אלעס איבער די קארט אין מאנטריאל קעגן מוסדות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

נאך

poster 4-01.jpg


Poster 5-01.jpg
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:די וועלן דארפן נאכקומען די קאריקאלאם ריקווייערמענטס אויסער אויב זיי וועלן זיך דיסערטיפייען אלס א סקול

נא, און וואס וועלן דייענע עלטערן טאן? מען דארף דאך שיקען אין א סקול?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

די אלע צעטלעך זענען געהאנגן געווארן נאך פאר די גוטע נייעס פון די סעטלמענט מיט די סקול באורד וכו'.

פאר קבלת שבת האט אויפגעטרעטן איינע פון די עסקנים אין געמאלדן די פאזיטיווע נייעס, און קיין קאורט וועט נישט זיין די וואך, און צוזאמען מיט דעם געמאלדן אז די עצרת גייט אן געהעריג ווי געפלאנט.

האף מיר אז היינט נאכט ביים עצרת וועט מען האבן מער דיטעיל'ס איבער דעם סעטלמענט, האף מיר אי"ה מארגן צו מסביר זיין וויפיל איך וועל פארשטיין, און האבן צייט צו שרייבן
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

דאס איז געשטאנען אין א בראשור וואס איז געווען פארשפרייט דעם שבת אין סאטמארע שוהל אין מאנטריאל:


לאמיר זיך באקענען מיט די פאקטן



אריינפיר:

בנערינו ובזקנינו נלך! - מיר שטייען אצינד אין גאר קריטישע מאמענטן בלויז א קורצע צייט בעפאָרן גורל’דיגן טאָג ווען ס’וועט פארקומען דער געריכטליכער-טרייעל איבערן צוקונפט פון אונזערע טייערע קינדערלעך שיחיו.

אין אזא צייט ליגט א הייליגן פליכט אויף יעדן יחיד ויחיד ארויסצוקומען אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור צום גרויסארטיגן און מעכטיגן מעמד עצרת רבתי וואס וועט פארקומען אי”ה קומענדיגן זונטאָג וירא, באולם בית אסתר - בשעה 7:45 בערב וואו מיר וועלן אינאיינעם מטכס עצה זיין און אויסשמועסן די פרטי הדברים כדת מה לעשות איבער די סכנה וואס לויערט אויפן חינוך בנינו, ח”ו, און גלייכצייטיג וועלן מיר אינאיינעם מיטן כח הרבים מתפלל זיין להעביר את רוע הגזירה ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.

שטייענדיג אין אזא מאמענט לאמיר כאפן א בליק אויף די פאקטן, און אויסשמועסן די פרטי הדברים, אז יעדער זאל וויסן און מיטהאלטן במה דברים אמורים.

באקענט אייך מיט די פאקטן!



פרק א: השתלשלות הענינים

קורצער היסטאָרישער איבערזיכט | תש”ע: די גזירה אויפן חינוך הבנים | מוסדותינו הק’ אפעלירן פאר א פערמיט



℘ קורצער היסטאָרישער איבערזיכט

די מערכת הקודש למען טהרת החינוך גייט שוין צוריק פילע יארן, ווען די סיטואציע האט זיך שוין עטליכע מאל פארפלאנטערט, און עס איז באקאנט אז בשנת תשל”ד לפ”ק האט רביה”ק זי”ע גע’פסק’ענט אויפצוהערן צו נעמען געלט פאר די מוסדות, זעענדיג אז דאס ברענגט אז זיי זאלן זיך אריינמישן בעניני החינוך, און טראצדעם וואס אנדערע מוסדות התורה אין שטאט האבן יא גענומען ווייטער, האט סאטמאר פון דאן אן מער נישט גענומען קיין געלט. דער ציבור איז באקאנט מיט די אלע פרטים און עס איז איבריג מאריך צו זיין.

