"תג"! דער פראגראם פאר עימוד ספרי קודש וכדו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:18 pm

מיט וואס איז דער סערטש בעסער פון וואס האסט דא געשריבן?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:22 pm

דארט האט קרש געשריבן ברמיזה (אז איך האב אויך נישט פאשטאנען), און דא האבעך עס אויסגעשמיסט פאר די וועלכע פארשטייען נישט העברעאיש.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:29 am

א גוט יאר טייערע אידן
נעבער דען עבער זאגט די וועלט (לאכט נישט, דאס איז מיין ענגליש)
איך האב ממש לעצטנס געהערט איבער די אפטיילונג, איך האב עס נישט אזוי שנעל געטראפן, א יישר כח פאר ר' משה אהרן פארן מיר צופירן אהער אין די טיפע וואסערן...
פון פראג האב איך מיר שוין לאנג מייאש געווען, הגם איך קען אביסל ליינען די טמא'נע שפראך, אבער למעשה ווען ס'קומט צו די אייגענע אויפגעבאקענע ווערטער קענסטו קלאפן בארן.
על איך אנהייבן מיט א קשיא, ווען מען זוכט עפעס אינעם פייל, און מען דרוקט פיינד, למשל איך זוך אות יא פון די דרשה, איך מאך פיינד "יא)" טרעפט ער אוודאי עפעס איינגערינגלט (משנה ברורה סימן יא), אקעי נא פראבלעם, איך געב א האק אויפן ענטער, כלומר אזוי צו זאגן זוך ווייטער, און כאילו לא הי', איך באקום א ריזיגע עפענונג, צו האקט א פאראגראף אינמיטן.
וואס גייט דא פאר
ביי ווארד נאך אזא קלאפ, לויפט ער ווייטער און ער זוכט דעם נעקסטן, פארוואס דא איז ער זיך גאר שנעל מייאש, איינמאל ער טרעפט נישט, געט ער אויף
אל תתייאש!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איז דא א מעגליכקייט צו זוכן איינס נאכן צווייטן אן דעם וואס דער פיינד קעסטעלע זאל זיך צומאכן?????
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
מקוה נייעס
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:46 pm

תגובהדורך מקוה נייעס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 11:21 am

דריקט f3
זאג נאר די מקוה איז הייס?

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 8:05 pm

איך שטעל אויס א ספר אויף מועדים, איך וויל אז יעדע אנהייב פון א יו"ט זאל זיך אנהייבן אויף א נייע דף
האב איך געמאכט אז ביי די קאוד פון די נעמען פון די ימים טובים bbp
קומט אבער אויס אז ביי יעדע סוף וואס דארט איז ליידיג א האלבע עמוד איז די קאלומ'ס נישט אייניג
(אזוי אויך ביי עה"ת ווען מ'וויל מאכן יעדע סדרה אויף א אנדערע דף)
איז דא א סקריפט אוף דעם???????????
(די סקריפט fit paragraph איז לכאורה נישט גיט פארדעם)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:19 pm

נוץ Add leading צו אייניג מאכן די קאלום'ס

דו נוצט צוויי נומערן פאר SAp SBP אדער א פיקסט ספעיסינג?

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 9:38 am

יהיה כן
נוץ Add leading צו אייניג מאכן די קאלום'ס
דו נוצט צוויי נומערן פאר SAp SBP אדער א פיקסט ספעיסינג?

Add leading וועט נישט העלפן פאר דעם
איך ניץ נאר SAP
איך וויל אז עס זאל גיין אויטאמאטיש איז דא א סקריפט??
קוק די עטעשטמענט
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg
Untitled-1.jpg (17.34 KiB) געזעהן 2210 מאל

קרש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:42 am

תגובהדורך קרש » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 10:24 am

דאכט זיך מיר אז ס'נישט דא קיין סקריפט פאר דעם.

