טאל העכערונג איבער ניו יארקער בריקן

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דער עולם איז צוקאכט דא, יעדער רעגט זיך און שרייט אויף די עולה וואס מ'האט געטון מיט אונז, הלמאי מ'האט גענימען די חוצפה און ארויף גערוקט די פרייז. און איך שטיי און שטוין.. האט טאקע דער עולם אזוי ווייניג פון די מעשה? כ'מיין ווי איז די שכל? וואס איז דאס קאכעריי? לאמיך איך פרעגן א פשוטע קשיא, און זאל מיר איינער זאגן אז ער איז נאכ אלס מיט די מיינונג אז מ'האט נישט געדארפט ארויף רוקן די פרייז.

לאמיר זיך א מינוט פארשטעלן ווי א באס מיט אידן זיצן אויף די גי. דאבעליו און פלוצים געט זיך די בריק א שאקל און חלילה ס'געשעט דאס וואס קיינער וויל נישט טראכטן. די בריק לייגט זיך צוזאם און אלעס וואס ליגט אויפן בריק פאלט אריין במצלות ים. וויפיל טיי אווענט'ס, וויפיל אפיעלס, וויפיל יתומים אלמנות וואלטן זיך חלילה געדרייט בתוכינו? וויפיל געלט וואלט איר אלע דעמאלטס אויסגעגעבן? מאכט אייך יעצט דעם חשבון, לוינט זיך נישט אריין צו צאלן יעצט אביסל אז דאס זאל צוריק האלטן די בריק פון איינפאלן???

אויב מיינט איר אז איך מאך א ווערטל דאן ליינט וואס אונזער דיקטאטור בלומבערג האט געהאט צו זאגן אויף די 'טאלל הייק'

http://m.nypost.com/p/news/local/mike_o ... &FEEDNAME=

איך מיין אז זיין מאמע שעפט הויפענעס נחת פון אזא בן זינקל... אזוי צו די זאך צו רעדן... טשאדאש...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווען דער נער איז נישט מיינס" לאך איך נאך יעצט.....
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

שוועמל האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:יעצט זאגט די טריפל עי, אז יענע געריכט, טוט אבער גאר שטארק פעסטשטעלן, אז דער יעצטיגער העכעררונג איז טאקע נישט אויסגעהאלטן. ווייל דער יעצטיגער העכערונג קומט צו דעקן דעם לאך וואס די פארט אויטאריטי האט מיטן בויען דעם נייעם ווארלד טרעיד סענטער (לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם גניבה וואס זיי האבן עס צוגע'גנב'עט פון לערי סילווערסטין. גיבט אים צוריק די גניבה וועט איר נישט האבן א פראבלעם מיטן געלט). ווייל זיי קענען נישט טרעפן גענוג טענענטס פאר די געביידע זייערן, און אז מען סיינט נישט קיין ליעסעס האט מען נישט קיין געלט צו בויען. האבן זיי מחליט געווען צו העכערן די טאללס איבער די בריקן (הערט א מעשה? איך האב גע'גנב'עט א שטח, און איך האב אבער נישט קיין געלט צו בויען דארט מיין נייעם פאלאץ, גיי איך יעצט בא'גנב'ענען ס'גאנצע שטאט אויף צו קענען בויען מיין נייעם בנין), און דאס איז דאך זיכער נישט פארבונדן מיט די בריקן, און דעריבער האבן זיי נישט קיין רעכט צו מאכן דעם טאלל העכערונג.

עמער זעהן וואס גייט ווערן מיט דעם

אפשר קענסטו מרחיב זיין את הדיבור אין דעם דאזיגן נושא?
בעסער אין א באזונער אשכול.


שוועמל, אפשר קענט איר מיר זאגן אין וועלכן נושא איך האב דא מקצר געווען בדיבורי, און דו ווילסט בעסער פארשטיין, אפשר וועל איך מער מרחיב זיין
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

געלעגער האט געשריבן:דער עולם איז צוקאכט דא, יעדער רעגט זיך און שרייט אויף די עולה וואס מ'האט געטון מיט אונז, הלמאי מ'האט גענימען די חוצפה און ארויף גערוקט די פרייז. און איך שטיי און שטוין.. האט טאקע דער עולם אזוי ווייניג פון די מעשה? כ'מיין ווי איז די שכל? וואס איז דאס קאכעריי? לאמיך איך פרעגן א פשוטע קשיא, און זאל מיר איינער זאגן אז ער איז נאכ אלס מיט די מיינונג אז מ'האט נישט געדארפט ארויף רוקן די פרייז.

