טשיקאווע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ״קאַלבוי״ האט פארגאנגענע וואך געמאכט העדליינס ווען ער האט אראפגעהאלטן א גנב דורך אים כאפן מיט זיין ״ראובּ״ וואס ער ניצט געווענדליך פאר די פיסיגע. [די ״ראובּ״ איז א איר אלטע פאטענט מיט וואס די וואס האדעוון בהמות באניצן זיך צו פאנגען באשעפענישן וואס אנטלויפן פונעם סטאדע, ס׳איז א שטריק געמאכט רינדעכיג, מ׳ווארפט עס צום ריכטונג פונעם אנטלויפענעם באשעפעניש ביז ער פארהאנקערט זיך].

דער יונגערמאן מיטן נאמען ״ראבערט בורבא״ פון א געגענט אינעם סטעיט ארגען איז אנגעקומען צום לאקאלן ״וואלמארט געשעפט״ איינקויפן רייטנדיג אויף זיין פערד, ווען ער האט מיטאמאל געהערט געשרייען פון א פרוי אז עימיצער גנב׳עט איר׳ס א ביציקל.

ראבערט האט נישט געטראכט קיין צוויי, א שמיץ געטאן דעם פערד, ס׳האט נישט גענומען לאנג ביז ער האט זיך דערנענטערט צום גנב, ער האט א ווארף געטאן ס׳שטריק, און ס׳איז פיין געלונגען.

דער גנב האט זיך איבערגעקוצקעט, דער שטריק האט זיך אפילו אריינגעדרייט און פארהאנקערט אינעם דערנעבענדיגן ביימל, ער האט בשום אויפן זיך נישט געקענט ארויסזעהן ביז די פאליציי האבן אים געקומען העלפן זיך אויפבינדן פונעם סחורה׳נעם שטריק און איינבינדן אין די אייזענע קייטן.

קליפיטשל, קרעדיט - @יאנקעל פעדראטשיק
דראפבאקסגוגל דרייוו

טענקס
(קליינע טויש, פאסירט בערך א צוויי יאר צוריק. אבער נאכאלץ דאס זעלבע אינטערעסאנט)
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

א בילבארד וואס א ליבעראלע סופערפעק האט ארויסגעשטעלט אין פלארידע אויפן וועג פונעם עירפארט צו מאר א לאגא

65F1CD4C-595B-4CF8-95FF-18E4DE601FDC.png
65F1CD4C-595B-4CF8-95FF-18E4DE601FDC.png (560.45 KiB) געזען 2470 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

בען שפירא...

איך האף ער וועט נישט צוריקפאלן תיכף נאך שובבי״ם...

2C8973B6-5C5E-48C2-9477-72AD12023D9E.png
2C8973B6-5C5E-48C2-9477-72AD12023D9E.png (640.76 KiB) געזען 2451 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
Shuli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shuli »

דאס איז נישט בנימין שפירא

דא האסטו א בילד פון אים ביים נעכטיגן שיער
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (233.35 KiB) געזען 2373 מאל
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

זעט אויס אז ער איז שוין צוריקגעפאלן
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ס׳איז די מעשה מיט׳ן?
על "טעם וריח" אין להתווכח
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

פשוט צוגעלייגט מיט פאטאשאפ.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

דאס איז אן עכטע בילד פונעם

יעצט זע איך אז די דעילי ווייער האט עס נאר ארויסגעלייגט צו פרעגן דעם דעת הקהל אויב ער זאל דאס נאכאמאל לאזן וואקסן

745C6569-44CD-4BDB-B592-0FF9032064EF.png
745C6569-44CD-4BDB-B592-0FF9032064EF.png (601.26 KiB) געזען 2292 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

א טייערע גט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

נכד האט געשריבן:געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...

טשיקאווע אדער עכט?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

נכד האט געשריבן:געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...


אוי וויי. האלטס ער גייט יעצט דעספערטלי זיכן צו באקומען פוד סטעמפס?
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ארבייטער וועלכע זענען גערופן געווארן צו פארעכטן א "זינק לאך", וועלכע האט זיך געעפנט אויף א געסל, זענען שאקירט געווארן אויסצוגעפינען אז דאס איז א קליינטשיגער טונעל וואס פירט צו א - - - טשעיס באנק!

די טונעל איז 50 פיס לאנג, און קנאפע צוויי פיס ברייט! די עפענונג צום טונעל איז צווישן די ביימער דערנעבן.

IMG_2718.JPG
IMG_2718.JPG (245.14 KiB) געזען 4617 מאל

די גניבה איז נאכנישט דורכגעפירט געווארן...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...


אוי וויי. האלטס ער גייט יעצט דעספערטלי זיכן צו באקומען פוד סטעמפס?

צי באקומען פוד סטעמפס ווייס איך נישט אבער א בריק צי שפרינגען מעגליך יא..
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:געלט איז נישט אלעס! דזשעף בעזאס די וועלטס רייכסטער מענטש, בעל בית פון ״עמאזאן״, וועט זיך אפטיילן פון זיין פרוי. וועט פאלן צום פערטן ארט...


אוי וויי. האלטס ער גייט יעצט דעספערטלי זיכן צו באקומען פוד סטעמפס?

צי באקומען פוד סטעמפס ווייס איך נישט אבער א בריק צי שפרינגען מעגליך יא..

איך זעה עטץ כאפטסט נישט וואס דא גייט פאר.
בעזאס האט איינגעגעבן אז ער האט זיך גע'גט אזוי ארום וועט ער קענען באקומען מער פוד סטעמפס #יודישע קאפ.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נאכנישט געזעהן דא באריכטעט


אינדיאנער וויל סוען זיינע עלטערן אז זיי זאלן אים מוזן אויסהאלטן אגאנץ לעבן ווייל זיי האבן אים געבוירן אן זיין רשות

I want everyone in India and the world to realize one thing that they are born without their consent. I want them to understand that they do not owe their parents anything,” he said. “If we are born without our consent, we should be maintained for our life. We should be paid by our parents to live.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ווארט נאר ביזן פסק דין, דעמאלטס וועסטו הערשט זען וואס עס מיינט טשיקאווע נייעס...!
זקן מלא רחמים.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

די פסק איז גאר פשוט, דער אנגעקלאגטער טאטע מאכט א שיעבודא דרבי נתן, זיין טאטע איז דאך אים אויך שולדיג אלע הוצאות פון זיין לעבן, און זיין טאטע קען אים ווייטער שיקן צו זיין טאטן'ס טאטע וואס האט אים געבוירן אן קאנסענט, אזוי ארויף ביז ישמעאל
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווארט נאר ביזן פסק דין, דעמאלטס וועסטו הערשט זען וואס עס מיינט טשיקאווע נייעס...!

נעה, מגייט עס ארויווארפן באזירט אויף יוריסדיקציע...
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

מחנך האט געשריבן:די פסק איז גאר פשוט, דער אנגעקלאגטער טאטע מאכט א שיעבודא דרבי נתן, זיין טאטע איז דאך אים אויך שולדיג אלע הוצאות פון זיין לעבן, און זיין טאטע קען אים ווייטער שיקן צו זיין טאטן'ס טאטע וואס האט אים געבוירן אן קאנסענט, אזוי ארויף ביז ישמעאל

פון די אנדערע זייט וועט דער אנקלאגער מוזן אויסהאלטן זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות...
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

זיינע ביידע עלטערן זענען אדוואקאטן און האבן קאמענטירט דערויף שמייכעלדיג אז זיי האבן הנאה ווי זייער זוהן גלייכט צו דערגרונטעווען זאכן.. די מאמע האט געזאגט אז טאמער קען ער אויפקומען מיט א געדאנק וויזוי מ'וואלט'ם געקענט פרעגן פארן געבורט צי ער'ז מסכים אדער נישט און ער זאל קענען ענטפערן דאן גייען זיי אריינטראכטן אינעם ענין...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זיינע טענות דארף ער ברעגען צו דער ווארלד קארט, ווייל עס האט גארנישט מיט אינדיע; ער האט קיינמאל נישט געגעבען רשות צו געבוירען ווערען אין אינדיע און זיין א אינדיאנער בירגער.

פאר דער ווארלד קארט קען ער זיך אויך נישט פארטרעטען ווייל ער איז נישט ביי זיך, נישט מיט אלעם, און די אפיטרופסים זענען זיינע עלטערען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מחנך האט געשריבן:די פסק איז גאר פשוט, דער אנגעקלאגטער טאטע מאכט א שיעבודא דרבי נתן, זיין טאטע איז דאך אים אויך שולדיג אלע הוצאות פון זיין לעבן, און זיין טאטע קען אים ווייטער שיקן צו זיין טאטן'ס טאטע וואס האט אים געבוירן אן קאנסענט, אזוי ארויף ביז ישמעאל


וואס האסטו געסטאפט ביי ישמעאל?
גיי ווייטער ישמעאל צו אברהם, און אזוי ווייטער ארויף ארויף, ביז אדם הראשון, און אדם הראשון, צו זיין טאטע, וואס איז כביכול דער באשעפער אליין, און אלעס איז געלעזט!! ער האט אים אויסגעהאלטן, און האלט אים יעצט אויס, און וועט אין ווייטער אויסהאלטן, ביז זיין לעצטן אטעם
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

ער איז כשר גערעכט, און איך האלט אז מ'דארף אים קלאר געבן די אפציע פון צוריק גיין
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

איך געב איהם גערעכט, איך האלט אז ממוז טאקע איינפירן א געזעץ אז מטאר נישט געבוירן איינעם פאר מען פרעגט רשות פון פאראויס! און טאקע ווייל עס איז נישט דא קיין וועג (דערווייל) צו פרעגן זאל מען טאקע נישט מעגן לעגאל געבוירן איינעם!! איי ווער וועט ארבעטן און באוואסערן די פעלדער מזאל קענען אנגיין אין לעבן?? הא? וועט מען צירוק איינפירן קנעכטשאפט! און א קנעכט מוז מען דאך נישט פרעגן פאדעם ווייל ער איז משועבד צו הער!! ס'נייעס!
דאס איז א גוטע דוגמא פון א ליבעראלע וועג פון טראכן. פון איין זייט וועט ער זיך אננעמן פארן געבוירענעם ווייל מנעמט צו זיינע רעכטן, פון די אנדערע זייט פאקנעכטן א צווייטן צו אויספירן זיינע פארדרייטע שיטות.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

טעם וריח האט געשריבן:דאס איז א גוטע דוגמא פון א ליבעראלע וועג פון טראכן. פון איין זייט וועט ער זיך אננעמן פארן געבוירענעם ווייל מנעמט צו זיינע רעכטן, פון די אנדערע זייט פאקנעכטן א צווייטן צו אויספירן זיינע פארדרייטע שיטות.

פאוואליע, קיינער טראכט נאכנישט אזוי, דערווייל האט איין משוגע'נער נאר אריין געגעבן א קלאגע.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”