אין קיובעק, קאנאדע – גענוי ווי אין אלע ציוויליזירטע מדינות – לויטעט דער חוק המדינה אז עלטערן זענען פארפליכטעט צו געבן פאר זייערע קינדער א גוטן ‘עדיוקעישאן’ דורכ’ן שיקן זייערע קינדער אין א שולע, און נישט בלויז אין א שולע נאר דייקא אין א שולע וועלכע איז אנערקענט ביי די רעגירונג אלס א “געזעצליכע שולע”, און באשטעטיגט אז מען גיבט דארט פאר די

קינדער א גוטע חינוך, לויט זייערע השגות. אבער, פונקט ווי איבעראל, איז דער געזעץ נישט אינפארסירט געווארן אדער שטרענג נאכגעקוקט געווארן. און די רעגירונג האט זיך נישט געקימערט מיטן פאקט אז היימישע אידן שיקן זייערע קינדער לערנען אין די מוסדות התורה וועלכע 1) נעמען נישט ארויס קיין עדיוקעישאן-פערמיט. 2) פארמאגן נישט קיין שטודירטע טיטשערס מיט א קאלעדזש-דעגרי. 3) און פארשידענע אנדערע עדיוקעישאן-רעגולאציעס וואס ווערן אפיציעל געפאדערט פון א שולע.


℘ תש”ע: די גזירה אויפן חינוך הבנים

מיט עטליכע יאר צוריק, בשנת תש”ע, האבן די היימישע מוסדות התורה ערהאלטן א שריפטליכן מעלדונג פון די רעגירונג, וואו עס ווערט געפאדערט אז מהיום והלאה מוזן אלע מוסדות זיך פולקאם צושטעלן צו אלע געזעצן וויאזוי א שולע דארף זיך פירן, מיט’ן לערנען די לימודי חול וואס די רעגירונג פארלאנגט א מינימום פון 20 שעה וועכנטליך! און דאס רעכנט נישט אריין פּאָזע, ריסעס, וכד’.

דאס איז ווי פארשטענדליך א שווערע גזירה, און עס איז פאר אידישע קינדער אוממעגליך צוצושטעלן. אויב זאל מען אוועקגעבן אזויפיל ווי 20 שעה א וואך פאר לימודי חול, ווען וועט מען לערנען לימודי קודש?! ווען וועלן די קינדער האבן צייט צו באקומען א תורה’דיגן חינוך און אלע ידיעות פון תורה און מוסר וואס א איד דארף באקומען?! ס’איז ממש אבסורד. עס איז וויכטיג צו באטאנען: דער געזעץ איז נישט אפהענגיג אינעם פאקט צי א מוסד נעמט יא אדער נישט פאנדן פון די רעגירונג, עס איז א געזעץ וואס איז מחייב יעדן איינעם אייניג! דאס פארפליכטעט סיי יעדן מוסד, נאכצוקומען די געזעצן כדי דער מוסד זאל האבן א זכות קיום ביי די רעגירונג, און סיי פריוואט די עלטערן זענען פארפליכטעט צו שיקן די קינדער אין א געזעצליכן שולע.

דאס איז ‘להלכה’ אבער ‘למעשה’ שטייען מיר אין א פיל בעסערע פאזיציע, און עס האט זיך דעמאלטס בשעתו ארויסגעשטעלט דעם הייליגן בליק און הוראה פון רביה”ק זי”ע וואס האט געהייסן אז מען זאל מער נישט נעמען קיין געלט. עס האט זיך ארויסגעשיילט דער דיפערענץ פון אונזער מוסד און אנדערע מוסדות, אז א דאנק דעם וואס מיר נעמען נישט קיין געלט, האבן מיר געהאט די מעגליכקייט צו זיין ידינו על העליונה און אונטערנעמען א לעגאלן קאמף קעגן דעם, נישט זייענדיג אונטער קיין שום זייטיגע פרעשור פון פארלירן געלט, ווייל מיר באקומען סיי-ווי גארנישט.

אנדערע מוסדות התורה אין שטאט האבן זיך טיילווייז געבראכן, און האבן געמאכט א ‘דיעל’ מיט די גאווערמענט אז זיי גייען אריינברענגען די סדר הלימודים (קעריקילעם) פון לימודי חול אויף 18 שעה א וואך. אבער אויך די מוסדות וועלכע האבן זיך יא צוגעשטעלט טיילווייז צו זייערע פארלאנגען האבן זיך אפגעליטן רדיפות די לעצטערע יארן, מיט טענות אז זיי זענען נישט נאכגעקומען די געזעצן. נאך די אלע שעות לימודי חול וואס זיי האבן צוגעלייגט האבן זיי נאך נישט “יוצא געווען” און מען פארלאנגט צוצולייגן נאך מער און זיך מער צושטעלן.


