לואיזיאנא אויל אויסגוס, פון די ערגסטע אין היסטאריע!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

לואיזיאנא אויל אויסגוס, פון די ערגסטע אין היסטאריע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

לואיזיאנא. – נעכטן דאנערשטאג, האט פאסירט דאס וואס עקספערטן האבן געווארנט אין די לעצטע פאר טעג אז עס קען פאסירן. די מאסיווע אויל אויסגוס אינעם "גאלף אוו מעקסיקאו" האט דערגרייכט צו די טריקענישן פון די סטעיט לואיזיאנא. איינוואוינער וועלכע וואוינען גאר נאנט צום בארטן, זענען פארארדענט געווארן צו פארלאזן זייערע היימען, נאכדעם וואס עס איז ערווארטעט אז די אויל וועט פארפעסטעטן די גאנצע געגנט און פאר לאנגע וואכן וועלן די ערטער נישט זיין וואוינבאר.

ווי עס ווייסט יעדער, קומט דער מאסיווער אויל אויסגוס פון א פייער וואס האט פאסירט אויף אן אויל-גראבונג-פלאטפארמע וועלכע האט עווענטועל איינגעזינקען אינעם וואסער, נאכדעם וואס פייערלעשער האבן אומסוקסעספול געקעמפט מיט די ריזיגע פלאמען וועלכע האט איינגעשלינגען דעם פלאטפארמע און איר אראפגעשיקט צו די טיפענישן פונעם אקעאן.

אין די לעצטע פאר טעג איז יעדנס אויגן געוואנדן קיין לואיזיאנא, וואו ארבעטער פרובירן אפצושאצן ווי גרויס און מאסיווע דער אויל אויסגוס איז און וויאזוי מען קען דאס אפשטעלן. דער אויל קוואל איז 5000 פוס אונטערן וואסער און עס איז גאר שווער און עס וועט געדויערן זייער לאנג ביז מען וועט דערגיין וואו עס איז דער לאך אין די פייפס און ביז מען וועט דאס אפשטעלן.

פרעזידענט באראק אבאמא האט נעכטן דאנערשטאג גערעדט איבער דעם מצב דארטן און ער האט געזאגט אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט טון אלעס אין איר מעגליכקייט ארויסצוהעלפן אפצושטעלן דעם שעדליכן אויל אויסגוס. די ארמיי וועט אין די קומענדיגע טעג אריינשיקן אזויפיל ווי 6 טויזנט נעשאנעל גארד טרופן צו העלפן מיט די שווערע ארבעט פון אויפרייניגן דעם אויל אויסגוס.

דער אויל גראבונג פלאטפארמע איז געווען די אייגענטום פון די "בי פי געזאלין" פירמע. זיי האבן אין די לעצטע פאר טאג געזאגט אז דער אויסגוס איז ארום 1000 פעסלעך א טאג, וואס פליסט ארויס פונעם קוואל אריין אינעם אקעאן. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פירמע האט אונטערגעשאצט און די ריכטיגע ציפערן זענען 5000 פעסלעך א טאג, אדער בעסער געזאגט 200,000 גאלאן אויל! יעדן טאג וואס גיסט ארויס פונעם קוואל אריין אינעם וואסער.

אייגענטליך זענען דא וואס באשולדיגן "בי פי" אז זיי האבן דירעקט אונטערגעשאצט די שאדענעס פונעם אויסגוס, ווייל זיי ווייסן אז נאך אזא פאסירונג וועלן זיי דורכגיין שווערע פארהערן אין קאנגרעס וואס עס האט פאסירט און וויאזוי עס האט געקענט פאסירן אז איינס פון די בעסטע און שטערקסטע אויל קוועלער אין אמעריקע זאל גיין אגאנג און קריגן עטליכע לעכער אויפאמאל, און דעריבער האבן זיי געוואלט פארפירן די אויטאריטעטן. אבער נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן דורכגעפירט זייערע אייגענע טעסטס, האט זיך ארויסגעשטעלט ווי אויבנדערמאנט.

