נ.י. סיטי: איר דארפט די פייערלעשער? באצאלט די ביל דערפאר!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

נ.י. סיטי: איר דארפט די פייערלעשער? באצאלט די ביל דערפאר!

תגובהדורך דער קוטשער » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 12:35 pm

נ.י. סיטי. ווי א חלום אינמיטן הוילן טאג, קומט אן די גוטע בשורה, אז די ניו יארק סיטי פייער דיפארטמענט, וויל (און וועט) רעכנען פאר'ן אראפקומען צו עמערדשענסי'ס אנגעהויבן פון יולי, איר דארט אונזער הילף? באצאלט!

ס'נאכנישט ממש אזוי, נאר ממש אזי, ס'הייבט זיך אן מיט קאר קרעשעס אן קיין מענטשליכע פארוואנדעטע, אבער זייט נישט געזארגט דאס איז נאר דער אנהייב, ס'קומט גוטע צייטן, איר האט מיר דערוועלט?
מיט גוט'ן צו מיט בייזן?
ביושר צו שלא ביושר?
גייט מיך נישט אן, איר האט מיך געקענט (?) ארויסוואויטען, טראכט קעניג בלומבערג.

ווער ס'איז גרייט אפצוקויפן די קומענדיגע ניו יארק סיטי פרעזידענט'שאפט, זאל זיך שטעלן אין די רייע.

זאלט איר נישט מיינען אז די טעקס וועט אראפגיין לכבוד דעם, ווייל די קאר בעה"ב וועט דאך שוין באצאלן פאר די פייער טראק'ס, ניין דאס נישט, דאפעלט איז שטערקער.

וויאזוי זאגט נאר ר' יודל, (אז נישט א צווייטער) נאך אביסל וועט מען באצאלן פאר'ן וואקן אויף די ניו יארק'ער גאסן.

פון היינט און ווייטער ווען א קאר וועט ברענען אויף די ביקיואי, און דער אוענער איז ארויס בשלום צייטליך, קען מען עס לאזן ברענען און פארן רוהיג ווייטער, טוט נאר א טובה פאר'ן דרייווער וואס וועט שטיין אזוי נעבעכ'דיג אין די זייט פונעם ראוט און טראגט אים אהיים.

אויב א צווייטער, - נישט דער בעה"ב פונעם קאר - רופט די פייערלעשער, דעמאלט'ס איז שוין נישט דא קיין ברירה, עס וועט ארויפגיין אויף זיין לייסענ'ס פלעט די ביל.

פאר מער דיטאלן, האט איר דעם שאקירענדן באריכט פונעם דעילי נויס:

Fire Department will charge New York drivers nearly $500 to respond to car crashes to cover costs

As if crashing your car isn't bad enough, the Fire Department now wants to charge you for it.

The FDNY plans to bill drivers $490 to respond to a crash or car fire when someone is hurt, $415 for a car fire without injuries and $365 for a crash without injuries.

It says those fees cover the actual cost of responding to emergencies - everything from driving the fire trucks to paying fringe benefits for firefighters.

"We are in a tight budget situation," said FDNY spokesman Steve Ritea. "We wanted to relieve pressure on the taxpayer and place it on those at fault and their insurance companies."

The policy will raise an estimated $1 million a year for the FDNY's budget - but that won't affect the agency's plan to close 20 fire companies at night to save $15 million.

"If there's an act of God, if a tree falls on your car, the Fire Department has discretion," Ritea said. "The intent here is to go after the insurance of motorists who are at fault."

The FDNY expects most drivers will pass the bills on to their insurance companies, just as insurers already pick up the bill when FDNY ambulances respond to medical calls.

Uninsured drivers will still have to pay the fees, however.

It might not be that simple, though - one trade group says typical car insurance policies wouldn't cover the fee.

"If insurers were to start providing coverage for additional accident response services, including police and fire, the cost of auto insurance would be likely to increase," said Loretta Worters of the Insurance Information Instiatute.

The new policy is scheduled to take effect July 1, though it could change after a Jan. 14 public hearing.

The policy explicitly says the FDNY will respond to crashes and fires whether or not any bills have been paid.

The FDNY also wants to charge hospitals whose ambulances respond to 911 calls $8.7 million a year for dispatch services.

"Many of these hospitals are already facing severe fiscal pressures, and this fee will be extremely difficult for them to absorb," said Brian Conway of the Greater New York Hospital Association.

Mayor Bloomberg said Thursday the hospitals need to pay their share of the cost or get out of the ambulance business.

"They like these ambulances to pick up patients because that's the way they fill the beds," the mayor said. "If they don't want to have the patients in their hospitals, they won't get 'em."

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 3:19 pm

שוידערליך!!
ותפתח הארץ את פיה..

שכוח קוטשער
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 3:41 pm

באקומען היינט פון איינעם אין אישי:
Soon they'll charge for breathing; (Bloomberg will make the following statement) :"well, if you are using the air which is in the city you need to pay for it, it costs the city to keep up the DEP to make sure the air stays clean for you to breath, so if you don't want to pay for that don't breath our air rather buy urself an oxygen tank"
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג דעצמבער 12, 2010 12:12 am

אין א אינטערוויו דעם פארגאנגענעם פרייטאג האט זיך בלומבערג אויסגעדריקט: "איר ווילט אודאי נישט אז מ'זאל דארפן אפשפארן פייער סטעישענס ווייל ס'איז נישטא קיין געלט, וואר? דאן באצאלט!"

ס'לאזט זיך נישט גלייבן וואו ווייט מ'קען און מ'רייט אויף אונז ניו יארקער.
דא אין ניו יארק באצאלט מען די העכסטע טעקס פון לאנד. מיר צאלן דאס מערסטע פאר די שטאט אבער דאס אלעס איז נישט גענוג צו קאווערן און מ'דארף נאך רייסן פון אונז נאך פינעף הונדערט דאללער פאר אן 'עקסידענט' וואס מ'איז בכלל נישט שולדיג.
די גרעסטע פראבלעם איז אז זיי דארפן נישט קיין אפשטומונג דערפאר. די זאך קען דורך גיין אן קיינעמ'ס באשטעטיגונגס. ס'איז נישט נארמאל וואס דער טוט מיט אונז.
די עיקר איז אז פורט העמילטאן האט א בייק לעין...

איך ווייס נישט וואס צו טראכטן אויב דער גייט לויפן פאר פרעזידענט וואס דער גייט טון מיט אמעריקא. אך און וויי....

אנאליזירער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 23, 2010 5:59 pm

תגובהדורך אנאליזירער » זונטאג דעצמבער 12, 2010 12:58 am

חברים וועט זיך מוזן איינהאנדלען גרעסערע עקוויפמענטס אין פאל פון אן עקסידענט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 12, 2010 1:59 am

קאר אינשורעס וועט ארויפגיין.

פולט אן די בערזלעך פארן קומענדיגען רינועל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

WSPU
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 11:38 pm

תגובהדורך WSPU » זונטאג דעצמבער 12, 2010 2:13 am

yuyu but the main is that he drops the crimes....

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » זונטאג דעצמבער 12, 2010 2:35 am

שוועמל האט געשריבן:קאר אינשורעס וועט ארויפגיין.

פולט אן די בערזלעך פארן קומענדיגען רינועל.

איז דאס איבעראל אדער נאר ניו יארק? (כ'רעד פין די אינשורענס) דאס הייסט אז א אפסטעיט אדרעס קען אפשר העלפן פאר דעם, איא?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג דעצמבער 12, 2010 6:41 am

דער קוטשער האט געשריבן:נ.י. סיטי. ווי א חלום אינמיטן הוילן טאג, קומט אן די גוטע בשורה, אז די ניו יארק סיטי פייער דיפארטמענט, וויל (און וועט) רעכנען פאר'ן אראפקומען צו עמערדשענסי'ס אנגעהויבן פון יולי, איר דארט אונזער הילף? באצאלט!

ס'נאכנישט ממש אזוי, נאר ממש אזי, ס'הייבט זיך אן מיט קאר קרעשעס אן קיין מענטשליכע פארוואנדעטע, אבער זייט נישט געזארגט דאס איז נאר דער אנהייב, ס'קומט גוטע צייטן, איר האט מיר דערוועלט?
מיט גוט'ן צו מיט בייזן?
ביושר צו שלא ביושר?
גייט מיך נישט אן, איר האט מיך געקענט (?) ארויסוואויטען, טראכט קעניג בלומבערג.

ווער ס'איז גרייט אפצוקויפן די קומענדיגע ניו יארק סיטי פרעזידענט'שאפט, זאל זיך שטעלן אין די רייע.

זאלט איר נישט מיינען אז די טעקס וועט אראפגיין לכבוד דעם, ווייל די קאר בעה"ב וועט דאך שוין באצאלן פאר די פייער טראק'ס, ניין דאס נישט, דאפעלט איז שטערקער.

וויאזוי זאגט נאר ר' יודל, (אז נישט א צווייטער) נאך אביסל וועט מען באצאלן פאר'ן וואקן אויף די ניו יארק'ער גאסן.

פון היינט און ווייטער ווען א קאר וועט ברענען אויף די ביקיואי, און דער אוענער איז ארויס בשלום צייטליך, קען מען עס לאזן ברענען און פארן רוהיג ווייטער, טוט נאר א טובה פאר'ן דרייווער וואס וועט שטיין אזוי נעבעכ'דיג אין די זייט פונעם ראוט און טראגט אים אהיים.



טאמער איך האב עס נאכנישט געזאגט, מיינט נישט אז ס'איז אן אפגעפרעגטע געדאנק. איך בין זיכער אז בלומבערג האט שוין געקלערט דערפון.

בכלל פארשטיי איך נישט די בייז-וואונדער רעאקציעס מיט וועלכע איך באגעגען זיך דא און אויפ'ן וועב וואו אימער די נייעס'ל איז באריכטעט. וואס האט עט'ס געקלערט? דא רעדט מען דאך פון בלומבערג! שוין אפגערעדט פון דעם אז זיין מהלך המחשבה פארט נישט אויף די זעלבע הייוועי ווי אונז פשוט'ע לייט, ס'פארט גארנישט אין זעלבן ריכטונג!
א מענטש וואס וויל טשארדזשן פאר יעדן וואס קומט אריין אין מאנהעטן (אויף א קאר, פארשטייט זיך, נישט א ביציקל) http://www.nytimes.com/2007/04/22/nyregion/23mayorcnd.html
און פאר גארבעדזש קאלעקטינג, http://matzav.com/bloomberg-considering-charging-for-garbage-pickup-in-nyc
פארוואס זאל ער נישט רעכענען געלט צו שיקן זיינע פייער טראקס? וואס'אי? איר מיינט אז די טראקס פארן אויף וואסער?
אה, איר צאלט דאך שוין טעקס? נו, צאל נאך!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » זונטאג דעצמבער 12, 2010 11:51 am

דער בלאגגער מאכט א קורץ און שארפע סיכום פון די נייעס. (אזוי ווי מיט אסאך אנדערע נייעסער)
http://theblogprof.blogspot.com/2010/12/video-fdny-to-institute-crash-tax-city.html
באגלייט מיט א ווידיאו.

לטובת די וואס קענען עס נישט זעהן, (J-נעט אדער ווייסעך וואס), נאט אייך די טעקסט פון זיין באריכט:
The first duty of government is the protection of the citizens. It is the prime directive. Or at least it used to be. In this point in time, government is a pension and health-care management system for the benefit of public sector unions, performing public services miserably at the expense of the taxpayers whom it is failing. Case in point is New York, in line to be the #2 failed state after California and just ahead of Illinois. The public sector pension and health-care benefits are untouchable and the taxes that pay for services no longer pay for services at all.
If you gave to pay for emergency services, what the hell is any New Yorker paying taxes for at all?

The so-called “crash tax” works like this: A car fire or accident with injury would cost you $490. A car fire without injury, $415. And any vehicle accident without injury will run you $365.

New York is one of the highest taxed states in the nation. They should be paving the roads of Manhattan with gold at the rates taxpayers are being bilked for. It's all going to graft.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 12, 2010 1:42 pm

פאני קאלס גייט אויך קאסטן געלט, אדער נאר אמת'ע עמערזשענסי'ס?

היפאקריטסווע ממדרגה ראשונה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג דעצמבער 12, 2010 2:08 pm

עס איז שווער אויס צוברענגן אויפן סערווער,וויפיל שלעכטקייט און רשעות עס ליגט אינטער דען איינעם צר הצורר מעיאר מייקל בלומבערג
נאר באמת, פאר די ליבעראלע NYC קימט זיך נישט בעסערע'ס, עס איז נאר ליידער באשערט אז מיר אידען, וואינענן און דא און די סיטי

איך האב אמאל געזען א באשרייבענוג, וופיל טייערער דאס לעבן דא, איז מער ווי און די אנדערע סטעיטס, עס איז ממש א הימל געשריי
און דאס איז שוין אן די טיקעט'ס פאר קראסן שבת שבת אויפן ראוד, אדער פאר א "הצלה אמבעלונס" פאר דאבעל פארקיניג!!!!

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » זונטאג דעצמבער 12, 2010 2:39 pm

איך האף נאר אז זיי וועלן נאכשיקן די ביל און נישט ווארטן בשעת די פייער מען זאל קודם באצאלן

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 10:42 am

אונז זענען זיך אליינס שולדוג. פארוואס האט מען געוואויט פאר אים? עס איז געווען אין אונזער הענט אים ארויסציווארפן.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 4:46 pm

יאפ. די חורבן איז קאנפערמירט. נאדער א טוויט פון קאנסיל-מעמבער ר' דוד גרינפעלד.

@NYCGreenfield: @ Hearing re: FDNY budget. Commissioner just admitted to me that if you don't pay the new 'accident fee' they will come after you! Crazy.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 1:18 am

דערויף זאגן חז"ל ישיבת כרכים קשה.

לאמיר מופן קיין מאנדראו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 3:24 pm

און איר וואוינט נאך אין וויליאמסבורג? דער בלומבערג איז הונדערט פראצענט גערעכט, פארפאלן, מ'האט אים אריינגעוועלט ווייל מ'וויל זיין נכנע אונטער אים, און אויב אזוי קען מען קראכן, אבער וואס ער טוט איז מיט די כוח פון די שטייער צאלער/וויילער וואס האבן אים אריינגעוועלט. בעצם בין איך יא פאר בלומבערג, אבער עד כאן, ס'איז משוגע (קרעדיט גרינפעלד אין זיין טוויט).

הצלחה וויליאמסבורגע איינוואוינער!!!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:50 pm

ווארט נאר. איין טאג וועט דער היפעקריט אויפקימען אז ווען מען טראגט אריין א פעישענט אין שפיטאל מיט אן אנבולאנס, וועט מען טשארדשען אויף די וואג................. עס קאסט דאך מער גאזאלין

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:51 pm

אל תפתח פה . . .
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך דעצמבער 15, 2010 8:02 pm

אין מדינת ישראל איז שוין איינגעפירט אזוי. עס קאסט צו נוצן די מגן דוד אדום אמבולאנס צו פארן אין שפיטאל אפאר הונדערט שקל.

אפאר יאר צוריק איז געשעהן ל"ע אן אומגליק, ווען א איד האט געהאט שמערצן ביים הארץ פון חובות, און ער האט נישט געוואלט פארן אין שפיטאל זיך אונטערזוכן מיט א אמבולאנס, ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט דערפאר, ער איז אריין אין שפיטאל מיט א טעקסי, און ביים טיר פון שפיטאל האט ער געכאפט א פאטאלע הארץ אטאקע, און ער איז ליידער אוועק דערפון.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך דעצמבער 15, 2010 8:29 pm

נישט לאנג צוריק איז געווען אין די נייעס (אויב דענק איך גוט איז עס באריכטעט געווארן דא אויף אונזער וועלטל אויך) אז א גרופע פייער לעשער האבן געלאזט אפברענען א הויז ביז צום גרונט ווייל די איינוואוינער זענען שולדיג געווען א חוב..

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג דעצמבער 16, 2010 10:16 am

געלעגער האט געשריבן:נישט לאנג צוריק איז געווען אין די נייעס (אויב דענק איך גוט איז עס באריכטעט געווארן דא אויף אונזער וועלטל אויך) אז א גרופע פייער לעשער האבן געלאזט אפברענען א הויז ביז צום גרונט ווייל די איינוואוינער זענען שולדיג געווען א חוב..

אין יענעם שטעטל גייט עס אז עס איז דא א יערליכער אפצאל פאר די פייער דעפארטמענט און אויב איז עס נישט אפגעצאלט קומען זיי נישט. און זיי האבן טאקע נישט פארלאשן יענעם'ס פייער נאר געשפריצט אויף די אנדערע הייזער ארום וואס האבן יא געצאלט...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 16, 2010 10:24 am

ברענען צום אפגרונד איז נישט שייך נאר ביי א פרעים הויז.
און ביי א פרעים הויז אפילו ווען ס'ברענט אפ א האלבע הויז דארף מען עס צעווארפן ווייל די סטרוקטור איז געדעמעזשט.
סא ס'יז עכט נישט קיין חילוק צי ביזן אפגרונד צי ביז העכערן אפגרונד.

אבער יענער האט זיכער געלערענט א לעקציע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג דעצמבער 16, 2010 10:32 am

קען אשר איינער אריין שיקן דע אשכול פאר בלומבערג
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 16, 2010 11:11 am

איך וואלט ענדערש באצאלט פאר פייער אינשורענס ווי פאר די פייערלענדשער...
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט