כסדר ווערט מען געוואויער אין תג נייע חידושים, אט איז פון די היינטיגן טאג
(מעגליך פשוטע זאכן, אבער פאר מיר א חידוש, ואולי יבנה גם אחרים ממנה).
1) די מארק צו מבטל זיין אן העעדער CH~ ווי אימער ס'איז אויפן פעידזש וועט זיך נישט די העעדער בייווייזן (לאו דוקא אנהייב פעידזש).
2) כדי נישט צו דארפן אריינלייגן א קאוד אין ווארד עקסטער פאר ענגליש, לייגט מען דאס אריין אין סטייל פייל:
[RTF BASIC STYLES]
ltr=50
rtl=02
איבעראל ווי ס'פארהאן ענגליש (left to right) וועט תג אריינלייגן ביים אימפארטירן די קאוד 50, און ביי אידיש (right to left) קאוד 02.
(באלד און נארמאל וכו' אנדערע פארמעטס ארבעט אויך אויף דעם מהלך, אבער עס נישט אזוי נוגע ווייל עס דינט נישט געהעריג)3) ביי די סקריפט צור קובץ מפתחות, כדי די סקריפט זאל נישט אריינלייגן די מספר העמוד שרייבט מען ביי יענע קוד דעם טילדא ~ (שפארט מען זיך אפאר פיינד און ריפלעיסעס)
4) צו זעהן ביי די פעידזש נאמבערס (אין די i פייל) אויך אותיות, ראנט מען דאס פון די שורות הפקודות show activetext() mode "HEB_PG"
5) רב טקסט - אין די FRM סימן ווערט געהאלטן די אינהאלט פונעם פרעים, ממילא איז נישט ראטזאם צו טוישן (כגון בחיפוש והחלפה) פון איין פעידזש צום צווייטן - נאכן פעידזשענעיטן.
6) געטראפן א פידיעף פון אלע קאלירן אין תג (בייגעלייגט)
[טינקל גרעי איז 111, מער ליכטיג גרעי איז 222, נארמאל גרעי 333].
(א טייל פון די זאכן האב איך געטראפן אויף פרוג פון @תג, יקבל שכרו משמים ובכל אשר יפנה ישכיל ויצליח)