לאמיר זיך א מינוט פארשטעלן ווי א באס מיט אידן זיצן אויף די גי. דאבעליו און פלוצים געט זיך די בריק א שאקל און חלילה ס'געשעט דאס וואס קיינער וויל נישט טראכטן. די בריק לייגט זיך צוזאם און אלעס וואס ליגט אויפן בריק פאלט אריין במצלות ים. וויפיל טיי אווענט'ס, וויפיל אפיעלס, וויפיל יתומים אלמנות וואלטן זיך חלילה געדרייט בתוכינו? וויפיל געלט וואלט איר אלע דעמאלטס אויסגעגעבן? מאכט אייך יעצט דעם חשבון, לוינט זיך נישט אריין צו צאלן יעצט אביסל אז דאס זאל צוריק האלטן די בריק פון איינפאלן???

אויב מיינט איר אז איך מאך א ווערטל דאן ליינט וואס אונזער דיקטאטור בלומבערג האט געהאט צו זאגן אויף די 'טאלל הייק'

http://m.nypost.com/p/news/local/mike_o ... &FEEDNAME=

איך מיין אז זיין מאמע שעפט הויפענעס נחת פון אזא בן זינקל... אזוי צו די זאך צו רעדן... טשאדאש...


געלעגער, איך האב זוכה געווען צו הערן דעם עקלהאפטיגן בעל גאוה בשעת מעשה, און איך האב דירעקט נישט געשריבן וועגן אים, ווייל ער איז אזוי גרויליג, אז עס איז מיר פשוט א גועל נפש צו שרייבן איבער דעם שמוציגן פארשוין. בפרט נאך ווען ער רעדט צוזאם אזויפיל שטותים והבלים.

עס איז זייער קלאר דער סיבה פון דעם טאלל הייק. עס האט גארנישט מיט צוזאמגעפאלענע בריקן. עס האט מיט צוויי זאכן. 1 אויפהייבן דעם בעיאון בריק (אויב איך געדענק גוט, אפשר איינס פון די אנדערע דארט) כדי העכערע שיפן זאלן קענען אונטערשווימען (פארוואס דארף איך דאס באצאלן?) און 2 צו בויען דעם נייעם (גע'גנב'עטן) טורעם ביים וואוירלד טרעיד צענטער, ווייל עס קאסט מער ווי געפלאנט, און אויך ווייל זיי האבן נאכנישט גענוג געסיינטע ליעסעס אויף צו קענען פארענדיגן דעם בנין. און דעריבער? דעריבער זענען אלע ניו יארקער איינוואוינער שולדיג. פארוואס? ווייל איך בין גענוג שטארק דיך צו באראבעווען און דו האסט נישט צו וועמען צו וויינען...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

טהור טייערע איך בין מיט דיר.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגן וואסערע שוטים די פאליטישענס מיינען מיר זענען. דער קלאץ קאפ לייגט עס אראפ כאילו די בריק איז ביים שוועל פון איינפאלן און מ'גייט פשוט צוזאמנעמען אלע קוואדערס וואס קומען אריין און בויען א שטארקע ביעם....
ער שעמט זיך עס נישט צו זאגן ברבים און גלייב מיר איבער דרייסיג פארצענט ניו יארקע גלייבן אים.
קונצען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:50 pm
לאקאציע: נעבען די כלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונצען »

שמעק_טאביק האט געשריבן:איז דא עפעס א אימעיל אדרעס וואו מ'קען באמבאדירן די גאווערנארס מיט מעסעדזשעס??


http://www.governor.ny.gov/contact/Gove ... ctForm.php
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

פונקט יעצט ווען מען זאגט "מוריד הטאל" האט מען געדארפט מעלה זיין די טאל אפצאל?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

הער אויס, דער בלומבערג האט דאך מורא געהאט פאר מוריד הגשר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

מי יודע האט געשריבן:הער אויס, דער בלומבערג האט דאך מורא געהאט פאר מוריד הגשר


איך קען קיין 'גרינע' נישטא טיילן פון אפערע מיני, אבער ס'קומט זיך דיר אפאר שטיקלעך...
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

מי יודע האט געשריבן:און ווידער בנוגע איזי פעס, לויט ווי איך זע דא איז די פרייז געוואנדן לויט ראש אוער'ס,

אפשר קען איינער דא ביטע שרייבן די זמנים ווען ס'איז ביליגער און ווען ס'איז טייערער, ס'איז מיר נוגע אויף די קומענדיגע טעג

יישר כח



PEAK HOURS
Weekdays: 6-10 a.m., 4-8 p.m., Sat. & Sun.: 11 a.m.-9 p.m.

