בלאט 1 פון 53

"תג"! דער פראגראם פאר עימוד ספרי קודש וכדו'

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 6:27 pm
דורך האניג
שלום עליכם תושבי הקרעטשמער והגלילית צום נייעם אשכול וואס איז געאייגענט פאר דעם פראגראם "תג", א פראגראם וואס האט די זכי' אז רוב ספרי קודש בזמנינו ווערן אויסגעשטעלט דורך איר. א פראגראם געשריבן געווארן דורך א חרדי'שע איד א שותומ"צ (ר' דניאל ווייסמאן שיחי' פון ארץ ישראל) פאר אונז אידישע קינדערלעך צו נוצן פאר עימוד פאר הייליגער ספרים, סידורים, חומשים, קונטרסים וכדו'.

גערעכט, עס איז דא שוין אזאנס, א פארום וואס מען שמועסט אדורך בשבת אחים גם יחד די עולים ויורדים פון תג (www.prog.co.il), אבער היות עס איז געשריבן געווארן אין א שפראך וואס איז מער ווייניגער פרעמד פאר יושבי חוץ לארץ, אין מיר פערזענליך האט עס גענומען צו לאנג אדרוכצולייענען א תגובה, ווער רעדט וועגן שרייבן איינס, האב איך מיר גענומען די מיה דא צו עפענען אן אשכול דערפאר. אזוי אז אפילו מיר אידעלעך וואס רעדן בלויז מאמע לשון זאלן אויך קענען הנאה האבן.

אבער, מורי ורבותי! פארשטייט זיך אז, ווי געשמאק ס'זעט נאר אויס, האב איך נישט ליב צו רעדן צו זיך אליינס (האסט געמיינט דו קענסט מיר, הע?...)! דערפאר מאך איך דא אן אפיעל ברבים צו אלע באנוצערס פון תג, אלט און ניי: שטייט נישט אין די זייט גלייכגילטיג כאילו מען מיינט אייך נישט, שפרינגסט אריין מיט'ן גאנצען אייפער! שאקלעטס אויף עולם ומלואו מיט ענקערע ידיעות! זאגט א חידוש, פרעגט א שאלה, ענטפערטס יענעמ'ס פארנעפעלטע פראבלעמען, בקיצור: לאזט אייך הערן! זאלן אלע וויסן אז ווען מ'האט א שאלה בנוגע סיי וועלכע חלק פון תג, ווייסט מען גלייך ווי זיך צו ווענדן.

ווי אויך, טייערע חברים, אויב האט איר א חבר וואס איר ווייסט וואלט הנאה געהאט פון אזא אשכול, אל תמנע טוב, זייט אים מודיע דערוועגן (לייג צו אביסל זאלץ און פעפער... אוי, און האניג...), און בעזהשי"ת נעשה ונצליח! דא גייט זיין א צענטער פון תג פאר אידישע רעדנער בכל קצוי תבל און א מוסטער פאר'ן אידישען וועלט (תרתי משמע...).

צו זעהן צי ס'איז דא טאקע מיט וועמען צו גיין צום טיש, וויל איך בעטן א פערזענליכע טובה פון ענק, אויב ביסטו א באנוצער פון תג, אפילו יעצט אויפ'ן מינוט האסטו נישט וואס צו פרעגן (טאקע נישט?...) אדער וואס צוצולייגען (כ'גלייב נישט!...) געב א קוועטש דעם קנעפל, שרייב כאטש אריין און זיי מודיע אז, הנני, איך בין דא, און איך וועל דא זיין ווען איך גיי האבן א געלגענהייט.

מיט דעם ענדיג איך דעם תגובה, אבער נישט מיינע ווערטער, נאר מען וועט בע"ה פיל הערן פון מיך (אויב איינער איז וויליג מיר אויסצוהערן...)

נו, ווער גייט ערשט?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 6:36 pm
דורך קעלער
בס"ד
הנני, איך בין דא, און איך וועל דא זיין ווען איך גיי האבן א געלגענהייט.
מיר האבן שוין אויף לאנג ארויסגעקוקט אויף אזא אשכול. יישר כחכם מיט הצלחה מרובה בכל ענינים.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 7:35 pm
דורך מחזור
האניג געבענשט זאלסטו זיין פארן עפענען אזא אשכול.....
איך האב א פראבלעם זייט איך האב געקויפט מיין נייע קאמפיוטער מיט ווינדאוס וויסטא ארבעט נישט תג .....
(בדרך אגב די פראבלעמאטישע ווינדאוס וויסטא ברויך א עקסטערע אשכול פאר זיך)