℘ מוסדותינו הק’ אפעלירן פאר א פערמיט

אונזערע הנהלת המוסדות האט דאן אפעלירט פאר א ‘פערמיט’, פארלאגענדיג אז מען זאל באשטעטיגן אונזער אייגענער סדר היום, געבויעט אויף פארשידענע געזעצליכע און קאנסטיטוציאנאלע טענות פארוואס מען דארף פאר אונז מאכן אן אויסנאם און ערלויבן אנצוגיין מיט די סדר הלימודים ווי ביז דאן.

די רעגירונג האט צוריקגעוויזן דעם פארלאנג און האבן אונז גערופן אין געריכט, מיט די טענה אז מיר זענען אן אומגעזעצליכע מוסד, ווייל מיר שטעלן נישט צו די נויטיגע עדיוקאציע וואס די געזעץ פארלאנגט צו געבן פאר די קינדער, און דעריבער האבן זיי פארלאנגט אז מיר זאלן זיי ארויסגעבן די ליסטע פון די קינדער און די געריכט זאל אורטיילן אז מיר האבן נישט קיין רעכט מחנך צו זיין אונזערע קינדער, און צושטעלן עדיוקעישאן-סערוויס.



פרק ב: תשע”א - על בנינו ועל דורותינו!
די באַקאַנטע געריכט-סעסיע | מוסדותינו הק’ שטעלן אראפ אונזער טענות | לימודי קודש ווערט אנערקענט | די פראגע איבער לימודי חול



℘ די באַקאַנטע געריכט-סעסיע

דער ציבור געדענקט דעם געריכט-סעסיע וואס איז פארגעקומען אום תשע”א. דער גאנצער ציבור איז מאביליזירט געווארן צום קריטישן מגבית “על בנינו ועל דורותינו”, זיך משתתף צו זיין לדורן, לתפלה ולמלחמה, זיך צו ראטעווען קעגן די סכנה וואס האט געלויערט אפצושפארן די מוסד, און איז געווען אין א באלדיגן געפאר. די גאווערמענט פארשטייער האבן פארלאנגט גלייך ביים אנהייב פונעם ריכטער אן “צייטווייליגער אינזשאנקשאן”, דאס הייסט א צייטווייליגע אפהאלט אז ביז די ענדגילטיגער טרייעל זאל די מוסד נישט קענען אנגיין און זאל פארשפארט ווערן אויף דורכאויס דעם געריכטליכן געראנגל ביז דער געריכט וועט אורטיילן צו זי איז געזעצליך.


℘ מוסדותינו הק’ שטעלן אראפ אונזער טענות

אויף דעם פארלאנג איז אפגעהאלטן געווארן א טרייעל וואס האט זיך געצויגן א וואך צייט. מיר האבן דאן אויפגענומען גרויסע לעגאלע עקספערטן וועלכע האבן פארגעשטעלט גאר גוטע עפידעיוועדס און מונדליכע עדות, וואס האבן ערקלערט פארוואס די גאווערמענט’ס טענה האט נישט קיין גרונד, ווייל מיר האבן גוטע שאנסן צו געווינען אין געריכט, און עס איז נישט פאראן קיין סיבה פארוואס מען זאל אפשליסן די מוסד נאך איידער די געריכט הויבט זיך אן.

דער שופט וואס האט שטארק סימפאטיזירט מיט אונזער צד האט געאורטיילט לטובתינו אז מיר קענען בלייבן אפן, און די עיקר סיבה וואס ער האט אנגעגעבן איז געווען ווייל דער מוסד פירט זיך שוין אויף דעם שטייגער פאר די לעצטע 50 יאר, און ס’קען נישט זיין אזא עמערדזשענסי אז מ’זאל עס מוזן פלוצלינג אפשפארן. איבערהויפט אז די טרייעל וועט אריינציען אין גאר קאמפליצירטע און פארצווייגטע יסודות’דיגע און קאנסטיטוציאנאלע פראגן צו פארשטיין וואס איז דער אפטייטש פון עדיוקאציע און ווי ווייט די אינטערעסע פון די רעגירונג וועגט איבער די רעליגיעזע רעכטן, דעריבער איז נישט מעגליך פאראויסצוזאגן וואס דער ענדגילטיגער פסק וועט זיין, און דערפאר קענען מיר בלייבן אפן און צואווארטן ביזן ענדגילטיגן טרייעל. געווענליך גיבט מען בלויז אן “צייטוויליגער אינדזשאקשאן” ווען עס קען – לויט’ן תובע – ארויסקומען אן אומפארריכטבארער שאדן, “אויב אזוי” - האט דער ריכטער געפרעגט – “וואס איז די לאגיק? אויב האלט עטץ אז מען גיבט נישט גענוג עדיוקעישאן ווילט עטץ אינגאנצן אפשפארן די מוסד אז מען זאל גארנישט באקומען?!”.


