אלעס איבער די קארט אין מאנטריאל קעגן מוסדות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

אלעס איבער די קארט אין מאנטריאל קעגן מוסדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קען איינער ביטע זאגן וואס עס גייט פאר?
וואס איז געווען די מעשה פון אנהייב? און וואס איז די מעשה יעצט?
און וואס איז די פלאן אויף ווייטער

א ישר כח
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

גאנץ אין קורצן...

די קוויבעקער גאווערמענט וויל אויסבעסערן די עדויקעשאן אין לאנד האבן זיי געמאכט פארשידענע געזעצן וואס מ'מוז לערנען מיט די קינדער, וויפיל שעה ס'מוז זיין סעקוילערע לימודים וכדו'.

זיי צווינגן דאס ארויף אויך אויף פריוואטע שולע'ס, אויב מען פאלגט נישט סטראשענן זיי מיטן אפשליסן די שולע.

פארן זומער האט די גאוועמענט פארלאנגט מ'זאל תיכף ומיד שליסן די שולע ביז נאכן געריכט, בחסדי השם האט דער ריכטער דאס נישט אנגענומען (ס'איז שוין געווען ממש סוף פון די גוישע לערן יאר ע"כ וואלט נעריש געווען צו שפארן דעמאלטס) יעצט פארן אנהויבן די נייע לערן יאר האבן זיי ווידער געוואלט שפארן און בחסדי השם האט עס דער שופט ווידער צוריק געוויזן. און געזאגט אז דערווייל (ביז נאכן משפט) קעמען ווייטער אנגיין אויפן אלטן דרך.

סא יעצט איז מען אפען געהעריג, בלייבט נאר איבער מתפלל זיין אויף ווייטער שלא ישלטו ידי זדים אין די חינוך הטהור פון אונזערע קינדער, אמן כן יהי רצון.
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

מאנטריאל איז שוין געוואוינט צו די פראבלעמען. שוין יארן לאנג וואס יעדע שטיק צייט וועקן זיי זיך אויף און רודף'ן די קליינע מוסדות
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

לטובת המצב איז געגרינדעט געוווארן א וועד העסקנים אראנדזשירט דורך'ן סאטמאר'ן דיין שליט"א הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א, מיטן נאמען "על בנינו ועל דורותינו"
פארן קארט קעיס פארגאנגענעם ווינטער איז פארגעקומען א גענעראל פארזאמלונג אוואו עס האבן אויפגעטרעטן לויער'ס און עסקנים בנוגע דעם קעיס.
דא איז א מודעה פונעם סדר המעמד דעמאלטס
אטעטשמענטס
על בנינו.jpg
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

זיי האבן דאן געהאנגען צעטלעך אין קרית יואל אז מען זאל ארויפגיין צום ציון הק' אין קרית יואל
אטעטשמענטס
על בנינו 2.jpg
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

דער עולם אין מאנטריאל איז אויך דאן ארויף אין קארט הויז אויפן פארלאנג פון די עסקנים שיחיו
אטעטשמענטס
על בנינו 3.jpg
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א גרויסען ישר כח שמן למאור

אביסל מער היסטאריע דערוועגן אפשר?
ווי אויך די לעצטע צעטל רעדט וועגן עפעס א מרשעת ביטע עקספלעין
אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aperlscript »

פאטאקי08 האט געשריבן:א גרויסען ישר כח שמן למאור

אביסל מער היסטאריע דערוועגן אפשר?
ווי אויך די לעצטע צעטל רעדט וועגן עפעס א מרשעת ביטע עקספלעין

די רעדסט לכאורה פון די מרשעת "פוזדשעט " ימח שמה(פרוביר דאס נישט צו זאגן עס א ווארט אין פראנצוזיש...) זי וואוינט אינעם סאמן היימישן חרדישן געגנט
כמעט יעדע מערכה וואס איז פארגעקומען אין מאנטריאל האט זי געהאט א יד לזדון
זאל עס זיין א עירוב אדער פענסטער עיר קאנדישאנס אין זוממער (אויך א פראבלעם..) סוכות אין גאס , חינוך עדיקעישאן , ועוד .
די אלע זאכן קרענקן איר ווייל יעדעס מאל וואס זי זעט א יוד אין גאס קומט איר דאס בלוט אין קאפ ארויף! ווי מען קען מאכן צרות פאר א יודן איז זי א קופץ בראש
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

וויפיל דארפן מיר לויבן אין דאנקן השי"ת אז דא אין US איז דא די סעפערעישן סטעיט ענד טשירטש, מיר כאפן נישט ווי אנדערש זאכן וואלטן געוועזן ווען נישט דאס,
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אין קנדא אידאס אויך דא. דאך קענען זיי מאכן צרות צרורות אפי' אין די יא עס ה"י.

זיי טענה'ן אז מען טאר נישט ארויפצווינגן קיין רעליגע אויף קיינעם אפי' אויף די אייגענע קינדער מען דארף גיבן אלע אפשענס והבוחר יבחר.
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

קלאר צו שטעלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

סתם די פוינט צו וויסן אז אין מאנטריאל איז בכלליות דא נאר 4 חסידי'שע תלמיד תורות, סאטמאר בעלזא סקווירא און וויזשניץ מאנסי (לעצטנס), איין מוסד האט זיך גלייך צוגעשטעלט צו די לימודים וואס די רעגירונג האט פארלאנגט און דארט מאכט מען טאקע איינס אזייגער צו די חומשים און גמרות און מען זעצט זיך לערנען ענגליש, מען האט דארט אויך אריינגעברענגט קאמפיוטער'ס וואס אויף דעם האט מען זיך אבער יא געשלאגן די עלטערן און עס איז נאך אינטער א דעבאטע צו מען זאל דאס צוריקברענגען לויט'ן פארלאנג פון די רעגירונג (א זאך וואס זיי האבן געטוהן ברבים איז לכאורה נישט קיין סוד אויסצושמועסן דא)

אן אנדערע מוסד האט געמאכט עפעס א שטיקל אפמאך מיט די רעגירונג אויף דערווייל, וויזשניץ תלמיד תורה האט נאך נאר די אינגערע כיתות, און סאטמאר מיט נאך ליטווישע זענען די וואס שלאגן זיך און קעמפן למען שמירת וקיום התורה אין מאנטריאל
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הערליך האט געשריבן:וויפיל דארפן מיר לויבן אין דאנקן השי"ת אז דא אין US איז דא די סעפערעישן סטעיט ענד טשירטש, מיר כאפן נישט ווי אנדערש זאכן וואלטן געוועזן ווען נישט דאס,


אזוי לאנג ביז מען איז סעפערעט פון זיי און זיי פון דיר, איינמאל מ'האט ציטון מיט זיי, זענען זיי באלד ערגער פון די רוסן, ודי....
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

קלאר צו שטעלן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עס איז דא צוויי באזונדערע פרשיות. איך וועל מסביר זיין.

צו האבן א מוסדות אין מאנטריאל קען דאס נאר גיין אונטער די רעגירונג, דהיינו מען מוז זיך צושטעלן לויט זייער פארלאנג אין לימודים, זיי פארלאנגען גאר אסאך צייט צו געבן פאר לימודי חול, ווי אויך פארלאנגען זיי וואס מען זאל לערנען, ווי אויך פארלאנגען זיי אז די אינגערע קינדער וואס זענען ביז נאך כיתה ג' טאר מען נישט לערנען קיין אידישקייט...

עלטערן וואס שיקן צו א מוסד וואס פאלגט נישט דאס וואס זיי פארלאנגען, קען מען זיי קלאגן דערויף.

ביז היינט האבן אלע מוסדות'ן אין מאנטריאל, חוץ סאטמאר (דאכט זיך ע"פ הוראת הדברי יואל זצ"ל) גענומען געלט פון זיי און געטון וואס מען האט געוואלט, און זיי האבן זיך נישט אריין געמישט, ביז די פרשה פון די פלאש-באמבע אין די סקווירא חדר (די מעשה איז געווען September 2, 2006), וואס דאן האט זיך אנגעהויבן איין פרשה מיט א העץ קאמפיין אין די מידיא היתכן די גאווערמענט לאזט דאס צו אז מען לערנט נישט וואס זיי פארלאנגען און נישט די שעות וואס זיי פארלאנגען.

וואס אויף דעם ווי פיבער מעסטער שרייבט האט א געוויסע מוסדות זיך היפש צוגעשטעלט צו זיי, און די אנדערע מוסודת וואס פיבער מעסטער שרייבט אז מען האט געמאכט א שטיקל אפמאך, הייבט זיך נישט אן, די ישיבה קטנה פון יענע מוסדות איז דערווייל נישט לעגאל, און די חדר איז אויך אויף גרויסע צרות....

נאכדעם איז געווען א צווייטע פרשה אינגאנצן, די קלאפטע אין מאנטריאל האט זיך דערוואוסט אז סאטאמאר האט גארנישט מיט די גאווערמענט, דהיינו לא מדובשך ולא מעיקצך, וואס דאס איז קלאר נישט אויסגעהאלטן לויטן געזעץ, ממילא האט זי אנגעהויבן פארפירן, די עסקנים האבן פראבירט צו פארהאנדלען מיט די גאווערמענט אבער אן קיין תכלית, ממילא פירן זיי עס אריין אין קארט, אויף דערווייל אבער איז נאכנישט געווען קיין קארט קעיס, ממילא האבן די חברה פארפירט אז דערווייל זאל עס ווערן אפגעשפארט, אויף דעם איז געווען די קארט וואס האט ב"ה גע'פסק'נט לטובת סאטמאר.

אבער עס ווארט נאך אפ נאך א קארט (מען ווארט דערווייל אויף א דעיט פארן קארט-קעיס), בכלל צו זיי מעגן האבן א מוסד וואס זאל זיך פירן לויט וויזוי זיי ווילן, אויב זיי נעמען גארנישט פון די גאווערמענט, אויב די אייבערשטער זאל אפהיטן ח"ו ח"ו סאטמאר געווינט דאס נישט, דאן אויב זענען זיי מחליט צו בלייבן אין מאנטריאל, וועלן זיי האבן די זעלבע פראבלעמען וואס די אנדערע מוסדות זענען דורך ביז היינט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שכח למעלה
אבער נישט גענוג קלאר
וואס איז אנדערש סאטמאר ווי די אנדערע לעת עתה?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

היות סאטמאר איז דערווייל נישט קיין לעגאלע מוסדות, און פארשפארן האט די קארט גע'פסק'נט אז מען קען נישט, קענען זיי פירן די מוסדות וויזוי זיי ווילן און די גאווערמענט קען גארנישט זאגן, משא"כ די אנדערע וואס זענען לעגאלע מוסדות און נעמען געלט פון די גאווערמענט, דארפן זיך צושטעלן צו די גאווערמענט, נאר מען שלאגן זיך, און מען טרייט אז מען זאל נישט דארפן טון אלעס וואס זיי פארלאנגען.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מיינסט צי זאגען אז סקווער בעלז און אנדערע פלעגן די לעצטע 30 40 יאר יא באקומען לאנטש פראגרעמס וכדומה?
אין סאטמאר איז נישט דא אזא זאך ווי א לאנטש רום אין חדר נאר מען ברענגט זיך מיט פון דערהיים
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

למעלה משבעים האט געשריבן: חוץ סאטמאר (דאכט זיך ע"פ הוראת הדברי יואל זצ"ל)


וואס פונקטליך איז געווען די מעשה מיטן רבין ז"ל?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ניין, פארגעס פון פראגראמען פון די גאווערמענט, געלט מיינט אז די גאווערמענט צאלט פאר די לימודי חול, און קיין פעני נישט פאר עפעס אנדערש..... אין מאנטריאל איז נישט דא די אלע זאכן פון די גאווערמענט ווי אין ניו יארק.
ביז היינט האט סאטמאר נישט גענומען פון די געלטער, און אנדערע יא.

די חילוק אויף וואס מען שלאגט זיך איז אין איין ווארט, סאטמאר שלאגט זיך צו ווערן לעגאל, און די אנדערע מוסדות שלאגן זיך נישט צו ווערן אויס לעגאל. דערווייל קען די רעגירונג נישט אריין רעדן צו סאטמאר ע"פ פסק הקארט, און די אנדערע מוסדות'ן קענען זיי יא פארדרייען א קאפ וויבאלד ביז היינט זענען זיי דאך געווען לעגאל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יישר כח אייך
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

פאטאקי08 האט געשריבן:מיינסט צי זאגען אז סקווער בעלז און אנדערע פלעגן די לעצטע 30 40 יאר יא באקומען לאנטש פראגרעמס וכדומה?
אין סאטמאר איז נישט דא אזא זאך ווי א לאנטש רום אין חדר נאר מען ברענגט זיך מיט פון דערהיים


א לאנטש רום איז גראדע יא דא, אינעם נייעם הערליכן בנין האט מען עס צוגעשטעלט ברחבת ידים
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

פאטאקי08 האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן: חוץ סאטמאר (דאכט זיך ע"פ הוראת הדברי יואל זצ"ל)


וואס פונקטליך איז געווען די מעשה מיטן רבין ז"ל?


דא איז זייער א פארברייטערטע מעשה, עס שלעפט אריין גאר אסאך קליינע פרטי הדברים, איך האלט נאך אינמיטן פעסט שטעלן די פרטי הדברים מער פינקטליך
איך מיין ווען איך וועל האבן אלע פרטים העמיר קענען עפענען אן עקסטערע אשכול דערוועגן
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

למעלה זייער פיין צולייגט די זאך.

די סאטמארע לויערס האבן געמאכט דעם פשעטיל אזוי, היות דו זאגסט דאך אז איך בין בכלל נישט קיין מוסד ווייל איך בין נישט אנערקענט ביי די רעגירונג, אויב אזוי קענסטו מיר אודאי נישט איינטיילן וואס צו לערנען אין די 'נישט מוסד'....

לפי זה איז די צווייטע קאורט וואס מען זאל לערנען אפגעהאלטן ווי לאנג מען וועט קענען אנציען מיט די ערשטע קאורט אז מען אפערירט אן א באשטעטיגונג פון די רעגירונג.

עס איז א טעות צו קלערן אז אמעריקא איז די געזעץ אנדערש. אלע מוסדות דא זענען רעגיסטרירט ביי די רעגירונג, און מוזן נאכקומען די מינימאלע פאדערונגן פון דעפארטמענט אוו עדיוקעישן.

דער באשעפער זאלן ווייטער האלטן די רעכטע האנט זיי זאלן זיך נישט אריינמישן מער....
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

דעם שבת קודש האט דער עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה ובפרט לעשות למען בנינו ודורותינו ה"ה הרה"ח ר' ברוך אברהם פערלמוטער שליט"א זיך אויפגעשטעלט אין ביהמ"ד הגדול אין מאנטריאל פארן ליינען און פארגעהאלטן א דרשה, ארויסברענגענדיג די טיעפע געפילן צוזאמען מיט דעם שבח והודי' צו הקב"ה צו דאס וואס מ'האט זוכה געווען ב"ה מין געוואונען דעם געריכט, בתוך הדברים האט ער זיך אויסגעדריקט בזה הלשון: "מ'ברויך מיר ווען טאנצן און שפרינגען פאר צוויי שעה חסדי השם כי לא תמנו אויף די געוואלדיגע נס"!

אויך איז ארויסגעקומען א ספעציעלע בלעטל מיט פיהר זייטן וואס טוט ארויסברענגען פרטי הדברים, ארויסגעגעבן דורכ'ן מפעל על בנינו ועל דורותינו, מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות וואס שרייען ארויס "הטוב כי לא כלו רחמיך".

אויב איינער דא אויפן וועלטל פארמאגט דעם בלעטל וואלט כדאי געווען דא ארויפצולייגן פארן עולם.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שמן למאור האט געשריבן:אויב איינער דא אויפן וועלטל פארמאגט דעם בלעטל וואלט כדאי געווען דא ארויפצולייגן פארן עולם.

שכח שמן פאר די אפדעיט!
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

אין דער איד איז אויך געווען זייער א שיינע ארטיקל מיט אסאך פרטים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”