מסתמא האט געשריבן:לאמיר עס פרובירן צו אויסקלארן
דאס באלאנגען צו בני מלכים פארלאנגט א געוויסע ארויפגעצווינגענע רעספעקט, ער האט דאס געוויסט און זי האט דאס געוויסט
זיי האבן מתחילה געקענט זיך אנטזאגן פון די פאמיליע און פטור אן עסק, האבן זיי ענדערש געוואלט בלייבן דארטן, געניסן פון זייערע פריווילעגיעס און טריצן..
נאופ.. ס'ארבעט נישט אזוי!!
דאס אז זיי האבן זיך למעשה אנטזאגט, כל הכבוד פאר זיי
יעצט, די טענות אז מהאט זיך אויפגעפירט צום שניר ראסיסטיש, איז אבסורד
יא, מהאט פארלאנגט פון איר א געוויסע סטאנדארט, לאמיר נישט פארגעסן, נאכאלעם געניסן זיי פון די משפחות מיליאנען
סקען זיין אז איינער האט איין מאל געפרעגט ווי שווארץ דאס קינד גייט זיין, אשר על כן איז וואס? קיינער ווערט נישט ציליב דעם קאורני קאמענט קיין ראסיסט
צוריק צו דעם שניר, זי וואלט געקענט בשתיקה חתונה האבן און זיך אנטזאגן פון די פאמיליע און פטור אן עסק,
האט זי ליבערשט אויסגעקליבן צו מאכן א סענזאציע פון איר גאנצע עקזיסטענץ
זי וויל שטופן דעם נעראטיוו אז זי איז אזויווי איר פארשטארבענע שוויגער וועלכע איז געווארן מיאוס באהאנדלט ביי די רויעל משפחה, סשמעקט איר דעם כבוד זיך צו פארגלייכן צום שוויגער
קיינער טשעפעט איר נישט, זי טשעפעט זיך אליינס
זי האט זייער גוט געוויסט אין וואס זי גייט אריין, זי איז נישט אזא תמימותדיגע
די רויעל פאמיליע לייד נישט פון קיין ראסיזעם, עכ"פ נישט וואס זי האט געשפירט
אויב איז אמת האט זי האט געוואלט קאממיטן סועסייד, ברויך זי א גייסטישן דאקטער asap
דאס פלאטשקענען אינעם וויקטעם בלאטע מיט אזא מין סאטיספאקציע בשעתן אויסדריקליך קענען אוועקוואקן דערפון ווערט ביי מיך פשוט אויסגעטייטשט ווי bpd און מיניפולאציע
אין דזשענערעל בין איך מיט דיר אויף איין זייט.
אבער זי זאגט אז זי האט געוואלט גיין פאר העלפ, און מען האט נישט געלאזט, און נאכדעם האט זי געוואלט גיין סועסייד.
---------
מיר שטערט גראדע מער ווי הערי לייגט זיך אראפ פאר א רחמנות, א פרינץ וואס טראץ די אלע זאכן איז ער שטענדיג געווען מיט א גאלדן לעפל אין מויל.
איר קען איך נאך פארשטיין, מען האט איר טאקע מקרב געווען, אבער זי איז למעשה פארט שטענדיג געווען א חוח בין השושנים. (נישט די ניק.) און עס איז גערעכט אז עס זאל גאר שטארק ציפן אז דער זיידע האט גערעדט מיט איר מאן איבער ווי טונקל דאס קינד וועט זיין.
-------------
- סטעיטמענט פון די קעניגן.
- IMG_20210309_143215.jpg (82.39 KiB) געזען 2283 מאל