℘ לימודי קודש ווערט אנערקענט

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען ארויסגעקומען א גרויסע טובה פון יענעם געריכט-סעסיע, ווייל די גאווערמענט האט דארט געמוזט מודה זיין צו א יסודות’דיגע פראגע וואס קען האבן א שטארקע אויסווירקונג אויפ’ן ענדגילטיגן פסק, ווען דער ריכטער האט געשטעלט אנפאנג די פראגע פארוואס זיי פארלאנגען א פערמיט צו לערנען רעליגיעזע לימודים. ממה נפשך?! אויב הייסט דאס געגעבן עדיוקעישאן איז דאך גוט, און אויב נישט, טא, פארוואס דארף מען האבן א פערמיט?! די מוסד שטעלט דאך נישט צו קיין עדיוקעישענאל-סערוויסעס, איז פארוואס זאלן זיי דארפן האבן א פערמיט, וואס איז עס אנדערש ווי א בית המדרש אדער להבדיל א קירכע?!

די גאווערמענט האט געמוזט צוריקטרעטן אז זיי האבן גארנישט אויסצוזעצן קעגן לערנען רעליגיעזע לימודים, זייער גאנצע טענה איז נאר אז מיר האבן נישט קיין רעכט צו לערנען לימודי חול אן קיין פערמיט.

למעשה אבער לויט די געזעץ אז אן קיין פערמיט טאר מען נישט לערנען, און אז מען וועט אונז צווינגען צו פארשפארן וועלן מיר זיך מוזן ברעכן, אדער וועלן אלע קינדער זיך איינשרייבן אין אנדערע לעגאלע שולעס.

דער ריכטער האט עס אבער אפגעווארפן אנמערקנדיג אז מיט’ן לאזן אפן וועט נישט פאסירן קיין שום שאדן, נאר פונקט פארקערט, אזוי וועלן די קינדער כאטש באקומען אביסל עדיוקעישאן ווי איידער גארנישט.

ד.ה. אז למעשה איז געלונגען בעז”ה צו דערגרייכן נאך איידערן “טרייעל” אז די גאווערמענט האט אנערקענט אז צו לערנען לימודי קודש איז נישט קיין פראבלעם, וואס אילו לא באנו אלא בשביל זה דיינו, און עס האט זיך אויסגעצאלט די הונדערטער טויזנטער דאלארן וואס עס האט אפגעקאסט.


℘ די פראגע איבער לימודי חול

אצינד איז געבליבן די פראגע וועגן לימודי חול, וואס דאס איז די גרויסע נושא, ווייל אויב זאלן מיר נישט באקומען א פערמיט צו לערנען לימודי חול ווי ביז היינט, וועלן זיי קענען רודפ’ן יעדן משפחה באזונדער און אויסטיילן צרות פאר די עלטערן. ווייל די געזעץ איז א “חובת גברא”. ד.ה. אז יעדעס קינד מוז זיין איינגעשריבן אין א לעגאלע שולע, און מ’קען בא’קנס’ענען די עלטערן פארן דאס נישט אויספאלגן, חלילה.

אפילו אויב געוויסע עלטערן וועלן זיך אן עצה געבן, דורך פארשידענע וועגן זיך ארויסצודרייען, מאכן “האום-סקולינג” וכד’, אבער אין א רבים וועט אייביג זיין א געוויסע פראצענט וועלכע וועלן האבן א שווערער קאמפ מיט “יוט פראטעקשאן”, וואס זיי וועלן זיך קענען אנטשעפען און פארשאפן נישט ווייניג עגמת נפש, חלילה.

און דאס האפן מיר בעז”ה אויפצוטון ביים קומענדיגן טרייעל, צו באשטעטיגן אז מיר זענען א לעגאלער מוסד החינוך, און מיר האבן א רעכט צו לערנען סיי לימודי קודש, און להבדיל, אויך לימודי חול אזוי ווי ביז היינט מיט אונזער סדר און שעות.

עס שטעלט זיך ארויס א קאמישער בילד אז מען האט אונז אריינגעצווינגען צו קעמפן פאר לימודי חול... די טענה פון די רעגירונג איז אז מיר טארן נישט לערנען לימודי חול, און מיר ווילן יא קענען לערנען...

