8.9 ערדציטערניש באטרעפט יאפאן צענדליגער אומגעקומען - אדר תשע"א

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאפאליאן »

געלעגער די סיבה דערצו איז גאנץ קאמפליצירט אבער אויפן שפיץ גאפל גייט עס בערך אזוי;

די ליבעראלן גלויבן זייער שטארק אז מיר מענטשעלעך קענען חרוב מאכן די וועלט. צום ביישפיל גלויבעל ווארמינג. וכדומה.

מער ווי דעם אבער האבן זיי א אינטערעסאנטע באהויפטונג איבער פאסירונגען. עס נעמט זיך זיכער אויך פון דעם אז די ליבעראלן זענען געווענליך פיל קלענערע מאמינים אין א ג-ט אדער א העכערע כח, זיי זענען געווענליך אטעאיסטן אדער מענטשן וואס באשליסן אז דער העכערע כח האט איבערגעלאזט די וועלט פאר די מענטשהייט צו פירן, ממילא איז אלע פאסירונגען, געשעענישן, און עקסידענטן כמעט "נאר" תלוי בידי אדם....(עפ"ל) ממילא באטראכטן זיי עקסידענטן ווי פאסירונגען וואס מענטשן זענען אליין שולדיג, און זיי באטראכטן דאס דעריבער ווי רעגלמעסיגע געשענישן.

ד.מ. אז אויב פאסירט א עקסידענט וועלן זיי ליבערשט עלימינירן דעם סיסטעם ווי איידער אננעמען אז זאכן פאסירן אמאל א יובל און עס מיינט נאכניש אז עס טויג נישט. למשל אז טאמער פאסירט א שוך באמבע אויף א פליגער וועלן זיי איינשטעלן א נייע סיסטעם ווי יעדער איינער קינד און קייט, ארעם און רייך מוזן אויסטון די שוך דוקא פאר מען באטרעט א פליגער. אויב איז די באמבע אין די אונטערוועש וועלן זיי מתקן זיין פעט-דאונס און פון-באדי-סקרינינג, דאס הייסט זיי שטעלן צו דער נארמאלע טאג טעגליכן לעבנסשטייגער צו די עקסידענט סיטואציע.

זיי זענען בטבע זייער ציטערדיגע מענטשן, לכאורה אויך ווייל אויב עס איז נישט דא קיין מנהיג הבירה זענען מיר דאך אליין אין קאנטראל מוז מען דאך זייער שטארק אפהיטן די וועלט, אזוי צו זאגן. דאס איז פארשטענליך זייער זייער א שווערע אויפגאבע, דאס הייסט, טראגן א וועלט אויף די פלייצעס!!! זוכן זיי כסדר לעכלעך וואס באדראען די וועלט פון אונטערגיין, זיי וועלן נישט רוען ווילאנג זיי פארזיכערן אז ווייסע בערן שטארבן נישט אויס, זיי וועלן נישט רוען ווילאנג זיי פילן אן ריזיגע גיגאנטישע מאגאזינען פול מיט גענוג ווייץ, אין פאל אז חלילה די וועלט עסן נוצט זיך אויס. און נאך פיל פיל אזוינע פחדים!!!

נאך א דירעקטע השפעה וואס זייער איבערגעטריבענע פחד האט אויף זיי איז אז זיי וועלן זיך כסדר אליין איינרעדן אז עס זענען נישט דא קיינע רוצחים אדער באנדיטן אויף דער וועלט, אזא סארט דערהער ווי טעראריסטן איז כלל נישט פארהאן, דעריבער וועלן זיי ליבערשט באטראכטן א מערדער ווי א וואנזינזיניגן פארשוין, וואס ליידט אויף א געוויסע דיזיז, און א טעראריסט אלס א מענטש וואס נוצט געווער צו בעטן עפעס שיין!!! אלעס כדי צו פארענפערן אז לעולם איז יעדער גוט און טאקע דערפאר האבן זיי געגלויבט אז אמעריקא האט געקענט יאפאן פון צווייטן וועלט מלחמה באזיגן מיט ווערטער און בקשות ווי איידער נוצן דעם אטאם!!

זיי זענען געפערליך קעגן מלחמה אפילו עס איז צומאל זייער נייטיג, זיי גלויבן אז מען קען אכמעדינידזשאד איבעררעדן ווי איידער אפהאקן מיט אים. זיי גלויבן אז די אראבער קענען לעבן אונטער א ליבעראלע סיסטעם דערפאר שפרונגען זיי מיט די אויפשטענדלער אין יענע ראיאנען, מיינענדיג אז עס פאר די טובה פון דאס מענטשהייט.

זיי זענען שרעקליך קעגן אטאמישע רעאקטארן ווייל אפילו די עס איז נישט דא אזא ריינע ענערגיע סיסטעם דאך אבער היות עס קענען פאסירן עקסידענטן וועלן זיי זוכן צו עלימינירן דאס נארמאלקייט אויך. ממילא אז עס פאסירט אמאל אמאל א קאטאסטראפע וואס דער סיסטעם איז אפילו נישט שולדיג, עס איז פשוט א תוצאה פון א צונאמי ל"ע וועלן זיי ווערן ווילד און מיט ווילדע אויסברוכן שרייען און פארפירן אז די רעאקטארן זענען א געפערליכע חורבן פאר די וועלט און "מיר מאכן חרוב דאס וועלט" און מען מוז זאפארט אלעס אפשטעלן!!!

דאס הייסט אזוי, אז אכמעדינדשאד וויל זיך איינהאנדלען אזוינע פאוער פלענטס, און אין די זעלבע צייט דראעט ער אפציווישן מדינת ישראל פון די מאפע, מוז מען אים לאזן! ווייל ער איז בעצם א וואילער פארשוין, אבער אז אין יאפאן געשעט א עקסידענט וואס קיינער איז דערין נישט שולדיג, מוז מען זאפארט אלעס אפשטעלן.....

איינער וויל אנדערש מסביר זיין, אדרבה.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

נאפאליען, זייער גוט געשריבן, שיין און קלאר צונומען די זאך, איך האב זייער הנאה געהאט.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

און אמתן אריין ווייס איך אליין נישט פארוואס, אבער איך האלט אויך אז די מידיא טרייבט איבער. זיי האבן אלץ ליב צו מאכן א מצב פון א גארנישט. אזויווי ביי די סוויין פלו.

איך זאג דאס אן צו וויסן פאקטן וואס עס טוט זיך אמתדיג אין יאפאן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאפאליאן »

איצט הערשט א גרויס צעצישעניש איבער די אויפטוען פון די העליקאפטער געשפריצטע וואסער.

עס זענען פאראן א טוץ מיט חילוקי דיעות צו די וואסער האט עפעס אויפגעטון אדער נישט.

אמעריקא פארלאזט זיך שוין גארניש אויף וואס די יאפאנעזע זאגן, זיי האבן דארט אייגענע עקספערטן, און שיקן אפילו ארום פילאט-לאזע דראונס צו כאפן פונקטליכע דעטאלירטע איפרארעד בילדער פון די געשעדיגטע רעאקטארן און דורך דעם פאסן זיי זייער באשלוסן איבער די מצב.

דערווייל האט אמעריקא אויסגעברייטערט דעם ראדיוס פון צוועלף מייל וואס די יאפאנעזע האבן אנגעגעבן אויף פופציג מייל, און קיין שום מיליטערישע איינהייטן גייען נישט אריין אין דעם שטח פון פופציג מייל ארום.

