ר' דוד גרינפעלד שלאגט פאר; פארצייכן די פופצן פיס ביי די פאמפ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ר' דוד גרינפעלד שלאגט פאר; פארצייכן די פופצן פיס ביי די פאמפ

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 9:26 am

אונזער אלעמען וואויל באקאנטן חרדי'שן קאנסולמאן דוד גרינפעלד האט היינט פארגעשלאגן א נייע פארשלאג:
די שטאט זאל אנצייכענען אויף די סייד וואלק מיט א רויטן בערשטל 15 פיס פאר יעדע וואסער פאמפ אז דרייווערס זאלן וויסן אז מ'טאר נישט דארט פארקן.
וואו ר' דוד זאגט איז היינט זייער שווער פאר א דרייווער זיך אפשטעלן און אויסרעכענען פונקטליך וויפיל פיס ער האט געפארקט אוועק פונעם פאמפ און דאס פאראירזאכט אז מענטשען זאלן כאפן אומזינסטיגע טיקעטס אדער פארקן מענטשעו גאר ווייט פונעם פאמפ און זיי נעמען אוועק דאס פלאץ פון א צווייטן. מיט דעם נייעם אנצייכענונג וועט מען זיך דאס פארשפארן.

די פארשלאג איז בנוסף צו א צווייטע פארשלאג וואס ר' דוד איז אין שטיצע, וואס דאס איז אז מ'זאל טוישן די געזעץ פון דאס וואס ביז היינט האט מען נישט געטארט פארקן ביז פיפצן פיס פארן פאמפ אבער די נייע פארשלאג פארלאנגט דאס צו ענדערן אויף צען פיס. די סיבה פארוואס מ'האט געהאט געמאכט די געזעץ פון פיפצן פיס איז געווען ווייל מ'האט געוואלט אז די פייער טראקס זאלן קענען אריין פארקן ביים פאמפ ביי א פייער ח"ו. אבער די מציאות איז זאגט ר' דוד אז די פייער לעשערס האבן נישט קיין צייט צו פארקן און זיי שטעלן זיך סייווי ווי ס'גייט. אויב אזוי דאן דארף מען שוין נישט קיין פיפצן פיס.


אויף די ערשטע פארשלאג איז נאך נישט זיכער ווי אזוי מ'וועט דאס דורכפירן ווייל די שאלה שטעלט זיך ווער גייט דורך פירן די געשמיראכטס? ר' דוד האט פארגעשלאגן אז די זעלבע וואס גייען ארום פון צייט צו צייט אויסטשעקן און זיכער מאכן אז די פאמפס ארבעטען, זאלן זיי ארום גיין מיט א בערשטל און אנצייכענען פיפצן פיס. אבער ווי זיי זאגן, זענען זיי נישט אין טשארדזש אויף פארקינג רעגולאציעס און דאס איז נישט זייער עסק. ווידער שרייען אנדערע אז מ'זאל געבן א בערשטל פאר די קליינע ברוינע געוויקסן וואס גליטשן זיך ארום טיילן טיקעטס זאלן זיי טון די ארבעט. אבער זיי שרייען אז זיי זענען נישט דא פארדעם זיי זענען אויפגענימען געווארן צו טיילן טיקעטס און נישט צו קאלערען.

דאס אמאל זיכער אז בעפאר די זאך גייט ווייטער דארף ר' דוד אויפקומען מיט א געהעריגן פלאן וויאזוי דאס גייט געשעהן און ווער ס'גייט דאס טון ווייל אויב נישט ווער עס אנקומען צו די שטאט און לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי א גאס וועט אויסזעהן: א גרויסע טראק מיט שיינענדיגע געלע לעמפלעך אויפן דאך וועט קומען צו פארן די פארקערטע ריכטונג אנמאכענדיג א טרעפיק.. פארנט פון אים וועט פארן א צוויי פיק אפ טראקס. אלע גייען זיך אפשטעלן אין די לענג פונעם גאס. נאכן פארקן וועלן זיך אלע צוזאמקומען און איבערבייגן און אויסארבעטן די מאפע זיכער צו מאכן אז מ'איז אויפן ריכטיגן גאס. נאכן זיכער מאכן אז אלעס קלאפט וועלן צוויי ארבעטערס ארום גיין אראפלייגן רויטע קאונס אויף די לענג פונעם שטראז. אנדערע צוויי וועלן זיך שטעלן ביי די עקן פון די גאס און מיט העל אראנדזשע פענער וועלן זיי שאקלן און צייגן פאר אלע קארס צו פארן אויף די ריכטיגע דירעקציע און ווען די סיגנעל וועט זיך טוישן צו רויט וועט ער אויך טוישן און אנשטאט שאקלן וועט ער אויפהייבן ביידע הענט אויף ארויף אזויווי מ'טוט ווען מ'איז זייער מיד..
אן אנדערע קרו פון פיר מענטשען וועלן צוגיין צום פאמפ, איינער וועט אראפלייגן די מעסטער צוויי וועלן עס אנכאפן און איינער וועט שפריצן.. נאך פינעף מינוט וועט די זאך זיין פארטיג. נאך יעדע פיר פאמפס גייט זיין א קאפי ברעיק. דאס מיינט אז פאר יעדע פאמפ וועלן זיי האבן א שטאב פון זעקס מענטשען, א טראק, צוויי פיק-אפ טראקס. איז דען נישט די שטאט גערעכט ווען זיי זאגן אז זיי קענען דאס נישט טון, ס'איז צו אנגעשטרענגט פאר זיי?

אלענפאלס, מיר שטיצן שטארק די פלאן און מיר האפן אז ס'וועט דורך גיין. בלומבערג איז זיכער נישט צופרידן פונעם פלאן, אבער מיר האפן אז ער וועט דאס נישט קענען שטערן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 9:36 am

טאמבס אפ, געלעגער...

אפשר קענען דאס די פייערלעשער אליינס פארצייכענען, זינט זיי זענען מער נישט פארנומען מיט עקסידענטן ווייל זיי באקומען נישט באצאלט דערפאר.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 9:45 am

ביידע פונקטען זענען שוין פיל מאל אויפגעברענגט געווארן פאר לאקאלע פליטיקאנטן, נאר קיינער האט קיינמאל נישט געטהון צו די זאך אריינצוגיין אין די פרטים און עס אויסארבעטען,
לאמיר האפן אז אונזער באליבטער ר' דוד שיחי', וועלכע איז ווי א רוח שאינו מצוי', וועט יא זיך אריינלייגן דערין, און האפענטליך קענען אויספירן די פלאן.

איך וויל נאר דעבאטירן די נושא,

די ערשטע פונקט, אנצוצייכענען די פונקטליכע זאנע פונעם פאמפ והגלילות, וועט מעגליך אויך האבן א חיסרון,
ווייל פונקט ווי דער דרייווער ווייסט נישט פונקטלעך ווי עס ענדיגט זיך די 15 פיס, ווייסט די פאליצאנטקע אויך נישט פונקטלעך,
ביידע שאצן מיט די אויגן בערך, און פיל מאל איז די קאר אביסל אין די 15 פיס, אבער דער פאליצאנט איז אויך נישט זיכער אויב יא אדער ניין, וועט זי ליבערשט אוועקגיין זיכען א עקספייערט פאמפ,
אנדערש איז אבער אויב ס'איז אנגעצייכנט, זעט זי פונקטלעך אויב יענער איז אויף די רויטע ליניע, מיינט דאס אז ער איז איליגעל געפארקט.
דארף מען וויסן אויב ס'איז ווערט צו אינוועסטירן כוח דערין, אדער בעסער לאזן אזויווי ס'איז.

און די צוויטע פונקט, בנוגע פארמינערען פון 15 פיס צו 10 פיס,
איך פארשטיי נישט פאר וואס 10 פיס יא,
אויב די פייער טראק פארקט ממילא נישט אריין, נאר שטעלט זיך אפ אינמיטן די גאס, פארוואס קומט אים 10 פיס ביידע זייטן פון די פאמפ?
די איינציגע זאך וואס ער דארף האבן איז עקסעס צו די פאמפ,
נו אויב אזוי איז פונקט גענוג אז די פאמפ איז נישט פארשטעלט מיט א קאר,
איז 2-3 פיס פון ביידע זייטן פונקט גענוג.
אסאך פלעצער איז דא אזא אנגעצייכענטע רויטע שטריך וואס צוט זיך פון די פאמפ ביז אינמיטן פון די גאס, אז ווען א פייער טראק קומט צו פארן אויף די גאס זעט ער גלייך ווי די פאמפ איז,
קען מען מאכן ביי אונז די זעלבע, די פאמפ זאל נישט מעגן זיין פארשטעלט, און די פייער טראק וועט זען אויף די ראוד ווי די פאמפ איז, און וועט זיך אפשטעלן אופן ריכטיגן ארט אינמיטן די גאס (פונקט ווי היינט).
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 9:53 am

און צו דיר ערעב דוד, קיפ אפ דע גוד ווארק, דו שלאג פאר נאך און נאך גוטע געזעצן, נאר מאך זיכער אז געלעגער ווייסט דערפון...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:04 am

איך מאך נישט אוועק ר דודן אבער

אונז ניו יארקער זענען באמת קליין קעפיג אויסגעשטאט

כאב נישט די ריכטיגע משל אבער ססאונד ווי מוויל אריינשטופן און א ביהמד טויזענט זיצען ווי סדא פלאץ פאר 500 אין איין חלמר חכם זאגט מזאל לייגן די בענק די וועג און די ליימענער גולם שרייט ניין די וועג...

פאקט! ניו יארק איז אווערלאדעד מיט מענטשען פלייש און אלומענעם באקסעס וואס פארן ארום, און ליימענער ציגלעך ביזן גאס אריין!!!

STOP THE BUILDING IN NYC NOW!!!

גענוג איז גענוג, נישט לאזן בויען און די 40 מייל פון מאנהעטן, און אויפהערן שטאטישע שטיצע פאר אלע פראגראמען ארום מיו יארק די עולם זאל זאל זיך ארויסצוען און דער וואס געט אז מאנהעטן זאל זיין אסענטער פון פרנסה און שוואוילטאג וועט געבן פאר א צווייטע שטיק ערד

ע"כ פון מיינע נארישע צוויי קופערנע צענט

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:05 am

געלעגער האט געשריבן:נאך יעדע פיר פאמפס גייט זיין א קאפי ברעיק. דאס מיינט אז פאר יעדע פאמפ וועלן זיי האבן א שטאב פון זעקס מענטשען, א טראק, צוויי פיק-אפ טראקס. איז דען נישט די שטאט גערעכט ווען זיי זאגן אז זיי קענען דאס נישט טון, ס'איז צו אנגעשטרענגט פאר זיי?

;l;p-

משיח האט געשריבן:
ווייל פונקט ווי דער דרייווער ווייסט נישט פונקטלעך ווי עס ענדיגט זיך די 15 פיס, ווייסט די פאליצאנטקע אויך נישט פונקטלעך,
ביידע שאצן מיט די אויגן בערך, און פיל מאל איז די קאר אביסל אין די 15 פיס, אבער דער פאליצאנט איז אויך נישט זיכער אויב יא אדער ניין, וועט זי ליבערשט אוועקגיין זיכען א עקספייערט פאמפ,

דאכצעך מיר אז ווען די פאליציי איז נישט זיכער, געבן זיי ליבערשט א טיקעט, ווי איידער אוועקצוגיין מיט ליידיגע הענט.

משיח האט געשריבן:
איז 2-3 פיס פון ביידע זייטן פונקט גענוג.
אסאך פלעצער איז דא אזא אנגעצייכענטע רויטע שטריך וואס צוט זיך פון די פאמפ ביז אינמיטן פון די גאס, אז ווען א פייער טראק קומט צו פארן אויף די גאס זעט ער גלייך ווי די פאמפ איז,
קען מען מאכן ביי אונז די זעלבע,


געוואלדיגע פלאן! מעלד עס ביטע איין ר' דוד'ן.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:11 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
משיח האט געשריבן: ווייל פונקט ווי דער דרייווער ווייסט נישט פונקטלעך ווי עס ענדיגט זיך די 15 פיס, ווייסט די פאליצאנטקע אויך נישט פונקטלעך,
ביידע שאצן מיט די אויגן בערך, און פיל מאל איז די קאר אביסל אין די 15 פיס, אבער דער פאליצאנט איז אויך נישט זיכער אויב יא אדער ניין, וועט זי ליבערשט אוועקגיין זיכען א עקספייערט מיטער,

דאכצעך מיר אז ווען די פאליציי איז נישט זיכער, געבן זיי ליבערשט א טיקעט, ווי איידער אוועקצוגיין מיט ליידיגע הענט.

פיל מאל איז טאקע אזוי, אבער זייער סאך מאל זעה איך ווי די חברה גייען אוועק ביי א ספק, אבער אויב איז דא א רויטע ליניע איז מער קיין ספיקות נישטא,
און חוץ דעם היינט קען מען נאך פייטען אזא טיקעט אויב מ'שיקט אריין א בילד אז מ'איז ווייט פון די פאמפ, אמאל געלונגט עס און אמאל נישט, אבער אויב איז דא א צייכען וועלן זיי לכאורה נישט אננעמען קיין שום תירוצים.
איך קלער נאר, איך ווייס נישט אויב ס'איז כדאי צו מאכן אזא גרויסע עסק פאר א זאך וואס קען אפשר זיין יצא שכרו בהפסידו.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:14 am

הא הא הא מיין חבר האט געשריבען א בריעף אפאר וואכען צוריק צו ר' דוד פארצישלאגען דעיע זאך פון פארצייכענען שוין איז עס ארויס געקומען!!
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:35 am

משיח האט געשריבן:און די צוויטע פונקט, בנוגע פארמינערען פון 15 פיס צו 10 פיס,
איך פארשטיי נישט פאר וואס 10 פיס יא,
אויב די פייער טראק פארקט ממילא נישט אריין, נאר שטעלט זיך אפ אינמיטן די גאס, פארוואס קומט אים 10 פיס ביידע זייטן פון די פאמפ?
די איינציגע זאך וואס ער דארף האבן איז עקסעס צו די פאמפ,
נו אויב אזוי איז פונקט גענוג אז די פאמפ איז נישט פארשטעלט מיט א קאר,
איז 2-3 פיס פון ביידע זייטן פונקט גענוג.


העי! טוה דאס נישט צו מיר ביטע!

נעם נישט אוועק מיין אפגעהיטענע ספעיס אויף יעדן גאס. ווי וועל איך זיך קענען אפשטעלן פאר א מינוט ווארטן אויף די ב"ב זאל אראפקומען וכדו'? ווילסט נישט כ'זאל דארפן אויפהאלטן טרעפיק אויף די גאנצע גאס דערפאר, אמת?

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:56 am

צום זאך האט געשריבן:העי! טוה דאס נישט צו מיר ביטע!

נעם נישט אוועק מיין אפגעהיטענע ספעיס אויף יעדן גאס. ווי וועל איך זיך קענען אפשטעלן פאר א מינוט ווארטן אויף די ב"ב זאל אראפקומען וכדו'? ווילסט נישט כ'זאל דארפן אויפהאלטן טרעפיק אויף די גאנצע גאס דערפאר, אמת?


"לעשות כרצון איש ואיש" קען טאקע נאר דער אויבערשטער!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 10:59 am

און מאנטריאל מעג מען זיך פארקען זייער נאנט צו די פאמפ איך האב נאכנישט געהערט אז סזאל מאכען פראבלעמען, פארקערט גאר אסאך מעלות.
Normal is just a setting on the washing machine

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 2:10 pm

קליקו האט געשריבן:איך מאך נישט אוועק ר דודן אבער

אונז ניו יארקער זענען באמת קליין קעפיג אויסגעשטאט

כאב נישט די ריכטיגע משל אבער ססאונד ווי מוויל אריינשטופן און א ביהמד טויזענט זיצען ווי סדא פלאץ פאר 500 אין איין חלמר חכם זאגט מזאל לייגן די בענק די וועג און די ליימענער גולם שרייט ניין די וועג...

פאקט! ניו יארק איז אווערלאדעד מיט מענטשען פלייש און אלומענעם באקסעס וואס פארן ארום, און ליימענער ציגלעך ביזן גאס אריין!!!

STOP THE BUILDING IN NYC NOW!!!

גענוג איז גענוג, נישט לאזן בויען און די 40 מייל פון מאנהעטן, און אויפהערן שטאטישע שטיצע פאר אלע פראגראמען ארום מיו יארק די עולם זאל זאל זיך ארויסצוען און דער וואס געט אז מאנהעטן זאל זיין אסענטער פון פרנסה און שוואוילטאג וועט געבן פאר א צווייטע שטיק ערד

ע"כ פון מיינע נארישע צוויי קופערנע צענט


צווייטע מערכה אויפן וועג. נאכדעם וואס די וואקסינען קאמפיין האט זיך אויסגעלאזט אין א הילכיגן סוקסעס(?)...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:43 pm

ר' דוד געלעגער. איר זענט עפעס הפלא ופלא!

איך האב שטארק הנאה פון ביידע. די ארטיקל און די פארשלאגן. קיפיראפ!

קליקו. איך ווארט צו הערן דיין הילכיגע רעאקציע ווען עס גייט ארויסקומען א פארשלאגע אין סיטי קאנסול אז מ'דארף אפשטעלן דאס בויעריי אין די סיטי..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:44 pm

געלעגער האט געשריבן:אויף די ערשטע פארשלאג איז נאך נישט זיכער ווי אזוי מ'וועט דאס דורכפירן ווייל די שאלה שטעלט זיך ווער גייט דורך פירן די געשמיראכטס?

ווער שמירט ביי די באס סטאנציע'ס ?
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:46 pm

איך פארשטיי אויך נישט די גאנצע איבערקערעניש. די זעלבע וואס שמירן אן די בייק לעינס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:47 pm

imzist האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:איך מאך נישט אוועק ר דודן אבער

אונז ניו יארקער זענען באמת קליין קעפיג אויסגעשטאט

כאב נישט די ריכטיגע משל אבער ססאונד ווי מוויל אריינשטופן און א ביהמד טויזענט זיצען ווי סדא פלאץ פאר 500 אין איין חלמר חכם זאגט מזאל לייגן די בענק די וועג און די ליימענער גולם שרייט ניין די וועג...

פאקט! ניו יארק איז אווערלאדעד מיט מענטשען פלייש און אלומענעם באקסעס וואס פארן ארום, און ליימענער ציגלעך ביזן גאס אריין!!!

STOP THE BUILDING IN NYC NOW!!!

גענוג איז גענוג, נישט לאזן בויען און די 40 מייל פון מאנהעטן, און אויפהערן שטאטישע שטיצע פאר אלע פראגראמען ארום מיו יארק די עולם זאל זאל זיך ארויסצוען און דער וואס געט אז מאנהעטן זאל זיין אסענטער פון פרנסה און שוואוילטאג וועט געבן פאר א צווייטע שטיק ערד

ע"כ פון מיינע נארישע צוויי קופערנע צענט


צווייטע מערכה אויפן וועג. נאכדעם וואס די וואקסינען קאמפיין האט זיך אויסגעלאזט אין א הילכיגן סוקסעס(?)...

דו מישסט אויס לאקשן מיט קליקס

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:49 pm

די דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע. מער באקאנט אלץ די DOT.

יעצט קלער איך אז עס ווערט מעגליך געשמירט דורך די MTA צו וועמען עס באלאנגן די באס סטאפ'ס און באס רוט'ס. (אבער זיי שמירן נישט אליין מיסתמא)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:35 pm

איז דען נישטא צענדליגע פלעצער וואו עס איז אנגעצייכנט ביי מיטערס וכדומה?

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:36 pm

לויט ווי איך קען בלומבערג, גייט ער אנעמען נאר א האלב פון די פארשלאג.
דאס גייט ווייטער בלייבן אז מ'טאר נישט פארקן אין די 15 פיס.
און מ'גייט פעינטן ארום די פאמפ נאר 10 פיס.

א פיינע פשרה לויט בלומבערג'ס קאפ.
עקספערטן שאצן פאר אז דאס גייט אריינברענגען פאר די קאסע א מיליאן דאלער יערליך.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:39 pm

קליקו האט געשריבן:
STOP THE BUILDING IN NYC NOW!!!


האלוי נישט אזוי עקסטערם!
איך האלט אז ר' דוד זאל זיך פארלייגן אויף די לענג און די ברייט, אז ווער עס בויט א אפארטמענט בילדינג, אפגערעדט א ביהמ"ד אדער חתונה זאל, מיז מאכן פארקינג אין די בעסמענט.
(איך האף אז דוד ליינט דעם אשכול!!!)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:43 pm

סשוין א אלטע געזעץ. בויערס שפילן אויס די סיסטעם. מען מאכט קודם פארקינג צו דורכגיין די אינספעקשינס. נארדעם טוישט מען עס צו סטארידש.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:46 pm

איך וויל פארשטיין האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:
STOP THE BUILDING IN NYC NOW!!!


האלוי נישט אזוי עקסטערם!
איך האלט אז ר' דוד זאל זיך פארלייגן אויף די לענג און די ברייט, אז ווער עס בויט א אפארטמענט בילדינג, אפגערעדט א ביהמ"ד אדער חתונה זאל, מיז מאכן פארקינג אין די בעסמענט.
(איך האף אז דוד ליינט דעם אשכול!!!)


אוי זאגסטו גוט!!

סגפעלט מיר ווי געוויסע האלטן אפ א זיג אז מהאט אינטערגעשמירט די אינסטאנצן מיטן זיך פטרן פון מאכן א פארקינג ספעיס פאר די הייזער

אזא פארברעכערישע אקט, אונז אלע ליידן דערפון אויף א משוגענעם אופן, אבער קלאר אויב ר דוד וויל עפעס אויפטוהן צו די זאך איז צו אינפארסן אויף אלע פראנטן אז בויען קאנדאס ביהמד חתונה זאל, זאל מוזן זיין פארקינג

גוט אריינגעהאקט!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:49 pm

אויב מען אינפאורסט די געזעץ איז מען אנטיסעמיטן. מען פארשטייט נישט אז סאיז יא דא אפאר געזעצן וואס מיינען אונזער טובה.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 11:29 pm

אלף בית,
;l;p-
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 11:38 pm

איך וואלט געטוישט די רול צו צען פוס און נישט פארצייכענען.
איך זע נישט די נויטיגקייט דערינען.
פופצן פוס איז סתם אזוי איבערגעטריבן און פינף איז צו קליין, צען איז פונקט גוט.

און די אידעלעך וועלן זיך מקיל זיין ביז פינף פוס בדיעבד, אזויווי פון פופצן מאכט מען צען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 3 געסט