איינע פון די פילע פרואוון וואס די אויטאריטעטן האבן פרובירט, אויף אפצושטעלן דעם אויל אויסגוס, איז געווען ווען זיי האבן פרובירט אנצוצינדן א פייער אויפן וואסער, א מעטאד וואס וואלט ווען געדארפט צוזאמשלעפן אלע אויסגעגאסענע אויל און דאס פארברענען אינעם פייער. דער פרואוו איז אריבער סוקסעספול, אבער עס האט נישט געהאט גענוג א שטארקן אימפאקט און אויטאריטעטן באטראכטן צי זיי זאלן דאס ווייטער טון אדער נעמען אין באטראכט אנדערע אפציעס.
נעכטן דאנערשטאג איבערן טאג, האבן אויטאריטעטן געזאגט אז דער אויסגוס איז נישט מער ווי 3 מייל ווייט פונעם לואיזיאנא בארטן און וועט אנקומען צום טריקעניש דאנערשטאג שפעט ביינאכט. אלס רעזולטאט האט לואיזיאנא גאווערנאר באבי דזשינדאל דערקלערט א "סטעיט אוו עמורדזשענסי" און מען האט, ווי פריער געשריבן, פארארדענט אז אלע וואס זענען נאנט צום בארטן זאלן פארלאזן זייערע ערטער.

די ארבעטער האבן געארבעט גאר שווער אויסצושפרייטן פארשידענע סארט באריקאדן, אפצוהאלטן דעם אויסגוס פון דערגרייכן צו די בארטענעס וואו פארשידענע פייגלען און קאטשקעס האלטן זיך אויף, אזוי אז זיי זאלן נישט שטארבן דורך פארפעסטעט ווערן פון די אויל.

למעשה האט דער אויסגוס האט שוין דערגרייכט צום בארטן, און דאס לאנד גייט כאדאראם.

די שאדנס און דעסטרוקציע איז אומשאצבאר און וועט האבן א שווערע אימפאקט אויף ביזנעסער אין לואיזיאנא, מער ספעציפיש די פישעריי אינדוסטריע, וועלכע לואיזיאנא איז א גרויסע עקספארטירער פון פיש ארום גאנץ אמעריקע, און אויב דאס וואסער וועט זיין פארפעסטעט פאר די קומענדיגע זומער מאנאטן, וועט די גאנצע פישעריי אינדוסטריע גיין צעגרינד.

***

פאליטיקאנטן זאגן אז דאס איז "אבאמא'ס קאטרינע" און ער זאל זיך נישט באנארישן אזוי ווי בוש, נאר טון אלעס וואס ער קען מיטן שענקען אויפמערקזאמקייט פאר לואיזיאנא און שיקן דאס מערסטע פעדעראלע הילף וואס איז נאר שייך.

מען זאגט שוין אז אבאמא וועט מוזן צוריקציען פון זיינע פלענער וואס ער האט אנאנסירט מיט א שטיק צייט צוריק, צו אנהייבן גראבן אויל ביי אמעריקאנער בארטענעס, ווייל מען זעהט דאך וואס עס איז יעצט געשען.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

א בילד געכאפט פון ספעיס. מערקט דעם מאסיוון "פלעק" אינעם וואסער. דאס איז דער אויסגעגאסענער אויל!
אטעטשמענטס
space92-oil-slick-from-space_19584_600x450.jpg
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

א בילד פונעם פייער וואס די אויטאריטעטן האבן אונטערגעצינדן, אין א פרואוו צו אפברענען אלע אויסגעגאסענע אויל איידער עס גרייכט צום בארטן. אבער אנע ערפאלג
אטעטשמענטס
full.jpg
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

דאס וואסער אינגאנצן שמוציג און פארפעסטעט פון די אויל
אטעטשמענטס
6531749.jpg
6531749.jpg (12.85 KiB) געזען 4499 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

אבאמא גייט יעצט רעדן איבער דעם לואיזיאנא אויל אויסגוס קריזיס.

http://www.msnbc.msn.com/id/21134540/vp ... 0#36869590
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די שלאה איז נאר, וואס קען אבאמא טוען? וואוס איז נאך שייך צוטוען? וויאזוי קליענט מען אויס די וואסערען?

א גרויסן יישר כח עס עפעס פאר די נייעס און די אפדעיט'ס.

האלט אן ווייטער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

אבאמא קען בסך הכל ווייזן פירערשאפט און רעדן דערפון. דעטס אלל.

עס זענען דא פארשידענע סארט מאשינען וועלכע טיילט אפ די אויל פונעם וואסער און נעמט עס ארויס.

אבאמא רעדט יעצט. בעיקר רעדט ער איבער די גוטע נייעס וואס עס איז היינט ארויסגעקומען, אז די אמעריקאנער עקאנאמיע איז געשטיגן אין די ערשטע פערטל פון 2010 מיט נאנט צו 4 פראצענט!!!
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שכוח פארן באריכט. וועט דאס אויסמאכן אויף די אויל/גאזאלין פרייזן?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט זעה איך אויף 'רויטערס' אז די סטאקס פון די אויל פירמעס טראסקענען היינט צוליב זארג אז זיי וועלן דארפן באצאלן די קאסטן פון אלע שאדענס וואס קומען ארויס פון דעם אויסגוס.

דאס האט אבער לכאורה נישט מיט די פרייזן פון אויל גופא. הא?
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

אבאמא האט שוין געזאגט נעכטן און היינט אז BP איז ריספאנדסעבל אויף אלע שאדנס און זיי דארפן 'אלעס' באצאלן
לעצט פארראכטן דורך פונקטליך אום פרייטאג אפריל 30, 2010 11:23 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

עס עפעס האט געשריבן:מען זאגט שוין אז אבאמא וועט מוזן צוריקציען פון זיינע פלענער וואס ער האט אנאנסירט מיט א שטיק צייט צוריק, צו אנהייבן גראבן אויל ביי אמעריקאנער בארטענעס, ווייל מען זעהט דאך וואס עס איז יעצט געשען.


זיי זאגן אז די פלענער זענען אויף האלד ''ביז'' מ'וועט וויסן די סיבה וואס האט געברענגט די עקספלאזשען.

עניוועי מיר באלעקן זיך מיט דיינע ריפארטס, יישר כח.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

פרעזידענט אבאמא איז נעכטן אפגעפלויגן קיין לואיזיאנא צו באטראכטן פונדערנאנט די מאסיווע אויל אויסגוס ביי די בארטענעס פון לואיזיאנא. ער איז באגריסט געווארן ביים לופטפעלד דורך די סטעיט אויטאריטעטן אין שפיץ פון גאווערנאר באבי דזשינדל.

אבאמא האט אויפגעטרעטן און פארזיכער אז די פעדעראלע רעגירונג וועט טון אלעס אין איר מעגליכקייט צו מינימיזירן די שאדענעס פונעם אויל אויסגוס. דער פרעזידענט האט אבער פארזיכערט אז די רעגירונג וועט נישט צאלן גארנישט פאר די קאסטן אויפצורייניגן דעם אויסגוס, נאר די פירמע "בי פי געזאלין" וועלכע איז פאראנטווארטליך אויף די קאטאסטראפע צוליב וואס איר אויל פלאטפארמע האט זיך איבערגעדרייט און אנגעמאכט דעם גאנצן כאאס.

***

עס זענען דא אזעלכע וואס ווילן מינימיזירן די קאטאסטראפע, אז נאר ענווייראמענטאליסטן זארגן זיך איבער דעם אויסגוס, פאר די וואוילזיין פון די קאטשקעס אד"ג. דאס איז אבער ווייט פונעם רעאליטעט. "בי פי" געזאלין פירמע איז פון די גרעסטע אויל פירמעס אין אמעריקע און פילע געזאלין פירמעס נעמען פון זייערע קוועלער. דער געזונקענער אויל גראבונג פלאטפארמע איז געווען איינס פון בי פי'ס גרעסטע פלאטפארמעס און האט פראדוצירט טויזנטער גאלאנען און פעסלעך פער טאג, און געוויסע עקספערטן ווארענען אז דאס קען האבן אן אימפאקט אויף די געזאלין פרייזן, וועלכע זענען יעצט שוין אזוי אויך גאר הויעך.

דער אויל אויסגוס האט אויך אפגעשטעלט די לואיזיאנא פישעריי מארקעט, וואס דאס מיינט שווערע טויזנטער דאלארן אין שאדענעס פאר ביזנעסער אין לואיזיאנא.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

די אבאמא אדמיניסטראציע דרייט מיט'ן צונג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

SPIN METER: There since Day One? Maybe not

By ERICA WERNER (AP) – 6 hours ago

WASHINGTON — To hear Obama administration officials tell it, they've been fully engaged on the Gulf Coast oil spill since Day One, bringing every resource to bear and able to ensure without question that taxpayers will be protected.

Not quite.


פאר מער זעהט דא
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

עס זענען דא דריי לעכער אינעם אויל פייפליין וועלכע שיסט ארויס טויזנטער גאלאנען אויל צום גאלף אוו מעקסיקאו.

יעצט אינדערפרי קומט די ברעיקינג ניוז אז "בי פי געזאלין" -די פירמע פאר וועמען עס געהער די אויל קוואל- האט באוויזן אפצושטעלן איינס פון די 3 ליעקס.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מ'ענדיגט צו דעם שטאפער.
אטעטשמענטס
BP container.JPG
BP container.JPG (22.48 KiB) געזען 4083 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מ'טראגט עס ארויס צום קוואל
אטעטשמענטס
BP container 2.JPG
BP container 2.JPG (14.03 KiB) געזען 4321 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

דער קופאל ווערט אראפגענידערט אין וואסער נעכטן נאכט, צו פרובירן פארשטאפן דעם לאך אינעם אויל קוואל אזוי טיף ווי א מייל אונטערן וואסער
אטעטשמענטס
dome.jpg
dome.jpg (15.54 KiB) געזען 4025 מאל
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די BP פירמע זאגט אז דאס וועט נאך געדויערן ביז אנפאנג קומענדיגע וואך ביז דאס וועט אנפאנגען צו פאנקצינירן. אזוי אויך זענען זיי בכל לנישט אזוי זיכער דערמיט. עס איז דאס ערשטע מאל וואס זיי נוצן אזא זאך און זי האפן אומבעסטן אז דאס וועט ארבייטן.

אזוי ווי עס דארף אראפגעשטעלט ווערן אויף א פונקטליכע פלאץ אריבער א מייל אינטערן וואסער איז דאס דערפאר אויסגעשטאט געואורן מיט פילע ג'.פי.עס. טעכנעלאגיע עס צו קענען מאנעווירן אויפן ריכטיגען פלאץ.

צו זעהן וויאזוי דאס דארף צו ארבייטן דרוקט דא.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

אינטערעסאנטע קליפ, א פונקטליכע אילוסטראציע פונעם וועג וויאזוי מען וועט פארשטאפן דעם לאך.

------
אט איז נאך א בילד, ווי דער קופאל איז שוין כמעט גענצליך אונטערן וואסער.
אטעטשמענטס
.JPG
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

נאופס! ס'איז נישט געלונגען!

דער קופאל האט זיך עפעס אונטערן וואסער אנגעשטויסן אין אייז שטיקער און דאס האט פארהאנקערט דעם פראצעדור און מען האט נישט געקענט אראפנידערן דעם קופאל ביז העכערן אויל ליעק.

דערווייל האט מען נאכנישט קיין געהעריגן ווייטערדיגן פלאן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעגער »

עס עפעס טעינקס פאר יאר הארד ווארק אן ריפארטינג לייוו פראם די קעטעסטרעפיק סין, איט איז אינדיד נאט איזי טו ברינג אלל ריפארטס אן טיים, באט וויט הארד ווארק, יו געט די גוד אוטקאמס.

ליידער איז די פלאן נישט געלונגען, די מצב איז גארנישט אזוי פישלעך, די פישן קענען אויספייגער'ירן, און די גאנצע פיש אינדוסטרי איז אין א באלדיגע געוואלדיגע סכנה,

וואס אי מיט די לואיזיענע שטאט, זיצן זיי אונטער עפעס א מין קללה, פון איינעם א גרויסן אידישן מאן? בוש'ס קאטרינע, קוים ארויסגעקראכן מיט צוביילטע ביינדלעך, און דא אזא בראך, יגע בהרים ויעשנו מיינט א וואלקאנאו, דא איז דאך סתם א אולגיס אן קיין געהעריגע צוגעשטעלטע פסוק,

זיי זאגן אז לואיזיענע איז א שווארצע שטאט, און ממילא זייענדיג פארשאלטן אלס קנעכט, און זיי דאס נישט איינהאלטנדיג קומט אויף זיי כסדר אזאנע קאטאסטראפאלע פאלן, ענליך צו די קאנאדיע'ס.

בכל אופן, דארף'ן זיי נאך גרויס רחמים אז עפעס זאל דארט פאסירן, וויייל ווי עס גייט יעצט זענען זיי כמעט כאדאריש און אין גרויס פלאנטער,

אויף דערווייל לאכן די מיטלמזרח אויל מאגנאטן, די אראבישע שעיכ'ן און פרינצן וואלגערן זיך פאר געלאך, פון די אמעריקאנע קוועלער היטער! און ווען זיי לאכן איז עס יענץ געלעכטער
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

בי פי געזאלין, די פירמע וועלכע איז פאראנטווארטליך אויף דעם אויל אויסגוס און פירט אן מיט אקטיוויטעטן עס אפצושטעלן, האט היינט געמאלדן אז זיי האבן שוין אראפגעשיקט א צוויי קאנטעינער צוצודעקן איינס פון די גרויסע אויל ליעקס. זיי האבן געזאגט אז דער קאנטעינער ליגט שוין אויפן גרונט פונעם וואסער, און וועט היינט מיטוואך איבערן טאג ווערן ארויפגעלייגט העכער דעם אויל פלוס, און וועט האפנטליך אפשטעלן א גרויסע טייל פונעם אויסגוס.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

בי פי געזאלין האט אונטער דרוק פארעפנטליכט ווידעאו פון אונטערן וואסער וויאזוי דאס אויל שפריצט ארויס הונדערטער טויזנטער גאלאנען דורך א ליעק. אויך א ווידעאו וויאזוי מען נידערט אראפ דעם קופאל וועלכע האט געזאלט צודעקן דעם ליעק, און האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט צו זיין א דורכפאל.

די אויל שיסט ארויס טויזנטער גאלאנען פער טאג פונעם ליעק

דער קופאל ווערט אראפגענידערט אין די טיפענישן פוןנעם וואסער
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זיי זאגן אז ס'יז פארהאן 36,000 אויל קוועלער אינעם ראיאן פון גאלף אף מעקסיקא. יא איר ליינט גוט זעקט און דרייסיג טויזענט אזוינע קוועלער!

קיין איינס ליעקט נישט און יעצט ווען ס'יז געשען מיט ביפי'ס א קטסטרופה ווילן זיי אלעס אפשטעלן די ליבעראלע [קאנסערוואטיווע, כ'בין שוין אליינס צעמישט ווער וויל וואס, דער עס עפעס האט דא געמאכט א גוטן זשאב מיטן עולם..]
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

די אבאמא אדמיניסטראציע איז אין די לעצטערע טעג אונטער שארפע קריטיק פון די מידיא, פארן נישט טון גענוג אפצושטעלן דעם אויל אויסגוס און פארן לאזן די פירמע "בי פי" אנפירן מיט די אפעראציעס צו פארשטאפן דעם ליעק און אויפרייניגן דעם גאלף אוו מעקסיקאו, נאכדעם וואס עס איז שוין פאראיבער א מאנאט און מען האלט אין ערגעץ נישט.

די קריטיק קעגן די אבאמא אדמיניסטראציע קומט פון ביידע זייטן פונעם פאליטישן ספעקטרום. די ליבעראלן און ענווייראמענטאליסטן און אין די זעלבע צייט די קאנסערוואטיווע, אין שפיץ פון סערע פעילין, וועלכע האט נעכטן אויף פאקס ניוז באשולדיגט אז אבאמא איז צו באפריינדעט מיט די אויל אינדוסטריע און האט באקומען פון זיי ריזיגע סומעס געלט ביים קאמפיינען, און דערפאר טוט ער נישט גענוג אפצושטעלן דעם אויסגוס, ווייל ער קען נישט לייגן צופיל פרעשור אויף בי פי.

דערווייל האט בי פי אראפגעשיקט מיט בערך א וואך צוריק א ספעציעלע "שטרוי", וועלכע איז פלאצירט געווארן העכער דעם גרעסטן ליעק וועלכע שיסט ארויס טויזנטער גאלאנען אויל טעגליך, און דורכן שטרוי האבן זיי א שטיקל קאנטראל, אז דאס גאנצע אויל זאל נישט ווערן ארויסגעגאסן צום וואסער נאר עס ווערט ארויפגעברענגט און אריינגעגאסן אין ספעציעלע אויל טאנקער שיפן.

רעפובליקאנער און דעמאקראטישע סענאטארן שרייען אז עס איז צייט אז די רעגירונג זאל שטעלן בי פי אין דער זייט און איבערנעמען די ארבעט פון אפשטעלן דעם אויסגוס און אויפרייניגן דאס וואסער.

היינט וועט היימלאנד זיכערהייטס סעקרעטארשע דזשענעאט נאפאליטאנאו און אינטעריער סעקרעטאר קען סאלאזאר ארומפירן א סענאט דעלעגאציע ביים לואיזיאנא בארטן, צו קענען באטראכטן פונדערנאנט די ארבעט וואס בי פי טוט אין אויפרייניגן דעם אויסגוס.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”