין צענטער וועט פאטאקי זיין א גוטער אויסוואל.

אדער איז מעגליך, אז זיין חשבון איז פשוט. ער זענען פארהאן איבער א טוץ קאנדידאטן. טייל פון זיי לויפן רעכטס, למשל: קרוז, רוביא, פאול און האקאבו. א טייל פון זיי זענען צענטער רעכטס, אזויווי: בוש און קריסטי.
קלערט ער א צווישן אזויפיל קאנדידאטן, וועט ער האבן א גוטן שאנס אלס א לינקער.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אין א אנקעטע גענומען פון פאקס נויס שטייט בען קארסאן מיט בוש ביי 13 פראצענט אין א טיי (נישט זיך פארמישן מיט די טי פארטי) געדענק איך אפילו נישט אזא נאמען בען קארסאן, מי הוא זה ואיזה הוא?
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

פאטאקי08 האט געשריבן:אין א אנקעטע גענומען פון פאקס נויס שטייט בען קארסאן מיט בוש ביי 13 פראצענט אין א טיי (נישט זיך פארמישן מיט די טי פארטי) געדענק איך אפילו נישט אזא נאמען בען קארסאן, מי הוא זה ואיזה הוא?

דער שווארצער דאקטאר
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הערשל קאניג׳ס פון די פיצא׳ס א געשוויסטער קינד...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”