OFF-PEAK HOURS
All Other Times

http://www.panynj.gov/about/new-toll-fa ... l?tabnum=1
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אויך א גניבה, די פיעק שעה'ן האבן זיי פארלענגערט מיט א שעה.

בד"וו, אפשר האט איינער א הסבר פארוואס וויקענדס איז א גאנצן טאג פיעק?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

טהור-עיניים האט געשריבן:אויך א גניבה, די פיעק שעה'ן האבן זיי פארלענגערט מיט א שעה.

צוויי שעה מער, א שעה פארמיטאג און א שעה נאכמיטאג. ס'פלעגט זיין 6-9AM, און 4-7PM. (פלאס כמעט גאנץ (שבת און) זונטאג איז יעצט צוגעלייגט!)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

זאגט מיר פונקט נעכטן א איד אז ער איז געזיצן אין א שווערן טראפיק אויפן דשארדש וואשינגטאן בריק, אבער עס האט אים בכלל נישט געבאדערט. אז ער האט שוין יא געצאלט אזא טייערען פרייז האט ער עס כאטש געווואלט אינדזשויען וואס לענגער... (קרעדיט: אשר ווילבער)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

;l;p-
צייטליך האט געשריבן:זאגט מיר פונקט נעכטן א איד אז ער איז געזיצן אין א שווערן טראפיק אויפן דשארדש וואשינגטאן בריק, אבער עס האט אים בכלל נישט געבאדערט. אז ער האט שוין יא געצאלט אזא טייערען פרייז האט ער עס כאטש געווואלט אינדזשויען וואס לענגער... (קרעדיט: אשר ווילבער)

;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

פיבער מעסטער האט געשריבן:פונקט יעצט ווען מען זאגט "מוריד הטאל" האט מען געדארפט מעלה זיין די טאל אפצאל?


זעהט אויס אז זיי פירן זיך צו זאגן "משיב הרוח" אויכעט אין זומער, און ווען עס בלאזן ווינטן, ובפרט א רוח שאינו מצוי' ווי א הוריקעין, איז דאך נישט שייך צו פרעגן.

עכ"פ ווייס איך שוין וואו צו בעטן ביים דאווענען פון באשעפער אז ער זאל נידערן די טאלס. א דאנק פאר דעם!............ ;l;p- ;l;p- ;l;p-
הפך בה והפך בה דכולה בה!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

Orthodox Jew YOEL WEISSHAUS son of WOLF from Willamsburg Files Suit Over Port Authority Toll Hikes

A New Jersey man has filed a federal lawsuit in New York over the Port Authority’s toll increase.   

Via Cliffview Report

Yoel Weisshaus of New Milford claims the increase is an abuse of power and discriminates against him because he is poor.   

Cash tolls on the George Washington Bridge, Holland Tunnel, Lincoln Tunnel, Goethals Bridge, Bayonne Bridge and Outerbridge Crossing went up from $8 to $12 on Sunday. 

Weisshaus claims the tolls are targeted to restrict minimum-wage earners and will be used to complete the World Trade Center project instead of improving bridges and tunnels.   

The Record newspaper reports the unemployed Bergen Community College student, who frequently visits his grandparents in Brooklyn, has asked the court to waive filing fees because he can’t afford them. He is representing himself.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך וואונטש אים גרויס הצלחה
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

און.... שוין דא א אינטערוויא מיט אים אויף קאלמע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איינער האט עפעס א גוטע עצה איך זאל קענען קריגן אן אינטערוויאו אויף קאלמענאסער, איך נויטיג זיך דריגענד אין עטענשאן...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

שטארק זיך האט געשריבן:איינער האט עפעס א גוטע עצה איך זאל קענען קריגן אן אינטערוויאו אויף קאלמענאסער, איך נויטיג זיך דריגענד אין עטענשאן...


אקעי לעטס גאו.

קאלמע: א גיט יאר ר' שטארקזיך וואס מאכט איר?
שטארזיך: ברוך השם שלום עליכם וואס מאכט איר?