אויב עמיצער איז אנגעקומען פון אן אנדערן פלאנעט וואלט ער געזאגט אז מיר זענען מאדנע, מיר שלאגן זיך פאר לימודי חול?! אבער יא, למעשה איז דאס דער וועג וויאזוי אפצוראטעווען אונזער מוסד.


פרק ג’: דער פּלאַן אויף ווייטער?
וואָס זענען אונזערע ארגומענטן? | אם תמצי לומר... | עסקנות ביז צום טרייעל | וויאזוי האט מען זיך געדעקט?



ביז אהער האט זיך אפגעשפילט געציילטע יאר צוריק, אום תשע”א. דורכאויס די פארלאפענע יארן אינצווישן האבן מיר זיך געגרייט צום טרייעל אויף אלע פראנטן, אנגעגרייט די עדות, אויסגעארבעט וויאזוי פארצושטעלן אונזערע ארגומענטן, צו זיין גרייט אויפ’ן געריכט-טאג וואס איז באשטימט געווארן אויף נאוועמבער, וואס קומט אויס קומענדיגן מאנטאג.


℘ וואָס זענען אונזערע ארגומענטן?

די טענה פון די גאווערמענט איז זייער פשוט: דער געזעץ זאגט אז יעדע שולע מוז האבן א פערמיט צו קענען געבן עדיוקעישאן, און לויט’ן געזעץ דארף מען לערנען כך וכך שעות סעקולערע-לימודים. פינטל.

אונזער ארגומענט פרובירט – ווי פארשטענדליך – צו מאכן די זאך אסאך מער קאמפליצירט. צום ערשט וועלן מיר אריינגעבן א קאנטער-פארלאנג אז די גאווערמענט זאל אונז מוזן געבן אן ‘אויסנאם’ צוליב אונזערע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון רעליגיע.

פארדעם האבן מיר אנגעגרייט א גאנצן רעפארט, אויסגעבויעט דורך גרויסע עקספערטן, וואס ברענגט ארויס די שטארקע ענליכקייט פון אונזערע לימודים צו - להבדיל - די סעקולערע-לימודים, און עס דארף איבערווייזן אז למעשה ביים דורכגיין די עדיוקעישאן וואס מיר געבן, קומט מען צום ענדע אן צו די זעלבע רעזולטאטן, און עס וואקסן פון אונז ארויס ביזנעסלייט און עס גיבט אלע כלים צו פירן א נארמאלן ציוויליזירטן לעבנסשטייגער.

און פון די צווייטע זייט וועלן מיר ערקלערן אונזער לעבנסשטייגער און די חרד’ישע קולטור, אז עס איז פשוט אוממעגליך צו זיין א איד און נאכקומען אונזערע רעליגיעזע פליכטן נאר אויב מען לערנט גענוג שעות לימודי קודש. קודם אלס דער חיוב פון “והגית בו יומם ולילה”, און בעיקר אז כדי צו זיין א איד דארף מען קענען די פילצאליגע הלכות וויאזוי זיך צו פירן, און ווען זאל מען לערנען די אלע הלכות?!

דערנאך קומט די צווייטע און עיקר טענה אויפ’ן לעגאלן פראנט: אז די גאווערמענט איז נישט גערעכט אז מיר זענען אן אומלעגאלע שולע, ווייל דאס ביסל לימודי חול וואס מיר לערנען איז נישט גענוג אז מען זאל אונז באטראכטן אלס א “עדיוקעישאנעל סקול”, און דעריבער דארפן מיר ניטאמאל האבן קיין פערמיט דאס צו לערנען.


℘ אם תמצי לומר...

די צוויי טענות הערן זיך ווי א פאראדאקס, מען דארף זיין א לויער דאס צו קענען פארשטעלן. די לעגאלע עקספערטן און אדוואקאטן וואס מיר האבן אויפגענומען האבן דאס גוט אויסגעארבעט און אונטערגעבעט און עס ווערט פארגעשטעלט אויף א וועג פון אן “אם תמצי לומר”...

אויב איז דאס ביסל לימודי חול גענוג אז עס זאל הייסן אז מיר געבן עדיוקעישאן איז עס דאך גענוג, און אויב איז עס נישט גענוג, זענען מיר דאך בכלל נישט קיין סקול לויטן אפטייטש פון דער געזעץ, אויב אזוי מעגן מיר עס לערנען אויך אן קיין פערמיט. די לויער וועט בסייעתא דשמיא זוכן צו באאיינפלוסן דעם ריכטער און גענוג מסביר זיין אז מיר זענען נישט קיין ‘עקסטרעמיסטן’, און אונזערע לימודים ערמעגליכן אונז צו פירן א נארמאלער, ציווילער, לעבנסשטייגער, און דאס האט אונז געהאלטן אין גלות שוין די לעצטע 2000 יאר.

דער ריכטער וועט דארפן דערהערן זייער קלאר אז אין פובליק-סקול וועלן מיר סייווי נישט גיין, און אויב זאל מען אונז נישט לאזן אנגיין ווי ביז יעצט וועט די רעגירונג גארנישט אויפטון, און אונזער עדיוקעישאן וועט ווערן נאך ערגער.


℘ עסקנות ביז צום טרייעל

אין די זעלבע צייט וואס מען האט זיך געגרייט צום טרייעל, האבן מיר געארבעט אומערמידליך צו טרעפן א וועג ארויס, און אויפקומען אויף א לעזונג צו שליסן דעם קעיס אז מען זאל מעגליך נישט דארפן גיין אין געריכט.

בעזר השם האט מען באוויזן אויפצוטון אזויפיל, אז מען איז געזעסן מיט די EMSB די “ענגליש מאנטריאל סקול באורד” און מען האט פארהאנדלט מיט זיי א מהלך אז מען זאל קענען טון “האום סקאלינג” שולע פון דערהיים, וואס דאס איז א ספעציעלע פראגראם פאר קינדער וואס וואוינען צו ווייט פון די שולע אדער קענען נישט קומען אין שולע צוליב רעליגיעזע סיבות, וואס דארף באפרידיגן די סקול-דיסטריקט אז מען שטעלט צו אינדערהיים אן ענליכע ענווייראמענט ווי אין שולע און איז אפיציעל די זעלבע שעות, וואס ווי פארשטענדליך איז עס מער אומגעבינדן און מער צוגעפאסט פאר אונז.

דער לעזונג האט געזאלט ארבעטן אז אונזערע מוסדות וועלן לערנען די זעלבע לימודים אזוי ווי ביז יעצט, נאר בתורת”tutoring” , אויף דעם לעזונג איז מען געזעסן לאנגע שעה’ן אויף שעה’ן מיט’ן סקול באורד, און אויסגעארבעט מיט פראפעסיאנאלן און עקספערטן אז מען זאל זיך קענען פאראייניגן אויף א פלאן.

דער פלאן איז אפגעווארפן געווארן מצד די גאווערמענט און זיי ווילן דוקא יא דורכגיין דעם טרייעל, אבער וואס מען האט זיכער אויפגעטון איז פאר אונזערע ארגומענטן אין געריכט, אז מיר וועלן קענען צייגן אז מיר זענען נארמאלע מענטשן און מיר האבן פרובירט זיך דורכצוקומען און אויסארבעטן א פלאן אז אונזערע קינדער זאלן קענען זיין איינגעשריבן אין א געהעריגן שולע.

דערמיט האפן מיר אז ווען מיר וועלן פארלייגן אונזערע שטארקע טענות און אונזער אלטערנאטיוו-פלאן ביים ערשטן געריכט- סעסיע, וועט די גאווערמענט באשליסן אפצולאזן די קעיס, זעענדיג אז מיר זענען שטארק אויסגעבויט, און זיך דורכקומען מיט אונז אויף דעם פלאן.


℘ וויאזוי האט מען זיך געדעקט?

די שווערע קאסטן וואס דאס האט אפגעקאסט ביז יעצט איז געדעקט געווארן מיטן הילף פונעם ציבור וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן ביים גרויסארטיגן מגבית “על בנינו ועל דורותינו”, און זינט דאן – אלע אינוועסטירונגען אין די פארלאפענע יארן – איז געדעקט געווארן דורך די הנהלת התלמוד תורה, וועלכע האבן אליינס פינאצירט די קאסטן.

אבער אצינד ווען מ’דארף זיך ווידעראמאל צוגרייטן צום גורל’דיגן טרייעל, א טאג אויף וואס מיר קוקן גאר שטארק ארויס מצליח צו זיין בעז”ה, פאדערט זיך נאכאמאל דער ריזיגן סכום פון קרוב צו 400,000$ , וואס מ’קען שוין נישט אליינס דעקן, און דאס וועט בסייעתא דשמיא זיין דער שליסל דורכצוברעכן די שוועריקייטן, און אוועקשטעלן אונזער שטעלונג מהיום והלאה מחנך צו זיין אונזערע קינדערלעך, בנינו ודורותינו הבאים שיחיו, אויפן סדר התורה והמסורה לנו מדור דור.

*


אלזא, נאכן זיך באקענען מיט די פאקטן און אינפארמאציע, לאמיר זיך פרעגן לעת כזאת:

•וואס איז דער לעזונג וואס וועט אונז ארויסהעלפן אינעם קריטישן מאמענט?

•וויאזוי טייטשן מיר אפ “דורן תפילה ומלחמה” שטייענדיג אין אזא מצב?

•וואס זענען די טכסוסי מלחמה בסייעתא דשמיא ארויסצוקריכן דערפון?

•וואס איז דער דעת תורה והלכה פאר אונז אלע אין אזא סיטואציע?

•וויאזוי איז דאס נוגע פאר יעדע טאטע-מאמע דאהי באזונדער?


דער ענטפער דערויף וועלן מיר הערן בעז”ה

זונטאג אווענט – באולם בית אסתר – בשעה 7:45

= כולנו כאחד למעמד “עצרת רבתי” על בנינו ועל דורותינו =
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

טענק יו שמן קעי ענד עי רעפארטער פראם די מאנטריאל ניוז רום.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

שמן, א ריזיגן שכח פאר די באריכטן, גייט זיין א הוק אפ היינט נאכט?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

AHA האט געשריבן:טענק יו שמן קעי ענד עי רעפארטער פראם די מאנטריאל ניוז רום.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

שכח שמן, זייער קלאר, אנטווערפן קען עפעס געניסן דערפון (פון דעם מהלך ?)?
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שיינעם עצרת געווען נעכטן, העסקן ר' אברהם עקשטיין האט דארט זייער שיין מסביר געווען די דעטאלן פונעם אויסגע'ארבעט'ן אגרימענט. איך האב נישט קיין געדולד יעצט אפצוטייפן די פרטים.
ווער ס'האט נערווען קען אפשרייבן די פרטים. די דרשה נעמט איבער א האלבע שעה. ער הייבט אן פון אנהייב מערכה און צום סוף פירט ער אויס די פרטים פונעם סעטלמענט מיט די געדאנק פון האום סקולינג.
לעצט פארראכטן דורך שמן למאור אום דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

יישר כח שמן, העכסט אינטערסאנט.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

היינט האט מען ב"ה שוין גע'סיינט די אגרימענט מיט די עדיוקעישן דעפארטמענט.

די מידיע איז אויף מיט די נייעס, רופן אן וועם זיי קענען אויספרעגן כל מיני שאלות אין די נושא, די עסקנים געבן איבער אז מ'זאל גארנישט קאמענטירן אויף קיין שום פראגעס וואס זיי פרעגן.

כפי השמועה הער איך אז די צייטונג לא פרעס פלאנט א באזוך ביים תלמוד תורה לאור די נייעס.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

ס'איז א מורא'דיגע חיזוק דאס, אז מקען אויספייטן אזא זאך וואס זעהט אויס ווי פארפאלן, ס'גיט קוראזש צו אנגיין ווייטער

שכח שמן פאר די באריכטן
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

דעם גאנצן מעמד זונטאג נאכט פאר די וואס ווילן הערן אלע דרשות.

(לינק אראפגענומען) ווער עס דארף עס קען בעטן אין אישי.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

א ריזיגן דאנק שמן למאור
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ניק ניק האט געשריבן:א ריזיגן דאנק שמן למאור
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

היינט ביי די קאווע נאך די צווייטע קאצקע צוקער און פאר די דריטע, אזוי בערך אינמיטן דאס צוגיין פון די צווייטע העלפט צוקער'ל, האבן די אישי הקאווע עונה געווען דברים הרבה אויף די קאווע, איינס פון די הויפט נושאים דארט איז געווען איבער די מאנטריאלע אידישע מוסדות אז די רעגירונג האט זיך לעצטנס פון פריש ארויפגעווארפן אויף די בתי החינוך אין מאנטריאל און אין טאהש, און מען מיטשעט זיך זייער מיט די רעגירונג דארט.

איינער ווייסט מער קראנטע פרטים?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”