צוויי עצות:
אדער:
נעם אראפ די ספעיס פאר ד"ה וע"כ (add leading>-5), און לייג צו פאר ד"ה ד) לעדינג גרויס פון א שורה (add leading>15).

אדער:
נעם אראפ איין שורה פון ד"ה וע"כ (מיט fit.prg), און נעם אראפ די סעפיס פאר ד"ה ד).

הצלחה

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 11:49 am

איך האב נישט געפרעגט צי דו נוצט SAP בכלל, איך האב געפרעגט אויב דו נוצט 'צוויי' נומערן פאר SAP, לויט דעם פיקשער וואס דו לייגסט דא, זעעך אז דו נוצט זייער ווייניג ספעיס צווישן פערגערעפס, יאך וואלטעך געראטן זאלסט נוצן א ספעיסינג פון ליעדינג פון כאטש איין שורה, מיט נאך א נומער פון די SAP בערך א האלבע ליעדינג (למשל 12 6)

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 12:51 pm

איך האב שוין ב"ה געכאפט מיין פראבלעם
די סיבה איז ווייל ס'איז געווען א איבריגע ENTER נאך די לעצטע פערעגרעף האט עס געמאכט קינצן, נאכדעם וואס מ'האט עס אוועקגענומען קומט אויס די שורות אייניג
ישר כח פאר די אלע וואס האבן פראבירט צו העלפן

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 12:08 pm

פאר די אלע וואס פרעגן, זאגן, טראכטן, פארגלייכן, תג-InDesign, באמת איז יעדער איינער גוט פאר זיך
וואס מיר טוען איז מען מאכט דעם גאנצן פייל אויף אינדיזיין ביז דעם לעצטן סטעפ, און דאן עקספארט מען דאס מיט א RTF, אדער מיט א (אין ווארד ווערט דאס גערופן א מאקרא) וואס לייגט צו די אלע קודס און דערנאך מאך איך דאס איבער אין תג
אנדערש וואלט מיר אוממעגליך געווען צו האנדעלן מיט מיינע קליענטן וואס קומען אייביג אויף מיט טשעינדזשעס נאכן אויסשטעלן

נ.ב. תג איז טאקע א יחיד בדור, אבער פאר פארשידענע זאכן אפילו פון אידישן שטאנדפונקט, איז תג ווייט נישט קיין פארגלייך צו אינדיזיין, משלים וועלן מיר אי"ה שרייבן אן אנדערס מאל

אבער איינע פון די גרינגקייטן פון אינדיזיין איז אז מען דארף נישט פאר יעדע קליינע שינוי צ.ב.ש. ארום לייגן דעם מ ק ביי וכרות העכער די פסוקים, ווי אויך צ.ב.ש. צו מאכן א קריאת שמע אזוי ווי עס איז אין בארדיטשובער סידור, מאכן אן Script נאר מען קען מאכן א סעטינג און דערנאך דאס מאכן פאר סטייל און אזוי נוצן, וואס עס וואלט ווען זייער גוט געווען אז תג זאל דאס נאכמאכן (דהיינו אז מען זאל קענען מאכן סטיילס אנשטאט Scripts)
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

אוועטאר
טייפיסט
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 12:29 pm

תגובהדורך טייפיסט » זונטאג סעפטעמבער 27, 2009 4:55 am

משה'לע דו קענסט תג ? ווער גייט שרייבן די סטייל ? סתם לייגן קאודס אויב דו ווייסט נישט וויאזוי די לעיאוט גייט זיין טויג נישט, געווענליך מאכט דער וואס שטעלט עס אויס די קאודס, ווייל ער ווייסט ווי ער וויל מאכן עקסטער,
לפענ"ד איז דיין ארבעט נישט מער ווי פשוטע קארעקשאנס אין א פייל, וויפיל בעטסטו פאר סתם טייפינג קארעקשאנס אין א פייל ?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 12:38 pm

גוט מארגן! כ'בין אויפגעשטאנען! היות איך האב מיר יעצט גענומען ארבעטן אויף א תג דזשאבע, גיי איך דא אביסל פארברענגן ביז איך פארטיג, איך האף נישט אויפצוועקן דעם שלאפעדיגן בער.

פאר איך גיי ווייטער וויל איך זאגן, אז אויב איז דא א פלאץ ערגוץ וואו, אדער זאגן איינער א זאך וואו מ'קען מייעיץ זיין צוצולייגן אדער פארריכטן אין תג, וואלט איך יעצט געוואלט בעטן איין זאך:

איך שפיל מיר יעצט אויף דעם פאנט דעפענישן, כ'האב אביסעלע פראבלעמען מיט מיין וילנא ישן. אן קיין אריכות, איז אויב מעגליך, זאל זיין אז יעדער מאל וואס איך עפן דעם קעסטל זאל אפירקומען דעם פאנט פונ'ם טעקסט וואס מיין שעלטער (קורסער) איז דארט, אנשטאט דארפן יעדעס מאל פון פריש אויפזוכן דעם אלטען ווילנא פונ'ם ליסט, טוישן א ביסל, מאכן א פי. די. עף. און דערנאך צוריקגיין און נאכאמאל זוכן, וחוזר חלילה וחס. עס קען מיר ראטעווען א שיינע פאר מינוט. קען איינער עס ביטע איבערגעבן? איינער האט דא פראטעקציע? שכוח למפרע (חוכש)!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 12:48 pm

זאל זיין אז יעדער מאל וואס איך עפן דעם קעסטל

פון וועלכע קעסטל רעדסטו? פון די פאנט דעפענישען אדער די טאלבאר פון אויבן?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 1:02 pm

פאנט דעפענישען
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 1:17 pm

איך וויל נישט אריינמישן אינ'ם פריערדיגען שאלה מיינע. אבער כ'האב נאך א שווער שטיקל קשיא וואס איך מוטשע מיר שווער שוין א שטיקל צייט:

ווי אויבן ערווענט נוץ איך וילנא ישן, אלעס זעט אויס זייער שיין, וואויל און זיס. ביז ... איך דרוק עס צום פי.די.עף. דאן גייט אלעס בארג אראפ. יא, די באלד אותיות זעען אויס זייער גוט, אבער די רעגיולער אותיות זענען די נקודות (און טיילמאל אויך די אותיות זעלבסט) אינגאנצען פארריקט! כ'האב שוין פראבירט דריי אנדערע פי.די. עף. קריעיטארס (Jaws, Primo, PDFCreator) אבער אן ערפאלג, יעדער פרינטער קומען די נקודות/אותיות אויס אנדערש צומישט איינס פונ'ם צווייטען! זאגט מיר איינער (תשוח"ח לו!) אז איך זאל טוישן דעם DPI ביים פרעפערענצעס, זע איך אז דער זעלבע זאך איז דא, יעדער באזונדערע DPI קומען די אותיות אויס אנדערש צומישט איינס פונ'ם צווייטן (האב איך אצינד באמערקט אז ס'איז הא בהא תליא די פרינטערס מיט'ן DPI, עס ווענט זיך וואס דעם DPI פונ'ם פרינטער איז אנגעשטעלט, אזוי צומישט קומט עס אויס).

איך זיץ דא אויף שפיץ גאפלעך מיט נעגלעך ביז כ'גיי באקומען א וועג עס צו פארעכטען. תודה למפרע (כ'גיי נישט דא איבערשרייבען דער דזשאוק, כ'בין צו אנגעצויגן...)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 1:28 pm

הרב דניאל האט מיר געהייסן אנשטעלן די DPI אויף 1200

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 1:34 pm

כ'האב פרובירט אלעם גוטן. גארנישט איז געגאנגען. :-(
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

קרש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:42 am

תגובהדורך קרש » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 8:45 pm

האניג האט געשריבן:אויב מעגליך, זאל זיין אז יעדער מאל וואס איך עפן דעם קעסטל זאל אפירקומען דעם פאנט פונ'ם טעקסט וואס מיין שעלטער (קורסער) איז דארט, אנשטאט דארפן יעדעס מאל פון פריש אויפזוכן דעם אלטען ווילנא פונ'ם ליסט, טוישן א ביסל, מאכן א פי. די. עף. און דערנאך צוריקגיין און נאכאמאל זוכן, וחוזר חלילה וחס. עס קען מיר ראטעווען א שיינע פאר מינוט. קען איינער עס ביטע איבערגעבן? איינער האט דא פראטעקציע? שכוח למפרע (חוכש)!


עס פעלט נישט אויס צוצומאכן די קעסטל, מ'קען אפן לאזן די קעסטל און ארבייטן ווייטער אין די פייל.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 8:52 pm

כ'פארשטיי, אבער סוף כל סוף שטייט עס אין וועג (אפילו מ'קען עס אוועקרוקן אין א זייט). און ווי אויך דארף איך זייער אפט מאל קוקן אויף עטליכע וועגן ביז איך זע וואס כ'דארף פאררעכטן (PDF, דרוקן, שיקן צום קליענט וכו' וכו') וואס האלטן אויפ'ן א דייעלאג און פארנט פון נאז א גאנצע צייט איז נישט עפעס מוראי'דיג פראקטיש.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 9:06 am

כ'ברויך הילף אויף עפעס א קלייניגקייט, כ'האף איינער וועט מיר יעצט קענען העלפן.
די הילף פיילס וואס קומען מיט מיט תג, זענען אין אן עקסטערניל, און צו מיין מזל גייט דעם עקסטערנעל שלאפן יעדער שטיק צייט, דערפאר קען איך עס יעצט נישט אפיער זוכן דארט, אפילו איך ווייס אז ס'ליגט דארט.

איך וויל מאכן א מאקרוי אז תג זאל טרעפן דעם ערשטן ספעיס פונ'ם פארגראף און ריפלעיסן מיט אן 'ענטער'. וואס שרייב איך פאר אן 'ענטער'?

עני העלפ וויל בי גרענדלי אפרישיעיטעד!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

קרש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 10:42 am

תגובהדורך קרש » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 1:45 pm

צייטליך?

קאוד: וועל אויס אלע

"#1 "="#1>CHR20<>CHR13<"


חג כשר ושמח

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » פרייטאג אוקטובער 02, 2009 1:50 pm

א גרויסע יישר כח צייטליך, אופס, קרש!

אויף וואס איך האב עס פריער געדארפט איז שוין אביסעלע צו שפעט כ'האב עס געטוען דורך פיינד ענד ריפלעס און ווארד (לכתחילה איז פאר מיר בעסער געווען ס'זאל זיין אינ'ם סטיילשיעט), אבער ס'גייט מיר בע"ה צוניץ קומען אויף נאך יו"ט אי"ה. טענק עגען!

חג כשר ושמח!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 3:06 pm

וויאזוי איז מעגליך צו קאפיען און פעיסטן פון ווינדאוס צו תג? (איך געדענק אז ס'איז דא עפעס א וועג, כ'געדענק נאר נישט וויאזוי.)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

קעלער
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 1:18 am

מספרים פאר פעיזש-נאמבערס קומען אויס פארקערט

תגובהדורך קעלער » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 2:57 pm

בס"ד
א ספר וואס די עמודים האבן מספרים נישט קיין אל"ף בי"ת, ווען מ'מאכט א מפתח MAF.PRG קומט עס אויס צוריק וועגס, למשל מספר 18 קומט אויס 81.
וואס איז די עצה עס זאל אויסקומען גלייך, אדער אויב ס'איז נישט דא קיין עצה, וואס קען מען נאכדעם טוען אלעס צו טוישן אויפ'ן ענגלישן וועג, אז 18 זאל זיין 18.
מיט הצלחה און א יישר כח למפרע


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט