אומצענזורירטע געהיימע דאקומענטן ארויסגעלייגט אויפ'ן נעט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

אומצענזורירטע געהיימע דאקומענטן ארויסגעלייגט אויפ'ן נעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר בי רב »

א ריזיגע צאל אומצענזורירטע דאקומענטן פון די וויקיליעקס גרופע איז נעכטן מיטוואך פארעפנטליכט געווארן אויפ'ן אינטערנעט פאר יעדן צו לייענען. די דאקומענטן ערהאלטן סענסיטיווע קארעספאנדענץ וואס סטעיט באאמטע האבן זיך געשריבן איינער מיט'ן צווייטן. די אינפארמאציע קען פארשעמען אמעריקאנער אינפארמאנטן. אויך קענען די אינפארמאנטן זיין אויסגעשטעלט צו נקמה אקטן.

אין אמעריקע האט דער סטעיט דעפ. אראפגעריסן וויקיליעקס פאר'ן אנגעבליך שטעלן אין געפאר די נאציאנאלע זיכערהייט און די זיכערהייט פון די געהיימע אינפארמאנטן.

וויקיליעקס באשולדיגט די ענגלישע צייטונג "דע גארדיען" פאר די סומאטאכע. וויקיליעקס זאגט אז א צייטונג שרייבער האט אויפגעדעקט דעם פעסווארד מיט וואס צו עפענען די פיילס. דער צייטונג שרייבער האט אין א בוך אנפאנג יאר פארעפנטליכט דעם פעסווארד אבער ער זאגט אז וויקיליעקס איז שולדיג אינעם בראך און אז צוליב שוואכע זיכערהייט אויף איר וועבזייטל זענען די דאקומענטן אנטדעקט געווארן פאר די וועלט.

אין א לאנגע עדיטאריעל באשולדיגט וויקיליעקס דעם צייטונג שרייבער, דעוויד לי. לויט ווי וויקיליעקס זאגט, האט לי שאדן געמאכט חדשים פון שווערע ארבעט וואס זי האט אריינגעלייגט ארויסצושניידן סענסיטיווע אינפארמאציע פון די דאקומענטן.

לי און די גארדיען זאגן אז זיי זענען נישט באגאנגען קיין שום עבירה. די מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט און וויאזוי די דאקומענטן זענען פארעפנטליכט געווארן איז נישט פונקטליך קלאר.

עס איז פונלאנג באקאנט געווארן אז וויקיליעקס האט פארלוירן קאנטראל אויף די דאקומענטן נאך איידער זיי זענען פארעפנטליכט געווארן.

ביז היינט איז נאך קיינמאל נישט פארעפנטליכט געווארן אלע דאקומענטן אויפאמאל. וויקיליעקס פלעגט ארויסלייגן אויף זייער וועבזייטל אביסל דאקומענטן אויפאמאל און נאר נאך וואס סענסיטיווע אינפארמאציע איז געווארן ארויסגעשניטן.

אבער יעצט אז די אלע דאקומענטן זענען גאנצערהייט אויפ'ן אינטערנעט איז וויקיליעקס' גאנצע ארבייט געווען א שאד די צייט.

לי איז מודה אז אסאנזש -- וויקיליעקס גרינדער -- האט אים געגעבן א פעסווארד צו קענען עפענען פיילס אויף א געוויסע סערווער אויפ'ן אינטערנעט אין יולי 10'. אבער ער זאגט אז אסאנזש האט אים פארזיכערט אז דער סייט וועט אראפגענומען ווערן ביז געציילטע שטונדען.

"די אינפארמאציע וואס איך האב געשריבן אין מיין בוך שפעטער איז שוין געווען אומשעדליך און אומגילטיג," האט לי געשריבן אין אן אימעיל. "איך האב נישט געשריבן די אדרעסע פונעם וועבזייטל וואו די פייל האט זיך געפונען. און אין יעדן פאל האט אסאנזש געזאגט אז דער וועבזייטל ווערט אראפגענומען".

א צווייטער 'גארדיען' שרייבער, וועלכער האט אמאל געארבעט פאר וויקיליעקס, זאגט אז שולדיג איז אסאנזש ווייל ער האט איבערגענוצט אן אלטן פעסווארד ביים ארויפלייגן די דאקומענטן אויפ'ן וועבזייטל.

דער אסאשיעיטעד פרעס האט נישט מצליח געווען אויסצופרעגן די וויקיליעקס שטאב. אבער אויף וויקיליעקס טוויטער אקאונט האט די גרופע געזאגט אז די 'גארדיען' שרייבט שקר וכזב און נאך ליגענט וועלן נאכפאלגן.

אמעריקאנער באאמטע האבן געווארענט אז די אויפדעקונג קען האבן שווערע נאכפאלגן פאר אינפארמאנטן, אקטיוויסטן און אנדערע וועמענ'ס נעמען ווערן דערמאנט אין די דאקומענטן.

וויקיליעקס שרייבט אין איר עדיטאריעל אז זי האט פרובירט צו ווארענען די אמעריקאנער רעגירונג איבער דעם בעפארשטייענדן בראך. סטעיט דעפ. ווארטזאגער, וויקטאריע נולאנד, האט געזאגט אז ס'איז אמת אז די גרופע איז געקומען אין פארבינדונג מיט איר. זי האט אבער צוגעלייגט אז וויקיליעקס האט בכלל נישט פרובירט צו באגרעניצן דעם שאדן.

"אונז האבן קלאר געמאכט אונזער שטעלונג אז צו פארעפנטליכן געהיימע דאקומענטן שטעלט אין געפאר סיי יחידים און סיי דעם נאציאנאלען זיכערהייט", האט נולאנד געזאגט פאר רעפארטערס.

"וויקיליעקס האט זיך אומוויסנדיג געמאכט פון אונזערע פארלאנגען נישט צו פארעפנטליכן די דאקומענטן. זיי גייען ווייטער אויף זייער אומפאראנטווארטליכן, געפארפולן וועג," האט זי געזאגט.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

א בושה אז א גרופע בלאגערס מאכט צו נאר און צו שפאט די גאנצע אמעריקאנע רעגירונג
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס האט עס שוין גשאדט ביז היצט?

איז דא א שאדן אפיציר וואס קען אססעסן די "עקטועל" דעמעזש?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

דאס איז די זאפטיגסטע געשמאקסטע שטיקל נייעס וואס כ'האב געלייענט דא, לכאו' זינט מיין אנקום אין קרעטשמע. אצינד לאז אונז נישט מיט די צינג אינדרויסן , און טיילט אונז ביטע מיט, דעם אינהאלט פון די געהיימע ארויסרינונגען...דאס איז זייער אינטערעסאנט און קאמיש....און ממש צומאל אומגלויבליך...
עפעס כאטשיג...פליז..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

וואדקע האט געשריבן:א בושה אז א גרופע בלאגערס מאכט צו נאר און צו שפאט די גאנצע אמעריקאנע רעגירונג

איך וואלט זיי געשטעלט (לגבי שאדן מאכן פאר אמעריקע) אויף א שטאפל היבש נאנט צו על-קאידא.
א חוצפה פון אפאר בהמות!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

חשבתי, אויב וואלט די שאדן באמת אזוי גרויס געווען וואלט אים אמעריקע שוין אפגערוימט פון וועג.
נאר וואדען? סיז גוט פון די PR צו רעדן דערפון און נישט טוהן. נוסח אמעריקע.

ניטאמאל נאנט צו על קיידע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

די אמעריקאנע מיליטער ליינט נישט די פיקציע נאוועלס, מ'רוימט נישט אפ ציוויליע מענטשען אזוי שנעל
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

:? ;l;p- :?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך גיי לפי מאנאגרעמס אז ער איז ערגער פון על קיידע.
בין לאדין האט מען נישט אפגערוימט, צי אנדערע מחבלים?

אלא מאי פאר אמעריקע איז גינסטיג די גאנצע זאך און אפשר גאר געניסט זי שטילערהייט פון זיינע אויפדעקונגען.
איך האב שוין געשריבן אין די וויקיליקס אשכול אז מיין מיינונג אז אמערקיע האט גאר אונטערגעשטעלט די דאקומענטן מיט פארשידענע פאליטישע חשבונות, און זיכער געמאכט אז נאר די וואס זי וויל זאל ארויסליעקן.
זיי נישט פארנארט די אמעריקאנע זענען געריבענע חברה און טוען אלע סארטן שטיקלען צו גרייכן א ציהל. נישט אלעמאל געלונגט עס.
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2011 10:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פילייכט לייגט איינער א לינק צו די דאקומענטן?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

איך בין מיט שוועמלען, אבער נישט.

איך האב נישט די ליב קאנספיראציעס (בטבע..), סוי איך נעם נישט אן אז אמעריקא האט אנגעדרייט פרשת וויקיליעקס.

אבער הלכה למעשה, יעדער איז פארנומען מיט די שרעקליכע חורבן וואס זיי זייען אן. עס איז שוין אריבער א שיינע תקופה זינט די אנהויב און עס האלט אין איין רינען פרישע סחורה. וואו זענען די אומגעהויערע שאדנס? דארף מען אנטאן זון-גלעזער זיי צו זעהן??
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

די רעוואלוציע קומט דאך פין דעם.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

דער תהילים איד האט געשריבן:איך בין מיט שוועמלען, אבער נישט.

איך האב נישט די ליב קאנספיראציעס (בטבע..), סוי איך נעם נישט אן אז אמעריקא האט אנגעדרייט פרשת וויקיליעקס.

אבער הלכה למעשה, יעדער איז פארנומען מיט די שרעקליכע חורבן וואס זיי זייען אן. עס איז שוין אריבער א שיינע תקופה זינט די אנהויב און עס האלט אין איין רינען פרישע סחורה. וואו זענען די אומגעהויערע שאדנס? דארף מען אנטאן זון-גלעזער זיי צו זעהן??

די שאדנס זענען נישט מיט אויפגעריסענע בנינים, די סי-איי-עי האט לכאורה פארלוירן אסאאך אינפארמאציע קוועלער.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

און ווידעראמאל וועליך אויסדריקן מיין דאנק פאר "בר בי רב" פארן אזוי שיין אראפשרייבן א נייעס באריכט פאר אונזערע קרעטשמע איינוואוינער.

האלט עס אן! דיין ק.נ.א. טשעק איז נאנט..

פארוואס קען מען נישט לעגאל אנקלאגן די דזשורנאליסטן וואס פארשפרייטן דאס? אויב לייגן זיי ווירקליך די אמעריקאנער זיכערהייט אין געפאר גלייב איך אז מ'קען זיין גרינג אנקלאגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

יואל ווייס האט געשריבן:די שאדנס זענען נישט מיט אויפגעריסענע בנינים, די סי-איי-עי האט לכאורה פארלוירן אסאאך אינפארמאציע קוועלער.

יכול להיות.

פארשטאנען האט דער עולם (פון די שפראך וויאזוי מען האט גערעדט דערפון אין אנהויב) אז עס גייען ארויסרינען געהיימע מיליטערישע סודות, אמעריקא גייט ווערן צוקריגט מיט די גאנצע וועלט, רוסלאנד גייט געוואויר ווערן אלע סודות פון אמעריקאנעם חדר, און איך ווייס נישט וואס נאך.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך שטעל מיך פאר (בעסער געזאגט: איך האף) אז זינט וויקיליעקס האט צום ערשטן מאל ארויפגעשטעלט געהיימע דאקומענטן, האבן די רעגירונגס באאמטע איינגעזען אז מהיום והלאה מוז מען זיך באנוצן מיט אנדערע מיטלן ווי ארויסשרייבן קלארע פאקטן, און דערפאר טוען די יעצטיגע ארויסרינונגען נישט אזוי שאטן פאר די רעגירונג.
אוועטאר
מאבערקא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 21, 2011 1:40 pm
לאקאציע: כ'וויל זיין אויף איי וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאבערקא »

נישט דווקא אנדערע מיטלן נאר מסתם וועלן זיי בעסער וואטשן אויף
געהיימע דאקימענטען וויאזוי זאגט די רבי אין חדר: אברמי גייסטי נאכאמאל
נעמען יענעמס זאך אן רשות [לייען גנב'ענען] ענפערט ער אקעי כעל וואטשן
אז קיינער זאל נישט זעהן!!
---ווי קען מען עס זעהן אפשר לייגט איינער ארויף א לינק?---
די ווייסט אפשר פשט אין מיין נאמען ? איך נישט
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך גלייב שווער אז פאר אונז עמך אידן איז אינטערעסאנט די צוויי הונדערט און פיפציחג טויזענט דאקומענטס. מיר וועלן ווארטן אז די חברה זאלן עס פארטיגן אנעלאזירן און דערנאך וועלן מיר זעהן וואס דארט איז אינטערעסאנט.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

צייטליך האט געשריבן:און ווידעראמאל וועליך אויסדריקן מיין דאנק פאר "בר בי רב" פארן אזוי שיין אראפשרייבן א נייעס באריכט פאר אונזערע קרעטשמע איינוואוינער.


איך שטעל זיך אויך צו צו צייטליכן, דיין באריכט איז הערליך און געשמאק, האלט אן.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

NY Daily News: WikiLeaks cable suggests U.S. troops brutally executed Iraqi civilians, then covered it up: report

www.nydailynews.com/news/world/2011/09/ ... overe.html
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

צייטליך האט געשריבן:און ווידעראמאל וועליך אויסדריקן מיין דאנק פאר "בר בי רב" פארן אזוי שיין אראפשרייבן א נייעס באריכט פאר אונזערע קרעטשמע איינוואוינער.

האלט עס אן! דיין ק.נ.א. טשעק איז נאנט..

פארוואס קען מען נישט לעגאל אנקלאגן די דזשורנאליסטן וואס פארשפרייטן דאס? אויב לייגן זיי ווירקליך די אמעריקאנער זיכערהייט אין געפאר גלייב איך אז מ'קען זיין גרינג אנקלאגן.
בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר בי רב »

די נאכווייען פון אויפדעקן די געהיימע דאקומענטן

אין די פיליפינען זענען די רעגירונג באאמטע זייער ברוגז. א געוועזענער אמעריקאנער אמבאסאדאר האט שארף קריטיקירט דעם פארשטאבענעם קאראזאן אקינא. קאראזאן אקינא איז אין די פיליפינען א נאציאנאלער ארויפגעקוקטער פערזאן. אין אויסטראליע ברויזט דאס פאלק. זיי זענען געוואויר געווארן אז מיט צוויי יאר צוריק האט אמעריקע געטראכט ארויסצוקומען עפנטליך אז די אויסטראלישע לופט זיכערהייט פאלגט נישט נאך אינטערנאציאנאלע סטאנדארטן. מענטשן אין באטסוואנא ווערן געוואויר אז אמעריקע האט קריטיקירט איר שוואכע באהאנדלונג אין אפהאלטן דאס גנב'ענען מענטשן וואס קומט פאר אין איר לאנד.

אין אנדערע ווערטער: וויקיליעקס איז ביי די ארבעט.

נייעס ארגאניזאציעס אין צענדליגע לענדער נישטערן דורך די דאקומענטן. וויקיליעקס האט פאריגע וואך אנגעהויבן ארויפצולייגן מער און מער האקעלע דאקומענטן אויף איר וועבזייטל. אין לויף פון א פאר טעג האט וויקיליעקס ארויפגעלייגט ארום 134,000 שריפטן. דאס איז מער ווי זעקס מאל אזוי סאך ווי זי האט ארויפגעלייגט אין די לעצטע ניין מאנאטן.

די נייע ארויסגעגעבענע דאקומענטן אנטדעקן די נעמען פון מער ווי 100 מענטשן אין אנדערע לענדער וועלכע, לויטן פארלאנג פון דיפלאמאטן, דארפן קריגן ספעציעלע שוץ. די 100 מענטשן זענען יעצט געשטעלט געווארן אין געפאר. אין די פארגאנגענהייט פלעגן סענסיטיווע נעמען פון מענטשן ווערן ארויסגעשניטן פון די דאקומענטן.

נאך וואס וויקיליעקס האט ארויסגעלייגט די 134,000 דאקומענטן זענען ארומגעגאנגען קלאנגען אז א פייל וואס ערהאלט אלע 251,287 דיפלאמאטישע בריוון וועלן באלד פארעפנטליכט ווערן. שפעט מיטוואך האט וויקיליעקס ארויפגעלייגט די אלע דאקומענטן זאגנדיג אז זי האט נישט געהאט קיין ברירה, ווייל אויב נישט דורך איר וואלט עס פארעפנטליכט געווארן דורך א צווייטן.

ווי דיפלאמאטן געבן איבער די וואך איז מען ביזדערווייל בלויז אפגעקומען מיט שרעק. זיי ווייסן נישט פון איינעם וואס זאל ליידן נקמה צוליב'ן אויפדעקונג.

"מיר ווייסן נישט פון אימיצער וואס זאל ווערן ארעסטירט אדער אנגעגריפן צוליב וואס ער זאל ווערן דערמאנט אין דאקומענטן," האט געזאגט א מענטשן רעכט ארג. "אבער מיר זענען נאכאלץ באזארגט אז נקמה אקטן קענען פארקומען".

גלייכצייטיג זאגט די מענטשן רעכט ארג. אז פאזיטיווע אנטוויקלונגען זענען פארגעקומען צוליב די וויקיליעקס אויפדעקונגען. זי ווייזט אן אז די רעוואלוציע אין טוניזיע וועלכער האט ענדגילטיג געברענגט פרייהייט צו גרויסע טיילן אין די אראבישע וועלט איז צו פארדאנקען די דאקומענטן. אין די דאקומענטן זענען געווארן אויפגעדעקט אלע קארופציע וואס די טוניזיער רעגירונג באגייט און האט אנגעצארנט די מאסן.

וויקיליעקס' וועבזייטל איז דינסטאג אטאקירט געווארן פאר א שטיק צייט. מאנכע האלטן אז געוויסע רעגירונגען האבן געהאט א האנט דערין. אנדערע זאגן אז געוועזענע וויקיליעקס מיטארבייטער וועלכע זענען היינט צוקריגט מיט אסאנדזש האבן אראפגעברענגט דעם וועבזייטל.

קאנגרעספרוי מילער (ר, מישיגען) האט געזאגט אין א סטעיטמענט, "די פרישע אנטדעקונגען פון גע'גנב'עטע אמעריקאנער סודות ווייזט ווידער אז וויקיליעקס איז א טעראר ארג." זי האט געבעטן די אבאמא אדמיניסטראציע, וועלכער פירט אן מיט אן אייגענעם קרימינאלען אויספארשונג אינערהאלב די גרופע, צו נעמען קלארע שריט און אראפברענגען די קרימינאלע ארג."

סטעיט דעפ. ווארטזאגער, נולאנד, האט נישט געוואלט באשטעטיגען די ווארהייט פון די דאקומענטן. זי האט אבער פארדאמט די אקט פון ארויסגעבן געהיימע אינפארמאציע. (רוב פון די דאקומענטן זענען נישט בגדר "קלאסיפייד", אבער טייל זענען אזוי געהיים אז זיי זענען בגדר "סיקרעט".)

"מיר האלטן א וואכזאם אויג אויף די דאקומענטן וואס שווימען ארויף און מיר נעמען שריט צו פארקלענערן דעם שאדן צום נאציאנאלען זיכערהייט. אויך העלפן מיר ארויס די וואס קענען מעגליך שאדן האבן צוליב די אומלעגאלע אויסגאבעס," האט פרוי נולאנד געזאגט.

נאך וואס די דאקומענטן האבן אנגעהויבן ארויסצורינען אין נאוועמבער, האט דער סטעיט דעפ. גענומען באווארענען מענטשן וואס זייערע נעמען ווערן דערמאנט, אריינגערעכנט רעגירונג קעגנער און זשורנאליסטן. אין עטליכע פעלער האבן מענטשן, וואס זענען געווען די מערסטע אין געפאר, באקומען הילף פון די אמעריקאנער רעגירונג צו פארלאזן זייערע לענדער. אין איין פאל האט אן איראנער מיט זיין פאמיליע באקומען הילף צו פארלאזן איראן און זיך באזעצן אין אמעריקע. דער איראנער איז געווארן דערמאנט אין א דאקומענט. אינעם דאקומענט לאזט ער הערן שארפע קולי מחאות קעגן די איראנער רעגירונג.

א ווארטזאגער פאר די אמעריקאנער פארטיידיגונג דעפ. האט געזאגט אז אמעריקאנער באאמטע ווייסן נישט פון קיין פעלער וואו אן אפגאנער בירגער זאל ליידן צוליב וואס זיין נאמען ווערט דערמאנט אין די אפגאנישע מלחמה דאקומענטן. די טאליבאנער האבן געדראעט צו באשטראפן יעדן וואס וועט איבערגעבן אינפארמאציע צום אמעריקאנער מיליטער. דער ווארטזאגער לייגט צו אז עכט איז שווער צו וויסן צו קיינער האט טאקע נישט געליטן נקמה אקטן.

א געוועזענער סטעיט דעפ. ווארטזאגער האט געזאגט אז אמעריקע ווייסט פון עטליכע מענטשן וואס ווערן דערמאנט אין די דאקומענטן וועלכע זענען שפעטער ארעסטירט געווארן אין זייערע לענדער. אבער דער ווארטזאגער קען נישט זיין זיכער אויב די ארעסטן האבן א שייכות מיט די וויקיליעקס דאקומענטן. ווי ער זאגט זענען די ארעסטירטע אייביג געווען אין געפאר וויבאלד זיי זענען ארויסגעגאנגען קעגן זייער רעגירונג.

"איז דער רעגירונג קעגנער ארעסטירט געווארן ווייל ער האט גערעדט צו אונזער'ס א מענטש?" פרעגט ער. "אדער שמאכט ער אין טורמע צוליב זיינע מעשים?"

עטליכע דיפלאמאטן – וואס ווילן נישט אז זייערע נעמען זאלן דערמאנט ווערן ווייל זיי האבן נישט קיין רשות צו רעדן איבער די נושא – האבן געזאגט אז זיי ווייסן נישט פון קיין פאל אז איינער זאל ארעסטירט ווערן אדער ווערן פיזיש אנגעגריפן אלס רעזולטאט פון די אויפדעקונגען. זיי ווייסן אבער יא פון צוויי פעלער וואו מענטשן האבן פארלוירן זייערע פאסטנס. א דייטשער פארטיי באאמטע און א טורקישע צייטונג שרייבער זענען געווארן אפגעזאגט פון זייער ארבייט ווייל זיי האבן גערעדט צו אפן.

די דיפלאמאטן זאגן אז די מערסטע האבן געליטן די אמעריקאנער אמבאסאדארן ארום די וועלט. פרעמדע האבן מורא צו עפענען דאס מויל. קיינער וויל זיך נישט מארגן טרעפן אין איינע פון די דאקומענטן.

נאך א נאכוויי: דיפלאמאטן האבן מורא צו שרייבן זייערע מקורות אין זייערע איצטיגע באריכטן. און א באריכט אן קיין מקור האט נישט די ריכטיגע שטארקייט.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

דער בר בי רב לייגט אריין לעצטענס א מורא'דיגע עבודה א גרויסן שכח
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

moshele11211 האט געשריבן:דער בר בי רב לייגט אריין לעצטענס א מורא'דיגע עבודה א גרויסן שכח
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לייגט אריין אן עבודה? ער איז באקאנט אין די נייעסן כשבילי דנהרדעא, א ריכטיגער דזשורנאליסט מיט אלע מפרשים, און מיר דאנקן פאר'ן טיילן מיט אונז אט דעם געשאנק.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”