איך האב אנגרופן הרב ווייסמאן זאגט ער אז ער האט נישט אריינגעלייגן קיין גרויסע כוחות אין וויסטא נאר ער גרייט זיך צו ווינדאוס 7.....
איז דא א עצה מיט parallel אין דארט ארבעטן מיט xp........
אבער עס קומט ארויף די בילד (קוק די אטעשמענט)
ווער עס ווייס וויאזוי מ'איז דאס מסדר ולמצוה גדולה יחשב
(הרב ווייסמאן ברויך אויך א עקסטערע אשכול א איד וואס זיצט אין לערנט א גאנצן טאג האט אויסגעטראפען תג)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 7:36 pm
דורך מחזור
הננו איך בין גרייט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 10:12 pm
דורך יהיה כן
הרב מחזור, דא האבעך אנאנדערן פראגראם וואס טוט די זעלבע ווי parallel דהיינו עס אינסטאלט א ווירטואלע PC אין ויסטא, אויף וואס מען קען ראנען XP
דא

ביי דיוועי, איך זעה נישט וואס דו שרעקסט זיך אזוי פון דעם מעסעדזש, מען קנאקט יעס, און מען קנאקט אויף דעם גרינעם עראוי, סזאל פארן ווייטער.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 10:21 pm
דורך צים פינטעל
מורי ורבותי, איך באמת האב נישט וואס אריינצורעדן דא, ווייל איך ווייס פון תג ווייניגער וויפיל איך ווייס פון די ספעיס, אבער איין שאלה וויל איך יא פרעגן -אזוי ווי האניג וויל מען זאל זיך אנרופען- מה זה תג וואס איז די מעלה פון תג אויסצושטעלן ספרים מער ווי אינדעזיין (איך רעד שוין נאך אלע היימישע פלאג אינס) אפשר לוינט זיך טאקע יא צו באקענען :?:

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 9:50 am
דורך מחזור
הרב יהיה כן שרייבט
ביי דיוועי, איך זעה נישט וואס דו שרעקסט זיך אזוי פון דעם מעסעדזש, מען קנאקט יעס, און מען קנאקט אויף דעם גרינעם עראוי, סזאל פארן ווייטער.


כ'האב שוין געקנאקט - געזעצט - געזשאכעט - אין ס'גייט נישט

איך יעצט טרייען די אנדערע פראגראם אין כ'וועל אי"ה צוריק קומען זאגן אויב ס'ארבעט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:15 am
דורך ווער בין איך?
הנני, איך בין דא, אבער נישט צו פרעגן און ענטפערן וועגן תג, פאר איין פשוטע סבה, ווייל איך קען נישט תג און איך האב נישט תג.
אפשר מיט דער צייט ווען איך וועל זעהן אז עס איז טאקע אזויפיל בעסער ווי אינדיזיין און ווארד, וועל איך עס קויפן, וועל איך יא קענען דא פרעגן און ענטפערן שאלות.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:40 am
דורך יהיה כן
ווי ווארד איז עס הונדערט מאל בעסער, עס איז דאך געמאכט פאר לעיאוט פאר ספרי קודש, משא"כ ווארד איז ביסודו נישט געמאכט פאר דעם.
אינדעזיין? עס האט אסאך פיעטשערס וואס אינדי האט ניקס [צב"ש טעמי מקרא, אויטאמאטיקעל העידערס], אבער בנוגע די פלאגאינס העטעך ווען מכבד געווען די וועלכע קענען זיך אויס דערמיט און פארמאגן אויך תג, זאלן דזשען ארויף קומען צום פאדיום

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:14 pm
דורך האניג
לתועלת הציבור וויל איך דא מודיע זיין ברבים לכל משתמשי תג, אז ס'איז דא א העלפ קונטרס אויף תג דורך א היימישע חסידיש'ע יונגערמאן פון וויליאמסבורג, געשריבן אין היימיש אידיש, ער האט אראפגעלייגט א גאר הערליך שטיקל ארבעט. אנהייבענדיג פונ'ם סאמע ערשטע מאל מען עפענט דעם פראגראם גייט ער אדורך שטיקל ביי שטיקל דעם גאנצען פראגראם מיט אן אויסטערלישער הסברה, מיט בילדער אויף דער זייט. מען עפענט דעם קונטרס ווי אן עם הארץ בעולם התג, און מען פארמאכט עס דערנאך א גאנצע בקי אינ'ם פראגראם ישר והפך! ניינציג פילע זייטן פיל מיט תוכן מדאשקע לדאשקע.

איידער איך האב עס געליינט האב איך נישט געוואוסט פון דעם פראגראם מער ווי אז מ'שטעלט דערמיט אויס ספרים און מ'נוצט קאודס, עד כאן. איך האב פארמאכט דעם פייל און נישט לאנג שפעטער געדריקט א הערליך שיין (מיין שיטה...) קונטרס!

מ'קען עס קויפן דורך שיקן אן אימעיל צו asd@thejnet.com (עס קאסט דאכציכמיר $70 אויב ער האט נישט געטוישט דער פרייז).

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 5:55 pm
דורך טייפיסט
יישר כח רב האניג פארן עפענען אזא אשכול.
גם אני מצטרף צו די אשכול איבער תג אין אידיש.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 6:13 am
דורך זעליג
גם אני מצטרף. ובעזב"י נוכל לעזור ולהעזר.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:13 am
דורך יהיה כן
אקעי איך הייב אן
עס איז דא א שטיקעלע באג אין תג, מאכט זיך אמאל דער פיייל שפרינגט צוריק צום אנהויב, דערשרעקט זיך נישט דרוק דעם רעכטן עראוי באטען אויפן קיבאורד און עס קומט צוריק צום פלאץ
המשך יבא

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:17 am
דורך יהיה כן
נאך א טריק פאר תג
אויב האסטע א תג פייל, אבער האסטע נישט דעם סטייל דערפאר, אט האט איר אן אייצע!!
אין דעם פאלדער תג איז דא א קליינטשיגער פראגראם הנקרא sty.exe דרעג ארויף מיטן מייזל דעם תג פייל אויף דעם פראגרעם (דורך ווינדאוס עקספלארער), א שווארצע קעסטל וועט געבן א בלינק, און א נייע סטייל פייל וועט באשאפן ווערן מיט די קאודס פאר די פייל, הפלא ופלא ווינדערליך.
המשך יבוא

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:48 am
דורך טייפיסט
יהיה כן האט געשריבן:נאך א טריק פאר תג
אויב האסטע א תג פייל, אבער האסטע נישט דעם סטייל דערפאר, אט האט איר אן אייצע!!
אין דעם פאלדער תג איז דא א קליינטשיגער פראגראם הנקרא sty.exe דרעג ארויף מיטן מייזל דעם תג פייל אויף דעם פראגרעם (דורך ווינדאוס עקספלארער), א שווארצע קעסטל וועט געבן א בלינק, און א נייע סטייל פייל וועט באשאפן ווערן מיט די קאודס פאר די פייל, הפלא ופלא ווינדערליך.
המשך יבוא


ביטע ערקלער מער גרונטליך,
וואספארא תג פייל רעדט מען דא וועגן? עס האט שוין סטיילס? עס האט קאודס? מען האט געמאכט א פרישע פייל אין תג? ווען איז די עצה נוגע? ווען די סטייל פייל ווערט באשאפן, וואס שרייבט ער אלס אריין אין די סטייל?

איך שטעל מיר פאר אז עס איז הפלא ופלא, עס איז נאר א שאד אז די עולם זאל עס נישט ארויסהאבן במלא הדרה.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:14 am
דורך יהיה כן
פשוט, ווען איינער גיבט דיר נאר דעם .i פייל (דער תג פייל) און נישט דעם סטייל [ער האטעס פארלוירן, קען עס נישט טרעפן, ועוד סיבות לייג צו נאך], אבער ווילסטאך מוסיף זיין, קאודס, ריאימפארטן, משנה זיין קאמענדס, וכו', פארשטאנטא, אויב נישט פרעג איבער.
ווער ס'האט פראגעס זאל פארלייגן. ואם לאו אמשיך בעוד טיפים ועצות

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 12:24 pm
דורך טייפיסט
יהיה כן האט געשריבן:פשוט, ווען איינער גיבט דיר נאר דעם .i פייל (דער תג פייל) און נישט דעם סטייל [ער האטעס פארלוירן, קען עס נישט טרעפן, ועוד סיבות לייג צו נאך], אבער ווילסטאך מוסיף זיין, קאודס, ריאימפארטן, משנה זיין קאמענדס, וכו', פארשטאנטא, אויב נישט פרעג איבער.


נישט פארשטאנען הונדערט פראצענט, און דערפאר פרעג איך איבער.

די תג פייל וואס יענער גיבט מיר, האט בלויז די קאודס אריינגעלייגט, סאו אויב איך באקום די פייל, האט דאך עס נישט קיין שום לעיאוט, איז וויאזוי ווייסט די פראגרעם וויאזוי צו שרייבן די סטיילס?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:28 pm
דורך האניג
שלום ר' טייפיסט שיחי',

אויב איך מעג ענטעפרן במקום הרב יהיה כן שיחי': ווען איינער גיבט דיר אן .i פייל, אפילו ער גיבט דיר נישט דעם סטיילשיעט, זעהסטו נאכאלץ דעם אויסשטעל פונ'ם מחבר. איינמאל דו אימפארטסט דעם סטיילשיעט דארף שוין נישט תג דעם סטיילשיעט עס צו האלטן לויטן אויסשטעל. פורביר אליין, מאך א קאפי פון א תג פייל מיט'ן סטיילשיעט ערגיץ וואו אויפ'ן קאמפיוטער, יעצט דיליט דעם סטיילשיעט און עפן אויף תג, וועסט נישט זען קיין שום נפקא מינה אינ'ם עצם תג פייל. וואס יא? קענסט שוין נישט טוישן דעם אויסשטעל דורכ'ן סטיילשיעט (האסט עס דאך נישט!).

דא קומט אריין דעם געוואלדיגן טיפ פון יהיה כן (א גרויסן דאנק הרב יהי' כן! דאס קען מיר צוניץ קומען לאורך ימים געוואלדיג אסאך, הלוואי ווען איך וואלט דאס געוואוסט פון פריער!!!), וואס אפילו ס'פעלט דיר טאקע דעם סטיילשיעט, אבער דו ווילסט דאך קענען טוישן גלאבאל אין דעם פייל דורכ'ן סטיילשיעט, קענסטו דערמיט באשאפן א נייעם סטיילשיעט! הפלא ולפלא!

ווי אזוי ארבעט דאס? איך ווייס נישט. אבער לויט ווי איך פארשטיי קוקט עס אויף דעם פארמעט נאך יעדע קוד, און ס'מאכט עס לויט דעם. בין איך גערעכט? (מיט מיין המצאה קען עס זיין צומאל א פראבלעם ווען מען טוישט מעניולי אין תג גופא דער פארמעט פון א סערטין טעקסט...) לאמיר ווארטן און הערן וואס יהיה כן האט צו פארציילן דערויף.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:52 pm
דורך יהיה כן
יעי, ביזטא תלמיד המחכים את רבו..

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 2:03 pm
דורך יהיה כן
גיי מיר ווייטער:
א באקאנטע שוועריגקייט אין תג (פאר די וועלכע האבן נישט רב טקסט, אדער זענען פויל זיך צי באנוצן דערמיט), אריינצולייגן א פיקשער אדער טעקסט ווי א טעקסט באקס גענוי אינמיטן א קאלום ארום גענומען מיט טעקסט פון אלע זייטן וכדומה, איז איינער אויפגעקומען מיט א וואונדערבארע סקריפט דערפאר וואס טוט די ארבעט הפלא ופלא, ער בעט דערפאר 150 ציוניסטישע שקלים, אדער 40 אמעריקאנע גרינע (אקצעפטירט PAYPAL אויך), שיקט אן אימעיל צו dukim@neto.net.il און בעט פאר דעם סקריפט PICIT (שרייבט עברית או אנגלית).

דאס האב איך געמאכט מיט דעם סקריפט, מיט איינס אדער צוויי קליקעס (זעה דעם פייער אינמיטן דעם טעקסט)

untitled.JPG


המשך יבא

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 2:49 pm
דורך קעלער
בס"ד
מוסיף צו זיין פארב צו דעם אשכול, געדענק איך נישט אויפ'ן מאמענט דער קאוד אין סטיילשיט פון מאכן ווייסע אותיות אין א פייל.
יישר כחכם נאכאמאל פאר אזא אשכול, און א יישר כחכם מע"כ הרב יהי' כן שיחי' פאר'ן קליינעם עבר און פאר'ן גרויסן עתיד בעזהשי"ת.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 2:55 pm
דורך יהיה כן
הרב קעלער, נאט אייך א תשובה

">CLR777<" און צירוק צו שווארץ דורך ">CLR000<"

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:09 pm
דורך קעלער
בס"ד
יישר כח, כ'האב געדענקט 777 נאר נישט די CLR
פארוואס איז נישטא קיין "שלח תודה" קנעפל דא?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:10 pm
דורך יהיה כן
גיטע קשיא, קענסט מיר 'דארט' אויך שיקן ...... צו :roll:

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:12 pm
דורך פארצייטישע
אוי הרב האניג, וואו ביסטדו געווען ביז יעצט???

אזוי פיהל מאל וואס איך האב געהאט שוועריקייטן, און זיך געמיטשען צו קענען ליינען און פארשטיין די פארום אויף prog,

היינטיגע צייטן ליג איך נישט אזוי אין די ענינים, אבער איך וועל פראבירן פון צייט צו צייט צו קומען באזוכן דעם אשכול און זעהן וואס ס'הערט זיך, און אפשר אפי' אמאל שרייבן א תגובה (אויב איך וועל זיך דערמאנען פון די גירסא דינקותא ווען איך האב אפט גענוצט תג).

אשריך,