אמעריקא האט אויך אנגעהויבן צו שיקן טשארטער פליגערס כדי אפצונעמען אמעריקאנע בירגער פון יענע ראיאנען. אובאמא האט געמאלדן פארן יאפאנעזער פרעמיער איבער די שריט פון שיקן פליגערס, דערמיט האפט ער אויסצומיידן א שטרייט צווישן די צוויי לענדער, און ער האפט און בארואיגט דעם פרעמיער אז ער מוז טון דארט אין יאפאן אזוי ווי ער וואלט געהאנדעלט אויב דאס זעלביגע פאסירט אויף אמעריקאנע באדן.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

נאפאליאן האט געשריבן:די העליקאפטער געשפריצטע וואסער

ווידיאו
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

נאפאליאן ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מר. נאפאליאן, איך האב הנאה געהאט פון אייער אפהאנדלונג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

קרעמער האט געשריבן:וואס טוהט זיך מיט די טשאפסטיק שטעקלעך (נישט אזוי הייסט עס?) וואס מען נוצט צו עסן די סושי, זענען זיי בייגעשטאנען דעם ציטערניש/צונאמי/נוקלעארע אויפרייס?

אין פאל מען קען דאס מער נישט באקומען, קלער איך ערנסט זיך איינצוהאנדלן געהעריגע עסצייג


טשאפסטיקס אויסגעווארפן איבער די גאסן נאכן צונאמי טראגעדיע
בילד
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

נאפאליאן, דיין הסבר איז ריזיג :!: קורץ און שארף.;l;p-
ס'איז נאך פארהאן אסאך צוצולייגן וועגן דעם גייסטישן קרענק וואס רופט זיך ליבעראליזם, אבער פאר דעם ברויך מען א באזונדערע אשכול, אדער א סעריע אשכולות!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

דער פרעזידענט גייט באלד מאכן א סטעיטמענט וועגן יאפאן, מילא זאל אים קיינער איצט נישט פרעגן קיין קשיות. פארשטאנען?!

"I'm going to be making a statement later about Japan later today. So, I'm not going to be answering questions now, I'll be making a statement later. Alright. Thank you very much everybody," President Obama said at the end of his meeting with the Irish Prime Minister.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

יאפאן האט שוין ענדליך מודה געוועהן אז די פלענט וואס ליקט קען הארגענען מענטשן
----
און אנדערע נייעס האט מען היינט ארויף געריקט די אלערט פון 4 צו 5, 7 איז די העכסטע דאס מיינט אז סקען שוין הארגענען מענטשן
----
זיי זאגען אז מען גייט דארפן באגראבען די ריאקטארס אונטער ברוכווארג אזווי סאיז געוועהן ביי טשערנאבל
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ברוכווארג האבן זיי גענוג וואס די צונאמי האט אונטערגעלאזט.

חוץ אויב זיי זוכן נאך ארויס די גאלד און דימאנטן פון דארטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דערווייל האבן די יאפאנער באוויזן צוריקצוברענגען עלעקטריציטעט צום קילינג סיסטעם, און אנדערע שאדן זענען פארראכטן געווארן און לייגן גרויס האפענונג אז עס וועט אינגיכן פונקציאנירן כאטש טיילווייז אויף די קריטישע ערטער כדי צו פארמיידן א קאטאסטראפע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאפאליאן »

אזאנס וואס פאטא-שאפ קען אויסמאלן אין א בילד, מאכט דער יוצר כל היצורים עכט!!
אטעטשמענטס
Ship.jpg
Ship.jpg (31.5 KiB) געזען 2371 מאל
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אמעריקע האט ארויפגעלייגט א פארבאט צו אימפארטירן פראדוקטן פון די אומגעגענט אין יאפאן וואס איז באטראפן געווארן פון די נוקלעארע קאטאסטראפע, נאכדעם וואס מען האט געפונען ראדיאציע אין עסנווארג ווי מילך, קארן, און וואסער.

אנדערע לענדער הויבן אן נאכמאכן אזא פארבאט.

יאפאן אויסערן מיניסטער ארבעט שווער צוריקצוברענגען די ווירדע פאר יאפאן זאגנדיג אין א סטעיטמענט "מיר טוען אלעס וואס מעגליך אויסצופארשן די קאנטעמינירטע פראדוקטן און מיר האפן אז די אלוועלטליכע לענדער וועלן באשליסן לויט די איבערצייגנדע רעזולטאטן".

אויב זאל זיך שאפן א פולער פארבאט אויף יאפאנער פראדוקטן וועט דאס האבן א ווייטגרייכנדן אויסגאנג אויף די עקאנאמיע און אגריקולטורעלע סעקטארן אין יאפאן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלפתא »

יאפאן בעפאר און נאך די פארפלייצונג
אויף די פאלגענדע בילדער זעהט מען די געשעדיגטע געגנטער אין יאפאן, מ'קען קלאר זעהן די אומשאצבארע שאדנס, ווי גאנצע שטחים זענען אפגעמעקט געווארן פונם מאפע.
אטעטשמענטס
5.jpg
3.jpg
2.jpg
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

א פרישער ערדציטערניש פון 4.7 אין יאפאן, נישטא קיין צונאמי געפאר. (רויטערס)
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

חלפתא האט געשריבן:יאפאן בעפאר און נאך די פארפלייצונג
אויף די פאלגענדע בילדער זעהט מען די געשעדיגטע געגנטער אין יאפאן, מ'קען קלאר זעהן די אומשאצבארע שאדנס, ווי גאנצע שטחים זענען אפגעמעקט געווארן פונם מאפע.


וואס איז פשט אז אלע בילדער פון נאך די צונאמי זענען עפעס פארטונקלט, און די פון פאר דעם זענען ליכטיג? (עס האט נישט נאר צוטון מיט די חרבנות, עס זעט אויס אז די נאכן צונאמי זענען געכאפט געווארן מער אוונט אדער ביינאכט)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איזעי האט געשריבן:
חלפתא האט געשריבן:יאפאן בעפאר און נאך די פארפלייצונג
אויף די פאלגענדע בילדער זעהט מען די געשעדיגטע געגנטער אין יאפאן, מ'קען קלאר זעהן די אומשאצבארע שאדנס, ווי גאנצע שטחים זענען אפגעמעקט געווארן פונם מאפע.


וואס איז פשט אז אלע בילדער פון נאך די צונאמי זענען עפעס פארטונקלט, און די פון פאר דעם זענען ליכטיג? (עס האט נישט נאר צוטון מיט די חרבנות, עס זעט אויס אז די נאכן צונאמי זענען געכאפט געווארן מער אוונט אדער ביינאכט)


פאר די צונאמי איז דארט געווען שיינע גראז און פעלדער מיט הייזקעלעך, יעצט איז דאס בלויז ברוכווארג און זאמד. דאס איז די דיפרענץ אין קאליר, האט גארנישט מיטן שיין פון די זוהן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

די בילדער קומען פון דא
viewtopic.php?p=408321#p408321
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

צייטליך האט געשריבן:
איזעי האט געשריבן:
חלפתא האט געשריבן:יאפאן בעפאר און נאך די פארפלייצונג
אויף די פאלגענדע בילדער זעהט מען די געשעדיגטע געגנטער אין יאפאן, מ'קען קלאר זעהן די אומשאצבארע שאדנס, ווי גאנצע שטחים זענען אפגעמעקט געווארן פונם מאפע.


וואס איז פשט אז אלע בילדער פון נאך די צונאמי זענען עפעס פארטונקלט, און די פון פאר דעם זענען ליכטיג? (עס האט נישט נאר צוטון מיט די חרבנות, עס זעט אויס אז די נאכן צונאמי זענען געכאפט געווארן מער אוונט אדער ביינאכט)


פאר די צונאמי איז דארט געווען שיינע גראז און פעלדער מיט הייזקעלעך, יעצט איז דאס בלויז ברוכווארג און זאמד. דאס איז די דיפרענץ אין קאליר, האט גארנישט מיטן שיין פון די זוהן.


איך האב פארשטאנען אז דאס וועט זיין דער תירוץ במושכל ראשון, וועגן דעם האב איך קלאר געשריבן אז עס האט נישט נאר צוטון מיט דעם, עס זעט אויס אז דו האסט נישט גוט באטראכט די בילדער.

ביטע באטראכט די בילדער ווי עס טוישט זיך דער קאליר פון די ראד ביים ליין וואס צווישנשייד צווישן די רעכטע זייט און די לינקע זייט (אויב דו האסט נאכנישט באמערקט, עס איז איין גרויסע בילד, אויף די לינקע זייט איז דא שטח פון פארן שטורם, און אויף די רעכטע זייט, איז דער שטח פון נעבן דעם נאכן שטורם, באמערק ווי די שאסייען ציען זיך ווייטער), און דער קאליר פון די זאמד, עס קוקט אויס ווי עפעס א נעפל איז אויסגעצויגן איבער דעם בילד, ווי אויך אז דער ליכט וואס באשיינט דעם פלאץ פון וועלכן דעם בילד איז גענומען איז געווען שוואכער, אויף די בילדער פון די רעכטע זייט, ווי ביי די בילדער פון די לינקע זייט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איזעי, ביטע טוה א קוק ביי די מקור פון די בילדער, צו וועלכע ים רויבער האט צו געצייכענט, האפענטליך וועט דיר אלעס פאר-ענטפערט ווערן.
ועמך כולם צדיקים
נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאפאליאן »

באריכטן פון יאפאן גיבן איבער אז נומער דריי רעאקטאר איז ווייטער פאררייכערט...

די וועלט ארגאניזאציעס פאר נוקלעאר און נוקלעארע היט-גרופעס זענען נישט פאראייניגט איבער די פונקליכע שאצונגען וויפיל ראדיאקטיווע פולע לופט עס איז ארויס אין די אטמאספערע פון די וועלט אלס רעזולטאט צום קאטאסטראפע אין פאקאשימא.

אבער לויט אלע עקספערטן איז עס מינימום צעהן ביז צוואנציג פראצענט אזויפיל ווי אין טשערנאביל, לויט אנדערע קומט די מאס אן צו אזויפיל ווי צוואנציג ביז פופציג פראצענט וואס איז ארויסגערינען אין 2-3 טעג אנדערש ווי אין טשערנאביל וואס האט געדויערט גאנצע 10 טאג.

נאך חילוקים ציען די עקספערטן צווישן יאפאן און טשערנאביל, טייל פון זיי זענען, 1 אין טשערנאביל האבן די אינסטאנצן נישט געמאלדן פארן פובליקום איבער די עקסידענט ביז די וועלט לענדער האבן אנגעהויבן צו שפורן ראדיאקטיווע לופט. 2 אסאך פון די יאפאנעזע פארפעסטעטע לופט איז אריין קיין מזרח אינעם פאסיפיק אקעאן א דאנק די ווינטן וואס האבן זיי אהינגעפירט, 3 עס איז פשוט נישט געוועהן קיין גאנצע מעלטדאון און ממילא האט מען קאנטעינט זייער אסאך פון די שאדן.

דאך אבער, גיבן די באהערדע איבער אז די מילעך, וואסער, און וועטשטעבלס ארום די געגנטער וועלן פאר זייער לאנג זיין פארפעסטיגט און מען וועט זיך דארפן ספראווען דערמיט ביז ווילאנג זיי וועלן ווערן אויסגעקלארט!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ים רויבער האט געשריבן:די בילדער קומען פון דא
viewtopic.php?p=408321#p408321

איזעי; קוק די בילדער דא, וועסטו זען אז סאיז נישט קיין חילוק.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”