קאלמע: וויאזוי גייט עס אזוי מיט די הכנות צום ראש השנה?
שטארקזיך: מען גרייט זיך אין גרויסן

קאלמע: קענט איר אינז עפעס איבערגעבן פון די באזוך נעכטן אין בית מדרש? אבער קודם לאמיר הערן אייער ביאגראפיע, פון ווי שטאמט איר? און וואס האט אייך געברענגט אריינצוגיין אין די ליין פון עטענטשען?
שטארזיך: איך וועל אייך זאגן, שוין פון אלס קליין קינד האב איך געהאט א געפיל צו עטטענטשאן, עס האט זיך ספעציעל אנגעזעהן אין חדר ווען מיין רבי האט נאך מעיד געווען אויף מיר אז איך האב א ספעציעלע חוש צו עטטענטשאן. ווען איך בין עלטער געווארן האט זיך ביי מיר ווי פארשטענדליך מער און מער אנטוויקלט די חוש ביז איך ווער היינט פאררעכנט ווי אן עקספערט אין דעם פעלד.

קאלמע(הערשל פרידמאן סטייל): ווער האט אייך איינגערעדט בכלל אז איר זענט א מומחה אין דעם ליין????
שטארקזיך: עס איז א חוש וואס אז דער באשעפער העלפט האט מען עס.

קאלמע:האט איר שוין געהאט די זכי' און ארויסגעברענגט אייער חוש פון זיכן עטטענטשאן ברבים ביי א ספעציעלע מסיבה וכדומה?
יא עס איז שוין געווען כמה פעמים, פאר עטליכע יאר צוריק ווען איך האב נישט באקומען קיין אשר יצר ביי א שבע ברכות האב איך מיך געלאזט הערן הויך אויפ'ן קול אז די גאנצע עולם איז ארויס פון התפעלות.

קאלמע: וויאזוי זענען געווען אייערע געפילן נאך אזא דערהויבענע מעמד שבע ברכות?
שטארזיך: וואס זאל איך אייך זאגן די געפילן זענען געווען מורא'דיג

קאלמע: וואס נאך קענט איר אונז איבערגעבן פון אייערע ספעציעלע מנהגים פון זיכן עטטענטשן?
שטארזיך: עס איז שווער צו רעדן פון די אייגענע מעלות, אבער איין קליינע עפיזאד וואס דער עולם קען זיך אפלערנען, לעצטנ'ס האב איך געמאכט א שמחה בשעה טובה ומוצלחת, און מיינער א באקאנטער האט נישט אריינגעשטעלט א מזל טוב אין דער איד/בלאט, האב איך אים פערזענליך אנגערופן פארצוהאלטן דערוועגן, אז מען איז זיך מתבונן קען מען זיך אסאך ארויסלערנען פון דעם, מען זעהט ווי ווייט מען קען זיך דערקייקלען, אז פון אזא גיטע חבר פון די איגנט זאל ער נישט טוהן די מינדעסטע און אריינשטעלן א מזל טוב, ביז איך האב אים אליין געדארפט בעטן.
אזוי קען איך נאך רעדן פארשידענע מעשיות אבער די צייט ערלויבט פשוט נישט

קאלמע: וואס פאר א מעסעדזש קענט איר איבערגעבן דא פאר'ן גאנצן ציבור?
שטארזיך: איך קען אייך איין זאך זאגן אז יעדער איינער ווערט פון הימל באשאנקן מיט דעם חוש, מען דארף נאר זיך צוריקהאלטן פון צו לערנען געוויסע מוסר און חסידישע ספרים, דאן וועט די חוש אטאמאטיש בלייבן ביים מענטש

און וואס נאך זענען אייערע געפילן? וואס נאך קענט איר איבערגעבן פאר'ן ציבור?
האלא????
דינג.................. טעלעפאן האט זיך אפגעהאקט.................
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

חחחחח
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פיבער-מעסטער;

איבערמעכטיג!

האסט נאר פארזעהן איין וויכטיגע פראגע:

וועלכע גדולי ישראל רבי'ס אדער אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות האבן שוין מיטגעהאלטן ווי איר זוכט אטענטשן?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער האט ערענסט פיבער... ;l;p- ;l;p- ;l;p- וכו,

נעםמט טיילענאל וועט אייך בעסער ווערען....
טראגטסעם ארוס... גלו.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”