[איך האף נאר אז דו מיינסט נישט ערנסט דאס פארן ביז 100 אין מאנטריאל, עס באדייט קילאמעטער. איך שטעל מיך פאר אז דו ווייסט דאס בעסער פון מיר, איך וויל בלויז זיכער מאכן]
איך ווייס איך ווייס, נאר בבחינת עשה עצמו כאולי לא ידע.. און גוטע וועטערס פאר איך דארט אויף 100 ס'סייווי נישט אויף די מערעקאנע פוינטס סא סא'שאד די צייט.
מחותן האט געשריבן:שיין באשריבען, להוי ידוע, אויב מען ספידט אויפן וועג אהין {אדער צוריק} באקימט מען זיכער א טיקעט! עס איז כמעט נישט מעגליך אז נישט, עס איז א שאד אז דו האסט זיך נישט נאכגעפרעגט פאר ביסט ארויסגעפארן וואלסט זיך ווען געקענט איינשפארן די עגמ"נ
ס'נישט מיין ערשטע און נישט מיין צווייטע נסיעה אהין, איך האב מיינע טריקס איך ספיד אייביג אן קיין טיקעטס, אפי' ווען זיי מאכן ברעיקדאונס, נאר אזוי ווי ס'געווען ביינאכט און ער איז געקומען פון די בעק צעווישן די קארס (נישט פון א יו טורן) האב איך נישט געקענט זען אז ס'איז א פאליס. שמן שווער צו גלייבן אין מאנטרא' טעסטערס-טשויס, ס'קאסטעך טייערער ניין? שכוח פאר אלע שכוחעס. מערצעשעם ביי ענק אויף ארטיקלען.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
הערטס אויס א גאר אינהאלטסרייכע אינטערוויו צווישן ר' הענדל ברייער אין ר' יוסף לייב זופניק פון מאנטריאל איבער אלס אין אלעם ארום די נסיעות אין טיקעטס צווישן ניו יארק - מאנטריאל!, ווער דער זופניק איז ווייס איך נישט ער זעהט אויס צו זיין דער ארי לייב גלאנץ - בעריש פריילעך פון מאנטריאל. אויף קול מבשר 3 - 1 - 607
ר' יוסף לייב איז א ברודער מיט ר' משה שמואל און ר' יונה.. ער איז ניש קיין בעריש פרייליך נאר א קאר סערוויס וואס פירט מענטשן פון ניו יארק קיין מאנטריאל און צוריק..
צוויי וואכן צורוק ערש"ק פרשת שמות איז אנגעקומען אויף די פאסט אן אויסגאבע פונעם וועד העיר, אז זייער ביז יעצטיגער הכשר MK וואס ווערט אנגעקוקט ביים היימישן עולם אוואו OU גייט עפענען א נייע אפטיילונג פון א מהודר'דיגע הכשר, עס וועט פארופן ווערן MK מהדרין, און עס וועט שטיין אינטער די השגחה פונעם שטאטס רב הרב ווייס אינאיינעם מיט הרה"ג ר' בנמין גרובבער שליט"א.
דער מאנטריאלע'ר עולם ערווארט צו זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן, צו מ'וועט טאקע קענען אין דעם טריפה'נעם MK איינשטעלן א מהודר'דיגע זאך.